שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כבר הזכרנו את זה למעלה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סליחה רב שש, עפ"י הלכה א מאן וואס לאזט איבער זיין פרוי נגד רצונה אדער א פרוי וואס לאזט איבער א מאן נגד רצונו אן קיין הצדקה על פי דין איז א מורד גמור / מורדת גמורה!!
דיין רשות צעטל פאר א מצא אחרת נאה הימנה איז בכלל נישט אזוי פשוט.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

שליחה דורך דעת תורה »

א פרוי קען נישט איבערלאזן דעם מאן. וואס פאלט דיר ביי אז א מאן קען נישט איבערלאזן די פרוי? אז ער באצאלט נישט קיין מזונות איז ער א מורד, אבער אז ער וויל גט'ן און באצאלן די כתובה, קען ער דאס רואיג טאן (עכ"פ ביזן חרם דר"ג וועגן גט בע"כ).
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זבולון האט געשריבן:זייער שיין [tag]הוגה[/tag].
אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער, אז עס איז נישט פארהאן קיין דיווארס ריין צוליב רעליגיעזע אישוס. (און ווי הארב די דיפערענצן זענען, איז אויך נישט קיין גרויסע נפ״מ, ווייל ביי א מוח-דחוק קען די מינדעסטע מנהג ווערן באטראכט אלס יסודי הדת. ופשוט).

לאמיר נישט פארגעסן, אין פארלויף פון די היסטאריע, און אויך היינטיגע צייטן, האבן מענטשן אוועק געגעבן זייער אייגענע לעבן צוליב רעליגיע. אונז אליינס זענען מיר גרייט זיך צו מוסר נפש זיין פאר אונזער רעליגיע. סא, פארוואס זאל א ווייב נישט זיין גרייט צו אוועקגעבן איהר מערידזש לייף (ווי גוט עס זאל נאר זיין, צוליב רעליגיע).



הוגה האט געשריבן:[justify]
געוואלדיג האט געשריבן:למשל אויב דער טאטע וויל נישט מער היטן שבת, אדער טהרת המשפחה, לכאורה אין אזא פאל איז נישט שייך מער קיין צוזאם ארבעט.


אויב וויל ער מחלל שבת זיין דוקא דורכ'ן וואטשען טעליוויזיע אין די דיינינג-רום אנגעטון אין קורצע הויזן און עסנ'דיג חזיר (די גוזמא איז לשבר...) דארפן זיי זיך גט'ן אויבער דאס איז נישט צוליב רוחניות ענינים נאר צוליב incompatibility ענינים. פונקט ווי ווען איינער וויל וואוינען אין נו יארק און די אנדערע אין אסטראליע און ביידע ווילן נישט נאכגעבן וואלט איך מייעץ געווען זיך צו גט'ן, און פונקט ווי צוויי ביזנעס שותפים, איינער זוכט ריעל עסטעיט און די אנדערע זוכט די סטאק מארקעט וואלט איך מייעץ געווען זיך צו טיילן, אזוי אויך דא.


געוואלדיג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אז ער נוצט אפילו זיין סעלפאון באהאלטערנערהייט שבת.
.


דא בין איך מחולק, אויב דער צווייטער איז מחלל שבת אפילו בסתר קען מען מער נישט לעבן צוזאמען, חתונה האבן איז פארט נישט סתם א שוותפות עס איז א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט די זעלבע ווירדן, סא אויב שטימען זיי נישט מיט קליינע חלקים קען מען דאס אויסארבעטן, אבער איוב שטימען זיי נישט אין יסודות'דיגע ווירדן ווי שמירת שבת, כאטש איינער שטערט נישט דעם צווייטן, אבער צוזאם ארבעטן קען מען שוין נישט.


יעקב מענטש האט געשריבן:במח"כ, אויסער צוזאמהאלטן די שטוב פאר די טובה פון די קינדער (וואס איז אויך א גרויסע שאלה צו דאס וועט בלייבן צוזאמען), זעה איך נישט קיין שום סיבה שבעולם פארוואס א פרוי וואס איר שטרעבן אין לעבן איז געווען צו וואוינען מיט א מאן א ערליכע איד וואס נוצט נאר ער"פ מצות צום סדר, זאל בלייבן וואינען מיט איינעם וואס איז א מחלל שבת און א כופר בעיקר ?


פון וואו נעמט איר אזעלכע דיבורים? אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.

ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נולד מאוחר האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:3) א מערידזש איז נישט אינגאנצן דומה צו ביזנעס פארטנערס, דא רעדט מען נישט פון צוויי מענטשען וואס שטעלן זיך צוזאם צו מאכן געלט, דא רעדט מען פון צוויי 'לעבנס' שותפים, מענטשען וואס האבן א ריכטיגע 'אהבה' (מלשון הב) איינער פארן צווייטן. במילא איז דער שותפ'ס רוחניותדיגע מצב אסאך מער רעלעוואנט און שפילט א גרעסערע ראלע ווען מ'באשליסט אז איך קען שוין נישט וואוינען מיט יענעם, ווען זייערע רוחניותדיגע אינטערעסן טוישן זיך דראמאטיש, איז נישט שייך צו זאגן אקעי איך האב אים נאך אלץ ליעב, און איך בלייב ווייטער זיין/איר שותף, יא! קען זיין איך האב אים פערזענליך זייער ליעב, אבער אויב דיין לעבן האט ביי דיר א העכערע באדייט, און דו ציהלסט צו לעבן א געוויסע רוחניותדיגע סטאנדארט, און יענער איז היפך פון וואס דו ווילסט זעהן אין דיין לעבן, איז כמעט אוממעגליך צו פארמיידן ווייטערדיגע רייבערייען, ווייל די צוויי מענטשען שטימען מער נישט.

סגייט נאך א טריט ווייטער לכאורה , ליבשאפט איז נישט עפעס magical, מהאט ליעב א צווייטען צוליב זיין גאנצער ציזאמשטעל. דו רגע וואס איך ווער געוואר אז ער איז נישט דאס וואס איך האב געמיינט אויף זייער א גרויסע און וויכטיגע חלק, וויאזוי קען די ליבשאפט בלייבן?


אדנירם האט געשריבן:א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, [tag]שבת אחים[/tag]], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך [tag]ישראל גלויבער[/tag]'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.


א פארפאלק וואס זייער איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז זייער אהבה צו סענדערס האט נישט חתונה מתחילה. והא ראי' אז איך און מיין טאטע האבן ביידע ליב אייז קרים אהבת נפש, און איך האב מיט עם נישט חתונה געהאט. נארוואדען? אמאל טרעפן זיך צוויי יוגענטליכע ביי א סענדערס ראלי, מ'קינפט אן א קשר, מזעט אז ס'איז ענבי הגפן, און מ'נעמט עס א שטאפל ווייטער. אזא פארפאלק, אויב הערשט אן אמת'ע אהבה, קען עס איבערלעבן אפילו אויב איינער פון זיי קומט אהיים איין טאג און זאגט פארן צווייטן, הער זיך איין ליבלינג, איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן נישט צו זיין אפן מיר דיר, אבער וואס זאל איך טון, איך בין געווארן א הייסע טראמפ חסיד. אויב קען דאס פארפאלק נישט איבערלעבן דעם שמועס ווייזט דאס אז דארט איז קיינמאל קיין אמת'ע אהבה נישט געווען.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפילטע פיש האט געשריבן:אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.

ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.

וויבאלד דיין תגובה איז באזירט אויף דיין הנחה, דארף איך פשוט ארויסשלעפן דעם קארטן און דיין געביידע צופאלט.

איך קען פערזענליך צוויי אידן, ביידע זענען שומרי תו"מ, ביידע האבן זיך גע'גט צוליב דעם מאנ'ס ציען אביסל לינקס [די 'אביסל' איז תלוי אין יעדן מענטש'נס דעת]. זיי זענען נישט געווארן קיין עטאיסטן, ניטאמאל די סארט כפירה וואס דו ברענגסט אויבן.

לכה"פ ביי איינעם פון די צוויי, איז די מאן געווען א גוטער, און די שלום בית איז געווען צום זאך. ביז...

אזעלכע מעשיות קענסטו הערן יעדן שני וחמישי פון מענטשן וואס האנדלן מיט אזעלכע קעיסעס. איך ווייס פון די צוויי, וואס איך קען פערזענליך.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפילטע פיש האט געשריבן:
אדנירם האט געשריבן:א צודרייטע משל: צוויי הייסע סענדערס חסידים האבן חתונה [הער נאר צו, [tag]שבת אחים[/tag]], זייער שנאה צו הילערי איז גרויס, זייער שנאה צו קרוז איז ריזיג, און זייער שנאה צו טראמפ איז אומבאגרייפבאר. ווען זיי האבן זיך געטראפן, איז דער מערסט-געמיינזאמער פונקט זייערע געווען זייער אהבת סענדערס ושנאת טראמפ. עווענטועל האבן זיי געזען אז ביידע גלייכן אויך סושי, עקלן זיך פון טונא, האבן ליב טשאקלאד, און פארנעמען נישט קיין קאווע [משל למהד"ד וכו'], און זיי האבן זיך געהייראט בשעטו"מ. יעצט הערט איינער אסאך [tag]ישראל גלויבער[/tag]'ס רעטאריק פון 'טראמפ אויפן טראן', און ווערט א געשוואוירענע חסיד פון טראמפ [כ'ווייס נאכנישט וויאזוי אזא זאך קען געמאלט זיין, אבל חזקה על המאמין, און אין אידיש: אויפן גלויבע"ר...], צוגלייך ווערט סענדערס אן אלטער זינלאזער וכו'. קען זייער שלום בית נאך ארבעטן? אונזער מערידזש איז געבויט אויף 'אונזער' סענדערס סטיל [רוף עס 'חסיד'יש'] אידישקייט מער ווי אויף אלס אנדערש, יעצט נניח איינער ווערט א טראמפיסט [רוף עס 'מאדערן-ארטאדאקס], כאטש זיי ביידע גלייבן אין אמעריקע אלס פאן טרעגער פון דעמאקראטיע [רוף עס 'דת ישראל'], איז נישטא קיין סיבה זיי זאלן וועלן בלייבן צוזאמען.

א פארפאלק וואס זייער איינציגסטע זאך וואס פאראייניגט זיי איז זייער אהבה צו סענדערס האט נישט חתונה מתחילה. והא ראי' אז איך און מיין טאטע האבן ביידע ליב אייז קרים אהבת נפש, און איך האב מיט עם נישט חתונה געהאט. נארוואדען? אמאל טרעפן זיך צוויי יוגענטליכע ביי א סענדערס ראלי, מ'קינפט אן א קשר, מזעט אז ס'איז ענבי הגפן, און מ'נעמט עס א שטאפן ווייטער. אזא פארפאלק, אויב הערשט אן אמת'ע אהבה, קען עס איבערלעבן אפילו אויב איינער פון זיי קומט אהיים איין טאג און זאגט פארן צווייטן, הער זיך איין ליבלינג, איך קען שוין מער נישט אויסהאלטן נישט צו זיין אפן מיר דיר, אבער וואס זאל איך טון, איך בין געווארן א הייסע טראמפ חסיד. אויב קען דאס פארפאלק נישט איבערלעבן דעם שמועס ווייזט דאס אז דארט איז קיינמאל קיין אמת'ע אהבה נישט געווען.

נו, טאקע דאס איז אונזער אומגליק, אז די וועג וויאזוי חסיד'ישע אידן האבן חתונה, איז ע"ד סענדערס סענדערס לגזירה שוה. איך חסיד, דו חסיד. מז"ט, געשלאסן שידוך.

אהבה, צוגעפאסטקייט, אויסזען, און צומאל פשוט'ע מידות און תכונות הנפש, זענען גאר די 'אייזקריעם' וואס 'מאכט נישט צופיל אויס' אינעם שידוך.

דערפאר איז טאקע שווער, אז די ליבשאפט וואס איז געבויט אויף אזא שוואכע יסוד זאל אנהאלטן נאך אן אויפשאקלונג אין סאמער תוך וואס האט זיי צאמגעברענגט. און פאר דו ווילסט ענטפערן אויף דעם, ליין גוט איבער מיין לעצטע נקודה דארטן:
אדנירם האט געשריבן:נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אדנירם האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אויף ווי ווייט איך ווייס האט זיך נאך קיינער נישט גע'גט נאר וועגן רעליגיע אליינס, אפילו יסודותדיגע ענינים. קיינער האט זיך נאך נישט גע'גט (כ'רעד פון נארמאלע מענטשען) וועגן דער מאן\ווייב בייסט זיך די ליפן אום שבת במזיד. אפילו ווען הלכה וועט זאגן אז איינער איז א כופר בעיקר, למשל אויב א יונגערמאן קומט אהיים זאגן פארן ווייב אז ער האט זיך איבערגעקלערט, און ער גלייבט אז ווען ס'שטייט אין פסוק יד ה' עין ה' אף ה' מיינט עס כפשוטו, אז ערגעצוואו געפינט זיך אזא געטליכע האנט, וואס אפילו אויב זי וועט אנרופן א רב און דער רב וועט איר זאגן אז דאס הייסט עמטליך כפירה, וועט זי זיך נישט גטן פאר דעם. נאר וואס איז דער חילוק צווישן בייסן די ליפן און נוצן א טעלעפאון אום שבת? די לעיבעל. די נאמען. דער סעלפאון ניצער הייסט א מחלל שבת. דער כופר אינעם אני מאמין שהבורא יתברך אינו גוף הייסט נישט קיין כופר, אבער דער אטעאיסט "הייסט" יא. דעטסאל.

ביי אזא פארפאלק, אויב איז נישט געווען קיין עכטע ליבשאפט פון פריער, נאר דער יונגערמאן האט ערפילט א ראלע אין שטוב אלץ קידוש מאכער, מחנך פון די קינדער, און שאלה פסקנער, אזא איינער האט שוין נישט קיין פלאץ, ווייל די אלע ראלעס קען ער שוין נישט ערפילן (אין זיין ווייב'ס אויגן), אבער אויב איז דא א יסוד פון עכטע ליבשאפט, גלויב איך אז מ'קען אויסארבעטן די פראבלעמען, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל לשם ולתפארת.

וויבאלד דיין תגובה איז באזירט אויף דיין הנחה, דארף איך פשוט ארויסשלעפן דעם קארטן און דיין געביידע צופאלט.

איך קען פערזענליך צוויי אידן, ביידע זענען שומרי תו"מ, ביידע האבן זיך גע'גט צוליב דעם מאנ'ס ציען אביסל לינקס [די 'אביסל' איז תלוי אין יעדן מענטש'נס דעת]. זיי זענען נישט געווארן קיין עטאיסטן, ניטאמאל די סארט כפירה וואס דו ברענגסט אויבן.

לכה"פ ביי איינעם פון די צוויי, איז די מאן געווען א גוטער, און די שלום בית איז געווען צום זאך. ביז...

אזעלכע מעשיות קענסטו הערן יעדן שני וחמישי פון מענטשן וואס האנדלן מיט אזעלכע קעיסעס. איך ווייס פון די צוויי, וואס איך קען פערזענליך.



קיין שום געביידע צעפאלט נישט. יענע דוגמאות איז נישט געווען ווייל אין בויך האט ער געהאט ספיקות אין על הגאולה ועל התמורה, נאר ווייל דער מאן האט געטוישט עפעס אויסערליך. קלייניקייטן טאקע, צו ווייל ער'ט אנגעהויבן אויסרעדן נאך המפיל, אדער ווייל ער האט אויפגעהערט צו זיין אזוי נזהר מיט מים אמצעאים, צו ווייל ער'ט אנגעהויבן ליינען רב קוק'ס ספרים. ער האט געטוישט זיין פערפעקט אימעדזש, זיין "לעיבעל" אין אירע אויגן, און דאס איז איר נישט געפאלן. וואס איך מיין צו זאגן איז, אז קיין נארמאלע מענטשען צעטיילן זיך נישט וועגן ריין טעאלאגיע, נאר וועגן סאציאלאגיע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אדנירם האט געשריבן:
נו, טאקע דאס איז אונזער אומגליק, אז די וועג וויאזוי חסיד'ישע אידן האבן חתונה, איז ע"ד סענדערס סענדערס לגזירה שוה. איך חסיד, דו חסיד. מז"ט, געשלאסן שידוך.

אהבה, צוגעפאסטקייט, אויסזען, און צומאל פשוט'ע מידות און תכונות הנפש, זענען גאר די 'אייזקריעם' וואס 'מאכט נישט צופיל אויס' אינעם שידוך.

דערפאר איז טאקע שווער, אז די ליבשאפט וואס איז געבויט אויף אזא שוואכע יסוד זאל אנהאלטן נאך אן אויפשאקלונג אין סאמער תוך וואס האט זיי צאמגעברענגט. און פאר דו ווילסט ענטפערן אויף דעם, ליין גוט איבער מיין לעצטע נקודה דארטן:
אדנירם האט געשריבן:נאר אזויפיל יא, ווי הוגה האט גע'מסביר'ט, אויב מ'וויל - איז דא א וועג פאר צוזאמענארבעט. אבער דאס עצם ווילן, דארף זיין געבויט אויף דעם אז די 'חסיד'ישע סטיל' אידישקייט פארנעמט נישט קיין יסוד מהיסודות קשות שבמקדש מעט. ודו"ק כי הארכתי.


מיט דעם ביזטו הייליג גערעכט, אז אונזער שידוך סיסטעם וואס לייגט צאם בחור מיט מיידל וואס די איינציגסטע צד השוה ביניהם איז ווייל זיין טאטע האט געהאט א זון אויסצוגעבן, און איר טאטע האט געהאט א טאכטער, און אויב האבן זיינע שוועסטער געלערענט אין די זעלבע סקול ווי די כלה איז שוין פיקס פערפעקט, אזא סיסטעם איז אויסגעשטעלט צו שאפן ליבעלאזע פארפעלקער, און אין יעדע קלייניגקייט וואס וועט זיך אויסקלאפן א חילוק צווישן זיי, אויב וויל ער טוישן חסידות, לבוש, אדער אפילו טוישן פון פערטל שיך צו האלבע, וועט דאס צייגן אז ס'איז געווען א מקח טעות מעיקרא, און גיי דיר פון וואו דו ביזט געקומען. און אויב צעטיילט מען זיך וועגן דברים של מה בכך מיינט דאס אז אהבה האט קיינמאל נישט עקזעסטירט צווישן די צוויי. אבער האפענטליך, אפשר איז עס ווישפול טינקינג, אבער כ'מיין אז א שיין פראצענט פארפעלקער זענען זיך נישט מסתפק במיעוט, נאר מ'ארבעט שווער צו בויען א קשר של אהבה צווישן מאן און ווייב, און איינמאל ס'עקזעסטירט אזא אהבה, דאן ווערט די ארגינעלע יסוד, דאס אז זיינע שוועסטער און זי האבן זיך געשפיגעלט ביים זעלבן שפיגל ווערט די "אייז קרים" אדער סענדערס, און ס'שאפט זיך א טיפערע קשר צווישן זיי. ביי אזא פארפאלק וואס פארשטייט אטאנאמיע, רעספעקט, אויב זענען זיי שוין גענוג גרויס אז זיי קענען פארשטיין אז אפילו אויב ער האט ליב טשאקלאד האט זי ליב וואנילע, קענען זיי אויך פארשטיין אז זיי האבן פארשידענארטיגע שאיפות און השקפות, און דאס דארף נישט אימפאקטירן זייער קשר צוליב דעם.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

[tag]געפילטע פיש[/tag], איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו ארויסברענגען.

דו טענה׳סט אז דיבור און מחשבה איז נישט גענוג, לכאורה ביסטו גערעכט, אבער מ׳קען עס נישט אויפווייזן, (ווייל געווענליך איינער וואס גלייבט אין יד השם כפשוטו, וועט נישט נעמען צו לאנג ביז עס וועט קומען לידי מעשה, און ער וועט אויפהערן זיך צו וואשן מים אמצעיים).

בכל אופן, ביסטו נישט קלאר וואס טוהט זיך ווען עס איז זיך יא מתבטא לידי מעשה, איז דא אמאל וואס דאס אליינס וועט גורם זיין צו צוברעכן א מערידזש? אדער דאס אויך נישט. (מיין דעה: כמעט נישט בנמצא, אבער עס איז דא אזעלכע מעשיות אויך).

בדרך אגב, מ׳רעדט דא כאילו ליבשאפט איז עפעס א Magic ווארט, וואס קלעבט און גייט קיינמאל נישט אראפ. איך גלייב אז ליבשאפט איז אויך א טוישבארע אייטעם, און עס איז זענען דא פארשידענע גורמים דערפאר. און אויב ווערט פונדעמאנטאלע דיפערענצן צווישן די צוויי, קען עס דעמעדזשן אויך אן אמת׳ע אהבה. (כאטש נישט אזוי שנעל ווי א מערידזש אן קיין אהבה).
אין - כי הכל הבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעת תורה האט געשריבן:א פרוי קען נישט איבערלאזן דעם מאן. וואס פאלט דיר ביי אז א מאן קען נישט איבערלאזן די פרוי? אז ער באצאלט נישט קיין מזונות איז ער א מורד, אבער אז ער וויל גט'ן און באצאלן די כתובה, קען ער דאס רואיג טאן (עכ"פ ביזן חרם דר"ג וועגן גט בע"כ).

א מורד הייסט מען פאר אנדערע עניני אישות אויך.

דו רעדסט פון "קענען", איך רעד פון "מעגן". די מחלוקת ב"ש וב"ה ור"ע איז געווען בעפאר חדר"ג.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

זבולון האט געשריבן:[tag]געפילטע פיש[/tag], איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט צו ארויסברענגען.

דו טענה׳סט אז דיבור און מחשבה איז נישט גענוג, לכאורה ביסטו גערעכט, אבער מ׳קען עס נישט אויפווייזן, (ווייל געווענליך איינער וואס גלייבט אין יד השם כפשוטו, וועט נישט נעמען צו לאנג ביז עס וועט קומען לידי מעשה, און ער וועט אויפהערן זיך צו וואשן מים אמצעיים).

מהיכי תיתי? איך מיין אז די פוינט איז אז קיינער זאל זיך אליינס נישט איינרעדן אז זיי מיינען דעם באשעפער דא, והא ראי' אז מיט איינער וואס איז מחלל שבת דורך בייסן די ליפן פאלט קיינעם נישט איין אז מיט אזא איינעם קען מען נישט לעבן. אלא מאי? מ'מיינט עפעס אנדערש, מ'מיינט זיך.

איינמאל א מענטש זעט דאס איין קען מען אנקוקן די גאנצע פרשה מיט אן אנדערע בליק.


זבולון האט געשריבן:בכל אופן, ביסטו נישט קלאר וואס טוהט זיך ווען עס איז זיך יא מתבטא לידי מעשה, איז דא אמאל וואס דאס אליינס וועט גורם זיין צו צוברעכן א מערידזש? אדער דאס אויך נישט. (מיין דעה: כמעט נישט בנמצא, אבער עס איז דא אזעלכע מעשיות אויך).

אויף דעם זאג איך אז ביי די מעשיות איז לכאורה קיינמאל נישט געווען קיין קשר איתן וואס איז געווען אומאפהענגיק אין אידישקייט.

