אידישער שידוך צושטאנדגעקומען דורך א ניו יארק סיטי פאליסמאן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

אידישער שידוך צושטאנדגעקומען דורך א ניו יארק סיטי פאליסמאן

שליחה דורך גאלד »

פאר בערך 2 חדשים צוריק - אום מיי 23 - האבן א גרופע פרומע אידישע מוידן שפאצירט אויפן קאני איילענג בארד-וואלק,
די מוידן זענען געגאנגען זיך אויסלופטרן ביים ים ברעג, צו פייערן דאס פארענדיגן זייערע לימודים און טורא קאלעדש, שטודירינדיג פסיכלאגיע,
אויפן זעלבן בארד-וואלק - עטוואס ארויפציהר - האבן אויך ארומגעהאנגן א גרופע אינגע אידישע בחורים,
א אידישער 32 יעריגער ניו יארק סיטי פאליסמאן - אלבערט מאמין - האט אבזערווירט די 2 גרופעס
און מחליט געווען אז פאר זייער זיכערהייט פון די 2 גרופעס וואלט כדאי געווען אז די צוויי זאלן זיך האלטן צוזאמען,
איז ער צוגעגאנגען צו די מענער און זיי גע'עצה'ט זיך צו צאמשטעלן מיט די מיידלעך,
קודם האבן די מיידלעך געצויגן קאלטע אקסלען, און געוויזן אומאינטערעסע
אבער דער פאליסמאן האט נישט נאכגעלאזט און פארלאנגט זיי זאלן זיין אביסל מער העפליך
די אינגען און מוידן האבן אנגעהויבן געמיטלעך שמועסן,
איין מיידל, חוה דן, מיט א בחור מרדכי שטיינמץ האבן אנגעהויבן צו ערווארבן א ראמאנטישע באציאונגן,
דער בחור אין מיידל האבן די פאלגענדע וואכן פארגעזעצט צו ארויסגיין אינאיינעם,
און די וואך איז דער שידוך ענדגילטיג געשלאסן געווארן,
דער בחור אין מיידל זענען געגאנגען אויפזוכן דעם פאליסמאן איהם מודיע זיין דער שידוך וואס ער האט אויסגעפירט,
און לאדענען צו זייער ווארט און חתונה,
די געשיכטע איז באריכטעט געווארן מיט סענזאציע און די ניו יארקע צייטונגען,

ברוך הנותן אשה לאיש!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר