עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
ליידער ביניינו איז דא אידן וואס זענען נישט אזוי מצליח, זיי איז נישט געווען באשערט פרנסה בהרחבה, גיין גוטע אידן אין קלאפן אויפן טיר פון ברייט הארציגע אידן אין מהעלפט אזוי די עני מיטן חתונה מאכן אדער אפי סתם אדורך צו שטיפן ס׳חודש.
כ׳האב לעטצענס מיטגעהאלטן א מעשה ווי מאיז געגאנגען שאפן אפאר טולר פאר א איד א ארבייטס אינגערמאן אבער ער דעקט נישט די הימל שרייעדיגע בודזעט אין זיינע באקאנטע האבן ארויס געהאלפן מיט שיינע נתינות.
כבין געווען אינוואלד אונעם דבר מצווה אלץ גוטע ידיד פונעם נצרך אין מהאט עיהם ב״ה שיין געהאלפן חתונה מאכן באקוועם.
גייט אדורך א צוויי חדשים אין סקומט צו מיר צו א איד וואס כהאב געבעטן א נדבה פאר דע צוועק אין זאגט מיר אין אויער מיט א בייזקייט, ״כוויל צירוק מיין נתינה״. כהאב נישט אפי געדענקט וואס ער רעדט וועגען, סאיז שוין אדורך דריי חדשים אין כהאב נישט געדענקט וועגען די מוגערע 180 טולר טשעק וואס האט געדארפט זיין דידאקטעבעל.
ער דערמאנט מיר ״מיין נתינה פאר חיים זאב, כוויל צירוק״ כקוק עיהם אן מיט קעלבענע אויגן, כאילו די העלל איז דיין פראבלעים.
יא יא די הערסט גוט זאגט ער איבער, א חוצפה חיים זאב האט ארויס גענומען א פולי לודיד אדעסי, עיהם איז נישט גוט די קרייסלער? אין כ׳האב געזעהן זיין ווייב אנקויפן אין לאקאל גראסערי, וואס איז עיהם נישט גוט KRM?
כהאב תיכף ארויס גענומען פון טאש 180 טולר אין עיהם געזאגט, נעם די דיין פארשאלטענע נדבה, שטיק דיך דערמיט, אין הענג דיך אויף, יעצט איז חיים זאב די גארנישט שולדיג, פארשטייט זיך ער האט געטרייט צירוק צודרייען די זייגער, נעה כהאב נאר געוואלט מעורר זיין אז KRM ביליגער בלא בלא בלא....
כוויל פארשטיין, איז א ארימאן מחיוב מיתה? טאר ער זיך נישט אמאל ערלויבן א קלייניגקייט? טאמער וויל עיהם די בעה״ב געבן א אפגרעיד קאר דארך ער אפזאגן? א מין איבעל, דער עני גייט יעצט זיין אונטער א פאגרעסרונג גלאז ביז די טאג ער שטארבט?
איינער האט געפרעגט אין א שכינותדיגע אשכול אויב די אידן וואס נעמען צדקה טאמער זיי קויפן פאר די קינדער טיקיטס צום אונטען שפיל.
די כאפסט וואס פאר א רשעות ליגט דא? טאר נישט דער אינגעל גיין צו א פלעי איינמאל א יאר אזוי ווי אלע אנדערע קינדער פון זיין קלאס???
מרעדט דא וועגען א נישטיגע 40 טולר, וואס פאר א אינגעל קען דאס מיינען אלץ, אבער ער איז נישט בארעכדיגט צו גיין,
אין טאמער די טאטע האט געמאכט מיט עיהם א קאנטעסט אויפ 2 חדשים פון לערנען ברציפות, דארפ די קונד הענגן א צעטיל אויפן פלייצע ״פליז לאסט מיר דא זיין, כהאב עס ערליך פארדינט פון א קאנטעסט״.
