איך בין הונגעריג

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

איך בין הונגעריג

שליחה דורך ווייל אזוי »

מיין הונגער פאנגט זיך אן יעדע יאר נאך פורים ווען די שלוח מנות ניצט זיך אויס, שוין נישט דא מער די זיסע וועיפער'ס והמסעתף.
מ'קויפט שוין נישט גארנישט ניי מ'נוצט נאר די אלטע זאכן וואס מ'האט שוין אין פריזער ווייס איך ווי לאנג א שטייגער ווי די תשרי/באקס'דיגע לאקשן, אלטע בילקעלעך פון די שוואגער'ס אויפריף, די שוויגער'ס שלעכטע סאפער וואס מ'האט נישט געוואלט עסן (פרישע'רהייט), בקיצור מ'העלפט די ווייב מאכן פסח'דיג די פריזער.
נישט נאר די פריזער נאר אלע אנדערע זאכן וואס ס'איז דא אינדערהיים "אלעס מוז גיין", עטליכע באקסעס מצה פאר פרישטאג, לאנטש און סאפער, ווייל דאס איז דאך פון די אירלי בירד אויף ר"ח, וועט מען זיך אויף שלש סעודות באגיין אן דעם. אבער די לעפט אווער ניצט זיך אויך אויס פאנגט מען אן צו קויפן קליינע דעינעשאס און האלבע סענדוויטשעס, מ'קארגט אז נישט פשוט, אזוי שטופט מען דורך דעם ערב פסח מ'עסט אלטע איבערגעבליבנע זאכן אויב ס'דא און אז נישט הונגערט מען.

נאכדעים דארף מען וויסן ווי צו עסן און ווען צועסן, דא מאכט מען יעצט פסח'דיג דא האט מען פסח'דיג געמאכט נעכטן וכו', און אויף שבת הגדול אויב נישט שבת החודש איז ממש ווי א טראדיציע צו עסן און קאך נישט קיין חילוק וויפול טעג ס'איז דא ביז פסח.
ענדליך קומט שוין אן פסח כל דכפין (דרך אגב האב איך אמאל געהערט אז מ'זאגט עס אין אראמיש אז די היימישע זאלן נישט פארשטיין) מיין איך אז יעצט וועט מען שוין ווערן זאט אבער וואס ווען ווי , די מצה איז פארברענט האלב זאכן עסט מען נישט צוליב'ן חשש פון מישן די מאסט איז נישט געלונגען און ............... אזוי גייען דורך זיבן טעג פון קארטאפל און אייער ווי מאנכע רופן עס.
ס'קומט שוין אן אחרון של פסח וואס מ'מישט זיך שוין יא פאנג איך אן צו ברעכן, די בעיבי פינגערס האט א טעם פון זייף די ברואני קעיק איז סתם אזוי נישט אין מויל צונעמען די טאטילע טשיפ טעיסט ווי האט פעפער די קניידלעך ווי ראבער.

ווען ס'קומט די זמן מוצאי קויף איך גלייך א (רויע) פיי פיצה און מיט דעם פאנגט מען זיך אן צו ריקאווערן.

חג כשר ושמח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

:lol: :lol: :lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

אין די היינטיגע עפאכע פון "פסח סטארס" קען מען שוין כמעט נישט קויפן קיין חמץ איינער מיט א "חמץ סטאר" ???
פארשפארט