דעמאקראט, רעפובליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 89 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

דעמאקראט, רעפובליקען, ליבעראל, קאנסערוואטיוו

שליחה דורך אךשמח »

מען ליינט כסדר אין די צייטונגען וואס עס טוט זיך אפ אין די פאליטישע וועלט, ווען אין וואשינגטאן ראנגעלט מען זיך ארום איבער כל מיני פראבלעמען און מען הערט כסדר אז די רעפאבליקענס טוען אזוי און די דעמאקראטן שטעלן זיך אקעגן, און אז אבאמא איז א שטארקער ליבעראלער וואס קען זיך שווער אויסקומען מיט א פארפיינטעטן רעפאבליקען קאנגרעס, און דא האלט מען פאר די וואלן און די שאלה דערווייל איז ווער איז גענוג קאנסערוואטיוו אז ער זאל זיין ראוי צו ווערן דער נאמינירטער פרעזידענט קאנדידאט פון די רעפאבליקען פארטיי.

ביי אונז חסידישע אידן ווייסט מען צו זאגן אז די תורה פארלאנגט אז מען זאל זיין קאנסערוואטיוו געשטימט ווייל זייערע מיינונגען איז די נענטסטע אויסגעהאלטן על פי תורה. מען וועט אויך נישט פארגעסן אריינצורוקן אין דעם אבאמא וואס מאכט ממש חרוב דאס אמעריקאנע פאלק און אמעריקע בכלל.

איך קען שווער נאכשרייבן די אלע שטותים וואס ווערן ארויפגעלייגט אויף די ליבעראלן בכלל און פרעזידענט אבאמא בפרט, און בחדא מחתא זיך פרייען מיט די געלטער וואס טאקע דער טיפש אבאמא האט אריינגעשטופט פאר די פוד סטעמפס געניסער, און אויך די איבעריגע פאר דאלער וואס קומט צו פארדאנקען דעם פרעזידענט וואס האט שטארק גע'שתדל'ט אריינצורוקן אין די ענדע יאר טעקס רעטורן פאר די אידעלעך וואס האבן גאר ווינציג אריינגעצאלט אינעם סיסטעם...

דער נושא פארוואס מיר אידן זענען עפעס אזוי שטארק קאנסערוואטיוו געשטימט איז אזא וואס מען קען דערפון ארומרעדן אסאך, אבער איך וויל ענדערש אנהייבן דעם שמועס מיט באשרייבן וואס די נפק"מ צווישן די פארטייען און זייערע אנשויאונגען זענען. דערנאך וועט מען אריבערגיין און זען אויב איז טאקע ריכטיגער פאר אונז אידן צו זיין מער קאנסערוואטיוו געשטימט.

דיסקלעימער, איך בין א שטארקער ליבעראלער שטיצער און געשטימט פאר אבאמא און אזוי טו איך געווענליך שטיצן די דעמאקראטישע פאליטישאנס.

המשך יבוא.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר