פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שלום על ישראל האט געשריבן:למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?

זיי האבען אויך געדריקט טוילעט פאפיר מיט בעלזער רב'ס בילד דערויף (בעיני ראיתי) בין שאר כל הטעראר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

געב איך א בליק אויף היסטאריקער'ס אינטערשריפט..
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

און געהאנגן א דאמי פארשטעלט ווי דער ליבאוויטשע רבי, און אויפן פיקטשער קען מען זען ווי עולם שטייט און לאאאאכט, בהמות! פערדן! פאלט קיינעם נישט אן אז מען איז אריבער די גבול? שטייען הינדערטע אידן פארזאמלט אויף איין גאס, און עולם גולם שמייכעלט און האט הנאה פון דעם געניאלן איינפאל וואס עפעס א סאטמערע ממזר איז איינגעפאלן. נאר פרייוועט געהאקט אויף אנדערע וואס?
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

שלום על ישראל האט געשריבן:[

היסטאריקער האט געשריבן:זאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן.

אזוי?! קינד און קייט רעדן אויך גדולי הדר כאילו ער איז עפעס א שגץ, כופר, וכו', און ס'איז לא מעלה ומוריד?!

קינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?

היסטאריקער האט געשריבן:ווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט

הער איך. טא ביזטו מסכים סאטמאר האט אפגעטוען כל דבר רשעות, דו זאגסט נאר אז אנדערע אויך. מעגליך. דא פרעגסט פארוואס פונקט סאטמאר? ווייל [size=150]יעצט רעדט מען פון סאטמאר[/size]. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.

דאס וואס איך פרעג, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר

היסטאריקער האט געשריבן:...מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו ... דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו...

די צווייטע דרשה ברבים האסטו אפשר? איך, און טויזענטער אנדערע וואס זענען געווארן עקספאז'ד צו די דברי נבלה, האבן קיינמאל נישט געהערט קיין בקשת מחילה (ס'קען פארט זיין וואר)

ווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירט

היסטאריקער האט געשריבן:וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון

נאכאמאל, דאס גייט נאר צו פרעגן פארוואס מ'פרעגט פונקט אויף סאטמאר, והשבתיך כבר.

נאכאמאל, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר

היסטאריקער האט געשריבן:קלויזענבורגער רבי זצ"ל ... רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים

דו ענטפערסט אויפן רבי'ן זצ"ל, אבער די קשיא איז אויף די טעראריסטן.

איך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גבר

היסטאריקער האט געשריבן:דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט)

וואס האסטו נישט געהערט? אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן? איך האב אויך געלערנט אין סאטמאר, און געהערט די אלע שטיות פעם ועוד. וועמעם מיינסטו דו פאדרייסט די קאפ דא? ואפשר אז מיר האבן געלעבט אין אנדערע צייטן.

איך האב געזאגט אז איך האב נישט געהערט אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? אוודאי האט מען אזוי געזאגט, אז זיינע חסידים האבן אים געקרוינט אלס מלך המשיח האט סאטמאר וועלעכע האבן "געהאלטן" אז ער איז מסית ומדיח צו ציונות געמעגט זאגן אז ער איז א משיח שקר צו פארקלענערן זייין השפעה פונקט ווי אסאך יודן האבן גערופן דעם רבי'ן זצ"ל שונא ישראל וכדומה
דאס אז חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך האב אבער יא געלייענט אין די ליבאוויטשער אפציעלע צייטונג אז דער סיגעטער רב האט נורסינג האומס און איז מאכיל חמץ בפסח, פון דעם ווילסטו נישט רעדן

היסטאריקער האט געשריבן:וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך...

(אויף און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל)

למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?

בערעלע בעלזער הייסט ביי דיר א תורה ריז? אין א שעת מלחמה ווען יונגלעך פון "ביידע" צדדים האבן געוואפן פאשקעווילן, ווייסטו ווייטער נאר פון איין זייט, די ווייסט ווער עס האט פינענצירט דעם פנים חדשות? ווייסט וואספארא חסיד שאולזאן איז?

כ'מיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע דעפענסיווע פראפאגאנדע וואס מיר פארקויפן פאר אונזערע קעלבעלעך. ווער ס'וויל, קען זיך ארומשפיעלן מיט די צווייטע העלפט.


כּמיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע פראפאגאנדע וואס מ' פארקויפט פאר ענקערע קעלבעלעך
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך אויך האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?

זיי האבען אויך געדריקט טוילעט פאפיר מיט בעלזער רב'ס בילד דערויף (בעיני ראיתי) בין שאר כל הטעראר.


