ווי באקאנט פארמאגט דער בעלזער רב שליט"א א סענס אף הומער, ער קען אריינפליקן פאר יענעם מיט אזא גלייך-ווערטל, אויף אן אופן וואס ציעט ארויף א שמייכל אויף די לעפצן פון אלע וואס זעען דאס. דער רב שליט"א זאגט סתם אזוי פארשידענע ווערטלעך דא און דארט, ווי אויך האט ער ליב צו מאכן פארשידענע שטיק פארן עולם.
איך גרינד דא אן אשכול, וואס זאל זיין געווידמעט אויף די ווערטלעך פונעם רב, אמאל און היינט. איך וועל אנהויבן מיט איין ווערטל, והמוסיף יוסיפו.
ווען דער רב שליט"א איז אמאל אריינגעקומען אין טשעבינער ישיבה אין ירושלים, דארט איז פאראן אן ארון-קודש מיט א פרוכת וואס קומט נישט אן ביזן ערד, נאר ביז נאך די טירן פון די ארון-קודש, און אונטער דעם איז פאראן א שאפע. ווען דער רב האט דאס געזען, האט ער זיך אנגערופן "אום ווינטער לייגט מען א לאנגע פרוכת?" ודפח"ח.
ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: ווערטלעך פון בעלזער רב שליט"א
ווען דער ירושלימ'ער רב זי"ע איז אוועק אום כ"ו אב, האט דער בעלזער זיך אויסגעדרוקט "אוי! יעצט איז גאנץ ירושלים געפאלען אויף מיין פלייצע'ס"
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל