אין קאווע-שטיבל דרייען זיך מערסטנס חרדי׳ש געבוירענע אידן, און אז מ׳דרייט זיך אין ק״ש מיינט עס לכאורה אז מ׳האט אויך אקסעס צו די גרויסע וועלט דורך די אינטערנעט.
עס איז זייער נאטורליך, אז איינס פון די הויפט אישוס וואס אזעלכע מענטשן האבן, איז איבער די דרויסנדע וועלט און איבער מענטשן וואס זענען אריבער צו די אנדערע זייט, אונז אפגעלאזט דא צו שפאקולירן אויב עס איז טאקע צוליב קשיות אדער נאר תירוצים, צו ער איז אדיקטעד צו דראגס, און אלע זיינע שוואכקייטן באטראכטן מיר מיט א פארגרעסער-גלאז.
פון די אנדערע זייט, זענען דא מענטשן וואס האבן געטוהן די זעלבע זאך, נאר אין א פארקערטע דירעקציע, זיי זענען געקומען פון די דרויסנדע וועלט אריין צו אונז אין געטא, זיי דערציילן אונז אז עס איז גארנישט פארהאן צו טרעפן אינטרעסאנט דארט אינדרויסן, אלעס איז פוסט און ליידיג. וואלט נישט געווען אינטרעסאנט צו וויסן זייערע מאטיוון?
איינס פון די גרויסע חילוקים פון די חרדי׳שע וועלט אקעגן די דרויסנדיגע וועלט, איז אז עס איז אנטי-אינדעווידואליזם, וואס דאס מיינט אז עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ פאר אייגנהארטיגקייט, יעדער פאלגט נאך די רולס אזוי ווי א סטאדע, אלעס דרייט זיך ארום "מה יגידו".
אין א פלאץ ווי אינדעווידואליזם האט נישט קיין תפיסת מקום, קען מען זייער גרינג ווערן אפגעסטעמפלט אלס א מאדנער מענטש, פאר יעדע קליין אוועקציה פונעם סטאדע, איז עס אוועק פון נארמאלקייט. די ליסטע פון די נארמע געזעצן זענען לאנג ווי די גלות, און די סעיפים און סעיפי סעיפים וואקסן ווי אויף הייוון.
דער בעל תשובה מעצם טבעו, קען זייער זעלטן אריינפיטן אין אזא סביבה, דאס איז דאך פונקט פארקערט פון די סיבה פארוואס ער איז געווארן צוגעצויגן צו יידישקייט מעיקרא, מערסטנס בעלי תשובה האבן אן אייגנהארטיגקייט צו זיך, זיי זוכן נישט דוקא צו געפעלן זייער סביבה, נאר ענדערש גייען זיי נאך זייער אמת.
דעריבער, מערסטנס בעלי תשובה טרעפן זיך א פלאץ בשולי המחנה, אין אזעלכע ענוויירעמענסט וואס זענען נישט אזוי משועבד צו די עסטאבלישמענט, צו עס איז אין ברעסלעוו אדער חב״ד וכדומה, זיי וועלן זייער שווער אריינמינגלען אין די מעינסטרים, און טאמער יא, מערסטנס פארבלייבן זיי אייביג אויסגעשפילט, און אנגעסטעמפלט אלס ״מאדנע״ מענטשן אין די חרדישע קאמיונוטי.
א בעל-תשובה גייט אריבער שבעה מדורי גיהנום ביז ער שטעלט זיך אריין צווישן די שורות פון חרדישע אידן, ער שטויסט זיך אן אין טויבע אויערן ווען ס׳קומט צו טרעפן ״נארמאלע״ מוסדות פאר זיינע קינדער, ער זאמלט זיך אן הויפענעס פון עגמת נפש ווען זיינע קינדער וואקסן אויף, זיי זאלן האבן ״נארמאלע״ חברים. און צום לעצטנס ווען ס׳קומט צו שידוכים (אויב האט ער מצליח געווען צוקומען ביז אהין), איז עס שוין אן אומ-מעגליכע טאסק פאר איהם צו טוהן א ״נארמאלע״ שידוך.
די סטאטיסטיקס ווייזן אז עס זענען דא זייער גרויסע פראצענטן פון או. טי. די. ביי קינדער פון בעלי תשובה, און דער ערקלערונג דערויף איז לכאורה די אויבנדערמאנטע סיבה, אז זיי פיטן זייער שווער אריין צווישן די חרדישע נארמאלע משפחות, און בשעת די עלטערן האבן עס געטוהן מרצון (און צום מערסטנס נאכן ווערן אפגעבריהט פון די מערב-וועלט לייף סטייל), די קינדער האבן עס קיינמאל בוחר געווען, און זיי לויפן צוריק צו וואו זייערע עלטערן זענען געקומען.
מענטשן וואס זענען בעלי תשובה און זייערע מאטיוון
Re: מענטשן וואס זענען בעלי תשובה און זייערע מאטיוון
די סיבה פאר די גרעסערע פראצענט אטד ביי בעלי תשובה (אויב דאס איז אמת) קען אויך זיין פארבינדן מיט די חינוך וואס ער באקומט אין שטיב,
דער בעל תשובה מעצם טבעו וועט האלטן פון טראכטן קריטיקל , אינדרויסן פון באקס, און מחנך זיין אז מען דארף זיך נישט צושטעלן צום ארום,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דער בעל תשובה מעצם טבעו וועט האלטן פון טראכטן קריטיקל , אינדרויסן פון באקס, און מחנך זיין אז מען דארף זיך נישט צושטעלן צום ארום,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 442
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
- האט שוין געלייקט: 470 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל
זבולון די האסט עס אזוי גוט צולייגט און אנולוזירט אז איך האב מורא די ביסט טאקע דער בעל תשובה וואס זיצט אפ אין שומרי שבת
....
א בעל תשובה וואס וויל ווערען א חרדי איז נאך א האלבע צרה לעומת א גר וואס ווערט א חרדי און ווער רעדט נאך ווען דער גר איז פון אפריקאנער אפשטאם וואס דאן זענען די שאנסען אז מזאל אים אריין נעמען און עקסעפטען אלס א מעמבער אוו די קומיוניטי בערך %0
לעצטענס דרייען זיך ארום דא אין שטאט עטליכע טונקל הויטיגע גרים, די הארץ טראפט בלוט ווען מטראכט א מינוט וויפיל יסורים זיי גייען נאך מיטמאכען ביז זיי וועלן נעבעך איינזעהן אז זייער פלאץ איז נישט דא און גייען כמעט זיכער מוזן צוריק גיין צו זייער פאלק,
איך קען נישט באגרייפען די קורצזיכטיגקייט פון ר' חיים לייב כ''ץ און אנדערע וואס האבען זיי מגייר געווען
....
א בעל תשובה וואס וויל ווערען א חרדי איז נאך א האלבע צרה לעומת א גר וואס ווערט א חרדי און ווער רעדט נאך ווען דער גר איז פון אפריקאנער אפשטאם וואס דאן זענען די שאנסען אז מזאל אים אריין נעמען און עקסעפטען אלס א מעמבער אוו די קומיוניטי בערך %0
לעצטענס דרייען זיך ארום דא אין שטאט עטליכע טונקל הויטיגע גרים, די הארץ טראפט בלוט ווען מטראכט א מינוט וויפיל יסורים זיי גייען נאך מיטמאכען ביז זיי וועלן נעבעך איינזעהן אז זייער פלאץ איז נישט דא און גייען כמעט זיכער מוזן צוריק גיין צו זייער פאלק,
איך קען נישט באגרייפען די קורצזיכטיגקייט פון ר' חיים לייב כ''ץ און אנדערע וואס האבען זיי מגייר געווען
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איך בין באקאנט מיט א ווייס הויטיגער גוי וואס איז ביי טיפע שטאפלען פון ווערן א גר, ווייס איך אז דער רב האט איהם קלאר געווארנט פון פריער אז ער וועט זיך נישט טרעפן דאס פלאץ אין קאמיוניטי, שידוכים וועט איהם גיין משוגע שווער, בקיצור איהם אראפ געלייגט די מצב כמו שהוא, אבער ער האלט זיך ביי זיינס און וויל זיך מגייר זיין, דאן טאר מען איהם שוין נישט מדחה זיין מער.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
עצה הוגנת
לכאורה איז כדאי צו צושטיפן א גר וואס זוכט חרדים צו גיין קיין חב"ד, דארט איז דא א אויסוואל פון שידוכים און מוסדות און קאמיוניטיס צאמגעשטעלט פון בעלי תשובה און גרים, (אפשר אפילו גויים).