אינטערסאנט איך האב מיטגעהאלטן אלעס, איך אפילו אוועק געלייגט די פאשקווילן און איך האב עס קיינמאל נישט געזען
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס וואס איז געשמועסט אמאל אין מקוה איז מעגליך נישט אינטרעסאנט. אבער דער גייסט אין ביהמ"ד, מקוה חדר וכו' איז שוין איינמאל וויכטיג.
ט'האט איינער געקענט שטייען אין סאטמארער מקוה און דערציילען א גדלות פון טשעבינער רב?
ט'האבען די לומדים אין כולל ויואל משה אין שנת תש"כ (!) אמאל געהאנדעלט א פסק פון ר' משה פיינשטיין?
דער איד האט דען נישט בארעכטיגט די וועכטער פעטש?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

היסטאריקער האט געשריבן:קינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?

היסטאריקער האט געשריבן:דאס וואס איך פרעג, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר

היסטאריקער האט געשריבן:נאכאמאל, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר

[tag]היסטאריקער[/tag], קיינער דא וויל נישט רעדן פון דאס אז מ'האט אויך געהאקט אויף סאטמארע רבי זצ"ל, ווייל מיר האלטן נישט ביים פארדרייען די שמועס. זה הוא. עפן בבקשה א אשכול דערוועגן, און מיר וועלן עס צוזאמן באארבייטן.

דאס איז שוין אויבן דערמאנט געווארן:
שלום על ישראל האט געשריבן:ווייל יעצט רעדט מען פון סאטמאר. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.



היסטאריקער האט געשריבן:ווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירט

איך האב געהערט זיין אריגינאלע דרשה הידוע לשמצה, ווי כמעט יעדער אידיש-רעדענדע יוד אויפן כדיר. די צווייטער דרשה (וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר ווייל ס'גייט מיר נישט אהן), איז נישט ארומגעפארן. ווען די חברה ווילן ווען, וואלט עס געווען צושמירט ווי אלע אנדערע סחורה (למשל מיט זייערע האט ליינס און פאני קאלס...)

היסטאריקער האט געשריבן:איך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גבר

עס איז געווארן א פייט?! כל דאלים גבר?!

איי עם אוט אוו העיר!
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

איך וואלט נישט גענטפערט מער, נאר כדי מ' זאל נישט זאגן מדשתקי וכו' וועל איך נאך דאס איינמאל ענטפערן, מער האב איך נישט קיין געדולד, צייט (פאר פסח) צו ענטפערן
שלום על ישראל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:קינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?


היסטאריקער האט געשריבן:]
[tag]היסטאריקער[/tag], קיינער דא וויל נישט רעדן פון דאס אז מ'האט אויך געהאקט אויף סאטמארע רבי זצ"ל, ווייל מיר האלטן נישט ביים פארדרייען די שמועס. זה הוא. עפן בבקשה א אשכול דערוועגן, און מיר וועלן עס צוזאמן באארבייטן.
איך פארשטיי נישט, די אטאקירסט סאטמאר, ווייז איך דיר אויף אז זיי זענן אטאקירט געווארן, זאגסטו אז עס קומט נישט אהער? וויאזוי זאל איך דיר ענטפערן
דאס איז שוין אויבן דערמאנט געווארן:
שלום על ישראל האט געשריבן:ווייל יעצט רעדט מען פון סאטמאר. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.


כנ"ל

היסטאריקער האט געשריבן:ווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירט

איך האב געהערט זיין אריגינאלע דרשה הידוע לשמצה, ווי כמעט יעדער אידיש-רעדענדע יוד אויפן כדיר. די צווייטער דרשה (וואס איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט דערפון, אפשר ווייל ס'גייט מיר נישט אהן), איז נישט ארומגעפארן. ווען די חברה ווילן ווען, וואלט עס געווען צושמירט ווי אלע אנדערע סחורה (למשל מיט זייערע האט ליינס און פאני קאלס...)

פונקט פארקערט, די ערשטע דרשה איז נאך נישט געווען אפילו קיין סעלפאונס, האטליינס, סידיס, קליפס, ווער עס האט געוואלט האט זיך געדארפט פארשאפן א טעיפ(די גמ"ח'ס האבן עס נישט געהאט), משא"כ די צווייטע איז שוין אלעס געווען, אריינגערעכנט אויף קול סאטמאר, אבער אז "ס'גייט מיר נישט אהן" האב איך נישט וואס צורעדן מיט דיר

היסטאריקער האט געשריבן:איך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גבר


עס איז געווארן א פייט?! כל דאלים גבר?! יא, עס האט א תוקף אין הלכה אויך, איף יא לייק איט אר נאט

איי עם אוט אוו העיר!


סא עם איי
א כשר'ן פרייליכן פסח
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פארוואס, פארוואס, אוי פארוואס?!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פשיאאא! עס האט א תוקף אין הלכה?! ווען צוויי ווילדער קינדער שלאגען זיך צו ווערען די מרבים שלום בעולם, איז די הלכה נישט יחלוקו, נישט הממע"ה, נאר כל דאלים גבר, און דאס מיינט אז מ'קען טוהן וואס מען וויל און מ'מעג שיקען אנדערע צו טוהן וואס מ'וויל.
פארוואס, איי פארוואס?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט