מענטשן וואס זענען בעלי תשובה און זייערע מאטיוון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 963 מאל

מענטשן וואס זענען בעלי תשובה און זייערע מאטיוון

שליחה דורך זבולון »

אין קאווע-שטיבל דרייען זיך מערסטנס חרדי׳ש געבוירענע אידן, און אז מ׳דרייט זיך אין ק״ש מיינט עס לכאורה אז מ׳האט אויך אקסעס צו די גרויסע וועלט דורך די אינטערנעט.

עס איז זייער נאטורליך, אז איינס פון די הויפט אישוס וואס אזעלכע מענטשן האבן, איז איבער די דרויסנדע וועלט און איבער מענטשן וואס זענען אריבער צו די אנדערע זייט, אונז אפגעלאזט דא צו שפאקולירן אויב עס איז טאקע צוליב קשיות אדער נאר תירוצים, צו ער איז אדיקטעד צו דראגס, און אלע זיינע שוואכקייטן באטראכטן מיר מיט א פארגרעסער-גלאז.

פון די אנדערע זייט, זענען דא מענטשן וואס האבן געטוהן די זעלבע זאך, נאר אין א פארקערטע דירעקציע, זיי זענען געקומען פון די דרויסנדע וועלט אריין צו אונז אין געטא, זיי דערציילן אונז אז עס איז גארנישט פארהאן צו טרעפן אינטרעסאנט דארט אינדרויסן, אלעס איז פוסט און ליידיג. וואלט נישט געווען אינטרעסאנט צו וויסן זייערע מאטיוון?

איינס פון די גרויסע חילוקים פון די חרדי׳שע וועלט אקעגן די דרויסנדיגע וועלט, איז אז עס איז אנטי-אינדעווידואליזם, וואס דאס מיינט אז עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ פאר אייגנהארטיגקייט, יעדער פאלגט נאך די רולס אזוי ווי א סטאדע, אלעס דרייט זיך ארום "מה יגידו".

אין א פלאץ ווי אינדעווידואליזם האט נישט קיין תפיסת מקום, קען מען זייער גרינג ווערן אפגעסטעמפלט אלס א מאדנער מענטש, פאר יעדע קליין אוועקציה פונעם סטאדע, איז עס אוועק פון נארמאלקייט. די ליסטע פון די נארמע געזעצן זענען לאנג ווי די גלות, און די סעיפים און סעיפי סעיפים וואקסן ווי אויף הייוון.

דער בעל תשובה מעצם טבעו, קען זייער זעלטן אריינפיטן אין אזא סביבה, דאס איז דאך פונקט פארקערט פון די סיבה פארוואס ער איז געווארן צוגעצויגן צו יידישקייט מעיקרא, מערסטנס בעלי תשובה האבן אן אייגנהארטיגקייט צו זיך, זיי זוכן נישט דוקא צו געפעלן זייער סביבה, נאר ענדערש גייען זיי נאך זייער אמת.

דעריבער, מערסטנס בעלי תשובה טרעפן זיך א פלאץ בשולי המחנה, אין אזעלכע ענוויירעמענסט וואס זענען נישט אזוי משועבד צו די עסטאבלישמענט, צו עס איז אין ברעסלעוו אדער חב״ד וכדומה, זיי וועלן זייער שווער אריינמינגלען אין די מעינסטרים, און טאמער יא, מערסטנס פארבלייבן זיי אייביג אויסגעשפילט, און אנגעסטעמפלט אלס ״מאדנע״ מענטשן אין די חרדישע קאמיונוטי.

א בעל-תשובה גייט אריבער שבעה מדורי גיהנום ביז ער שטעלט זיך אריין צווישן די שורות פון חרדישע אידן, ער שטויסט זיך אן אין טויבע אויערן ווען ס׳קומט צו טרעפן ״נארמאלע״ מוסדות פאר זיינע קינדער, ער זאמלט זיך אן הויפענעס פון עגמת נפש ווען זיינע קינדער וואקסן אויף, זיי זאלן האבן ״נארמאלע״ חברים. און צום לעצטנס ווען ס׳קומט צו שידוכים (אויב האט ער מצליח געווען צוקומען ביז אהין), איז עס שוין אן אומ-מעגליכע טאסק פאר איהם צו טוהן א ״נארמאלע״ שידוך.

די סטאטיסטיקס ווייזן אז עס זענען דא זייער גרויסע פראצענטן פון או. טי. די. ביי קינדער פון בעלי תשובה, און דער ערקלערונג דערויף איז לכאורה די אויבנדערמאנטע סיבה, אז זיי פיטן זייער שווער אריין צווישן די חרדישע נארמאלע משפחות, און בשעת די עלטערן האבן עס געטוהן מרצון (און צום מערסטנס נאכן ווערן אפגעבריהט פון די מערב-וועלט לייף סטייל), די קינדער האבן עס קיינמאל בוחר געווען, און זיי לויפן צוריק צו וואו זייערע עלטערן זענען געקומען.
אין - כי הכל הבל

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר