ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:לגבי מיר וואו כאפט עס א נפקא מינה?

שלום על ישראל האט געשריבן: ס'איז א גרויסע נפקא מינה, ווי דען נישט?

לגבי מיר איז אזוי צו אזוי נישט קיין מחייב אהנצונעמן ווערטער וואס האבן נישט קיין קראנטע וואהרהייט. אויך, נישט יעדער וואס זאגט א נישט אמת׳ע זאך איז א ליגנער, אבער די זאך וואס ווערט געזאגט קען פארט זיין א שקר. די תורה האט אפשר צוליב דעם באפוילן מדבר שקר תרחק ווייל אויך ווען די מדבר איז נישט קיין שקרן נאר אומוויסנד אדער בעל דמיון אא״וו, דארפן מיר וויסן צו זיינע רייד זענען אמת אדער נישט.
אז ער איז ח"ו א ליגנער, קען מען אפשר פארשטיין וויאזוי איר קומט אויף מיט:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:און ווי שטארק וועט איר שרייען אז כ׳על אייך זאגן אז די גאנצע ״אר״י הקדוש״ און זיין חבריא איז ביי מיר מוטל אין א שטארקע ספק זייער ערליכקייט?

שלום על ישראל האט געשריבן: משא"כ אז ער איז ח"ו א בעל דמיון, וויאזוי נעמט מען די חוצפה צו רעדן אזוי אויף א עובד השם פון הונדרעטער יאהר צוריק, נאר ווייל ער האט מכלומר'יש געהאט א דמיון פראבלעם?!

הונדערטער יאהרן איז קיין מחייב אויף סיי וואס. כ׳האב זיך נישט ריכטיג אויסגעדרוקט מיטן ווארט ״ערליכקייט״ און ממילא האב איך עס אויסגעמעקט אין צוגאב צו באפרידיגן די נערוועזע דא. א בעסערע ווארט וואלט געוועהן ״אטענטישקייט״ וכדו׳.
שלום על ישראל האט געשריבן: אז דער רמב"ם זצ"ל האט געשריבן עפעס וואס די מציאות שטעלט זיך ארויס פארקערט (לאמיר זאגן אז מ'גלויבט שוין די היינטיגע מער ווי אים, און לאמיר שוין זאגן אז איר ווילט נישט אהננעמען די טענה אז נשתנה הטבע), איז ער ח"ו א פאלנער שקרן?! עפ"ל!

ניין. חלילה. אבער לגבי מיר איז עס פראבלעמאטיש...
כ׳נעם אהן די טענה פון נשתנו הטבעיים בערבון מוגבל מאד.
אגב, די הלכה טוישט זיך נישט אזוי צו אזוי.

שלום על ישראל האט געשריבן: נעמט מיך נישט ביטע אהן אלס א פארמאכטער קאפ וואס קען נישט פארנעמען קיין פראוואקאצירענדע טעאלאגישע פילאזאפיע; דוקא לאו. אדרבה, איך האב א גרויס פארגעניגן ווען מען לייגט ארויף אויפן טיש אלעס, לשם פילאזאפיע, און טאקע נאר לשם פרעגן; נישט לשם צו אפפרעגן. איך ווייס אז איר האט געשריבן אז "והמבקש האמת ישמור נפשו מהם" אז אז "מיינע כוונות זענען גוטע", אבער צוויישן די שורות שטעלט זיך ארויס פונקט קאפויער.

כ׳האף אז אין די אויבערשטע שורות האב איך דיר אביסל קלארער געמאכט. אויב נישט, פרעג ווייטער...
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ארי נוהם/מושב זקנים/יחיאל יאקאבזון, אדער ווער אימער איר זענט, איך מיין אז די שמועס איבער די ערליכקייט פון אונזערע רעבעס און גדולים, באלאנגט נישט פינקטלעך אין געזעלשאפט, פילייכט וואלט איהר אריבער געשלעפט דעם גאנצן מחקר און עמק דבר אדער אין צימעס, טענהטס ענק אויס, און ווען ענק קומען צו אן ענדגילטיגן באשלוס צו דער הייליגער אר"י האט געהאט עפעס ערליכקייט אין זיך צו נישט, לאזט מיר וויסן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ארי נוהם האט געשריבן:אז מ'האלט שוין דא, איז טאקע נישט מוכרח אז שבתי צבי איז יא געווען א שייגעץ א להכעיס'ניק, וע"פ דעת החוקרים איז ער אויך סך הכל געווען א בעל דמיון.

און אפשר דאס האט יעקבזון געמיינט מיטן "דמיון" צו שבתי צבי.

ארי נוהם: לפענ"ד (דעת בעל עגלה) האט יעקבזון געוואלט ארויסהייבן א נקודה מיט פארגלייכן דעם אר"י הק' צו שבתי צבי וועלכע זאגט גארנישט איבער די ערליכקייט אדער דאס פארקערטע פונ'ם אר"י ז"ל. שבתי צבי איז טאקע פעסטגעשטעלט געווארן דורך גדולי ישראל אז ר'איז געווען א שייגעץ און להב' דער אר"י איז געווען אן ערליכער. נאר דער פארגלייך פון זיי ביידע איז געווען אז דער עולם האט זיי נאכגעפאלגט אן טראכטן און פרעגן קשיות. און קיינער האט זיך נישט געטרויעט ארויס צו ברענגען אפילו א צל של ספק אין זייערע דיבורים און מעשים. און ווער ס'האט יא געהאט די גאטס צו זאגן עפעס אקעיגן דעם דעת הקהל האט מען פארשטיינערט...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לחיים ליבע ברידער!
היינט, כ"ז אדר, איז דער יארצייט פון הרב יהודה די מודינה

לחיים לחיים, טרינקט'ס א גלעזעל לזכר נשמתו.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קען ער באשטיין אז מ'זאל מאכן לחיים'ס ביי זיין יארצייט?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נ'ווער פרעגט איהם?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

סמבטיון האט געשריבן:ארי נוהם/מושב זקנים/יחיאל יאקאבזון, אדער ווער אימער איר זענט, איך מיין אז די שמועס איבער די ערליכקייט פון אונזערע רעבעס און גדולים, באלאנגט נישט פינקטלעך אין געזעלשאפט, פילייכט וואלט איהר אריבער געשלעפט דעם גאנצן מחקר און עמק דבר אדער אין צימעס, טענהטס ענק אויס, און ווען ענק קומען צו אן ענדגילטיגן באשלוס צו דער הייליגער אר"י האט געהאט עפעס ערליכקייט אין זיך צו נישט, לאזט מיר וויסן.

איך האב קיין שייכות מיט מושב זקנים אדער יחיאל יעקבזון, בנאמנות.

איך וואלט אייך נאר געפרעגט, אויב לשיטתך איז פארהאן א מעגליכקייט אז אן ערליכער איד זאל האבן דמיונות אדער נישט. אויב נישט, וויל איך פירן א שמועס מיט אייך איבער פארשידענע ערליכע אידן.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

מ׳רעדט נישט דייקא איבער זייער ערליכקייט. די שאלה איז אויב זייערע דמיונות איז אונז עפעס מחייב. כ׳זאג אלס אז אינטערעסאנט אז מעדעצין אדער א טעטיגע פסיכאלאג טוהט אויסהיילן פיהל הייליגקייטן... ווייל א מענטש איז ערליך, איז קיין ראי׳ אז ר׳איז גייסטיש געזונט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יחיאל, איך מיין אז דו ביסט אויך אביסל צו הייליג. קענסט פיינער הייט נוצן א פסיכאלאג וואס זאל דיר אביסעלע אויסהייל(יג)ן.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

זאג, וואס באדערט דיר? האסט מורא פונעם אמת? המממממ?


Sent from my iPhone using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אמת?! אז איינער ערגעץ קלערט אז א צווייטען פון פיהר הונדרעט יאר צוריק האט געליטען פון עפעס א מחלה?! זייט'ס מוחל, אבער הו"א'ס פון אן אנאנימער שרייבער ווערט נישט 'אמת' פון וואס מ'דארף זיך שרעקען.
אז דו האסט אויפווייזונגען פאר דיין דיאגנאסיס, ברענגט'ס אפיר, און די פסיכאלאגען קאווע טרינקער'ס וועלען דן זיין

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

קוק היינט וואס טוהט זיך ואין כל חדש וגו׳


Sent from my iPhone using Tapatalk
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

די גאנצע אשכול דא )און בכלל קאווע שטיבל) פאסט פאר א משכילישע צייטונג, צו מאכן א דעבאטע איבער די קראנטקייט פון חכמת הקבלה, איז דאס א ליצנות שאין כדוגמתו אין די ריזן פון כלל ישראל, וואס כולם פה אחד (הגם בשעתם הי' גם כן מיעוטא דמיעוטא וכו' אבל במשך כולם הודו) און צו מאכן א רעדע דערוועגן איז דאס ליצנות געמאכט און אלע גדולי ישראל וואס אונז קומען נישט צו לקרסוליהם ואין שום ספק שמינות נזרקה בו.