ווייל אויב רעדט מען פון א פארפאלק וואס האט א עכטע ליבשאפט פון איינער צום צווייטן קען מען אויספיגערן וויאזוי צו בלייבן צוזאמען.


זבולון האט געשריבן:בדרך אגב, מ׳רעדט דא כאילו ליבשאפט איז עפעס א Magic ווארט, וואס קלעבט און גייט קיינמאל נישט אראפ. איך גלייב אז ליבשאפט איז אויך א טוישבארע אייטעם, און עס איז זענען דא פארשידענע גורמים דערפאר. און אויב ווערט פונדעמאנטאלע דיפערענצן צווישן די צוויי, קען עס דעמעדזשן אויך אן אמת׳ע אהבה. (כאטש נישט אזוי שנעל ווי א מערידזש אן קיין אהבה).

אודאי איז ליבשאפט נישט א זאך וואס שטייט לעולם ועד, אבער ווי ס'שטייט אין פסוק זכרתי לך חסד נעורייך, אז אפילו אויב איז כלל ישראל איז יעצט פארפלעקט און פארזינדיגט, אבער אז מ'קען זיך דערמאנען די גוטע צייטן איז כאטש דא מיט וועמען צו רעדן. פארשטייסט אליינס אז ס'איז הימל און ערד צווישן א פארפאלק וואס האט קיינמאל נישט געהאט גארנישט איינער מיטן צווייטן מער ווי דעם אז זי פלעגט אלעמאל קענען זאגן פאר איר פרענדס וואסערע שיינע שידוך זי האט געמאכט, ווי זי האט זיך געקענט גרויסהאלטן מיט זיין ערליכקייט און תמימות, און יעצט איז אלעס פארלוירן. וואס בלייבט יעצט איבער? א מאן וועמען זי שעצט נישט, וואס יעדע מאל זי הערט פון א פרענד וועגן איר מאנס פרומקייטן ציפט איר עס אין הארץ, א מאן וועם זי האט קיינמאל נישט ליב געהאט, איז מה לי ולצרה הזאת? טאמער אבער האט זיך געמאכט טיפערע קשר ווי די אויבערפלעכליכע נארישקייטן איז שוין א גאנץ אנדערע פרשה.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אויב ס'דא עכטע ליבשאפט צווישן מאן און פרוי, וואס פאסירט געווענדליך איז אז דער וואס ווערט קאלט שלעפט מיט דעם אנדערן. די גאנצע פראבלעם ווערט עלעמינירט.

א אמתע אהבה צווישן צוויי איז אסאך שטערקער ווי הלכות וואס מ'איז אויפגעוואקסן מיט.

אהבה מקלקלת השורה.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

שליחה דורך mevakesh »

וכדומה.. האט געשריבן:אויב ס'דא עכטע ליבשאפט צווישן מאן און פרוי, וואס פאסירט געווענדליך איז אז דער וואס ווערט קאלט שלעפט מיט דעם אנדערן. די גאנצע פראבלעם ווערט עלעמינירט.

א אמתע אהבה צווישן צוויי איז אסאך שטערקער ווי הלכות וואס מאיז אויפגעוואקסן מיט.

אהבה מקלקלת השורה.

נישט ריכטיג
עכטע אהבה קומט געווענליך געבויעט אויף רעספעקטירן איינער דעם צווייטען און ווען מען רעספעקטירט יענעם דעמאלט פארשטייט מען אז אפילו איך בין געווארען קאלט איז יענער נישט קאלט און ווען יענער וויל גיין צום טיש אדער סיי וואס ענקארעדזשט מען יענעם צו טוהן וואס יענער פיעלט איז גוט פאר זיך
נאך מער דעם מהלך המחשבה אז איינער וועט אראפשלעפן דעם צווייטען מאכט דער עיקר פראבלעם און ווען דער וואס איז פרום איז אומזיכער מיט זיין יידישקייט אדער דער קאלטער פרובירט קאלט צו מאכן דעם אנדערן דעמאלט איז דער מצב נישט גוט
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

אבער פון די אנדערע זייט ברענגט ליבשאפט די ווילן פון יענעם סעטעספייען, זיך צושטעלן און באקוועם מאכן, וואס שלעפט יא אראפ.

ס'קען זיך אויסשפילן פארקערט אויך, צו די פרומע זייט.

אבער דאס איז געווענדליך וואס ס'פאסירט ווען ס'הערשט א שטארקע אהבה.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

שליחה דורך mevakesh »

דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אהבה קומט מיט רעספעקטירן + אנדערע אינגרידיענס
רעספעקט ברענגט אבער נישט קיין אהבה

ווען די אנדערע אינגרידיענס ווערן ווייניגער ווערט דו אהבה אויך שוואכער
די רעספעקט קען בלייבן אבער די אהבה פאלט

דא איז די פארמעלע
א=R*X

די ריספעקט קען זיין 100 אויב X איז 0 דאן איז דא 0 אהבה
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

mevakesh האט געשריבן:דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט

ער רעדט פין פעקטס-אן-דע-גראנד

געזינט צו נישט ווענד זיך וועם דו פרעגסט
וואס דו זעסט אלס געזינט קען א צווייטער (איך) זעהן אלס קראנק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

mevakesh האט געשריבן:דו רעדטס אפשר פון שטארק אבער אומגעזונט


ס'קומט נישט ווייל דער קאלטער זוכט דעם אנדערן צו פארדארבען. נאר פון דעם אז מ'וויל זיך צושטעלן איינער צום צווייטען. מ'זוכט יענעם צו פארגיטיגען דאס לעבן און מ'וויל זיך צושטעלן צום צווייטענס מהלך, אוטאמאטיש טרעפט מען זיך ערגעץ אויף א געוויסע סטאנדארט וואס באפרידיגט ביידען. און הלכות וכו' קענען דאן גיין א גאנג.

דאס מיינט בכלל נישט אז ס'דא א פראבלעם אין די רילעישענשיפ.
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

שליחה דורך mevakesh »

א רילעשאנשיפ ווי מען פרובירט צו לעבן די זעלבע ווי יענעם איז עלול אריינצופאלן אין אסאך פראבלעמען פרעגט אייך נאך ביי עני מומחה מיט די מינימאלסטע ערפארונג
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

mevakesh האט געשריבן:א רילעשאנשיפ ווי מען פרובירט צו לעבן די זעלבע ווי יענעם איז עלול אריינצופאלן אין אסאך פראבלעמען פרעגט אייך נאך ביי עני מומחה מיט די מינימאלסטע ערפארונג


איך האלט שוין נאכן זיך נאכפרעגען.
ס'איז דא סא-קאלד מומחים וואס וועלן דיר דאס זאגן, אבער דאס איז געבויט אויף א "וועלט-בליק" (זייערס אדער דעם פראפעסערס)
נישט א יעדער פיסכילאג פארשטייט די חילוק צווישען זיי - ואם אין דעת הבדלה מנין
און פין נאכן האבן דעם וועלט-בליק ביז קאנפעמעשען-בייעס איז זייער גרינג



דערנאך איז דא טייל מומחים וואס נעמען אלס וואס זיי לערנען צי אן עקסטרים (ביי היימישע טרעף איך דאס מער) און אז זיי לערנען פין די פראבלעם פין אן enmeshed relationship פארשטייען זיי אז א יעדער דארף צי זיין זעלבסטשטענדיג


טייל מומחים וואס האבן אויך די מינימאלסטע ערפארונג מיט לעבן פארשטיין, אז געזינטע אהבה ברענגט אויך צי קרבה און דעות. און דאס ריפן זיי געזינט. (עמאשנעל-אינטעמעסי)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: שלום בית פראבלעמען בעניני רוחניות

שליחה דורך נולד מאוחר »

א אלטע ארטיקעל וואס כהאב יעצט געפינען http://www.kveller.com/my-husband-left-orthodoxy-but-i-didnt-leave-him/#
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

פון "מעלות" די חודש
בייגעלייגטע פיילס
PicsArt_05-18-11.49.18.jpg
פארשפארט