משמרת גלעזער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

משמרת גלעזער

שליחה דורך בן תמליון »

ווי מיר ווייסן קומט דאך כסדר ארויס פרישע טעכנאלאגיעס און מיט אלעם מיינט מען טובת כלל ישראל ווי עס שטייט אין ספרים. מיר האבן שוין קהלה פילטערס מיט שבת דייפערס אט הערן מיר ב"ה שלא השבית לנו גואל ולא אלמן ישראל ווי מיר וועלן איינמאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון דעם ראיות אסורות פראבלעם וואס כלל ישראל מוטשעט זיך שוין צויי טויזנט יאר. ווי אויך דארף מען אויסגעבן גרויסע געלטער צו מאכן גרויסע פלאקאטן יעדן שני וחמישי איבער געפאסטע קליידער צו-טו פיס דאסטערס וכדומה אט ווערט באריכטעט אז א פירמע אין ארץ הקודש האט ערצייגט אזא פארהויכטן מין גלעזער ספעציעל פאר היימישע אידן וואס אויף דריי מעטער אוועק גיבט עס אזא בלורי קוק וואס ווען א מאן וועט גיין צווישן פרויען וועט מען אנטוהן די ברילן און נישט נכשל ווערן. פאר די וואס האבן שוין גלעזער האט די פירמע ספעציעלע סטיקערס ארויפצוקלעבן וואס וועט בלוריען די עקזיסטירענדע גלאז. ווען מען קוקט אויף דער ערד וועט עס נישט זיין בלורי זאגט די פירמע אזוי אז מען וועט זען ווי מ'גייט.

איך וואלט פארגעשלאגן די פירמע זאל מאכן די בלורי גלעזער אין פארשידענע סטיילס ווי מיט סעפטי פינס אין די זייטן אדער סקאטש טעפ אזוי וועט מען וויסן אז איש אשר רוח אלקים בו גייט דא אפשר מיט די צייט וועט מען ארויסווארפן די קינדער פון וועם עס וועט נישט האבן די משמרת גלעזער.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יא, געואלדיג.

עס איז שוין באשריבן דא:

viewtopic.php?p=32196#p32196
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט