זאל ער טאקע האקן זונות וויפל ער וויל, אבער נאכדעם זיי נישט קיין היפקאריט און זאג יענעם וויאזוי ער זאל זיך אויפירן אין זיין בעדרום און זיך נעמען רעדן פון זיינע קריסלטליכע וועליוס. פאר זיך האקט ער זונות און פון די ארימע וויל ער צונעמען פוד סטעמפס און מעדיקעיר! א שיינע מעשה! נאכדעם שטעלט ער זיך אויף אין פובליק און אטאקירט אבאמא און די לינקע אז זיי זענען די שטן!
ער איז א גרויסער היפאקריט אזש אז מ׳קען טאפן זיין היפקארסי אין די לופט! מ׳דארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צו פארשטיין אז ער איז נישט קוואליפיצירט צו זיין די קאמענדער אין טשיף פון די פרייע וועלט, א פלומבער א מעקעניק? אפשר יא!
#עקעלהאפטיג
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
ליבעראלן זענען קיינמאל נישט געווען צו שטארק אנטציקט פון דעם רעיון הציוני, נאר נאך וואס עס האט פאקטיש מצליח געווען, און בעיקר נאך די זעקס טאגיגע מלחמה און די קאשמארן פון א מעגליכע האלאקאוסט איבערשפיל רח"ל האבן זיי איינגעקלאפט מיט די מדינה. מיט די צייט אבער איז עס געווארן אועסגעקילט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
איך וועל דיר באלד מסביר זיין פונקטליך וואס איך האלט און מיינע געפילן זענען פאר די מדינה, מאכסט א טעות איך בין א שטארקע שטיצער פון די מדינה און זייער פרא-ישראל און איך וועל דיר מסביר זיין פארוואס. איך קען נישט אויף די מינוט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:ווען האט דעס בערני טאקע געזאגט? אויב ער האט עס געזאגט, ס׳איז דא א קליפ פון דעם? איך האב האב עס קיינמאל נישט געהערט, כבין נייגעריג צו זעהן א קליפ פון דעם.
ער האט דאס געזאגט/גע'געסט' ביי א אינטערוויו מיט די דעילי ניוז דאכט זיך. ער האט פארדעם קלאר געזאגט אז ער געדענקט נישט די ציפער, און דערנאך געפרעגט אויב די 10,000 ציפער איז ריכטיג.
איך בין אזוי ווייט פון א ציוניסט ווי עס איז נאר מעגליך, און איך בין פארשטייט זיך איינשטימיג מיט דיינע פונקטן איבער 'סעלפ העיטינג', איזראעל, וגו'. עס איז פשוט אינטערעסאנט אז ער האט געמאכט אזא גראבע טעות. ער וואלט דאס געדארפט וויסן.
די הויפט סיבה איך שטיץ דאס אידיש לאנד איז נישט ווייל ס׳איז א אידיש לאנד אפילו ס׳וואלט דארט געוועהן א אראבישע לאנד און ס׳וואלט געוועהן א דעמאקרעסי וואלט איך עס אויך געשטיצט, דו פרויען דארפן נישט אין מדינת ישראל ארויסקוקן פון צוויי קליינע שווארצע לעכער, זיי מעגן טוהן וואס זיי ווילן, אין פאלעסטינע אויב רייכערסטו מאריוואנא באקומסטו איין יאהר תפיסה און דערנאך הענגט מען דיך צום טויט! א פרוי וואס ווערט גערעיפט און ווערט טראגעדיג גייט אין תפיסה צוזאמען מיט איר פיצל קינד פאר זיבן יאהר! ווי קען איך שטיצן אזא צוריקגעשטאנענע לאנד מיט שאירא געזעצן? ווידער מדינת ישראל איז די איינציגסטע דעמקראטישע לאנד אין יענע ראיאן וואס אפילו מיט זייערע אלע פראבלעמען מיט זייערע שכינים בליען זיי זייער שטארק אין סייענס און מעדיציען און אין טעכנעלאגיע.
אוואדי וואלט געוועהן טוב שלא נברא, עס איז געוועהן א גרויסע טעות פארן בעצם מאכן א לאנד אין די מיטעל איסט ארומגענומען מיט חיות רעות אבער עכשיו שנברא און עס איז שוין דא אזויפיל יאהרן מיט א נייע דור וואס איז דארט געבוירן דארף מען עס סופארטן אלץ א דעמקראטישע לאנד וואס געט איקוואל רייטס פאר יעדעם איינעם.
איך האב אסאך משפחה דארט, איך האב דארט געוואוינט א שטיקל צייט און איך האב אלץ בחור געלערנט דארט, מיין טאטע איז דארט געבוירן,מיין באבע וואוינט דארט עד היום הזה, מיין מאמע׳ס צוויי ברודערס זענען געוועהן אין די צבא, און זייערע זוהן און טעכטער האבן אלע געדינט אין מיליטער, איך האב יעצט אפאר פירסט קאזינס וואס דינען אין צבא, אבער ווילסט וויסן דעם אמת איך גרויל מיך פון ישראל, פון זייער שפראך זייער אקסענט, זייערע ביהעווער, זייער האט טעמפער, זייער attitude, זייערע עסען, זייערע קולטור, איך פערזענליך גלייך זיי נישט, די סעקונדע איך קום אן קיין לוד און די ווילסט כאפן א מונית הייבט זיך אן קולות וברקים, יעדער שרייט אויפן צווייטן מה איתך? השתגע אתה?, איך פאר נאר קיין ישראל אז איך מוז, כבין שוין געוועהן אין די גאנצע לאנד אין אלע ווינקלען, און ס׳איז געוועהן זייער אינטערסאנט יעצט וויל איך גיין באזוכן אנדערע לענדער ווי איך בין נאכנישט געוועהן, אפשר טאיוואן ,יאפאן, אינדיע, קאנגאו, אוסטרליע, קאלאמביע, בראזיל, אבער מדינת ישראל איז נישט אינטערסאנט איך שטיץ זיי פונדערווייטענס און כהאף אז איין טאג וועט דארט זיין שלום, די טשענסעס אז ס׳גייט אמאל הערשן א שלום דארט איז בערך אזויווי די טשענסעס אז ביל געיטס גייט מיך אדאפטן.
דעס איז וואס איך פערזענליך פיל, אבער איך פארשטיי פארוואס אנדערע אידן גלייכן ארץ ישראל מעהר ווי מיר, מיין טאטע ווערט אביסל באליידיגט און ער גלייכט נישט ווען איך זאג אים אז איך האב נישט אזוי שטארק ליב די איזריעאליס, ער זאגט איך בין דאך א איזריעאלי? איך גלייך אמעריקע און וועסטערן אייראפע.
חוץ מזה נישט אלע ליבעראלס זענען קעגן ארץ ישראל ס׳איז דא גענוג און נאך פרא-ישראל ליבעראלס, נאר וואס דען כאמאסקי און פינקלשטיין זענען ליבעראלס וואס זענען אויך אנטי ישראל ביגאטוס, מיינט נישט אז אלע ליבעראלן זענען נישט פרא ישראל, דאכצעך די ליבעראלע ביל מאהר ווערט באטילט אלץ א ציוניסט און מסמא סעם העריס און ריטשאורד דאוקינס שטיצן אויך ישראל, און פארגעס נישט די לינקע אטיעסט (א אטד רחל) עלען דערשראוויץ איז דאך א spokesman פאר ישראל און פון זייערע גרעסטע שטיצערס, איז פון ווי נעמט זיך טאקע די סטיגמא אז אלע ליבעראלס האבן נישט ליב די מדינה? ס׳איז יש ויש.
אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט אראפגעברענגט דא די מוראדיגע נייעס אז אונזער געוועזענע מעיאר פון די גאמבינא שבט האט גע׳דזשוינט די גרופע פון די נאציענאל קלאונס און ענדאורסט דעם אראגאטענג מאנקי פאר פרעזידענט.
#די לעצטע ביסל רעספעקט וואס כהאב געהאט פאר זשולניאני האב איך פארלוירן
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
שבת אחים האט געשריבן:רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט
#פוי
כווייס נישט צו די ווייסט אז א גרויס חלק היימישע יודן מאכן קוים געניג צו לעבן און ארבעטען געהעריג לעגאל אויף די ביכער און קריגען נישט קיין פוד סטעמפס אדער די אכטער און די אלע אנדערע פראגראמען און אנשטאט צו באקומען פון די רעגירונג א טעקס ריטערן טשעקל דארפן זיי נאך צוצאלן אפאר אלפים,
שבת אויב די מאכסט א שיינע וועידזש נישט אויף די ביכער און באקומסט די אלע שטאטישע פראגראמען אלס א סייד אינקאם, טראכט פון דיינע ברודערס וואס זענען מקיים די דינא דמלכותא, און א פרעזידענט סאנדערס וועט פון זיי ארויסנעמען די אזוי שוין אויך קליינע אויסגעהארעוועטע פארדינסט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
שבת אחים האט געשריבן:רח״ל אידן גייען צו א א פאלשע קריסליכע גלח וואס האקט זונות אינטער זיין ווייב׳ס רוקן און וויל צונעמען פון זיי זייער לעצטן ביסן, דו ביסל פוד סטעמפס וואס זיי באקומען שוין יא פון די גאווערמענט
#פוי
כווייס נישט צו די ווייסט אז א גרויס חלק היימישע יודן מאכן קוים געניג צו לעבן און ארבעטען געהעריג לעגאל אויף די ביכער און קריגען נישט קיין פוד סטעמפס אדער די אכטער און די אלע אנדערע פראגראמען און אנשטאט צו באקומען פון די רעגירונג א טעקס ריטערן טשעקל דארפן זיי נאך צוצאלן אפאר אלפים,
שבת אויב די מאכסט א שיינע וועידזש נישט אויף די ביכער און באקומסט די אלע שטאטישע פראגראמען אלס א סייד אינקאם, טראכט פון דיינע ברודערס וואס זענען מקיים די דינא דמלכותא, און א פרעזידענט סאנדערס וועט פון זיי ארויסנעמען די אזוי שוין אויך קליינע אויסגעהארעוועטע פארדינסט.
איך מאך ב״ה א שיינע וועידזש אלעס איז אויף די ביכער, און לויט סאנדערס פלאן גייט יעדער אין אמעריקא פארדינען פון דעם אויסער די גאר רייכע. לאמיך דיר געבן איין קליינע משל, איך צאל פאר העלט קעיר פאר מיין משפחה בערך 15 טויזענט דאללער א יאר. איך גיי נישט דארפן באצאלן אזוי סאך מעהר שטייערן אינטער סענדארס עס זאל מיר קאסטן עקסטרע 15 אלפים א יאהר. איך ווייס נישט אויף וואס דו בעיסט דיין ארגעיומענט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius