דעת תורה האט געשריבן:איך ווייס נישט וויאזוי דער צעטל קומט אריין אין דעם אשכול, זיי רעכענען אויס א גאנצע טוץ מיט פראבלעמען און מכשולות וואס קען געשען ביי געוויסע פארשידענע פלעיס, און זאגן אן מ'זאל נישט אהין שיקן די קינדער.
ווי דער עולם האט שוין ארויס געברענגט, איז שווער צו זען ווי די אלע א.ג. 'מכשולות' זענען רעלעוואנט ביי די פלעי, סאו מ'קען גאנץ זיכער אננעמען אז זיי רעדן בכלל פון עפעס אנדערש.
אפי' איך אלץ איינער וואס אקופירט א זיץ אויף די רעכטע זייט פון די אייל דא אין קאפע הויז באדערט מיר אזא צעטל, איך האלט נישט אז דאס קומט פון רשעות ווי אנדערע פרובירן אריינצודריקן פשט (איך רעד נישט יעצט צו די עצם איסור איז רשעות, איך רעד פון וועלכע חלק פונעם הארץ דאס קומט), איך גיי פרובירן צו לערנען אפאר שכלדיגע פשטים וואס דאס קען מייענען, ווייל דאס וואס זיי שרייבן אויפן צעטל מיינט עס זיכער נישט.
1) מ'פלעגט קיינמאל נישט אזוי אנדרייען קינדער, און די 'הייפ' איז אוט אף הענד, און ס'אקופירט די גאנצע מוח פון די קינדער, מיין אינגעל'ס רבי לאזט נישט רעדן פון דעם אין חדר, איך פארשטיי אים, ס'קען נישט זיין פורים א גאנץ יאר
2) ס'איז דא פרומע עלטערן וואס פאר זיי שמעקט עס נישט (איך קען נישט דערגיין די סיבה, אבער איך פארשטיי אז זיי זענען 'אומבאקוועם' דערמיט) און דער מנהל האט נישט קיין ברירה נאר צו האלטן די גאנצע חדר האסטעדזש כדי די קליינע פראצענט פרומע קינדער זאלן זיך נישט פיהלן ארויסגעבליבן.
3) מעין פון די פריערדיגע, אזוי ווי נישט יעדע טאטע קען זיך ערלויבן אויסצושטאפירן אלע 15 קינדער מיט בילעטן, מאכט מען דא אזא כעין 'חתונה תקנות', "קיינער גייט נישט"
איך האלט אז צו אסר'ן פאר נומער 2 און 3, איז א דורגעפוילטע חינוך פילאזאפיע וואס לערנט אויס די קינדער אז יענער האט מוזטו אויך האבן, און ס'איז שולדיג אין גאר אסאך פראבלעמען אויף וואס די חרידישע ציבור ליידט, מ'האט גוטע כוונות אבער די וועג פיהרט צו העל, קיינער לערנט זיך נישט אויס צו זיין אביסל אינדיפענדעט.
אויב די סיבה איז נומער איינס, איז עס בערך אזוי ווי דער שטערן וכו' יש מיימינום ומשמאילים