א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
ניין זיי זענען מער פערפעקט אינעם הינזיכט פון זייער גרייטגייט צו עבודת השם, און ברויכן נישט כסדר עפעס א אויפוואכונג. משא"כ מענער ברויכן כסדר מצות זמניות זיי אויפציוועקן. דערפאר לויבן מענער אז למעשה האבן זיי באקומען די באפעל צו טון מצוות וואס איז פאר זיי א גרויסע זכות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- שלום על ישראל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1042
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1504 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
יואליש האט געשריבן:לויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
דו האסט א פראבלעם מיט שעשני כרצונו, זינט עס זאגט אהן א קאפיטילאציע צום מצב; לשטתו, זאגט שעשני כרצונו אהן פערפעקציע.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שלום על ישראל האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:לויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
דו האסט א פראבלעם מיט שעשני כרצונו, זינט עס זאגט אהן א קאפיטילאציע צום מצב; לשטתו, זאגט שעשני כרצונו אהן פערפעקציע.
וויאזוי קען מען נישט הערן די רעזיגנאציע? ס'הערט זיך ווי, "שוין, אז דו ווילסט אזוי.... העל איך מיך נישט אריינרייסן מיט דיר".
אדערווייס, פארוואס זאגט זי נישט שעשני שלימה?
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
יואליש, הענרי זאגט אז שעשני כרצונו טייטשט אז זיי זענען אויסגעקומען פונקט ווי די רצון הבורא איז, בתכלית השלימות. משא"כ מענער זענען נאך נישט גענצליך כרצונו און זיי דארפן זיך משלים זיין.
אבער א יעדע בר דעת ווייסט אז דאס איז אפאלג'עטיש אפגעטייטשט. ובפשטות איז עס ווי געפילטע פיש האט געשריבן, ופשוט הוא.
.
אבער א יעדע בר דעת ווייסט אז דאס איז אפאלג'עטיש אפגעטייטשט. ובפשטות איז עס ווי געפילטע פיש האט געשריבן, ופשוט הוא.
.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
יואליש האט געשריבן:לויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
אסך מישן דא אויס בענעפיטס מיט העכער
בסברא חיצונה איז די טעם פארוואס דער מאן האט מער בענעפיטס (מער מצוות) איז ווייל ער איז פשוט העכער.
קומט הענערי און זאגט, נאט-עט-אלל, דער טעם פארוואס זיי פעלט דעי בענעפיט איז: ווייל זיי קומען פין א "ספער" פון א דיימענציע וואס פעלט נישט אויס א ריבוי תורה ומצוות.
זייער "מישען" אין לעבן איז אן אנדערע - נישט העכער און נידריגער - נאר אנדערש.
פונקט ווי א מלאך האט נישט קיין תורה ומצוות, מיר האבן אלע סיבות צו דאנקען אז מיר האבן מער בענעפיטס פון מלאכים, מיר קענען ברענגען א נחת רוח למעלה וואס א מלאך קען נישט, אבער דאס זאגט נישט אז מיר זענען העכער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
די ענין איז נאך פול מער קאמפליצירט. די גמרא ברענגט די ברייתא אז שלש ברכות מחוייב אדם לומר בכל יום. ס'נישטא קיין רמז ורמיזא אויף א תמיהה, איין מינוט וואס הייסט שלש ברכות, וויאזוי קען א פרוי זאגן שלא עשני אשה, ס'איז פשוט אז מ'רעדט ניטאמאל צו די פרויען, פרויען איז מען ניטאמאל מחייב מיט די ברכות. ס' איז הערשט די ראשונים וואס זענען מחדש די ברכה פון שעשני כרצונו. ביי די ספרדים זאגן דאס די פרויען בלי שם ומלכות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
הקטן האט געשריבן:יואליש האט געשריבן:לויט הענרי, אז פרויען זענען פון א העכערע קאליבער, קארעקטעד בל"שנו, וואלטן פרויען געברויכט מאכן א שלא עשני איש און די מענער א שעשני כרצונו. #לכאורה
אסך מישן דא אויס בענעפיטס מיט העכער
בסברא חיצונה איז די טעם פארוואס דער מאן האט מער בענעפיטס (מער מצוות) איז ווייל ער איז פשוט העכער.
קומט הענערי און זאגט, נאט-עט-אלל, דער טעם פארוואס זיי פעלט דעי בענעפיט איז: ווייל זיי קומען פין א "ספער" פון א דיימענציע וואס פעלט נישט אויס א ריבוי תורה ומצוות.
זייער "מישען" אין לעבן איז אן אנדערע - נישט העכער און נידריגער - נאר אנדערש.
פונקט ווי א מלאך האט נישט קיין תורה ומצוות, מיר האבן אלע סיבות צו דאנקען אז מיר האבן מער בענעפיטס פון מלאכים, מיר קענען ברענגען א נחת רוח למעלה וואס א מלאך קען נישט, אבער דאס זאגט נישט אז מיר זענען העכער.
כ'פארשטיי וואס ער זאגט. איך זאג אבער אז נאך אלע פשט'לך איז דאס עצם זאגן א ברכה דערויף - אן הודאה גאר - אן אנדייטונג אז איינס איז בעסער און מער גליקליך דערמיט. דאס איז א וועליו זשאדזשמענט אויפן לייטער פון גליק, מענער זענען גליקליך, בשעת פרויען זענען ציפרידן מיט זייער גורל בבחינת חייב אדם לברך על הרע כשם שמברך על הטוב. אויב ביידע זענען אייניג גליקליך מיט איטליכע'ס גורל, וואס איז נישט בעסער און נישט ערגער נאר פשוט "אנדערש" פונעם צווייטן, וואלטן אדער ביידע גארנישט געזאגט אדער ביידע געזאגט שעשני כרצונו (וואס בעצם איז די ברכה בבחינת duh) אדער ביידע שלא עשני איש/אשה.
נהורא זאגט א יוסף חיים גריינואלד-סטיל ווארט אז די ברכה איז פאר די ניסיון און די סטראגעל וואס מענער גייען דורך. משא"כ פרויען, ווי מלאכים, זענען ציכטיג נאטירליך, וואס איז א חסרון אינעם תכלית פון עכשיו שנברא. זיי זענען פשוט אומגליקליך מיטן זיין פערפעקט, אזוי ווי איינער וואס זיין יצר הרע און בחירה פעלט אים נעבעך. כ'לאז יעדעם באשלוסן וויפיל זאמד אין די אויגן דאס איז. אין מיין מיינונג איז עס כחול הים, אליבא דאמת. אבער א שיינע כאפ איז עס און ווילאנג ס'באפרידיגט איינעם'ס געוויסן אז ער האט מענה בפיו, דינט די תירוץ איר ציל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
איך הער דיין וועלט קוק, און איך וועל זיין דער ערשעטער מודה צו זיין אז חז"ל האבן נישט דערגרייכט דעם שפיטץ פין מאראלעטי וואו דו זעסט דאס
די איקוואלעטי אויף דעם לייטער פון גליק (אויב קען ער נאך ווערן אנגעריפען א לייטער) אין ריין פין וועליא דשאמענטס איז אן איטאפייע באשאפען געווארן אין דער דימיון פין דעם ליבעראל טראכטער און האט נישט קיין מקום אין עולם המעשה.
די תורה עספייערט נישט צי פארטיילן די גילק אייניג!
וואס איך פארשטיי אבער נישט איז פארוואס ווען עס קימט צים מאן זאגסטו
אבער ווען עס קימט צים פרוי מיט איר ברכה פארשטייסטו זייער גוט אז דאס איז נאר א יוסף חיים פעשעטעל.
פארוואס מאכט זו בכלל א ברכה?? פארוואס נישט אנפילן א מויל מיט וואסער און זיין שטיל? אויב דא ליגט נישט קיין מעלה אין דעם כרצונו

נאך אלע פשט'לך איז דאס עצם זאגן א ברכה דערויף - אן הודאה גאר - אן אנדייטונג אז איינס איז בעסער און מער גליקליך דערמיט.
