קול מבשר'ס לייטישע פסח פראגראם

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

קול מבשר'ס לייטישע פסח פראגראם

שליחה דורך יושב אהל »

קול מבשר האט דאס מאל אויך נישט אנטוישט די טויזנטער צוהערער און צוגעשטעלט א הערליכן פסח פראגראם מיט א סעריע אינטערוויוס און פראיעקטן.
צום ערשט און אלעמען אן אינטערוויו מיט'ן בארימטן בדחן ר' פינקי וועבער, ס'ערשטע מאל פינקי גיט א שלימות'דיגע אינטערוויו און ר' וועלוול מאכט א מאסיווע ארבעט, ער לעכערט אים ממש ווי א זיפ און כמעט וואס לא הניח מקום להתגדר, ער פרעגט אים יעדע זאך וואס דארף נאר געפרעגט ווערן, ולעומתו פירט זיך פינקי אויף ווי א מענטש, גיט נישט קיין עדיטוד און ענטפערט אויף כמעט אלעס אויסער ווי נישט דרייט ער זיך ארויס מיט א ווערטל.
פינקי האט נאך קיינמאל פאר קיינעם נישט געגעבן קיין אינטערוויו אוו איז א שטארקער געווינס פאר קול מבשר, ס'זעלבע פארקערט, פינקי האט גוט געוואוסט אז מיט קול מבשר וועט זיין אינטערוויו קריגן פאסיגע דעקונג און פראמינענטע אטענציע.
דערנאך האבן זיי אן אטעמפארכאפנדע פראיעקט איבער פ' שרי פעלדמאן, וועלכע איז פארלוירן געגאנגען מיט איבער צוואנציג יאר צוריק. הייבט זיך אן מיט א שמועס מיט'ן מאן וואס פארציילט דער געשיכטע ביז פרטי פרטים. דער מאן הרב ישראל הערצאג איז געבענטשט מיט א לשון לימודים, יעדעס ווארט איז א ברכה צו מאכן און דורכאויס די איבער שעה צייט וואס ער פארציילט ווערט מען אריינגעשלעפט תוך תוכו פון דער היסטארישער און דראמאטישער געשיכטע, דערנאך קומט אן א אינטערוויו מיט'ן טאטן ר' יאנקל פעלדמאן און נאך עסקנים וועמען רי''ש דרעזנער האט באוויזן צאמשלעפן מיט זיין ווייטגרייכנדע ארעם וואס איך בין נאכנישט אנגעקומען צו הערן.
אסאך יארן זענען שוין פארלאפן זינט דער געשיכטע, איך פערזענליך בין געווען א קליין יונגעלע און איך געדענק דאס אביסל ווי אין ווייטן חלום. די געשיכטע איז נאך קיינמאל נישט פארציילט געווארן עכ''פ אין די לעצטערע יארן און איז דערפאר א העכסט שפאנענדע פראיעקט זיך צום דערקוויקן.
אן אנדערע פראיעקט איז הצלה שרייט הצלה מיט פארשידענע הצלה יונגעלייט וואס זענען אליין אמאל געווען אנגעוויזן אויף הילף, כהאב געהערט נאר אנהויב און סהערט זיך מוראדיג אינטערסאנט.
דערנאך איז דא אן אינטערוויו מיט יואלי הורוויץ פון שירה וואס כהאב נאכנישט עספיעט צו הערן.
שטייצעך אז יאסי געשטעטנער גייט דערווייל אן מיט זיינע רענטס אויף זיין טולק שוי 115 צום לאכן צום וויינען.
אלזא, ווען איר זיצט אין פארק אוו גייט אויס פאר לאנגווייליגקייט רופט קול מבשר, ס'איז דא סחורה זיך צום באלעקן.
matovu
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 11:49 am
האט שוין געלייקט: 27 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 28 מאל

Re: קול מבשר'ס לייטישע פסח פראגראם

שליחה דורך matovu »

ווען גייען זיי אנליין ?
געניג, כאנישט נערבען צי רופען.
לייג די סחורה פאר דאונלאיוד

Sent from my SM-G925V using Tapatalk 2
יושב אהל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 28, 2013 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך יושב אהל »

גיימיר ווייטער מיט מיין באריכט.
נאכ'ן אינטערוויו מיט'ן מאן קומט אן אינטערוויו ווי געזאגט מיט'ן טאטן פון שרי פעלדמאן, ער איז נישט קיין דראמאטישע דערציילער דאך איז אינטערסאנט צו הערן ערשטהאנטיגע מעמוארן פון א טאטע פון אזא פרשה.
מערקווירדיג ווי האלב פון זיינע זכרונות דרייען זיך ווען ער האט געדאוונט און צי ער האט יא געהאט א ברעטל צי נישט ווייל ער איז געווען אין יאר און זיין זאגן קדיש, אויך אז ער איז אנגעקומען אין וויזשניץ צום דאווענען צו לכה דודי, בקיצור די גאנצע טיימליין פון די געשיכטע איז לויט זיינע תפלות און סווייזט שטארק די געדאנקענגאנג פון אן ערליכן חסידישע בעל הבית.
אגב פארציילט מיר א איד וואס נעמט אסאך היטשעס, אז סאיז אים שוין כמה פעמים אויסגעקומען צו פארן מיט ר' יאנקל פעלדמאן, און ער וועט אלעמאל צו טראגן אלעמען צו דער דעסטינאציע, זאגנדיג די ווערטער ''אז אידן האבן זיך פאר מיר מטריח געווען אוו געפארן ווייטע שטרעקעס זוכן מיין טאכטער, דארף איך זיך מטריח זיין פאר אנדערע אידן'', א געוואלדיגע מדה פון הכרת הטוב.
נאכן טאטן איז דא אן אינטערוויו מיט ר' אייזיק אבראהאם וועלכער האט געהאט א טייל אין די זוכעריי אקציע, ער גיט א באריכט איבער די לייטס און סירענעס, די קאמיוניקאציע, די עס יו ווי און די פאליס עסקארטס, כהאב נאר געהערט א טייל, אבער סאיז צוקער זיס צו הערן ווי די דעמאלטיגע יוניטס און רייסערס האבן זיך געספראוועט.
היינט איז ארויפגעשטעלט געווארן א זייער אינטערסאנטע אינטערוויו מיט ר' מאיר יוסף לויפער (חיים דוד לויפערס זון?) וועלכער שטייט אין שפיץ פון א מולטי מיליאן דאלערדיגן פראיעקט אויפצובויען די גרעסטע פעריס וויל אין דער וועלט דא אין שכינות'דיגע סטעטנד איילנד, כהאב געהערט א טייל דערפון און סאיז העכסט אינטערעסאַנט.
אביתר פריעדמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 09, 2016 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 22 מאל

שליחה דורך אביתר פריעדמאן »

הרב יושב אוהל דו ווייסט אפשר וואס דער אונטערוויאער ויל פון הרב פינקי'ן? ער דערקוטשעט אים די יארען פרעגט אים פונקטלעך אויס זיין סדר היום, ווען ער לייגט זיך, ווען ער שטייט אויף, און אויב ער איז נישט מיד אינמיטען טאג, פארוואס ער גייט נישט אויף שבתון'ס, און וואסערעפארא ניגונים ער זינגט אויף שלום עליכם, כל מקדש, אא''וו סקוקט אויס ווי ער האט עפעס אן אגענדע קעגן די מלך הבדחנים..
פארשפארט