מקען נישט נאך קוקן די ארימאן אין שפרינגען יעדער מאל ער ערלויבט זיך צו אטעמען, מקען נישט וויסן די חשבונות, אפשר איז געווען א סעיל אויפ די אדעסי? די זעלבע פרייז ווי קרייסלער? אבער ער מוז יעצט נעמען די קרייסלער ווייל די האסט נעכטן געשריבען א קארגע טשעק אין יעצט איז דיר אינגערמאן מיטן קינדער אונטער דיין אבזערוואציע.
כ׳פארשטיי טאמער א ארימאן איז נישט א בעל אחריות אין איז מנדב יעדער שני וחמישי א פרנס היום פארן גאנצע תלמוד תורה, אין שמייסט ארום מיט א לעקסעס איז צריך בדיקה אבער געווענדליך קענט איר לאזן געמאכט, דיין געלט איז צדקה אפי מאכסט נישט זיכער אז דע נעקסטע צען יאר זאל ער עסען נאר טשיקען פאר סאפער אין ח״ו נישט טועם זיין אמאל פלייש, (פארשטייט זיך ביי א שמחה מעג ער בדיעבד), אויבן אין הימעל וועט די דער טשעקל קעגן קומען אלץ א זכות אפי טאמער זיינע קינדער זענען געגאנגען צום אינטערן פלעי, האסט שטאפענע׳ס ווארט דערויפ
יעצט זיי נישט קיין עסס, געב יענער פלאץ צו אטעמען.
נ.ב. געטראכט פון אוועק לייגן פארן פה סח 2. אבער כהאב זיך נישט געקענט אנהאלטען

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום שטאפענע קאפעליטש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- outspoken
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1227
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
- האט שוין געלייקט: 269 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל
אמאל איז געווען אזא מהלך, אז לויט וויפיל שטייער מ'האט געגעבן פאר די קהילה האט מען געקענט מאכן גרעסערע שמחות, היינט ווען איינער מאכט א פליפ מיינט ער אז ער איז שוין א ביליאנער ,קען זיך אויפרייסען, נאר די שכן וואס דאווענט מיט די ערשטע מנין און קימט אהיים ביינאכט נאך א טאג שווערע ארבייט איז ער דיין פאנטשיג בעג ווייל האסט אים אמאל עפעס געגעבן. אינגערמאן!!! ס'איז א גלגל החוזר, נישט אלץ ארבעט פליפס אדער דרייען מיט די באנק, דעמאלסט וועסו אויך זאגען פאר דיין וויב און קינדער"אלע שכנים האבן אבער מיר האבן נישט, פאר דעם קענסטו אדער די קינדער גארנישט קויפן נאר גיי אריבער צום ער''פ טראקס און דארט איופזיכען אויף אן אלטע אנצוג."
געהערט פון אן עסקן, אויף אזאך וואס איז סטאנדערט שטעלט ער צוזאם אן קיין שום פראבלעם, נישט קיין חילוק צו מ'קען זיך באגיין אן דעם(און ווערן מבוזה) אדער נישט.

פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3150
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
- האט שוין געלייקט: 414 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל
@שטאפענע איך מוז דיר באדאנקען פארן אזוי גוט ארויסברענגען די זאך
צו מיר גאנצל איז צוגעקומען א יונגערמאן וואס איך האב געוואוסט פאר דעם אז ער גייט נעבעך דורך ביטערס בבני חי' און דאס האט פארשטייט זיך געברענגט א ענשאפט אין מזוני ענגשאפט ? נאך ווייניג געזאגט א לאסט פון שווערע צענדליגער טויזענעטער דאלערס און צוגאב אין דער ערד געלייגט א אנליין ביזנעס און געווארן א פארט טיים ארבעטער ער זאל קענען זיין פלעקסיבעל מיט די שעות ער זאל זיך קענען היילען
עניוועי ער קומט צו צו מיר איינמאל ביינאכט נאכן זיך משתתף זיין ביי א חתונה איך וויל מיט דיר רעדן פריוואט איך דארף קיינעם ניטש צולייגן וואס די שמועס איז געווען אוי נעבעך ווילאנג ער איז צוגעקומען צום ווארט אוי טאטע מ'קען דאך צופיצלט ווערן האלב שטאמעלדיגע ווערטער ' סאיז געקומען צו א מצב איך דארף צוקומען צו מענטשן ' אוי טאטע ס'ציפט 'איך האב פראבירט אליין קודם' און איך זיץ וואס טו איך דא ווי זוי מאך איך אים באקוועם ? עניוועי איך זאג אים שאולי איך וועל פראבירן צו פארשאפען פאר דיר 10000 $ געגאנגען אהיים געמאכט א ליסטע פון פריינט ווארק מעיטס שול מעיטס קרובים שכנים פון דעם וועל איך פראבירן 100 פון אים אביסל מער פון די גרופ אויף 10 200 400 פון גרעסרע בעלי יכולת 500 1000 ויסעו
האב איך דען צוזאם געשטעלט די געלט ? א גרויס חלק אבער איך בין מיד געווארן פון דארפן ענטפערן אזויפיל קשיות פארוואס אהער פארוואס אהין זאכן וואס איך האב אליין נישט געוואוסט די תירוצים פארוואס גייט ער נישט צו די ארגענעזאציע און פארוואס האט ער נישט געסטאפט ווען ער האט געזען ער האט נישט קיין געלד כהנה וכהנה האב איך אפגעמאכט געט די העק משיגע ממראה מה לי ולצרה
ווי האט מיר א צובראכענע איד געזאגט דו ווייסט וואס מיינט לא לידי מתנת בשר ודם איך זאל נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע בשרס וואס ודם מיט זייער נתינה צאפן מיר זיי די בלוט
אבער איך מוז ארויסברענגען ס'איז דא גוטע אידן אויך אן א פיפס ארויסגעשריבען טשעקס פון שיינע נומבערס יהא חלקי עמהם איינער האט מיר צוגעלייגט אז ער האט געהערט פון א חשובע איד אז אמאל נעמט מען אוועק פון הימל איינעםס חשק צו ארבעטן דאס איז א חלק פון זיין נסיון וואס עס איז אים באשערט פון אויבן

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
ס'איז פאר אונז א מוסר השכל. אפט מאכט זיך אז איינער קומט בעטען הילף צו א מתנה, און פון נייגער הייבט מען אן אויסצופרעגען. ווען מ'זעט ווי דער שואל פילט ווען אלע פרעגען איהם אויס, ווייסט מען זיך צוריקצוהאלטען
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
איך גיי נישט איינטיילן פאר קיינעם ווי צו ספענדן זייער געלט און וואס זיך נאכצוגעבן. ס'זענען פארהאן הונדרעטע צדקה צוועקן און אסאך דערפון זענען טאקע גאר וויכטיגע צוועקן, קומט ממילא אויס צו געבן צדקה. ווען איינער קומט וויינען צו מיר אז ס'נישטא קיין געלט צו שפייזן די משפחה, קויפן שיכעלעך פאר די קינדער וכדומה גייט מיין הארץ אויס פאר יענעם און איך פראביר צו העלפן נישט ווייל איך דארף (כ'האב דאך שוין יוצא געווען מצות צדקה פאר אנדערע צוועקן), נאר ווייל איך שפיר זיין צער און האב מיטלייט.
אבער, ווען איך ווייס אז דער וואס באקומט די געלט גיט עס אויס אויף לוקסוס און ווער רעדט נאך ווען יענער שפענדט אויף זאכן וואס איך ערלויב מיך נישט, האב איך זייער ווייניג סימפאטיע פאר יענעם. ווילסט פארן קיין ליזענסק? ווילסט חתונה מאכן אין קאנטינענטאל? געזינטערהייט אבער קום נישט וויינען צו מיר אז ס'איז נישטא קיין געלט. סארי, איך האב וויכטיגערע צוועקן.
