אונז קענען אלע דעם נוסח, אונז האבן דאס געזאגט אלס קינד און אונזערע קינדער זאגן דאס כהיום,
אבער צו איז עס טאקע אזו פשוט אז מען טינקט איין אין זאלץ וואסער? לאמיר אביסל איבערגיין די מקורות און זעהן אין וואס מען טינקט איין די מיסטעריעזע כרפס,
די ערשטע איז פארשטענדליך די גמ', לאמיר צוזאמען לערנען וואס דארט שטייט אין פסחים קי"ד.
מתני' הביאו לפניו מטבל בחזרת, וואס האט מען געברענגט? זאגט די פירוש המיוחס לרש"י אויפן פלאץ 'ירקות' מען ברענגט עפעס ירקות דהיינו חזרת און זיי דארף מען איינטינקען אין וואס? אין חרוסת גאר, אבער דער רשב"ם איז מחולק און שרייבט והאי טיבול לאו בחרוסת הוא כדקתני לקמן הביאו לפניו מצה וחזרת וחרוסת, מכלל דעדיין לא הביאו והך חזרת לאו דוקא אלא אם (כן) אין שם ירק אחר מטבל בחזרת ואוכל, חרוסת נישט וויל עס איז נאך נישט אויפן טיש, אבער אין וואס יא שרייבט ער גאר נישט, תוס' ברענגט שוין יא עפעס וואס איז קרוב צו אונזער מנהג, ומיהו היכא שהטיבול ראשון הוי בשאר ירקות אין צריך לטבול בחרוסת אלא או בחומץ או במים ומלח כמו שהיה נוהג ר''ת, ער דערמאנט שוין מי מלח אבער צוזאמען מיט דעם חומץ.
ווי אונז זעען פון דא איז דא א מחלוקת, א. וועלכע ירקות טינקט מען איין, רש"י און דער ר"ח ועוד זאגן אז עס איז חזרת און דער רשב"ם זאגט אז עס קען זיין סיי וועלכע ירק, און תוס' האלט אויך אז לכתחילה דארף זיין חזרת, ב. אין וואס מען טינקט איין לויט רש"י אין חרוסת אבער דער רשב"ם זאגט אז נאר אז אין חרוסת נישט, און תוס' לייגט צו אז עס דארף טאקע נישט זיין אין חרוסת נאר קען זיין אין חומץ אדער מי מלח.
לאמיר גיין ווייטער צום טור ב"י און זעהן וואס דארט שטייט,
דער טור ברענגט די מחלוקת צו די טיבול איז אין חרוסת אדער חומץ און פסק'נט אז עס איז אין חומץ, אבער קיין ווארט דערמאנט ער נישט וועגן זאלץ וואסער, אין ב"י איז ער מרחיב וועגן די מחלוקת און ער פסק'נט אויך אז די טיבול דארף זיין אין חומץ דווקא און נישט אין חרוסת און ער ברענגט בשם המרדכי אז מען זאל מטבל זיין בחומץ או ביין, ווייטער גארנישט וועגן זאלץ וואסער, דער דרכי משה (רמ"א) וואס אונז בני אשכנז פירן זיך לפי זיינע פסקים שרייבט אויפן פלאץ, וחכמי אשכנז נוהגים לעשות בחומץ וכן המנהג, קיין ווארט וועגן זאלץ וואסער.
אין שו"ע שטייט אויך ומטבילו בחומץ און דער רמ"א זאגט קיין ווארט, נאר אויף אזוי פיל אפאר סעיפים פריער ווען דער מחבר שרייבט מביאין לפני בעל הבית קערה שיש בה שלש מצות ומרור וחרוסת וכרפס או ירק אחר, לייגט דער רמ"א צו, וחומץ או מי מלח, וויבאלד מען קען איינטינקען אין מי מלח אויך, כאטש וואס די מנהג איז ווי ער שרייבט אין דרכי משה אז חכמי אשכנז האבן זיך געפירט צו איינטינקען בחומץ.
נו איז פון וואו קומט אונזער מנהג צו איינטינקען נאר אין זאלץ וואסער ,אזוי אז איך ווייס נישט וויפיל אידן האבן געוואוסט ביז יעצט אז עס איז דא א מעגליכקייט צו איינטינקען אין חומץ, און אז דאס איז גאר די מנהג, אפשר איז דאס א חסידישע מנהג? לאמיר קוקן אינעם חסידישן שו"ע, אין שו"ע הרב, וז"ל צריך כל אחד ואחד לאכול מעט ירקות בטיבול דהיינו שיטבילנו בחומץ או במי במלח או בשאר מיני טיבולים, בקיצור טינק איין אין וואס דו ווילסט,
די ערשטע פלאץ וואו איך האב געטראפן אז מען האט איינגעטינקען אין זאלץ וואסער דייקא איז אינעם קיצור שו"ע וואס איז צום ערשט געדרוקט געווארן ארום 150 יאר צוריק דארט שטייט שוין יא, וטובלים במי מלח, אן קיין שום אנדערע אפציע.
בלייב איך אומקלאר ווען איז געטוישט געווארן פון איינטינקען בחומץ מיט א מעגליכקייט אויף מי מלח צו איינטינקען נאר אין זאלץ וואסער אן קיין דערמאנונג אפילו פון חומץ.
און מען טינקט דאס איין אין זאלץ וואסער?
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
און מען טינקט דאס איין אין זאלץ וואסער?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
געוואלדיג האט געשריבן:בלייב איך אומקלאר ווען איז געטוישט געווארן פון איינטינקען בחומץ מיט א מעגליכקייט אויף מי מלח צו איינטינקען נאר אין זאלץ וואסער אן קיין דערמאנונג אפילו פון חומץ.
נישט קיין הלכה'דיגע תירוץ אבער קען זיין חומץ איז פון די זאכען וואס מ'עסט נישט פסח און ס'איז נכלל אין די אלע חומרות וואס זענען אפיר געקומען איד לעצטע 150 יאר זייט עס איז נתפשט געווארען דרך החסידות ממילא איז עס אראפ פון טיש.
חומץ אותיות חמץ
חומץ געמאכט פון ביר
תשרי ניסן ט"ו ט"ו גז"ש
ועבדת את העבודה הזא"ת בחדש הז"ה
וכו' וכו' וכו'
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
דרך אגב, דער שו"ע הרב , איז בכלל נישט משקף דעם דעת פונעם אלטן רבי'ן בהלכה כידוע, זיין אמת'ער דעת אין הלכה איז אין סידור הרב, וואס אגב איז דארט דא זאכן וואס זענען ממש להיפך , ווי למשל אין סידור האלט ער בתוקף שיטת הגאונים לגבי לילה, און אין שו"ע האלט ער בתוקף שיטת ר"ת.
די חילוק איז פשוט, שו"ע הרב איז נישט זיין הכרעה אין הלכה, ס'איז בלויז א אויסגעארבעטער סדר פון אלע קאנווענציענעל שיטות פון שו"ע און די נושאי כלים, א שיטה וואס איז נישט קאנוועציענעל ווי למשל שיטת הגאונים האט נישט קיין פלאץ אין זיין שו"ע, משא"כ אין סידור דארט איז ער מכריע אינעם ברייטערען פעלד פון הלכה, וואס דאס ברענגט אים אויף די אפציע מכריע צו זיין אויף להיפך.
איך מיין אז דאס איז זייער א שיינע בליק וואס פארענטפערט די מרפסין איגרא'דיגע סתירות.
די חילוק איז פשוט, שו"ע הרב איז נישט זיין הכרעה אין הלכה, ס'איז בלויז א אויסגעארבעטער סדר פון אלע קאנווענציענעל שיטות פון שו"ע און די נושאי כלים, א שיטה וואס איז נישט קאנוועציענעל ווי למשל שיטת הגאונים האט נישט קיין פלאץ אין זיין שו"ע, משא"כ אין סידור דארט איז ער מכריע אינעם ברייטערען פעלד פון הלכה, וואס דאס ברענגט אים אויף די אפציע מכריע צו זיין אויף להיפך.
איך מיין אז דאס איז זייער א שיינע בליק וואס פארענטפערט די מרפסין איגרא'דיגע סתירות.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)