שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
שלום וברכה צו די רעדאקציע פון "פה-סח" 2
מיט פרייד און לויב צו השי"ת טו איך עפענען די טויערן פון די רעדאקציע צו "פה-סח 2" מיט כבוד, אונטער אונזער סלאגאן: דאס פרייהייט פון ווארט! כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשני', די קאווע שטיבל אויסגאבע וואס וועט אי"ה ערשיינען צום יום טוב פסח תשע"ו.
פאלגנד זענען די פלענער פאר'ן סוקסעס פונעם קאמפיין:
1. די רעדאקציע נעמט אן ארטיקלען פון דער מינוט, ביז זונטאג שבוע שחל בו. אן ארטיקל וואס וועט אנקומען נאכ'ן דעדליין קענען מיר נישט גאראנטירן אז עס וועט אנגענומען ווערן. אן קיין ארטיקלען איז נישטא קיין אויסגאבע, ביטע נעמט דאס נישט פאר לייכט און מיר קוקן ארויס פאר די מיטארבעט פון אלע אונזערע חברים זיך צוצושטעלן און אריינשיקן ארטיקלען.
2. ווי פריער אלס בעסער, שטופט נישט אפ פאר די לעצטע מינוט, שיקט שוין אריין אייער ארטיקל, וועלן מיר עס קענען שיין אויסשטעלן און מגיה זיין.
3. די אויסגאבע וועט ערשיינען אי"ה מיטוואך שבוע שחל בו, אין א ווירטואלן פארמאט גרייט פאר א דאנולאוד, פאר גענצליך אומזיסט.
4. אן ארטיקל וואס נויטיגט זיך אין הגה וועט איבערגעגעבן ווערן פאר איינער פון אונזערע געטרייע חברי המערכת צו מגיה זיין, איר קענט פארלאנגען צו זען אייער ארטיקל נאכ'ן הגה.
5. מיר טוען זיך באדאנקען פאר'ן אנאנימער גראפיקער וואס האט אונטערגענומען די מלאכה הכבידה צו טוען די גראפיקס, מיר בעטן אבער אלעמען צו פארשטיין די סענסיטיווקייט פון די צייט, און אריינשיקן אלע ארטיקלען ווי פריער.
6. ארטיקלען מיט בילדער אדער דאקומענטן וועלן שיין און פראמינענט אויסגעשטעלט ווערן, אבער ווי ערווענט, ווי פריער עס ווערט ערהאלטן דורך די רעדאקציע, אלץ מער ערפאלגרייך קענען מיר זיין.
7. די רעדאקציע האט מינימאלע קאסטן, מיר בעטן די פאריעריגע דאנארס און סיי ווער ס'האט די מעגליכקייט זאל זיך אנרופן ווארעם און אנטיילנעמען אין די הוצאות.
8. אלע נדבות קען מען שיקן דורך פעי-פאל אויף kaveshtiebel@gmail.com
9. אריינצושיקן ארטיקלען קען מען צו מיר אין אימעיל אויף shternks עט גמעיל. ביטע נישט שיקן ארטיקלען אין אישי נאר אין פאל פון בדיעבד.
10. פאר אלע אנגעלגענהייטן בנוגע דעם אויסגאבע קען מען זיך ווענדן צו מיר אדער צו [tag]געוואלדיג[/tag] וועלכער איז א געטרייע שותף אין די ארבעט.
געוואלדיג וועט זיך פארבינדן מיט אלע שרייבערס פון פאריאר צו בעטן ארטיקלען, אזוי אויך מיט די נדבנים, ביטע אים אויפנעמען בסבר פנים יפות.
11. וויכטיגע נקודה: מיר צילן אהערצושטעלן אן ערשטקלאסיגע און רייכע אויסגאבע און מיר פארלאזן זיך אויף אונזערע מיטגלידער צו פארשטיין וועלכע ארטיקלען פאסן אריין אין אזא אויסגאבע. ביטע זיך האלטן צו טעמעס פון יהדות, השקפה, טעכנאלאגיע, וויסנשאפט, מוזיק, קורת ימי הדורות, הומאר, היסטאריע און אנשי שם, און נאך, אבער נישט קאנטראווערסיע, אדער סיסטעם באקלאגענישן א.ד.ג.
12. אן ארטיקל וואס וועט ערשיינען אויף קאווע שטיבל פאר'ן גיין צום דרוק, וועט אויטאמאטיש דיסקוואליפיצירט ווערן.
13. אלע ארטיקלען וואס וועלן ערשיינען אין פה-סח 2 וועלן מיט די צייט ארויפגעשטעלט ווערן אויף קאווע שטיבל.
14. איך וויל נאכאמאל באמערקן, איך דארף יעדנס הילף, לויט וויאזוי די ציבור וועט זיך צושטעלן אזא אויסגאבע וועט זיין. טאמער קענט איר העלפן מיט סיי וואס רופט אייך אן.
15. טאמער רעכנט איר צו שרייבן אן ארטיקל, רופט אייך אן הויך, משום קנאת סופרים תרבה חכמה. אבער די טעמע מוזט איר נישט פארציילן צו פארבלייבן א סורפרייז.
16. אנשי שם ארטיקלען אויף אן איש מפורסם א.ד.ג., וועלן אי"ה באקומען א פראמינענטע פלאץ אויפ'ן קאווער.
איך בין גרייט צו ווידמען מיין צייט, כח און עקספערטיז פון מיינע פה סח, אראומע, שושנים און ספר האישים פראיעקטן, פאר די פולקאמע און מערסטע הצלחה פון פה-סח 2. יעצט איז אין הדבר תלוי אלא בכם. זאל די שכינה רוען אין אונזערע ווערק און פה-סח 2 זאל איבערשטייגן די פאריאריגע,
אייער פריינט,
כוכב
הויפט רעדאקטאר

יש"כ ונבנתה העיר, פאר'ן אריינשיקן דעם ערשטן ארטיקל.
ונבנתה איז געווען דער וואס האט אריינגעשיקט דעם ערשטן שושנים און דעם ערשטן פה סח ארטיקל. עפעס צייגט עס אויפ'ן מענטש. גיטס אלע א האנט פאר ונבנתה
#איי_לאוו_יו
{איך וויל נאך אמאל איינער זאל מיך אינטערוויוען איבער אלעס וואס האט זיך אלץ אפגעשפילט אונטער די קוליסן ביי מיינע פראיעקטן און וואס כהאב מיך אלץ דערלערנט, איך קען אייך צוזאגן סוועט זיין העכסט אינטערעסאנט, יבוא יונה.}

- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
מיין טעלעפאן קלינגט, מיין וואטסעפ באזד, מיין אימעיל שרייט פאר ווייטאג איך זאל איר אויסלערן און מיין הענגאוטס לאזט הערן שרעקליכע קולות. וואס איז? כ'מיין כ'בין געהעקט. כ'גרייט מיך צו רופן מיין קאמפיוטער טעקנושען, ווען איך כאפ א בליק ווער איז דער רודף.. ס'איז דער כוכב גאר. וואס וויל ער שוין ווייטער? רויטע, רויטע אן ארטיקל!! שאט אפ זאג איך אים, אבער ער בלעקט מעיל מיר מיט די ארגסטע, ער וועט אלעס דערציילן פאר נחום!
כ'האב נישט קיין ברירה, כ'על עפעס שרייבן.

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2595
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
- האט שוין געלייקט: 4455 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל
איך טו איינלאדענען און בעטן די פאריעריגע שרייבערס פון פה-סח צו אנטיילנעמען אינעם היי יעריגן אויסגאבע.
דא האט איר א פונקטליכע רשימה, לאמיר נישט נעמען ניין פאר אן ענטפער, מיר ערווארטן פון יעדן איינעם אן ארטיקל.
(דער שפיטוויקער איז מיט אונז, און ווער ס'זאגט ניין גייט האבן געסט ביי זיין טיר).
פה סח
[tag]פלאוויוס[/tag], ווער געדענקט דען נישט דער לומדישער וויכוח ביים שבת הגדול דרשה
[tag]א איד[/tag], איי דער מיסטריעזער רבי משה
[tag]ווארט זאגער[/tag], שיינע תורהדיגע מאמר גוט געשריבן
[tag]לעיקוואד[/tag], געוואלדיגער ביאור אין דער מצוה פון חייב אדם לראות את עצמו, און טיף אריינגעקראכן אין די פסיכאלאגיע פון דראמא
[tag]געוואלדיג[/tag], סארי איך געדענק נישט
[tag]יאיר[/tag], דער יונגערמאן מיט די זילבער פאפיר
[tag]ברסלבער[/tag], איי רבי רבי רבי, מיר ווילן זיך מקשר זיין מיט דיר
[tag]יין שרף[/tag], הערליכער ארטיקל איבער רבי ישראל דוד
[tag]לית דין בר נש[/tag], זרח אורו של ר' אפרים
[tag]בן נריהו[/tag], שלאף מיין קינד, רו דיך אויס מיין טייערע נשמה'לע
[tag]פליקער[/tag], א צעפליקטער ארטיקל איבער דייעט
א דאנק פאר ראובן, נאבל ליטעראטור ארטיקל איבער דינאסאורס
[tag]סאו וואט[/tag], ווערטלעך לכבוד יום טוב
[tag]סמבטיון[/tag], רבי איד, געמער צוריק מיין זיץ (לעיקוואד האט זיך אנגענומען פאר'ן גנב, א סאושעליסט, פיל דע בוירן)
[tag]בענדזשעמין פרענקלין[/tag], דער גרויער קאצקער,
[tag]מאטי[/tag], נו מאטי, וואס?
[tag]כעלעמ'ר מגיד[/tag] ווען באגייט מען זעלבסטמארד מיט א חד גדיא
[tag]נופת צופים[/tag], הללו כל כוכבי אור
[tag]ראש הישיבה[/tag], שיינער חינוך ארטיקל
[tag]גראדעמעכעלע[/tag], וועגן דער ר"ן אין נדרים, מיתה על פי הלכה, ניין?
[tag]פישעלע הערינג[/tag], הערליכע ארטיקל וועגן הכרת הטווב
[tag]געפילטע פיש[/tag] די טארענטס און די מילבן זענען ארויס פון מצרים
[tag]איך אויך[/tag], מיט די טמיר ונעלם'ניקעס
אין פרי עט הדר
[tag]אדנירם[/tag], דער לויתן
ונבנתה
געוואגטער
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]
[tag]פאפיטעס[/tag]
[tag]כעלעמער מגיד[/tag]
[tag]גראדעמעכעלע[/tag]
[tag]אבטולמוס[/tag], צוויי מאמרים (איינס א משכילישע)
ליטוואק
אויבערלענדער חכם, וועגן סוכות בימי נ"ך
[tag]ירא דשמים[/tag]
[tag]בר כוכבא[/tag]
בקיצור המעשה, דער לעצטער כאפט א שמוץ, זיך שוין נעמען שרייבן.

[center]ברעיקינג:
אין די מינוטן קומט אריין די ברעכנדע נייעס אז דער שר הכתיבה, עט סופר מהיר במלאכתו, כתבא רבא, חוקר חכם וכותב, מרן [tag]אדנירם[/tag] האט (בשפה רפה מיט אזא תשעה באב'דיגן גוט מארגן נישט אום שבת גערעדט, זאל חלילה נישט גיין אין קעגנזאץ מיט זיין מסיבת פרידה) באוויליגט צו שרייבן א מאסיוו מאסיוו ארטיקל (גרעסער ווי דער לויתן ,שטערקער ווי דער שור הבור, און לענגער ווי דער אמשינובער אשכול) לכבוד פה סח, אן ארטיקל וואס נאר שש קען!
גיטס אלע א הילכיגס פאר שש. ווארטס מיט שפאנונג!
#אראפ_פון_די_בענק
[/center]

- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
עס איז הימל און ערד, דער שור הבר פון [tag]אדנירם[/tag] וועט שווימען אינעם [tag]סמבטיון[/tag] און ער וועט [tag]פרייוויליג[/tag] זיך אונטערגעבן צו [tag]ונבנתה העיר[/tag]'ס טיפע מוח וואס [tag]אבטולמוס[/tag] האט מגלה געווען אין א אלטע צייטונג אויסשניט, פארבייסנדיג ווי א [tag]אויבערלענדער חכם[/tag] מיט א [tag]קאצקע ציקער[/tag] צו דער זייט וועט מען באקומען געהעריג [tag]רויטע וואנצעס[/tag] וואס [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וועט טענה'ן אז עס ענדלט מער אין [tag]בענדזשאמין פרענקלין[/tag] ווי אין [tag]יואב[/tag], איי וועט דאס זיין @געוואלדיג.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
אזוי מיר נישט דיר נישט, האט דער אלטער ארי שבחבורה [וואס איז אריבער א תחיית המתים לעצטענס. ומכאן רמז לתחיית המתים מן קאווע שטיבל] מורינו הרב [tag]כוכב[/tag] פראקלאמירט אז עס וועט ערשיינען א פרישע גליון 'פה-סח' לכבוד חג הפסח הבעל"ט, און האט מיר גלייך געהייסן צו שרייבן אנארטיקל. נו, אין מסרבין לגדול...
רבותי, ס'קומט עפעס א גוטס! כ'ווייס נאך אליינס נישט וואס, אבער א גוטס וועט עס זיין!