די ווארט פון חתם סופר איז דא גילטיג "ווער עס גלייבט נישט בנסתר בנגלה גלייבט נישט בנגלה בנסתר ודפח"ח

א גיטן פורים אייך אלע
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

יעצט הייבט'ס אן צו מאכן ליצנות און שרייען אז כלל ישראל איז צוריקגעבליבן, די מיט דיין חכמה עמוקה מאוד מאוד פארשטייסט בעסער ווי די לייבן פון כלל ישראל.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

אודאי זענען כולם הודו וכו׳ ווייל אזויווי היינט, האט מען אויך דען פארשריגן די וואס האבן גערעדט דברים של טעם און נישט געוואלט אהננעמען וואס איז פאר א צווייטען געפאלן דזשאסט ביקאוז. כלל ישראל איז לאו דוקא צוריקגעבליבן אבער לעבט אין אפאהר טעותים וואס גדולי עולם האבן שוין דערפון גערעדט. אבער גוט, גלייב ווייטער אלעס וואס מ׳האט דיר פארקויפט ווייל אז יעדער זאגט אז זיי גלייבן דארפסטו אויך אזוי זאגן... התעמק והבן.
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

זעהט טאקע אויס אז ביז יעצט האט כלל ישראל נאכנישט פארמאגט אזעלכע לייבן ווי יחיאל, ווען נישט וואלטן אלע שוין דעמאלט'ס מודה געווען צו די מיינונג פון יחיאל, ברוך השם שקם נביא בישראל יחיאל יאקאבזאן שכל גדולי ישראל לא השכילו כמותו עד עכשיו, אשרינו לגמרי.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

אינטערעסאנטער
כ׳זעה אז דער אמת איז דיר שווער צו פארדייען. כ׳האב געהערט זאגן אז אלקא סעלצער קען העלפן...
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

אלקא סעלצער וועט נישט העלפן איבערצו ווייזן א שקר.

יעצט די האלט דיך מיט דיין אמת, אבער איך דארף דיר נישט מסביר זיין אז דאס אפלייקענען חכמת הקבלה באווייזט אויף א טיפע טפשות וואס אויף דעים דארף מען האבן א חכם כדוגמת שלמה המלך ויחכם אפילו מן הטפשים צו איבערווייזן א זאך וואס איז שוין איבערגעוויזן געווארן, כאילו די קומסט דא מיט נייע קלוגע באווייזונגען ווי א חכם לאחר המעשה

ווי עס קוקט אויס האסטו בכלל נישט ארויס די יסודות פון חכמה, קוק אריין אין די הערליכע טיפע ספר עמוד העבודה (עס איז נישט געמאכט פאר דיר, עס איז געמאכט פאר איינער וואס האט נישט קיין אגענדע וד"ל) ווי ער קלערט אויף מיט ראיות עצומות אז די גרעסטע טפשות איז צו האלטן אז מען קען אלעס פארשטיין, און די גרעסטע חכמה איז מכיר צו זיין אז עס איז אלס דא נאך און נאך טיפער'ס וואס האסט נאכנישט פארשטאנען, והדברים ארוכים ועמוקים ואכמ"ל.

יעצט צום פוינט, כלל ישראל האט פארמאגט לייבן וואס האבן א. מיליאן מאל מער געניצט זייער מח ווי דיר און עס אויסגעשארפט מיט די גרעסטע סארט שארפקייטן אשר גם עמי הארץ ראו כי שם ה' נקרא עליהם, און די קומסט נישט צו צו זייער שפיץ שמיץ פינגער'ל צוזאמען מיט דיין גרויסן און ברייטן כלומפרשט'ן מח.
די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל האבן מיט זייער אויסטערלישע טיפע השגה וואס איך און דיך זענען ניטאמאל ווי א מורישקע קעגן א זעקעלע פארשטאנד וואס זיי האבן זיך אויסגעשארפט
(איך רעד שוין נישט פון די העכערע שכל וואס זיי האבן זוכה געווען וואס אין דעים גלייבסטו דאך נישט אויב די גלייבסט בכלל אין עפעס)

די אלע האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה, אויב בשעתם איז דאס געווען א נידון ביי דעים ארי נוהם (וואס די משכילים האבן זיך פארסמאקעוועט מיט אים, אגב) איז דאס ביי אלע גדולי ישראל בשעתם און ממש אלע במשך הדורות אנגענומען געווארן ווי תורה מסיני.

יעצט פאר א רעכט דענקדע מענטש איז דאס גענוג באווייז אז דאס זאל מער בכלל נישט זיין קיין נידון, טאקע צוליב די סיבה אז די גרעסטע חכמים ביי כלל ישראל - וואס זייער מח אנטקעגן דיינס איז ווי די קליינע פינגער פון א פיס - האבן אלע דאס אנגענומען מיט א שטארקייט. דאס אליין איז גענוג סיבה אפצופרעגן סיי וועלכע כלומפרשטע באווייז אן אינטערנעט שרייבער וועט אויפקומען פון היינט ביז הונדערט יאר ארום איז דאס אירעלעווענט.

יעצט גייסטו זאגן אז ביי כלל ישראל איז אויך געווען "חכמים" וואס האבן מתלוצץ געווען אויף חכמת הקבלה? די ענטפער אויף דעים איז איין תירוץ, די מתלוצצים האבן געוואוינט אין בערלין ותוצאותיהם יגיד על השורש אז דאס קומט פון פארפוילטע אידישקייט וואס האלט נישט אן, משא"כ די אלע גדולי ישראל - חוץ בערלין - וואס האט יא אנגענומען חכמת הקבלה האט זיך דארט געהאלטן אידישקייט געשפראצט און געבליהט פאר גאנצעטע דורות נאכ'ן אויפקום פון חכמת הקבלה.

(כ'רעד שוין נישט פון די נקודה אז כלל ישראל האט א גיט'ן שמעק און האט זיך קיינמאל נישט פאר א לענגערע תקופה געלאזט פארפירן פון נארישקייטן, יחיאל יאקאבזאן איז אבער קלוגער ווי כלל ישראל, אמער די האסט דאך דעים ארי נוהם, אה! וויפיל כחמה עמוקה שטעקט אין דעים!)


יעצט יחיאל טייערער פאר דיר איז מיין גאנצע שמועס נישט געזאגט געווארן, די האסט נישט דעים יסוד, אז די ביסט נישט קלוגער פון גאנץ כלל ישראל וואס האט אנגעהאלטן און געבויעט אידישקייט דורות נאמנים לה' ולתורתו במשך הדורות, די האלט דיך ווייטער מיט דעם ארי נוהם און קריך דארט ווי זיינע נאכפאלגער'ס זענען אנגעקומען.

אבער פאר איינער וואס זיין קאפ איז נאך אויפ'ן פלאץ וועל איך מעתיק זיין די לשון פונעם חיד"א וואס ער האט געשריבן לגבי דעם פיוט חד גדיא, וואס די תוכן איז נוגע אהער אויך.

וז"ל בשו"ת חיים שאל (ח"א סימן כ"ח) שאלת ממני, אחד שהי' מתלוצץ על פיוט חד גדיא שאומרים בערי אשכנז ליל התקדש חג ופער פיו, וקם אחד מהחבורה ונדהו, אם נדויו נדוי, או דלמא שלא היה חייב ונדהו שלא כדין והמנדה נלכד.
תשובה, כל כי האי מילתא פשוטה לפניה כי אנוש זה זד יהיר לץ המתלוצץ על מה שנהגו רבבות אלפי ישראל בערי פולין ואשכנז ואביזרייהו, ואשר לפנים בישראל גדולי עולם קדישי עליונין ודור דור וחכמיו, והן עוד היום לא אלמן ישראל כמה וכמה ראשי ישיבות וגאוני הזמן ה' עליהם יחיו, וכולם אמרו ואומרים פיוט זה, ונמצא רשע זה מתלוצץ ברבבות ישראל וגדוליהם אבות בית דין וגאוני ארץ, אנושה מכתו וחייב נדוי, ולמען תדע ידיד נפשי אגיד את הרשום, כי יש כמה פירושים בפיוט זה מהם נדפסו ומהם בכבת יד, ועוד שמעתי ממגידי אמת שגאון מופלא בדורו עשה למעלה מעשרה פירושים בפיוט זה בפרד"ס וכו' עיי"ש.
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אינטערסאנטער האט געשריבן:די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

שלום על ישראל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא


טאקע לאו דוקא דער ארי נוהם האט אנדערש געהאלטן
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

שלום על ישראל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא


טאקע לאו דוקא דער ארי נוהם האט אנדערש געהאלטן

יעצט גיי ברענג נאך אפאר תלושים פון בערלין און באטיטל זיי אלס גדולי ישראל און ברענג א ראי' אז זיי האבן אויך נישט געהאלטן פון תורת הקבלה

(אגב ברענג מיר איינער וואס האט געלייקנט אין תורת הקבלה וואס זיינע קינדער צו ער אליין שפעטער האט נישט געלייקנט אין תורת ה', עס פעלט נישט אויס צו ברענגן, די תירוץ איז איבריג וד"ל)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

אינטערסאנטער האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:
אינטערסאנטער האט געשריבן:די "אלע" יא אלע! גדולי ישראל ... האבן איינגעזעהן אין די ווארהייט פון חכמת הקבלה

לאו דוקא


טאקע לאו דוקא דער ארי נוהם האט אנדערש געהאלטן

מאכסטיך? לייען איבער ביז דא. כ'גיי נישט שפילן די געים און דיר מאכן די ליסטע פון ראשונים ואחרונים דא.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

מאכסטיך? ליין איבער וואס איך האב געשריבן אין די לעצטע תגובה (צי נישט ארויס אויסדריקן, נאר ליין די גאנצע מעשה) און שוד עווריבאדי מעיק די קאלקיולעישאנ'ס הימסעלף
פארשפארט