פרייוויליג האט געשריבן:שבת אחים, איך האלט אז די נעמסט די פארמעסט גאר גאר ערנסט. לויט די מענטשליכער ווארשיינדליכקייטן האט בערני זערא שאנסן איבער צו יאגן קלינטאן. יא, בערני געווינט, אבער ער איז לידינג פון ביהיינד. רעאליסטיש גערעדט האט ער אפילו אין ניו יארק קיינע אויסזיכטן. יא, איך ווייס פון די פאולס אז ער האט זיך ארויפגעריקט, אבער דארטן איז הילעריס באזע. אשאד אז דו האסט גענומען א פארלוירענע קאדידאט. פארוואס זאלסטו דאס נעמען אזוי ערנסט? מען קען מיינען ווער סענדערס איז שוין, איך גלייב אז פאר א יאר צוריק האסטו אפילו נישט געוויסט ווער דער מענטש איז. וואס האט סענדערס מיט דיך פרעזנדליך? זיינע פאליסיס וואס יעדער מיט א מעגעבייד אין מח האלט אלס אוממעגליך? דו גייסט דאווענען אין זיין שול? ער גייט דיך געבן מער פודסטעמפס? אויב נישט פארוואס זאלסטו נישט זיצן פון אינדרויסן און זיך אינטערטענען ווי די קאנדידאטן רייסן זיך ביי די קעפ, אנשטאט ווערן מיטגעשעלפט מיט זיי אזוי גערופענע פיוטשער אויף וואס צו גלייבן?
אסאך נעשריקייטן רעדסטו מיין פריינד
על ראשון ראשון, קודם כל ווער זאגט אז ער האט זערא שאנסן? סתם געשאסן! קוק צוריק פון אנפאנג האט יעדער געזאגט ער גייט עס נישט מאכן בכלל און ער גייט ארויספאלן ביז אפאר וואכן, דערווייל האט ער געוואונען מעהר סטעיטס ווי הילערי און געטייט אין 3 אנדערע סטעיטס (א חילוק מיט איינס ביז צוויי פראצענט). קוק צוריק אלע פאולס!
צווייטענס איך האב נישט קיין פוטסטעמפס און קיין שום גאווערמענט פראגרעמס, (פארקערט איך צאל צו אסאך טעקס סוף יאהר -די לעצטע 10 יאהר )אבער רוב מענשטען וואס איך (און דו) קענען האבן יא פוטסטעמפס, און אן דעם קענען זיי נישט דערלעבן! קוק צוריק ווער סהאט געפייט פאר די ארימע אלע יאהרן, ווייסט אז איינע פון די תנאים וואס די ריפובליקענס האבן פארגעלייגט ביי אבאמאקעיר איז געוועהן אז זיי וועלן וואוטן פאר דעם נאר אויב מ׳שנייט 10 פראצענט פון פודסטעמפס?, פאר דיר און פאר אלע אחבנ״י וואס לעבן אויף די גאווערמענט איז די טשויס קלאר בערני סענדארס און נישט קלינטאן! און זיכער נישט קיינער פון די ריפובליקענס.
דריטענס ווי קומט אריין א בעיסמעידרש דא? אלעס ווענד זיך ביי דיר אין בעיסמעדיש?
איך וויל האבן א נארמאלע מענטש פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן און איך קען שוין בערני פאר 8 יאהר אדער מעהר (זייט איך האלט מיט פאליטקס פון דער נאנט) און ער איז ממש פון דער איינציגסטער נארמאלסטע מענשטען אין וואשינגטאן וואס האט געקעמפט ציין און נעגל פאר די ארימע און די underdog, ער מיט זיין ווייב זענען זייער פיינע צוגעלאזענע מענשטען וואס גייען מיטן אמת, ער איז פון די איינציגסטע פאליטשאונס וואס האבן נישט גענומען קיין advantage אין וואשינגטאן און אנגעקניפט קאנעיקשאונס און רייך געווארן אויפן חשבון פון די אמעריקאנע מענשטען, ווילסט האבן א ערליכע honest פרעזידענט א שטאטסמאן וואס גייט טוישן די אמעריקענע יוסטיץ סיטסטעם? ווייסט אז אמעריקע לייגט אריין פערצענטאל מעהר מענשטען אין תפיסה ווי אלע אנדערע 250 לענדער?? ביסט שוין אמאל געזיצן אין תפיסה??? האסט שוין אמאל באזוכט א תפיסה?? הילערי קלינטאן איז א ליגענער און א corrupt פאליטשאון! איך בין שוין זאט פון די קליטאונס מיט זייערע סקאנדאלן! איך וויל בערני סענדארס פאר פרעזידענט, און איך האב נישט קיין ספק שבעולם אז ער גייט זיין די בעסטע פרעזידענט וואס אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט!
וואס גייט דיך אן אז איך גיי אזוי שטארק בענעענס פאר סענדארס? וואס פונקטליך דריקט דיר?
מ׳קען נאך אסאך רעדן דערוועגן, און איך האב נאך אסאך וואס צו זאגן איבער די נושא, און גלייב מיר וועסט נאך מסתמא הערן פון מיר אסאך איבער דעם...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius