זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך ארי נוהם »

מיר שטייען יעצט באמצע ימי המועד, אונזער "פרייהייטס יום טוב", חג הפסח.

אין דעם יום טוב זענען מיר ארויס פון גלות מצרים, פון שעבוד מצרים, און מיר זענען געווארן א באפרייטע פאלק, אן אומה פאר זיך, גאר דער עם הנבחר, די פאלק וואס איז א גוי קדוש, ארויס פון עבדות אנשים צו ווערן עובדי אל אחד, ווען די תורה איז אונזער וועג ווייזער, צו דינען דעם אלמעכטיגן גאט.

א פייג.

מיר זענען אין גלות. נישט גלות אדום, נישט גלות אמעריקא, נישט גלות הנפש. נאר ווי מאנכע וועלן עס רופן גלות ראבינאוויטש, גלות צימערמאנס, אדער מער א כלליותדיגע נאמען, אבער א גלות שבתוך הגלות, די ערגסטע גלות, א גלות פון אידן ביי אידן.


באפרייטע פאלק? דו מאכסט מיר לאכן. די שעבודים וואס די חסידישע לעבנשטייגער טראגט מיט זיך, איז איבער די מאס, קוים מעגליך איבערצוטראגן. א געמישעכץ פון גלות הנפש, גלות הגוף, און גלות הנשמה. חירות? א חרס! חירות? סירוח!

עם הנבחר? איך לאך שוין נישט. א באנדע פוסטע יונגען, וואס וואקסן אויף מיט האס אויפן גאנצן וועלט, און מיט האס אויף אלעס וואס מען האט זיי געלערנט אין די יוגנט. ליידיגע שטרוי זעק, אנגעפיקעוועט מיט טיפשות, אמעראצעס וועלטליך ווי תורהדיג, און אן אומבאלאנצירטע הרגשה פון אתה בחרתנו. א פלא די וועלט אנערקענט עס נישט.

ארויס פון עבדות אנשים? איך וויין שוין. וואו נאך דינט מען מענטשן, גראבע יונגען, פולע בייכער וואס לעבן אויף קהלס געלט, ווי ביי אונז חסידים? מיר געטשקען זיי, מיר פארגעטערן "עץ ואבן", עץ ואבן נישט נאר אין יכולת צו העלפן, נישט נאר אין שלעכטע געלט/כבוד גייציגע פארשוינען מיט אייז קאלטע געפילן, נאר עץ ואבן - פוסטע ליידיגע חברה. קיין תוכן, קיין קריעיטיוויטי, גארנישט. א דומם, א שטיק עץ ואבן.

און דאס ערגסטע? "מעשי ידי אדם", מיר האבן זעלבסט באשאפן די מאנסטערס. "כל העולם כולו" חרדו ממך, אונזערס א יצירה. אונז שטיצן דאס נאכאלץ, ווען נישט וואלט דאס אריין אין שאנדפולן היסטאריע צוזאמען מיט די שבתאים. לעמפעלעך, אוי לעמפעלעך, קראצמעך וואו ביזטו? פארשטעק דיך פאר די נייע פיל געלונגערע סענטע קלאוס, די רביס מיט בליצערלעך אויף די קארס, נישט נאר תחילת השנה, נאר יעדע רייזע הנקרא מסע הקודש פון דא ביז צען מינוט אוועק. וואס הייסט? דער רביס אחור קדימ'ט. בריטישע קעניגרייך, דיין קרוין מוזיאום פארשטעקט זיך פאר אונזער גרויסצוגוגע כח פון באשאפן תשית לראשו עטרת פז'ען פאר אלע שטריק וואס מאכן חתונה.

איינער געדענקט נאך עפעס עבדות השם? מיר דינען שוין דעם עגל, דעם קאלב. אבער א קאלב, נישט אפילו א קוה, סתם א קעלבל מיט שכל פון א קאלב אבער מעקעט אוועק. כי זה האיש משה, ווער איז דאס בכלל?

די תורה אונזער וועגווייזער? אלטע מאסעס. היינט האבן מיר אנגעפאשעטע בייכער, ריפסענע שיפע אחורס, גאלדענע שטעקענס, זילבענע בעקישעס, ברייטע הוטן, און קאצן גלעזער, וואס טיילן אונז איין וויאזוי צו האלטן די וועג. איר פרעגט וועלכע וועג? די אויסגעטרעטענע וועג פון תקנות הקהילה, מוסדות צעטלעך, פראפעגאנדע צייטונגען, און ליתר שאת - א טוץ ראבינאוויטשעס למיניהם וואס העלפן ארויס כל הקהילות צוצולייגן נאך תורות פאר אונזער וועגווייזערקייט.

האט דאך שוין דער דברי יואל געזאגט, אז גלות ביי אידן איז די שווערסטע גלות.

=========

גיימער כאלעמויד האלטן? געבאהער די שטריימל.

אוי, שטריימל שטריימל, וואס ביזטו אזא שוואנץ? וואס האסטו זיך באזעצט אויף מיין קאפ? סתם זיצן און פארשפרייטן דעם אנגענעמען ריח פון פארשטינקענעם האר? פארוואס דארף איך דעם דריי פיר טויזנט דאלערדיגן סרוח אויפן קאפ? צו וואס דאגה'ן ביי יעדן רעגן אז יעצט מאכן זיי א תל פונעם שפיצן קרוינען גרוילען שטריימל, וואס פארשפרייט א ריח הניחוח יעדעס מאל פון פריש, ווי אויף צו דערמאנען דעם לאן אתה הולך, כאפנדיג אז א בעל חי וואס איז שוין טויט ליגט אויף מיין קאפ. פארוואס טראגן דעם שווערן טאן וחצי אויפן קאפ? פארוואס טראגן דעם מאדנעם שוואנץ אויפן קאפ? פארוואס טראגן א פנים ווי א שוואנץ, מיטן שוואנץ אויפן קאפ?

די שטריימל דערמאנט מיך פון איר פריערדיגן בעל הבית, דער ביבער. ווי דער ביבער גייט וויינעדיג אריין אין נעץ, לייג איך ארויף דעם ביבער אויפן קאפ אלס זכר לביבער כן עשה ביבער בזמן שהיה קיים. געטון אזא נארישקייט אלץ צוליב זיין אוממעגליכקייט פון גיין קעגן דעם שטראם. טאקע דערפאר טראגן מיר דעם שטיק האר, דעם שוואנציש שטריימל אויפן קאפ, זכר לביבער.

פוי, א מין עקל. איך מוז טראגן אזא חיה וואס איך זע נישט איר שיינקייט, וואס די גוי זעט נאר א צודרייטקייט אין דעם, אויפן קאפ? מ'געט דאס נאך א נאמען מסורה, אל תיטוש תורת אמך? נאר וויבאלד חסידות איז געבוירן אין די רוסישע פרעסטן, דארט ווי מהאט זיך אנגעפעלצט מיט א פארעווע מיט האריגס אויפן קאפ זיך צו האלטן ווארים, דארפן מיר דאס נאכטאנצן אין אמעריקע? שכל אין כוויל נישט זאגן וואו.

ביסט דעך גארנישט בעסער פונעם סקווערן בהעימי וואס גייט שטיוול וויבאלד זיין עלטער זיידע האט געהאט א פראבלעם זיך צו ספראווען מיט די רוסישע ווינטערס קריכנדיג אין די מאראסט אן שטיוול. חסידות איז טאקע פון רוסלאנד, מעזביש און מעזריטש, טשערנאביל און רושין, און דארט האט מען געטראגן דעם דעמאלסדיגן קוטשמא הנקרא בלשונינו שטריימל. יעצט זעמיר דומד פארעווער ענד עווער?

אבער ביי חסידים ווי ביי חסידים, טוישט מען די בילדער פון די אבות, שבטים, כלל ישראל במשך הדורות. יעדער איז געגאנגען מיטן שטריימל קאלפיק. חסידישע אידן זענען געוואוינט צו טוישן היסטאריע, ווייל זיי טוישן דאס טאג טעגליך, דינענדיג געטשקעס מיט וועם זיי האבן זעלבסט ארומגעלאכט פינף יאר פריער. אבער פארוואס קען מען נישט לאזן די פריערדיגע לעבן? א פחד אז אויב דער רמב"ם וועט טראגן א טורבאן, און יעקב א שמאטע אויפן קאפ, וועט מען זען אז אזוי קען מען אויך זיין א ציס"ע בוצ"ק חו"פ כקש"ת רשכבה"ג רביה"ק?!

==========

שווארצע בעקישע/לאנגע רעקל, דו מאכסט מיר קאשמארן. דו ענדלסט אממערסטנס אין גלח'ישע קליידער, טאקע פון די אנטיסעמיטישע גריכיש ארטאדאקסישע קירכע. זיי טראגן טאקע ענדליכע הויכע הוטן. על כל פנים ופנים, עס טראגט קיין פנים. א מין אנשיקעניש, א מין אנשטיקעניש, א מין אנשטינקעניש.

לאנג ווי די גלות, שוויציג און שמוציג, קלעבעדיג און אומבאלומפערט, מסורבל פון אלע זייטן, און קאסט נאך אפאר מאות. אבער פארוואס למען ה'? איך שפיר דאך יא אז כפארמאג עפעס טעיסט. מיין טעם איז א שיינע קורצע סוט כמנהג אחינו בני ליטא, אפשר א נעקטיי אויך, נו, מקען מפשר זיין, אבער אזא בריה משונה ווי א לאנגע זיידענע בעקישע? דערוואגן זאלסטו נאר משנה צו זיין, טאנצן וועלן זיי, טאנצן אויף דיר וועלן די חסידישע אויסגעצייכנטע אידן, סיסמאות שפראצן און שפריצן, כל המשנה ידו על התחתונה, אסור לשנות כקוצו של יו"ד, חדש אסור מן התורה, אל תיטוש תורת אמך, זיי נישט קיין באם/קלוגער פון דיין טאטע.

אמער, אונז חסידים זאלן זיין די לעצטע צו פראקלאמירן אזאלכע טענות, ווען מיר זענען געווען די ערשטע צו אינפארסירן די פארקערטע. נאכנישט געווען קיין מהלך וואס זאל אזויפיל טרעטן אויף כל היקר והקדוש והמוסכם פון בעפאר, ווי חסידות. אראפווארפנדיג כח הקהילה, כח הרב, דיני שולחן ערוך, אייגענע דינים וחומרות, טוישן נוסח התפילה, און וואס נישט. דער אל תיטושניק האט געהאט אן עלטער עלטער זיידע וואס האט אנגעשייגעצט זיין זון מיט די זעלבע ווערטער "אל תיטוש", און דער זון האט געלאכט אין די פויסטן לויפנדיג צום נייעם בריאה הנקרא חסידות. זיין אור אור אייניקל נוצט די זעלבע ווערטער, אויב מוויל עטוואס אפנויגן פון חסידות. נישט פנימיות, נאר זאגאר די גרויל שבחסידות הנקרא בעקיטשע און שטריימל.

אבער חוץ מזה, וואס איז שוין די בעקישע? א לבוש וואס איז געווען אין מאדע צוויי הונדערט יאר צוריק. פינף הונדערט יאר צוריק איז עפעס אנדערש געועון אין די מאדע, מהאט כסדר געטוישט לפי המאדע, טאקע פאראידישט אבער פארט מאדע. אבער חסידות האט מקדש געווען די מאדע וואס איז דעמאלס געווען אין סטייל, ואנו עוונותיהם אכלנו. מיר זענען סטאק פארעווער ענד עווער מיט די אלטמאדישע בגדים וואס קלעבן ווי ארבעס צום געדערים.

וואס וויל איך דען? זיין א באם? הס מלהזכיר. איך וויל אויסזען מענטשליך, איך וויל מענג זיין דעם שבת, א שמחת יום טוב אויסזעענדיג ווי אן אנשטענדיגע מענטש אנשטאט א חזיר אראפגעקומען פון גאליציאנע דארף דריי הונדערט יאר צוריק. אבער גיי אין בוידעם, חדש אסור מן התורה.