אגב איז אינטערעסאנט אנצוצייכענען די שיטה מקובצת אין מס' כתובות וואס זאגט אז דאס וואס שטייט אז מצות צדקה איז אפילו סוס לרכוב עליו ועבד לרוץ לפניו איז נאר פאר איינער וואס איז געווען אמאל אן עושר און איז געוואינט צו לוקסוס און טאמער וועט ער דאס נישט האבן וועט אים זיין א גרויסע בושה אז די גאס זאל וויסן אז ער איז געווארן א יורד.

- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
כ'הער וואס דו זאגסט, אבער ווען דיין צווייטע קאזין קומט צו דיר וויינען אז ער דארף הילף חתונה צו מאכן, און ווען דו קומסט אן צו די חופה זעהסטו דארט 6 שירה מעמבערס.... ס'שפירט זיך מאדנע.
אין אנדערע נייעס, א איד וואס לעת עתה גייט עס אים נישט, בין איך געווען פארמישט צו העלפן, האט דאס מאל חתונה געמאכט "נארמאל", כאטש וואס ביים פאריגען חתונה איז געווען אביסל ברייטקייט. אזא איינעם פילט זיך גוט צו העלפן.

Under influence
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
שמעון וואלף און קאווע טרינקער האבן אויסגעכאפט מיינע ווערטער,
ד.ה. עס איז פאראן 2 זייטן צום בילד, אודאי מעג אן עזר למזון מעמבער קויפן א כרטיס צו א פלעי פאר זיין קינד, זיי זענען נישט מחוייב צו ליידן, אבער ווען מען קומט צו א אויסגעשנארטע חתונה און מען זעהט לוקסוס און געלט פארשווענדעניש איז עס הארצוויי און איז נועל דלת פאר בעלי צדקה, און הגם עס שטייט מען דארף געבן עבד לרוץ לפניו וכו' איז עס ווי פארשטענליך נישט אין יעדע מצב אזוי. בקיצור, כל ערום יעשה בדעת (הגם אין עניות אלא מן הדעת, וחכמת המסכן בזויה...)
כ'מיין אז נעמען שטאטישע פראגראמען און דרייוון אן אקיורע מיט היעטעד לעדהער סיעטס איז אויך נישט עפעס אזוי איי איי איי.... אדער אפשר איז דאס בגדר 'סוס לרכוב עליו'??? ויש ליישב בדוחק.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 129
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
- האט שוין געלייקט: 52 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל
שמעון וואלף האט געשריבן: ווילסט פארן קיין ליזענסק? ווילסט חתונה מאכן אין קאנטינענטאל? געזינטערהייט אבער קום נישט וויינען צו מיר אז ס'איז נישטא קיין געלט. סארי, איך האב וויכטיגערע צוועקן..
גראדע א איד וואס איז אן עני און ער פארט קיין ליזענסק אדער מירון לפענ"ד דארף מען יא דן זן לכף זכות. דער איד מיטשעט זיך זייער מיט פרנסה און האט גאר א שווער לעבן אין ער וויל זיך גיין אויסוויינען און אויסבעטען ביים ר"ר אלימלך אדער ביים תנא אלקי רשב"י איז אזוי שלעכט? איך האב א חבר וואס מיטשעט זיך שוין יארן אוןן די חברים העלפען צו ווען ער מאכט חתונה וכו' איז ער פאריאר געפארן ל"ג בעומר. בין איך גענוג היימיש האב איך איהם געפרעגט כסף מנלן? האט ער מיר אזוי געענטפערט: איך ארבעט ווי א חמור יעדן טאג זונטאג-פרייטאג איך דאווען מיט תרח'ס מנין שחרית צו זיין אין צייט ביי די ארבעט. אין קאנטרי פאר איך נישט, חוץ וויזיטינ"ג סאנדע"י, סתם וואקאציע פאר איך אויך נישט.איך לייג מיר אוועק $10 יעדע וואך שוין עטליכע יאר אז איך זאל קענען פארן אויף ל"ג בעומר, קומט מיר נישט איינמאל צו פארן צו רשב"י זיך אויסבעהטען?
איך האלט ער איז גערעכט.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
יעדער איז זייער גערעכט...
אבער וואס זאל איך טועהן א חבר קומט צו מיר בעטן פאר זיין שווער מאכט חתונה, איך רוף מיך אן ווארים כגעב איהם א גלאטע $100 אין נעקסטע האלבע שעה דרייט זיך אדורך א משולח כגעב איהם נישט מער פין א טולר אינמיטן באמערק מיין חברס שווער ער דאווענט אין די זעלבע שיל געבט פאר די משולח $50.
וואס דארף איך צו טראכטן די בלוט איז מער ארויף אין קאפ.....
ווילסט געבן א דולר צוויי אפי 5 העלא ר' איד די ביסט נישט ערגער פין די משולח נאר אז דיין איידעם טוט עס אנשטאט דיר.
הוה דן לכף זכות..

דאס מענטשעלע שפילט........
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
''דיין'' חבר דארף א נייע פאר שיך..
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:ליידער ביניינו איז דא אידן וואס זענען נישט אזוי מצליח, זיי איז נישט געווען באשערט פרנסה בהרחבה, גיין גוטע אידן אין קלאפן אויפן טיר פון ברייט הארציגע אידן אין מהעלפט אזוי די עני מיטן חתונה מאכן אדער אפי סתם אדורך צו שטיפן ס׳חודש.
כ׳האב לעטצענס מיטגעהאלטן א מעשה ווי מאיז געגאנגען שאפן אפאר טולר פאר א איד א ארבייטס אינגערמאן אבער ער דעקט נישט די הימל שרייעדיגע בודזעט אין זיינע באקאנטע האבן ארויס געהאלפן מיט שיינע נתינות.
כבין געווען אינוואלד אונעם דבר מצווה אלץ גוטע ידיד פונעם נצרך אין מהאט עיהם ב״ה שיין געהאלפן חתונה מאכן באקוועם.
גייט אדורך א צוויי חדשים אין סקומט צו מיר צו א איד וואס כהאב געבעטן א נדבה פאר דע צוועק אין זאגט מיר אין אויער מיט א בייזקייט, ״כוויל צירוק מיין נתינה״. כהאב נישט אפי געדענקט וואס ער רעדט וועגען, סאיז שוין אדורך דריי חדשים אין כהאב נישט געדענקט וועגען די מוגערע 180 טולר טשעק וואס האט געדארפט זיין דידאקטעבעל.
ער דערמאנט מיר ״מיין נתינה פאר חיים זאב, כוויל צירוק״ כקוק עיהם אן מיט קעלבענע אויגן, כאילו די העלל איז דיין פראבלעים.
יא יא די הערסט גוט זאגט ער איבער, א חוצפה חיים זאב האט ארויס גענומען א פולי לודיד אדעסי, עיהם איז נישט גוט די קרייסלער? אין כ׳האב געזעהן זיין ווייב אנקויפן אין לאקאל גראסערי, וואס איז עיהם נישט גוט KRM?
כהאב תיכף ארויס גענומען פון טאש 180 טולר אין עיהם געזאגט, נעם די דיין פארשאלטענע נדבה, שטיק דיך דערמיט, אין הענג דיך אויף, יעצט איז חיים זאב די גארנישט שולדיג, פארשטייט זיך ער האט געטרייט צירוק צודרייען די זייגער, נעה כהאב נאר געוואלט מעורר זיין אז KRM ביליגער בלא בלא בלא....
כוויל פארשטיין, איז א ארימאן מחיוב מיתה? טאר ער זיך נישט אמאל ערלויבן א קלייניגקייט? טאמער וויל עיהם די בעה״ב געבן א אפגרעיד קאר דארך ער אפזאגן? א מין איבעל, דער עני גייט יעצט זיין אונטער א פאגרעסרונג גלאז ביז די טאג ער שטארבט?
איינער האט געפרעגט אין א שכינותדיגע אשכול אויב די אידן וואס נעמען צדקה טאמער זיי קויפן פאר די קינדער טיקיטס צום אונטען שפיל.
די כאפסט וואס פאר א רשעות ליגט דא? טאר נישט דער אינגעל גיין צו א פלעי איינמאל א יאר אזוי ווי אלע אנדערע קינדער פון זיין קלאס???
מרעדט דא וועגען א נישטיגע 40 טולר, וואס פאר א אינגעל קען דאס מיינען אלץ, אבער ער איז נישט בארעכדיגט צו גיין,
אין טאמער די טאטע האט געמאכט מיט עיהם א קאנטעסט אויפ 2 חדשים פון לערנען ברציפות, דארפ די קונד הענגן א צעטיל אויפן פלייצע ״פליז לאסט מיר דא זיין, כהאב עס ערליך פארדינט פון א קאנטעסט״.
מקען נישט נאך קוקן די ארימאן אין שפרינגען יעדער מאל ער ערלויבט זיך צו אטעמען, מקען נישט וויסן די חשבונות, אפשר איז געווען א סעיל אויפ די אדעסי? די זעלבע פרייז ווי קרייסלער? אבער ער מוז יעצט נעמען די קרייסלער ווייל די האסט נעכטן געשריבען א קארגע טשעק אין יעצט איז דיר אינגערמאן מיטן קינדער אונטער דיין אבזערוואציע.
כ׳פארשטיי טאמער א ארימאן איז נישט א בעל אחריות אין איז מנדב יעדער שני וחמישי א פרנס היום פארן גאנצע תלמוד תורה, אין שמייסט ארום מיט א לעקסעס איז צריך בדיקה אבער געווענדליך קענט איר לאזן געמאכט, דיין געלט איז צדקה אפי מאכסט נישט זיכער אז דע נעקסטע צען יאר זאל ער עסען נאר טשיקען פאר סאפער אין ח״ו נישט טועם זיין אמאל פלייש, (פארשטייט זיך ביי א שמחה מעג ער בדיעבד), אויבן אין הימעל וועט די דער טשעקל קעגן קומען אלץ א זכות אפי טאמער זיינע קינדער זענען געגאנגען צום אינטערן פלעי, האסט שטאפענע׳ס ווארט דערויפ
יעצט זיי נישט קיין עסס, געב יענער פלאץ צו אטעמען.
נ.ב. געטראכט פון אוועק לייגן פארן פה סח 2. אבער כהאב זיך נישט געקענט אנהאלטען
אין אלע דורות פון בריאת העולם ביז עטליכע צענדליגע יאר צוריק האט יעדער פארשטאנען אז דער עני האט נישט וואס יעדער האט. דער תמחוי איז נישט באשטאנען פון בשר שמן מיט יין ישן, נאר פון ברויט. נאר פאר ד' כוסות גיט מען וויין משום פרסומי ניסא.
היינט איז געווארן אכשר דרא. דער עני המתפרנס מן עזר למזון וכדו' מוז אלעס האבן. איין מינוט, ווער זאגט ער מוז האבן פלייש איעדן טאג? פ"וו בהמה פלייש? פ"וו דארף זי קויפן leben , ס'איז פלעין מותרות, איך פארגין עס מיך נישט אפילו כ'האב. יאגורט איז זייער טייער, מ'קען עס אליינס מאכן. אה ס'איז נישט אזוי גוט! מען דארף נישט קויפן קיין צייטונגען און אויסגאבעס, (העכסטענס קען מען שאפן גענוצטע). פ"וו קויפסטו דיספאזעבל טעלערס קאפס?? וכו' וכו'. די אלע זאכן איז געווארן א מינומום! פארוואס??