אבער ווען עס קימט צים פרוי מיט איר ברכה פארשטייסטו זייער גוט אז דאס איז נאר א יוסף חיים פעשעטעל.
פארוואס מאכט זו בכלל א ברכה?? פארוואס נישט אנפילן א מויל מיט וואסער און זיין שטיל? אויב דא ליגט נישט קיין מעלה אין דעם כרצונו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: א פאפא חסיד מאכט העדליינס אין די מידיא
נאך אזא הילכיגן קידוש השם פון הענרי פין פאפא, נעם איך מיך פאר אויפהערן צי זאגן באיאמ"ה שלא עשני פאפא.
Sent from my VS987 using Tapatalk
Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
1) איז דער יחס פון חז"ל כלפי פרויען געווען ערגער אדער בעסער אדער די זעלבע ווי אנגענומען אין די אלגעמיינע קולטורן ?
2) אויב חז"ל'ס השקפה אויף פרויען זענען היסטאריש געווען אזוי אדער אזוי, מיינט דאס אז דאס בלייבט די השקפה לאורך היסטורית היהדות ?
3) דארפן מען באטראכטן חז"ל אלס א קאלעקטיוו לגבי השקפה, אדער קען מען טראכטן פון פארשידענע מיינונגען.
4) אויב ווייסן מיר קלאר אז סיי וועלכע טראדיציע איז נוגד די היינטיגע השקפה, איז בעסער מבטל צו זיין די מנהג, אדער אנגעבן אפאלאגעטישע הסבר?
5) איז דער מהלך הפרשנות געבויעט אויף נאכגיין די ארגיניעלע היסטארישע באדייט, אדער איז דאס געבויעט אויף די געדאנקענגאנג פונעם מפרש ?
2) אויב חז"ל'ס השקפה אויף פרויען זענען היסטאריש געווען אזוי אדער אזוי, מיינט דאס אז דאס בלייבט די השקפה לאורך היסטורית היהדות ?
3) דארפן מען באטראכטן חז"ל אלס א קאלעקטיוו לגבי השקפה, אדער קען מען טראכטן פון פארשידענע מיינונגען.
4) אויב ווייסן מיר קלאר אז סיי וועלכע טראדיציע איז נוגד די היינטיגע השקפה, איז בעסער מבטל צו זיין די מנהג, אדער אנגעבן אפאלאגעטישע הסבר?
5) איז דער מהלך הפרשנות געבויעט אויף נאכגיין די ארגיניעלע היסטארישע באדייט, אדער איז דאס געבויעט אויף די געדאנקענגאנג פונעם מפרש ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
1) איז מעגליך אז טייל פין דיינע דילעמעס ליידען פין א "false dichotomy" אדער איז נישט דא נאך מהלכים?
2) איז מעגליך אז טייל זענען געבויט אויף א false premise?
2) איז מעגליך אז טייל זענען געבויט אויף א false premise?
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
נהורא, אקוראט וואס איז מיר געליגן אויפן צינג איבער וואס ס'פעלט דא אינעם שמועס. Proceed at your own risk
הקטן, בפשטות איז דאס צולייגן די שעשני כרצונו געווען אן improvement איבער די בלויזע option פון שלא עשני אשה ווייל ס'האט געעפענט די ברכות ritual פאר א פרוי אויך, "מעגליך" א ראדיקאלע שריט בימים ההם וואס וואלט נישט געקענט פאסירן היינט נאכן perception פו א חתימת המסורה. אבער די duplicate משמעות און חילוק צווישן די צוויי איז שווער צו פארלייקענען, הגם מ'קען זיין קריעטיוו בכלל דור ודור און גיבן משמעות מער געשניטן צום המון המון עם'ס evolving ערווארטונגן. וכן נוהגים בדרך כלל.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואליש, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
אוודאי איז עס א רעפארם, ווי איך האב שוין אויבן דערמאנט, איז די ברכה צום ערשט דערמאנט אין אשכנז'ישע ראשונים, פארגעס נישט אז אין אשכנז האבן אויך פרויען אנגעהויבן מאכן ברכות אויף מצוות עשות שהזמן גרמן, און די ראשונים זענען מיישב דעם מנהג אויך, אבער אין תלמוד רעד מען אינגאנצן נישט צום פרוי.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
הקטן, צו אנדייטן אז חכמים אין סיי וועלכע דור האבן נישט דערגרייכט די שפיץ פון מאראל איז נישט נאר snobbish נאר אויך א פשוט'ע misnomer איבער מאראל. מאראל איז א סענסיביליטי וואס איז א function פון א געוויסע מקום און זמן וכו' וכו'. ס'איז נאר ווען א אידילאגיע וואס האלט אז זי איז "נישט" אויסגעשטעלט צו איינפלוס און טויש (עפעס וואס איז לכאורה נישט במציאות אין קיין איין ווינקעל פון די יצירה), און אז זי איז אלעמאל אבסעלוט און בכוונה, און וויל אבער אין די זעלבע צייט אקאמאדירן טוישענדע סענסיביליטיס - עכ"פ לפנים ווען הענרי רעדט צו א דרויסענדיגער - וואס מ'הייבט זיך אן אנשטויסן און אבסורדע ארגומענטס געפלאכטן ווי א פרעצעל. העווינג סעיד דעט, ס'איז מיר נישט קיין ספק אז ס'איז דא הענריס וואס האלטן באמת אז זייער הסבר איז פשוט און אמת, און די הסבר הנתונה עתה בידיהם איז אזוי געווען נתונה מסיני בלי שינו והתפתחות מאתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא. אבער דאס איז בלויז איין mode פון קלערן, און אין די מיינונג פון פילע, א געצוימטע, וואס נעמט נישט אין באטראכט די פולע רעקארד פון מסורה וכו'
כ'וועל עס לאזן ביי דעם.
כ'וועל עס לאזן ביי דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואליש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
דיין דעפעניציע איבער מאראל איז בלויז איין mode, און אין די מיינונג פון פילע, און איז א געצוימטע.
אלס איין דיגמא פין אן אנדערע וועלט בליק זעה Divine_command_theory
איך מיין אינז האמער שוין אמאל געהאט די דיסקאסיע
דאס אלס איז אויב די ווילסט זיך שטעלען אויף סעמענטעקס פין די ווארט מאראל
מיין נקידה איז אבער געווען אז חז"ל האבן נישט געזען קיין פראבלעם מיט דעם וואס איינער איז העכער אדער נידריגער אויף דעם גליג לייטער, וואו די ריפסט דאס (נישט אמאל און נישט היינט)
און הענערי האט אויך נישט גענימען א שטעלונג און דעם, ער האט ערווענט דעם גליג וואס דער מאן האט מיט ריבו מוצות, און בכלל נישט געמאכט קיין סוד דערפין - דער רעדיקאלער שעוויץ האט אויך נישט געהאט קיין פראבלעם דערמיט.
ווען דו האסט געשריבן
אויף דעם האב איך געענפערט SO WHAT?
איך זעה נישט מיט די סטעטמענט וואו דו ביסט דן וואס איז געווען די ארגענעלע מכיון פין דעם ברכה

כ'פארשטיי וואס ער זאגט. איך זאג אבער אז נאך אלע פשט'לך איז דאס עצם זאגן א ברכה דערויף - אן הודאה גאר - אן אנדייטונג אז איינס איז בעסער און מער גליקליך דערמיט. דאס איז א וועליו זשאדזשמענט אויפן לייטער פון גליק, מענער זענען גליקליך, בשעת פרויען זענען ציפרידן מיט זייער גורל בבחינת חייב אדם לברך על הרע כשם שמברך על הטוב.
אויף דעם האב איך געענפערט SO WHAT?
איך זעה נישט מיט די סטעטמענט וואו דו ביסט דן וואס איז געווען די ארגענעלע מכיון פין דעם ברכה
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 7 אום הקטן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.