קומט דער פרעמישלאנער זאגן אז יצחק איז שוין געגאנגען מיטן קאלפיק בעקישע. אבער געוואלד, עשיו איז אויך געגאנגען מיט א גאלדענע בעקישע, דתן ואבירם זענען געגאנגען זיידענע בעקישעס, קרח איז געגאנגען מיטן געבלימטן קאפטן, דאס איז דאך אן ערום ועריהדיגן לבוש, יעדע נבל שלא ברשות התורה גייט דאך דערמיט, ממצרים ועד הנה. אונטערן גאלדענע בעקישע ליגט א גאלדענע עגל הזהב, די גאלדענע בלומעלעך פארדעקן די ערוה שבלב, דער בור ריק שאין בו מים של תורה אלא נחשים ועקרבים יש בו. אפשר מאכן אן עק צום שאנדפולן לבוש, און גיין אנגעטון ווי א מענטש וואס שטאלצירט אויסצוזען נארמאל, לכבוד השבת ולכבוד השם?

אבער ניין, אום גאטס ווילן בלייב מיטן שוואנץ אויפן קאפ, און מסורבל'דיגן לייוונט אויפן לייב.

=============

לאנגע פיאות, צושטויבעלטע בארד. פארוואס האבן פונקט מיר דערווישט א דוחק פשט אין זוהר צו טרעפן א חיוב מיתה אויפן פליקן בארד? אוי, דאס איז דאך דער זעלבער זוהר וואס געבט א ים מיט סיגופים פארן פגם פון רעדן איין מאל לשון הרע, לידיעת אנ"ש חסידים וואס זענען אויסגעצייכנט אין נישט רעדן קיין לשון הרע ח"ו. טאקע מיר האבן געכאפט די הייליגקייט פון לאנגע פיאות, וואס די תימנים באצייכענען אלס סימנים, נו סימן לישראל גומלי חסידים, און די חסידים מוזן גיסן די סימנים צו ווייזן אז פרומקייט בפרט ווען סקומט געמישט מיט עקל, איז מער ווי וועלקאמען בחצרותינו.

דארף איך ווערן א ליובאוויטשער, מיט די שמוציגע ארבע כנפות ארויספלאטערן פונעם צופלאשעטען העמד, כדי צו קענען טראגן קוים מערקבארע פיאות איבערן בארד וואס איז חצי באדעקט מיט רוסקי סטיל שנאצען? פאר א גרין קדחת, קען איך נישט פשוט אויסזען נארמאל, אן באצייכנט ווערן אלץ באם אדער גאר מעבר לים - ליטוואק בלע"ז.

ליפא שרייט בארד בארד וואו איז די איד. לייב שרייט בארד בארד וואו איז דיין שכל. בהמות, ווי ציגן מיט בערד, קוועקן די זעלבע מעע, און שפרינגען - אויך ווי ציגן - אויף די גדרים הנקראים פארענטשעס. אבער דאס בארד און פיאות, ח"ו נישט אנרירן. אניש ביזטו א קילע קל, ענדערש זיי א חמור שבמחמירים.

אבער פארוואס? איך וויל מקיים זיין אלע מצוות דאורייתא ודרבנן, אן די שעבוד פון חסידישע אומערצויגענע הלכות, גיי טרעף יעצט אן אנשטאלט פאר אזא מענטש. ניין, איך בין נישט קיין באם. איך בין להדיא אן ערנסטער מענטש וואס דאווענט בהתלהבות, אבער איר שייכות מיטן לאנגן בארד און פיאות, שטריימל און בעקישע, האב איך נאכנישט געכאפט. איך מוז גיין מיט די לאנגע לאקן, טאף לאק.

גאטיניו, פארוואס דארף איך דעם שוואנץ אויפן קאפ, דעם מסורבלדיגן לייוונט אויפן לייב, דעם הענגעדיגן לאק פונעם קאפ, און דעם האריגן זו אויפן פרצוף מיינעם?

==============

מיין רשימה איז נאר געווען א פיצי ביישפיל, פון די פאלגענדע רשימה וואס איז אויך נאר א פיצי רשימה:
ארויסגיין אין גאס מיטן הוט און רעקל, און היצן און אין קעלט.
דעם שטריימל אויפן קאפ ביים סעודה, אין היץ ווי אין ווינטער.
פארן מיט א בייק? ביז משוגע? ביזט מיר געווארן קאאל?
ווייב'תי יונתי, נאר אין וואשינגטאן קענסטו דרייוון.
א סמארטפאן און ביהמ"ד? חס ושלום.
טייערע ווייבל, אייגענע האר. אקעי, כהאב אפילו נישט מציע געווען.
וואס? דו לערנסט אורות הקודש? איך פארשטיי שוין אלעס!
גארטל נאך מקוה. אניש, איז די ברעטל פארן לשון הרע דערציילער אין מקוה בור.
די שייטל איז צו לאנג, דיין קינד: לא נתקבל!
מזעט דיך לעצטנס נישט ביים רבינס טיש, ביזט מיר געווארן אויפגעקלערט?
הייסט אן דיאדערענט אונטערן ארעם איז נישט גענוג, פאר וועם זיך פוצן?
און די ליסטע גייט ווייטער נאכאנאנד.

דאס אלעס איז נאר פון חיצוניותדיגע פראבלעמען פון חסידות וואס שטייען יעדן אין וועג, איך רעד שוין נישט פון שיטות נאר פון פשוט'ע נארישע חצוניות וואס האט קיין בארעכטיגונג, אבער פולע כח צו שטויסן און בריקן יעדן אין וועג.


אבער לא אלמן ישראל, פאר די אלע נייע חוקים ומשפטים בל ידעום, האבן מיר כאטש באוויזן ארויסצוקאטן א שטיק שולחן ערוך בכל מיני המקצועות, אזוי אז מיר געינען כאטש עפעס פון חסידות.
מיר האבן לכתחילה מעביר געווען דעם סוף זמן תפילה.
בדיעבד קען מען מעביר זיין חצות ביז א האלבע שעה דערנאך.
תחנון יעדע שני וחמישי איז א חיוב מבטל צו זיין, צוליב א בדיל ויעבורדיגן יארצייט.
חדש אסור מן התורה איז גוט פאר א סעיאינג. אין פאקט, איז חדש מותר פאר חסידים בלבד, ווער ווייסט פון קמח ישן.
מבטל זיין לימוד התורה פארן חתונה אין רבינס הויף, איז זאגאר א מצוה.
ווער רעדט פון עוקר זיין די תורה אליינס פארן רבינס אינטערעסן, מיום היווסדה איז איסור מחלוקות, לשון הרע, אונאה, און נאך א טוץ דינים, קיינמאל געווען נוגע ווען סהאט זיך אנגעשטויסן אין הייליגן רבינס אינטערעסן.

ווייל חסידות האט אלץ געהאט א כח צו דרייען מיט דינים פון שולחן ערוך וואס שטייען בפירוש אין תורה, אבער נישט מיט די צוגעלייגטע דינים פון שטריימל בעקישע ודומיהם, וואס זענען אומבארירבאר.

ווייל עס שטייט נישט אין די תורה - - -
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס נאך איז נייעס?
איינער האט עפעס א גוט ווארט אויף יום טוב?
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך קל וחומר »

פארן קריג איז נישט געווען קיין געהעריג סיסטעם נישט ביי חסידים און נישט ביי ליטאים (אודאי טאמער איינער האט זיך אונטערגעווארפן אונטער א חסידות איז ער מיטגעגאנגן מיטן שפאן, דאס איז אבער געווען מרצונו הטוב, נישט געווען קיין מוסדות סטראשעראציעס וכו'), נאכן קריג איז דא ביי ביידע, כ'זעה נישט מיט וואס 'חסידות' דארף נעמען אויף זיך דעם גאנצן שילד. אדרבה, דארט ווי מ'האט געזאגט 'נשתכחה' איז די סיסטעם אויפן שטערקסטן פארנעם.
[NAMELESS]

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך [NAMELESS] »

צדיקים האבן געזאגט כידוע אז פסח שטעלט מען אוועק דעם סדר ווי אזוי מען וועט זיך פירן א גאנץ יאר, מיט דעם וואס מיר טוען אלע סארט אבסורדע מנהגים בלי שום טעם ושכל זענען מיר גוזר אויף אונז מיר זאלן זיך אזוי פירן איבערן יאר,
יעצט פסח איז די צייט צו מתקן זיין אונזער דרך, פירט אייך אויף נארמאל פסח וועט איר האבן א נארמאל לעבן איבער'ן יאר,

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך דעת תורה »

שטארקע, אמת'דיגע נקודות, איינס מער איינס ווייניגער. במשך די יארן האבן די פילצאליגע חברים דא אין ק"ש שוין אויסגעגאסן דאס הארץ זיך אויף די אלע זאכן, זה בכה וזה בפוי. כאטש די ארטיקל איז עפעס ספעציעל.
זאך קענער זאגן אז דאס איז די ערשטע סטעיזש אוו גריעף, זיך אויסגעבן די אנגעזאמלטע ווייטאג. מיט די צייט, קומען די שפעטערע סטעיזשעס, און מיט די הילף פון קאווע שטיבל מאכט מען צום סוף שלום מיטן מצב. א קליינער פיצעלער טייל פונעם - אנגעווייטאגטן - עולם נעמט דראסטישע שריט, און גייען אוועק. עס איז דאך סוכ"ס פיל מער רעאליסטיש צו טוישן זיך ווי צו טוישן דעם גאנצן עולם. אנדערע בארואיגן זיך אויף אנדערע אופנים.

א גוטע מיטל איז צו שטעלן פשוט זאכן אין קאנטעקסט. מיר לעבן אין א געוויסע ספעציעלע מין סאסייעטי, אבער דער אמת איז אז די גאנצע וועלט כמעט איז אזוי. סדנא דארעא חד הוא. און איבעראל איז פארהאנען ביטערע זינלאזע משוגע'תן דעזיינד אראפ צו דרייען א מענטש דעם קאפ. און היות דאס איז אזא אוניווערסאלע הרגשה צו וועלן זיין אקצעפטירט אין סאסייעטי, מוז מען בלית ברירה זיך צושטעלן. איך האב נישט געוואויגן און געמאסטן וועלכע'ס איז די ערגסטע, זייער מעגליך אז אונזער סאסייעטי שטייט גאנץ הויך אויף די פראבלעמאטישע ליסטע, אבער מסתמא אלע געזעלשאפטן האבן א פלאץ אויף די ליסטע.

עס לאזט זיך ארגומענטירן אז די סיבה פארוואס עס איז אזוי, איז וויבאלד סאסייעטי איז צוזאמען געשטעלט פון די ספישי'ס וואס הייסט מענטש, וואס איז באוויסט אז א ריזיגע מערהייט איז נישט צו קלוג. (כ'בין גראדע נייגעריג צי ביי אנדערע סארטן בעלי חיים - לפי ערך חכמתם (עס איז באוויסט אז די מענטשהייט האלט זיך פאר די קלוגסטע סארט, כאטש ס'איז מסתבר אז יעדע מין האלט אזוי אויף זיך) - זעט מען אויך אזאלכע חילוקים אין חכמה צווישן איין הינט און די אנדערע למשל). און דערפאר איז סאסייעטי דעזיינד נאכצוקומען זייערע געברויכן.

איך בין שוין לאנג מסופק אפילו מער, צי דער עכטער חכם איז בכלל קוואליפיצירט צו זיין דער מנהיג פון סאסייעטי. איך מיין אז ס'איז דא א שטארקע צד צו זאגן אז אפילו די מנהיגים טארן אויך נישט זיין צו קלוג. יא, ער דארף זיין קלוגער ווי דער המון עם, מער געלערנט און געלונגען, אבער אויפן זעלבן פריקווענסי ווי דער עולם. אז דער עולם איז למשל קעגן ציונות, ברויך ער - אליין, אדער זיינע יועצים און מקורבים - קענען די שיטה לעומקה, ארויס האבן אלע אספעקטן דערפון, קענען נעוויגעיטן די שטורמישע מלחמה לה' בעמלק אויף א אופן וואס עס זאל נישט רעדוצירן די שיסלעך טרויבן ביי א באזוך אין א אנדערע מער פארעווע חצר. (אדער זאל ער 'נישט אריין טרעטן' דארט). אבער אז ער אליין זאל אנהייבן מסופק זיין למחצה לשליש ולרביע אין די עצם מלחמה צי התנגדות, וועט נישט ארבעטן. דער מנהיגות מאדעל איז נישט דעזיינט פאר דעם.

דאס איז לאו דוקא ביי חסידות, אין יעדע סאסייעטי מוז דער לידער זיין א פאלקס מענטש, אנדערש טויג נישט. פארהאנען פלעצער וואס די פירער זענען באמת קלוגערע און זיי פרובירן מיט צוואנג אויף צו קלערן דעם פאלק, ארויס שטויסן די דומהייט מיט שטעקענעס, און עס גייט נישט. אפאר הונדערט יאר צוריק האט מען פרובירט אין די פארגעשריטענע וועלט א נייער מאדעל סאסייעטי, יעדער וועט זיין קלוג, שטודירט און געלערנט. למעשה איז די ציבור געבליבן פונקט אזוי דום. יא געלערנט און שטודירט, האט מען עדיוקעיטעד נאראנים. זיי זענען מער פראדוקטיווע ראבאטן ווי זייערע עלטער זיידעס פויערן זענען געווען, אבער נאר בלייבט נאר.

הרבה יותר מזה יש להאריך, וא(כן) כ(אן)המ"ל, אבער איך האב שוין נישט קיין געדולד.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

אההההה, נישט באקומען אזוי פיהל חיזוק אין א שטיק צייט, יישר כח ארי נוהם פאר די געשמאקע ארטיקעל,
רבותי כאפט א בליק ווי כלל ישראל דינט השי״ת קוקט אויפ אלע נקודות פון דער פארביטערטע ארי נוהם, השי״ת האט נחת ווי זיין הייליג פאלק לאסט נישט נאך אין דינט עיהם מיט א שמיץ אריבער, אפי אין היינטיגע שווערע דור, סדרייען זיך ארום אידן ערב רב, פראבירן אריין צו ברענגן א קאלט קייט צווישען אונז נאך אלץ האלטן מיר אן מיט א פעסטקייט אין טוען עבדות השם.
אזוי ווי גראדע האט געזאגט, יעצט איז חודש ניסן אזוי ווי מפיהרט זיך ניסן האט דאס השפעה אויפן גאנץ יאר, לאמער ווייזען השי״ת ווי אונז קינדער זענען מדקדוק במצוות קלה כבחמורה, אידן שווענדען ים מיט געלט, זענען זיך מוסר נפש פאר אכט טעג כדי צו ווייזען השי״ת אונז מיינען עס ערענצט, אונז זענען דיינע קינדער, אונז זענען הייליג, אונז פראבירן אלץ שייך דיר צו דינען אין האלטן דיינע מצות.
אזוי זאל די גאנצע יאר אדורך גיין מיט חומרות, אידן זאלן מדקדק זיין אין מצוות, זיין יראים שלמים, טוען רצון הבורא, אזוי ווען מען זוכה זיין צום גאולה שלימה.
#קערט׳ס_ענק_איבער.
#סאק_ איט_אפ
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך mevakesh »

צאנזער רב פלעגט זאגן אנהיייב האט ער געוואלט מתקן זיין די וועלט נאכדעם זיין לאנד וכו צום סוף הלוואי זיך אליין
יידען פרובירטס נישט צו פארעכטען דעם סיסטעם עס וועט נישט גיין און מען ווערט נאר אנגעגעסן און אויסגעשפיגען פארעכטס זיך אליין גיבטס אריין די ריכטיגע השקפה און דער שטוב מיט א פעסטקייט און קלארקייט און דאס וועט אויפטהן סאך מער ווי אלע שומפערייען אויפן סיסטעם און איהר וועט בלייבן רוהיג און צופרידען
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך מיין אז סשוין העכסט צייט צוצילייגן נאך אן אשכול אינעם הויפט זייט וואס דארט זאל אריינגיין די אלע סיסטעם באקלאגעניש אשכולות, די קאליר וואלט איך מציע געוועהן זאל זיין געיל ווי יורין, איך ברעך שוין פון די אומגליקליכע געזעלשאפט ארעסטאנטן, יעדן צווייטן טאג מיזן די זעלבע פאר זיך ארויסגעבן זייערע מיטמאכענישן פארן עולם, גענוג! ס'לעבן איז ב"ה זייער געשמאק אזוי ווי עס איז, אז די ביזט נישט העפי, האסטו א ברירה זיך צו טוישן, האסט א פראבלעם מיט דיין משפחה/חבירים/קרובים, דאס איז דיין פראבלעם, אבער זיך צו באקלאגן און שיסן האס און שנאה צו יעדע מנהג/מלבוש פון חסידשע יודען,וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א באזינדערע אשכול ווי אלע טענות זאלן דארט אראפגעלאדענט ווערן, און דארטן וועסטו קענען משלים זיין אלע דיינע בליציגע משלים וואס דו האסט נישט עספייעט צו ענדיגן.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך ירא שמים »

א מענטש רעגט זיך אויף פעשין,
אויב א שטריימל איז נישט דיין טעיסט איטס יאר פראבלעם, (גראדע לעצטנס איז די מאדע אריין אפי׳ ביי אזעלכע וואס וואלטן אמאל עס נישט געטראגן)
וואס טוט איינער וואס איז געבוירן אין א געזעלשאפט וואס מדארף שטיין אין ביסקיסע זיך שעיון און זיין טעיסט איז גיין א א בארד? איז ער אויך סטאק,

דאס איז דאס לעבן.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך טמיר »

לייב, וויזוי וואלסטו אויסגעזען אהנע סרוחעדיגע שוואנץ און רוסישע שנארץ און צושטרויבעלטע בארד? מיט א גלאטע נאקעטע פנים וועסטע אויסקוקען ווי א נעבעכדיגע פוקס!
יעצט ערנסט, האלטסט נישט אז ס'זענען שוין געווען אזאלכע גרויסע חכמים ווי דיר וואס האבן אויך פארשטאנען אז די אלע זאכן האבן נישט מיט ארגינעלע יודישקייט גארנישט, און דאך האבן זיי מאיזה סיבה פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג אזוי זיך צו פירן?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך mevakesh »

סמבטיון האט געשריבן:איך מיין אז סשוין העכסט צייט צוצילייגן נאך אן אשכול אינעם הויפט זייט וואס דארט זאל אריינגיין די אלע סיסטעם באקלאגעניש אשכולות, די קאליר וואלט איך מציע געוועהן זאל זיין געיל ווי יורין, איך ברעך שוין פון די אומגליקליכע געזעלשאפט ארעסטאנטן, יעדן צווייטן טאג מיזן די זעלבע פאר זיך ארויסגעבן זייערע מיטמאכענישן פארן עולם, גענוג! ס'לעבן איז ב"ה זייער געשמאק אזוי ווי עס איז, אז די ביזט נישט העפי, האסטו א ברירה זיך צו טוישן, האסט א פראבלעם מיט דיין משפחה/חבירים/קרובים, דאס איז דיין פראבלעם, אבער זיך צו באקלאגן און שיסן האס און שנאה צו יעדע מנהג/מלבוש פון חסידשע יודען,וואלט געווען ראטזאם צו מאכן א באזינדערע אשכול ווי אלע טענות זאלן דארט אראפגעלאדענט ווערן, און דארטן וועסטו קענען משלים זיין אלע דיינע בליציגע משלים וואס דו האסט נישט עספייעט צו ענדיגן.

איך בין בכלל נישט מסכים עס איז דא אסאך פראבלעמן אין אונזער געזעלשאפט וואס איז א ערענסטע פראבלעם און איך פארשטיי זייער גוט מענטשן וואס גיסן זיך אויס דאס הארץ פון ווייטאג און ניין מען קען נישט טוישן דעם מהלך פון איין טאג אויפן צווייטען איך וויל נאר באטאנען אזוי ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט פריער אז דאס איז נאר די ערשטע שלב פון באוויינען און נאכדעם דארף מען אנהייבן ארבעטן אוועקצושטעלן דעם אייגענעם לעבן אויף א געזונטען אופן אז מען זאל נישט האבן די אלע פראבלעמן
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

א לעכטיגן פעדער, זיסע שפראך! אינעם פה-סח האב איך באשריבן וועגן דעם ענין מיט א קלארקייט. די איינציגסטע זאך וואס איך דיסלייק פון דיין ארטיקל איז די לעגיטימאציע וואס דו געבסט פאר ראבינאוויטש. ווער רעדט אפילו פון אים, ער איז נישט ווערט אפילו דיקליינט צו ווערן, דו ווייסט וויפיל משוגעים עס נעצען אדורך דעם ערד קיגל. גלות זענען זיי? דאס לעבן איז צו קורץ, און צו אינטערסאנט אז מען זאל ספענדן ענערגיע פאר יעדן וואנזיניגן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער לייב ברומט הויך... אפשר לכבוד חוה"מ ווען מ'גייט באזוכן אין טיער-גארטן, האסטו זיך פריש געלאזט הערן.
גוטע פונקטן, אבער א"א לתקנם.


כללא נקוט בידך, אן אלטער שפריך ווארט לויטעט 'צווישן רוימער פיר דיך ווי א רוימער'. דאס איז דער קורצער, ווייטאגליכער אנטווארט, אויף דיינע טענות.

לדעתי זענען דיינע טענות אקטועל פונקט אזוי אין ליטווישן וועלט. איינער וואס וואקסט אויס אין א ישיבישער שטוב, האט שיעבודים איבערן קאפ צו וואס זיך צוצושטעלן [הגם מ'קען מחלק זיין, אז דארט איז עס נישט אזוי איבער חיצוניות'דיגע מלבושים], און ער האט אויך קיין צוויי ברירות, ער קען נישט ווערן א 'בעלבוס' אפילו ער וויל, וכו'. פרעג אונזער ליטוואק פאר מער פרטים.

דעם געלונגענעם ארטיקל וואלט איך אפילו נישט אנגערופן אן אשכול אנטקעגן דעם סיסטעם. דאס האט גאנץ קנאפ מיטן סיסטעם איינגעשטויסן [דיין רשימה ביים סוף ארטיקל, אפשר יא], דאס האט להדיא מיטן לעבן אין א געזעלשאפט וואס האט געוויסע קליידונג מנהגים. למשל, אין אמיש טאון גייט מען מיט א בארד און קיין שנאצן, און דער וואס לעבט דארט קען נישט האקן אויפן 'סיסטעם', ס'איז א פשוט'ע פונדאמענטאלע 'דרעסס קאוד', אזויווי אין פובליק שולע.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאהי אין חו"ל קען מען רואיגעהייט גייען ארבעטען. אין א"י אפשר נישט. בלויע קראגען ארבעט אפשר ווייניגער, אבער דאס איז צוליעב כבוד נישט געזעלשאפט.
דאס איז קלאר אז די חסידישע געזעלשאפט איז פיהל ענגער ווי די אמעריקאנער ליטווישע. אבער דאס זיך פארלייגען אויף די באגליידערונג איז אויך א חיצוניות, כנלע"ד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

כוכב האט געשריבן:בניגון הידוע: סיסטעם סיסטעם, פא פא, סיסטעם סיסטעם, פא פא, די גאנצע וועלט וועט גיין אויף ליפא'ס דייעט.
וואס האב איך מיטן סיסטעם? איך קלאג אויף מיין לעבן א שטיק חיצונות, ווען יעדע שטיק חיצוניות עקלט מיך באזונדער.


קל וחומר האט געשריבן:פארן קריג איז נישט געווען קיין געהעריג סיסטעם נישט ביי חסידים און נישט ביי ליטאים (אודאי טאמער איינער האט זיך אונטערגעווארפן אונטער א חסידות איז ער מיטגעגאנגן מיטן שפאן, דאס איז אבער געווען מרצונו הטוב, נישט געווען קיין מוסדות סטראשעראציעס וכו'), נאכן קריג איז דא ביי ביידע, כ'זעה נישט מיט וואס 'חסידות' דארף נעמען אויף זיך דעם גאנצן שילד. אדרבה, דארט ווי מ'האט געזאגט 'נשתכחה' איז די סיסטעם אויפן שטערקסטן פארנעם.

איך האב פונקט אזאלכע טענות אויפן ליטווישן דרך, כהאב שוין געמערקט א צווייט פלאץ אז כהאף צו צונעמען אלע שטרעמונגען און שיטות וואס באדערן מיך.


גראדעמעכעלע האט געשריבן:יעצט פסח איז די צייט צו מתקן זיין אונזער דרך, פירט אייך אויף נארמאל פסח וועט איר האבן א נארמאל לעבן איבער'ן יאר,
:lol: הלוואי. כקען אבער נישט גיין כאלעמויד האלטן אנעם שטריימל בעקישע. א באם בין איך דען?


שטילע אינגערמאן, כווייס נישט וואס דו ווילדעוועסט. כזוך דען קאלט צו מאכן? כרעד דען אלץ אויבערחכם? כשריי ווייטאג, ווילסט לאכן דערפון, געזונטערהייט, אבער שריי נישט ערב רב אויף איינער וואס שרייט ווייטאג. אויב דו האסט קיין שכל צו לינדערן שמערצן, זאג נישט אז די שמערצן זענען פאלש, נאר גיי ארויס פון דאקטערס אפיס.
דאס זעלבע זאג איך צו סמבטיון.
אייער ענטפער שלא מן הענין, צייגט אז אנשטאט טרעפן א הצדקה, טרעפט איר נאר פערזענליכע שטעכרייד אלץ אנטווארט.


ירא שמים האט געשריבן:א מענטש רעגט זיך אויף פעשין,
אויב א שטריימל איז נישט דיין טעיסט איטס יאר פראבלעם, (גראדע לעצטנס איז די מאדע אריין אפי׳ ביי אזעלכע וואס וואלטן אמאל עס נישט געטראגן)
וואס טוט איינער וואס איז געבוירן אין א געזעלשאפט וואס מדארף שטיין אין ביסקיסע זיך שעיון און זיין טעיסט איז גיין א א בארד? איז ער אויך סטאק,

דאס איז דאס לעבן.

איך הער, תנחומי הבל נחמוך. זאגן אז ביי יענעם איז אויך שלעכט, איז נישט וואס בארואיגט. פארט איז דיין צושטעל נישט קיין צושטעל. אפגערעדט פונעם קילע גיי וואס טראגט א שטריימל, ער האט געוויס נישט די פראבלעם ווי מיר. ווען ער האלט נישט דערביי, טראגט ער עס נישט, אין א רעגן, טראגט ער עס נישט, ביים סעודה, טראגט ער עס נישט, וכהנה.
אבער בלא זה נמי, די שטריימל אליינס וואלט איך פארגעבן, אבער איין גרויל נאכן צווייטן, ווען אלעס איז געמאכט וואס מער משוגע אויסצוזען, דאן איז דאס אומפארדייבאר.
ומכאן תשובה אויף דיי לעצטע נקודה. אויב די נארמע איז א קורצע סוט, נאו בארד און פיאות, און קיין שוואנץ אויפן קאפ. דאן צווינגט מען אונז אויסצוזען משוגע, און מטבע הדברים זענען פיל מער מענטשן פארביטערט. משאין כן א גוישע אריסטאקראטישע פאמיליע וואס אלע גייען מענטשליך, מאכט זיך אמאל א פארריקט קינד וואס וויל זיין א היפי, אבער דער איז א מיעוט שאינו מצוי וואס וויל אויסזען פארריקט, נישט מער נארמאל ווי מיין ווייטאג שרייט.


טמיר האט געשריבן:לייב, וויזוי וואלסטו אויסגעזען אהנע סרוחעדיגע שוואנץ און רוסישע שנארץ און צושטרויבעלטע בארד? מיט א גלאטע נאקעטע פנים וועסטע אויסקוקען ווי א נעבעכדיגע פוקס!
יעצט ערנסט, האלטסט נישט אז ס'זענען שוין געווען אזאלכע גרויסע חכמים ווי דיר וואס האבן אויך פארשטאנען אז די אלע זאכן האבן נישט מיט ארגינעלע יודישקייט גארנישט, און דאך האבן זיי מאיזה סיבה פארשטאנען אז ס'איז וויכטיג אזוי זיך צו פירן?

פאר דיין פתיחה, א גוטס... :lol:
דיין צווייטע טענה איז ממין הטענה האהוב אויף חרדים בכלל, און חסידים בפרט. ליידער איז דאס די איינציגסטע וואפן מיט וואס אפצוענטפערן יענעמס ריכטיגע רייד.
נישט אז כזוך דאס צו פארענטפערן, ווייל כאמור זוך איך תשובות און נישט תירוצים, אבער מקען נאכאלץ פארענטפערן אז די שגעונות האבן פאסירט מיט צייט, און קיינער טרויט זיך נישט אויפצושטעלן זאגן אז גענוג איז גענוג. כגלייב אז א נארמאלע באזעצענע צדיק וואס מקומט אים טענהן מיינע רייד, וועט ער זאגן אין הכי נמי, אפשר באלאנגסטו אין ליטווישן חדר.


דעת תורה, מבקש, פרייוויליג, און אדנירם. איר האט מיך דערפרייט דאס הארץ מיט ענקערע דברים היוצאים מן הלב, מבקש זאגט אז כקען נאר ארויספוצן פון היימישע חסידישע געזעלשאפט, דעת תורה וויל כזאל אויפגעבן קאמף וואס וועט ממילא געשען, און אדנירם זאגט אז ערגעץ אנדערש איז די גראז נישט גרינער. איך גלייב נישט, אוודאי נישט צו די עקסטענד וואס דו ביזט מדמה אונזער חיצוניות מיט אנדערע מהלך החיים'ס, אבער פאר א נחמה פורתא קלעקט עס. אפשר.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך mevakesh »

ארי נוהם האט געשריבן:דעת תורה, מבקש, פרייוויליג, און אדנירם. איר האט מיך דערפרייט דאס הארץ מיט ענקערע דברים היוצאים מן הלב, מבקש זאגט אז כ'קען נאר ארויספוצן פון היימישע חסידישע געזעלשאפט.

