שאלה זו כבר שאלו חכמי ק"ש ונתתרצה כמה פעמים. דוק ותשכח.
.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
כאטש מיר זענען זיך נוהג גאנץ פסח זיך נישט צו מישן מיט פרעמדע, איז ידוע פון צדיקים אז אחרון של פסח איז אן ענין זיך צו מישן. לאו דוקא מיטן ברודער אדער שכן, אדער טשאקאלאד פון גראסערי, נאר עס ווערט געברענגט אז צדיקים האבן זיך גאר געמישט אפילו מיט די גאר נידריגע שיכטן פון כלל ישראל, און פון הימל איז דא א השגחה מען זאל נישט נכשל ווערן אין קיין דבר איסור.
די וואס זענען זיך מתנזר פון מדינת ישראל, צי איז דאס געוויקסן פון גוש קטיף אדער אנדערע מקומות פון מתנחלים, אדער די הכשר פון רבנות, וכו', צי וועלן זיי דאס אריינלאזן אין זייער שטוב אחרון של פסח?
[tag]שמעקעדיג[/tag] ארגינעל, אמאליגע צייטן איז נישט געווען אזא מושג פון א הכשר, יעדער איד איז געווען בחזקת כשרות, אלס דער באקאנטער כלל ״עד אחד נאמן באיסורים״ (ועיין רש״י ריש מסכת גיטין).
שפעטער, ווען עס האט זיך אנגעפאנגען מחלוקת׳ן צווישן כלל ישראל, בעיקר לגבי שחיטות, איז געווארן אזא מושג אז מ׳עסט נישט ביי אנדערע. (ועיין בשו״ת אדמו״ר הזקן - סימן ?? אז לגבי די כלים - אפילו בני יומן - זאל מען קיינמאל מחמיר זיין. דאס הייסט אז מ׳טאר נישט זיך אינגאנצן מתנזר זיין פון א צווייטע איד׳ס בישולים, אלס זיין חזקת כשרות).
פסח, האבן כלל ישראל אנגענומען אסאך חומרות, משום חומרא דחמץ, אבער לגבי יו״ט אחרון הקילו. (כמבואר בשו״ת הנ״ל, כמדומה בסימן ו׳ או ז׳).
[tag]אדנירם[/tag] א לייק מיינט בכלל ביי דיר עפעס? יעדער מאל די שרייבסט א תגובה באווארפט מען דיר. אלץ וואס פרעג איך? פשוט ווייל איך היט זייער אויף מיין לייקס, כ׳געב נאר ווען כ׳האב באמת הנאה פון איינער אין איך וויל יענער ווייזען אז איך עפרשיעט עיהם, (איך האף אויך אז מלייקט מיר נאר אויפ אזעלעכע אופנים, איך ווער נערוועז ווען מלייקט מיר אין די וועלט אריין), נו, אין טאמער מיין טייערע לייק רעדט בכלל נישט צו דיר, צו וואס ניצן מיינע לייקס?