אה יעצט נעמט מען ארויס די דזשאקער: די קינדער! מען טאר זיי נישט מאכן פילן ווייניגער פון אנדערע! אז דו קענסט נישט זאגן פאר דיין קינד "אונז האבן נישט קיין עקסטערע געלט פאר א טייערע פלעי טיקעט, לאמיר גיין ערגעץ ביליגער", איז אך און וויי פאר דיך און פאר דיינע קינדער!
כ'האב שוין מורא מ'זאל נישט זאגן אין הימל, אה דער טמיר רעדט ווי א גרויסע צולייגער לאמיר עם אויספראבירן ח"ו, בין איך מגלה דעת אז די דיבורים זענען בטלים ומבוטלים, אנאנים האט עס געשריבן. ואני את נפשי הצלתי
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: עני אונטער א פארגרעסרונג גלאז
בד"וו אין הלכות חינוך האב איך אמאל געהערט פון ר' יחיאל יעקובזון אז ס'נישט גוט צו זאגן כסדר פארן קינד מ'קען נישט דעס, מ'קען נישט יענץ ווייל ס'קאסט צו סאך געלט, ווייל אזוי וועט די קינד כסדר טראכטן, אה, ווען איך וועל עלטער ווערן וועל איך זיכער מאכן צו האבן גענוג געלט און זיין א גביר וכו', בקיצור ס'לייגט דעם קינד'ס שאיפות אין געלט אריין.
מ'דארף איינגעוואוינען די קינדער צו פאלגן ווייל אזוי ווילן די עלטערן, פיריעד.
מ'דארף איינגעוואוינען די קינדער צו פאלגן ווייל אזוי ווילן די עלטערן, פיריעד.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
אקעי, מ'דארף קענען זאגן מוזט נישט האבן אלעס וואס אנדערע האבן. חינוך אויף די משנה הקנאה מוציאין את האדם וכו' איז פונקט אזוי וויכטיג ווי אנדערע זאכן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איך גלייב באמונה שלימה אן קיין שמץ של ספק, אז הלל הזקן וואס האט ג'פסקענט "די מחסורו - אפילו סוס לרכב עליו ועבד לרוץ לפניו" וואלט היינט מחייב געווען עשירים צו צאלען די נישטיגע פערציג דאלער פאר פלעי טיקעטס. וואס האלטסו, האנט מצות איז וויכטיגער?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
די מימרא דארף מען אפלערנען, ס'איז נישט א בלענק טשעק. אזוי ווי דו פארשטייסט אז מ'דארף נישט קויפן פארן טאטן א קעדילעק
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- א איד
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1320
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
- געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
- האט שוין געלייקט: 606 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל
@טמיר איך טראכט אפשר, אמאליגע צייטן ווען עס איז געווען דער תמחוי האט יעדער מענטש אינדערהיים געקאכט געבאקן כשר געמאכט אליינס וכו' וכו', היינטיגע צייטן איז אין דעם נישט אכשר דרא, לדוגמא דו רעדסט פון יאגורט, וויפיל מענטשן ווייסן בכלל צו זאגן פון מאכן אליינס יאגורט, היינט איז די סדר אז מען קויפט אלעס פשוט ווייל מען ווייסט נישט ווי אזוי צו מאכן.
ווען מען וואלט ווען היינט צו טאגס גענומען אן עוף צום שוחט, און עס דערנאך אליינס כשר געמאכט און געזאלצן, וואלטן רוב מענטשן היינט געהייסן גענוג בעל בית'ש צו קענען זיך ערלויבן פלייש אינמיטן וואך, און אויף שבת ויו"ט בהמה פלייש, ווייל עס וואלט אויסגעקומען אסאך ביליגער.

מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
ווען עזר למזון וואלט נישט געטיילט קיין יאגורט, וואלט מען שוין גאנץ גוט געוויסט וויזוי צו מאכן אליינס