אנטשולדיגט מבקש האט נישט געמיינט דאס, ער האט אביסל א פראבלעם מיט זיך ארויסברענגען איך וועל פרובירן מסביר זיין בעסער,
מען קען פרובירן צו טוישן די פראבלעמען פונם כלל אויפן פרט, אבער איך מיין אז ריכטיגער איז צו פאררעכטן קודם די פרט און אויב עס העלפט דעם כלל איז הכל רווח,
למשל ווען די קינדער קומען אהיים מיט השקפות אז סמארטפאן איז טרייף קען מען פרובירן לוחם זיין קעגן דעם, אבער געווענליך איז עס נידון לכישלון,
די ריכטיגע וועג איז צו מסביר זיין פאר די קינדער אז עס איז נישט קיין פראבלעם נאר אז מען ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס,
דער כלל איז, מען דארף וויסן פונקטליך וואס מען וויל דעמאלטס קען מען אויסשטעלן די שטוב זאל שטימען מיט דעם די מערסטע וואס איז שייך, אוודאי קען מען נישט אלעס אויספיהרן אין אונזער געזעלשאפט אבער ווען מען ווייסט וואס מען וויל איז עס מעגליך למחצה לשליש ולרביע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום mevakesh, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאהי אין חו"ל קען מען רואיגעהייט גייען ארבעטען. אין א"י אפשר נישט. בלויע קראגען ארבעט אפשר ווייניגער, אבער דאס איז צוליעב כבוד נישט געזעלשאפט.
דאס איז קלאר אז די חסידישע געזעלשאפט איז פיהל ענגער ווי די אמעריקאנער ליטווישע. אבער דאס זיך פארלייגען אויף די באגליידערונג איז אויך א חיצוניות, כנלע"ד

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

ווארט נאר ווארט, די ליטווישע וועלט וועט צולייגט ווערן אין א באזונדער אשכול...

דאס זיך פארלייגן אויף די קליידונג, איז טאקע צוליב די חיצוניות. נאך בעפארן אריינטרעטן אין פנימיות הדברים, זענען דא זאכן וואס צוקוועטשן מיך גייסטיש, אז כשפיר טאג טעגליך "פארוואס"? דער ערשטער "זיך" איז שוין נישט דער אמתדיגער זיך, סאיז א פאלשער פארשטעלטער מענטש.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך ירא שמים »

ארי, קיינער האט נישט ארויפגעצינגען דעם סיסטעם ווער געדענקט נאך וויפיל פון די נאכן קריג אידן זענען געגאנגען שטריימלעך און אפי׳ בערד, נאר וואס די אינגע דור האט עס אויפגעפיקט מסתמא ווייל זיי האבן געוואלט אויסזעען עקלדיג.
און דאס אז די חסידישע לבוש מאכט דיר אויסזעען עקלדיג מסתמא זעסטו אויס אננדעם אויך אזוי…
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

סיסטעם שמיסטטעם, הערץ אויף נוצן דעם ווארט. כהאב ערנסט פארפאקט סיסטעם. ווער איז ער בכלל?

אז דו גלייכסט שטארק די לבוש, זאל דיר וואויל באקומען. נישט אזוי פארענטפערסטו מיין ווייטאג, און די פאקט אז איך פארנעם דאס נישט, און די פאקט אז אויב כוועל טוישן נאר א ברעקל וועט מען מיר באצייכענען אלס באם, נישט ווייניגער. הגם אין פרומקייט בין איך מער פונעם חסידישן פראוד שוואנצן טרעגער.

און איבער דיין זיסע שטעך צום סוף, א דאנק. זעט אויס איר זעט אויס אזוי זיס און בחנ'ט ווי א קינד, אז אפילו די חסידישע מלבושים קענען נישט פארמינערן דיין הערליכע אויסזען.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

די אידן אין דייטשלאנד האבן אויך געשטרעבט אויסציזעהן 'מענטשליך' אדער אריסטאקראטיש ווי די ריפסט עס מיט דיין הויכגעבילדעטע שריפט, זיי האבן געוואלט אויסזעהן פונקט ווי דער דייטש, די ריינע ראסע, און פאר וועם סאיז באקאנט האבן די רוצחים אויסגעראטן דאס יודיש פאלק דארט, נישט נאר די אפער קלעסס און אריסטאקראטן, נאר זיי זענען נאכגעגאנגן ביזן עלטער זיידע צו מעשטאמט נישט פון עפעס א יודע. אלזא, איך ווייס נישט וועכע סארט קליידונג וועט אייך באפרידיגן, אבער וויסן זאלסטו, אז גארנישט וועט דיר העלפן, ביזט נעבעך געבוירן געווארן צו א יודיש חסידיש פאר פאלק, און אזוי וועסטו מוזן בלייבן, קענסט גיין אנגעטוהן מיט קארצע הויזן און א בלויזן אינטער העמד אויפן גאס, אבער א יוד בלייבסטו, וועסט פאר קיינעם נישט בעסער געפעלן, נו אויב ביזטו עניוועי א יוד גיי שוין ווי א יוד אונגעטוהן.
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

און דער שוטה מיין אז איך זוך איינעם צו געפעלן.
איך וויל אויסזען שיין אין מיינע אויגן, געונג פארשטענליך?
איך זע נישט פארוואס דו קלעבסט ארויף א נאסע ליילעך אויפן כלל. דו אנערקענסט נישט אינעם חילוק פשוט פונעם ליטוואק וואס זעט אויס ווי אמענטש, און דער חסיד וואס זעט אויס ווי איינער פון מארס? דער ליטוואק זוכט איינעם צו געפעלן? ער זעט פשוט אויס נארמאל. אריסטאקראטיע? וואו קומט עס ארין.

דו לעבסט נאך מיטן מה יאמרו אויף אזא שטאפל, אז דו שלעפסט ארויף די נאציס פון אפגרינד, כדי זיך צו באפרידיגן. זאל דיר וואויל באקומען.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זמן חירותינו?! יענץ געלעכטער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

קוק אין מיין אשכול 'איך בין שטאלץ צו זיין א ליטוואק' און זאג מיר צו דיין טענות זענען פארענטפערט

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אויב דו ווילסט אויסזעהן שיין אין דיינע אויגן, טוה דיר אן א שיינעם סוט מיט א נעקטיי און א ווייסע צילינדער, וואס ווילסטו דא פונקטלעך ? איך פערזענליך האלט אז א ביבער היט איז שענער ווי א יעלה ויבוא הוט, איז וואס? איך האלט אז א לאנגע רעקל איז שענער ווי א קורצע פראק איז וואס? גיי איך יעצט אראפרייסן די ליטווישע מיט זייערע מלבושים? טוה דיר אן וואס דו ווילסט לאז דאס מענטשהייט לעבן און שפאציר צוריק אריין אין טיער גארטען.
פארשפארט