כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
[justify][center]פרק א':
פארווארט.[/center]
דער מהר"ל איז מסביר באריכות די ענין פון חג הפסח, אז דאס איז א יו"ט וואס סימבאליזירט די התהוות פונעם אידישן פאלק. ווייל ביז יציאת מצרים זענען די אידן געווען קנעכט, און קנעכט פארמאגן נישט קיין אידענטיטעט נאר זיי זענען אינגאנצן אונטערטעניגט אונטער א פרעמדער בעל הבית, און וועגן דעם ווען די אידן זענען ארויס פון מצרים זענען די אידן פאראייניגט געווארן אלס פאלק: כלל ישראל.
דורכאויס די אידישע היסטאריע, זענען געווען אסאך מצבים אין כלל ישראל ווען עס האבן זיך פארמירט פארשידענע כיתות-סעקטעס אינערהאלב דאס אידישע פאלק. אסאך מאל האבן זיי געמאכט פראבלעמען פאר כלל ישראל וואס איז געפארן אין אן אלטן אויסגעטרעטענעם ריכטונג, און אסאך מאל האט גאר אויסגעזען ווי זיי זענען מצליח איבערצונעמען דאס פאלק. אבער עווענטועל האבן די אלע שיטות און נייע מהלכים אנגעהויבן פארלירן מאמענטום, ביזן זיך דערקייקלן אין טיפן אפגרונד פון וועלטס היסטאריע.
צומאל זענען פארבליבן רעשטלעך פון די סעקטעס, פשוט פאר א היסטארישע סטאטוס, צו זען וואס עס האט אמאל באדראעט דאס גאנצן אידישן אויסגעטרעטענעם וועג, און צום סוף האבן די חברה איינגענומען א שטיל שווייגעניש.
ווען מיר רעדן פון סעקטעס, זענען דא געוויסע סעקטעס וואס זענען פארבליבן עד ימינו אלה בגדר כת, למשל די דונמא, וואס באשטייט פון נאכפאלגער'ס פון שבתי צבי, אזוי אויך זענען נאך פארבליבן שומרונים, און קראים, וואס קענען אריינגיין אין דעם גדר, כאטש אויף א קלענערן פארמאט.
אבער צומאל זענען דא אנדערע וואס זענען שוין נישט קיין סעקטע, אפטמאל וויבאלד זיי זענען גרויס געווארן ויצאו מכלל סעקטע, למשל די נוצרים [מינים בלשון חז"ל], און להבדיל די חסידים וואס זענען מלכתחילה אנגערופן געווארן דורך די מתנגדים 'כת החסידים'. און צומאל זענען דא אנדערע וואס זענען שוין נישט קיין סעקטע, ווייל ס'איז שוין גארנישט פארבליבן פון זיי היינט צוטאגס, און אין דעם זענען נכלל די צדוקים, ביתוסים, איסיים, און נאך.
די צדוקים זענען ניטאמאל געווען קיין סעקטע, זיי זענען געווען חלק פונעם פאלק, מיט פארקרומטע דעות. צוויי ברידער האבן געקענט זיין אידעאלאגיש צוטיילט, איינער אלס צדוקי און איינער אלס 'פרושי' [נוהג כדעת חז"ל], אנדערש ווי דער געווענליכער אפטייטש פון א סעקטע וואס זענען געווענליך ארויס פונעם כלל, מרצונם או שלא ברצונם.
אין דעם גליון שיו"ל לכבוד פסח, וועלן מיר ארומרעדן פון די צדוקים, וויבאלד דער סאמער שפיץ פון די פילע מחלוקות צווישן די צדוקים און די חכמים והכלל שנהרו אחריהם, איז געווען בענין קצירת העומר וואס געפאלט אויס מוצאי יו"ט הראשון של חג הפסח [אין ארץ ישראל. אין חו"ל איז עס די צווייטע נאכט פסח].
אין פסוק שטייט: וספרתם לכם ממחרת השבת, מיום הביאכם את עומר התנופה וגו', וואס חז"ל האבן גע'דרשנ'ט אז די לשון 'שבת' גייט ארויף אויפן יו"ט פסח. אבער די צדוקים האבן געהאלטן אז שבת מיינט שבת [ווי מיר וועלן שפעטער מסביר זיין זייער מהלך אין פירוש הכתוב], און עס גייט ארויף אויפן ערשטן מוצאי שבת נאך חג הפסח.
האבן חז"ל מתקן געווען 'להוציא מלבן של צדוקים' [א שטארקע טעזע אין חז"ל, וואס צוליב דעם האבן זיי צומאל משנה געווען מנהגים און דינים, אלס כדי צו ווייזן פאר כלל ישראל אז די צדוקים זענען אויסגעשפיגן מקרב המחנה], אז מ'גייט דווקא מאכן דעם 'קצירת העומר' מיט גאר א גרויסע פאמפע, צו ווייזן אז די זמן דערפון איז ט"ז בניסן. דערציילט אונז די משנה אין מסכת מנחות, אז מ'פלעגט צאמזאמלען אלע אידן פון די שטעטלעך ארום דעם פלאץ פון וואו מ'האט געשניטן די עומר, און ס'איז געווען א גאנצע צערעמאניע ברבים, איבערפרעגנדיג אפאר מאל אויף יעדע זאך וואס מ'האט געטון, כדי משריש צו זיין דעם ענין אז מ'דארף דאס טון דוקא אויף 'מוצאי יו"ט' הראשון של חג, און נישט דער ערשטער 'מוצאי שבת' נאך יו"ט.
דער פראסק האט באזונדער'ס שטארק וויי געטון פאר די צדוקים, וויבאלד צומאל פאלט דאס אויס אויף שב"ק, און טראצדעם האט מען געשניטן די עומר, ווייל עס איז דוחה שבת, אבער לויט די צדוקים איז עס נישט נאר געווען סתם א צערעמאניע, נאר גאר א חילול שבת!
מיר וועלן זיך יעצט ארויסלאזן אויף א רייזע פון איבער צוויי טויזנט יאר צוריק, צו רעדן וועגן די כת הצדוקים ובייתוסים, וואו מיר וועלן אדורכטון זייער גרינדונג, זייערע מחלוקות אין שיטות והלכות מיט חז"ל, פארוואס זיי הייסן 'צדוקים' און די חכמים ותלמידיהם הייסן 'פרושים', וויאזוי מען האט ארויסגענומען די שליטה פון זייערע הענט, וואס איז געווען דער גורם צו זייער אונטערגאנג, אא"וו.
ליינט מיט הנאה:[/justify]

[center]פרק ב':
פון וואו קומען די צדוקים, און וואס איז געווען זייער טענה.[/center]
[justify]די היסטאריע פון די צדוקים וביתוסים גייט צוריק צום תקופת אנשי כנסת הגדולה, וואס לויט ווי עס שטייט אין אבות דרבי נתן פ"ה, האט אנטיגנוס איש סוכו פארגעלערנט דעם באקאנטן מאמר 'אל תהיו כעבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס'. און צוויי פון זיינע תלמידים, צדוק און בייתוס, האבן נישט גוט נאכגעזאגט דעם מאמר, נאר האבן געזאגט אל תהיו עבדים המשמשים את הרב על מנת לקבל פרס, וואס ווען זייערע תלמידים האבן דאס געהערט האבן זיי געמיינט אז מ'זאגט זיי מיט דעם אז זיי וועלן טאקע נישט באקומען קיין שכר פאר די מעשים טובים וואס זיי האבן געטון [אזוי איז די פירוש לפי דברי המפרש דארטן].
איז דער אבות דר"נ ממשיך בזה"ל: עמדו ודקדקו אחריהן ואמרו, מה ראו אבותינו לומר דבר זה, אפשר שיעשה פועל מלאכה כל היום ולא יטול שכרו ערבית? אלא אלו היו יודעין אבותינו שיש עולם אחר, ויש תחיית המתים, לא היו אומרים כך. עמדו ופירשו מן התורה, ונפרצו מהם שתי פרצות, צדוקים וביתוסין. צדוקים על שום צדוק, ביתוסי על שום ביתוס, עכ"ל.
וואס פשט דערפון איז, אז זיי האבן מחליט געווען אז וויבאלד אזא זאך איז דאך נישט מסתבר על פי שכל, איז עס א פשט פון חכמים וואס האבן צוגעלייגט אייגענע מהלכי המחשבה צום אריגינאלן אידישקייט, און פונקט אזויווי דאס איז פאלש קען זיין אן א שיעור אנדערע זאכן וואס חז"ל האבן געזאגט און זענען פאלש, און וועגן דעם 'עמדו ופירשו מן התורה', דהיינו פון דרשות חז"ל אין די פסוקי התורה.
פונעם לשון אין אבות דר"נ איז משמע אז צדוק און ביתוס אליינס זענען געווען ערליכע, נאר האבן נישט ריכטיג איבערגעגעבן די לשון פון אנטיגנוס איש סוכו, ומזה יצא העגל הזה. אבער דער רמב"ם שרייבט אין א פלאץ, אז 'הם ותלמידיהם' האבן אפגענויגט פונעם דרך הישר.
ווידער דער מפרש אויף אדר"נ שרייבט, אז דערפאר איז עס גערופן על שמם, כאטשיג זיי זענען יא געווען ערליך, וויבאלד אדאנק זייער אומפארזיכטיגקייט אין נאכזאגן א שמועה פון זייער רבי'ן איז געשען אזא חורבן, דערפאר ווערן די גרופעס גערופן אויף זייער נאמען, צדוקים וביתוסים.
לויט ווי יוסף בן מתתיהו [יוספוס פלאוויוס] געבט איבער אין זיינע היסטארישע ביכער, זענען די צדוקים פארבליבן די מיעוט פון צווישן די אידן, ביזן צייט פונעם חורבן הבית. זיי זענען באשטאנען פון די אזוי גערופענע עליטע פונעם פאלק, די אויבערשטעט שטייסל פון עשירים, נכבדים, שרי המלך, און כהנים, וואס זענען געווען גענוג בא'גדול'ט ביי זיך צו פייפן אויף די חכמים שבכל דור ודור. אבער רוב כלל ישראל איז יא מיטגעשטאנען מיט די חכמים.[/justify]
[center]באקאנטע בילד פון יוספוס פלאוויוס [געמאלן אן קיין באזיס]:
[/center]
[justify]איידער מיר גייען ווייטער: די שמועס ווייטער וועט זיך באציען צו די צדוקים, און נישט צו די בייתוסים. וויבאלד די פעלד פון די בייתוסים, און מיט וואס זיי האבן געהאלטן אנדערש פון די צדוקים, איז נישט גענוג קלאר.
נישט נאר דאס, נאר אסאך מאל זענען דא חילופי גירסאות אויב מ'רעדט פון צדוקים אדער פון בייתוסים.
די סיבה איז פשוט, ווייל זיי האבן געהאט דעם זעלבן השקפה כללית, נאר מיט מינדערוויכטיגע שינויים. ביידע פון זיי האבן זיך געוואלט האלטן צום פשוט'ן פשט הפסוק, און ביידע זענען געבליבן אויסגעשפילט די זעלבע צייט.
[עס איז יא אינטרעסאנט אנצומערקן, אז געוויסע חוקרים האבן געוואלט טענה'ן, אז אין חז"ל געפונען מיר נישט קיינמאל קיין אפהאנדלונג אויף די כת ה'איסיים' פון וועם יוסף בן מתתיהו הכהן רעדט יא אין זיינע ביכער, און לויט זיינע נומערן האבן זיי זיך געציילט אין די טויזנטער מיטגלידער. מצד שני, ווייסן מיר גארנישט איבער די בייתוסים. האבן זיי געוואלט זאגן אז היינו הך, און 'ביתוסים' איז דער צאמשטעל פון די ווערטער 'בית-איסיים', וואס איז עווענטועל פארדרייט געווארן צו 'ביתוסים'.
אבער אריינגייענדיג אין די מהות השיטות ודרך החיים פון די איסיים (וואס יוספוס פלאוויוס באשרייבט שוין, און איז מער אויפגעדעקט געווארן אדאנק די געטראפענע גניזות אין די באוואוסטע 'מערות קומראן'), זעט מען לכאורה קלאר אז די שייכות צווישן זיי און די בייתוסים איז נול, וויבאלד דאס ביסל וואס חז"ל רעדן יא פון די ביתוסים שטימט נישט מיט די שיטות פון די איסיים.[/justify]
[center]אויפגעגראבענע וואוינונגען פון די כת הקומראן, אין געגענט פון קומראן.
[/center]
[justify]מיין טעאריע פארוואס חז"ל רעדן נישט פון די איסיים איז, ווייל ווען די משנה, און כ"ש די גמרא, איז נתחבר געווארן, איז שוין נישט געווען קיין זכר צו די איסיים, סיי בפועל און סיי בשיטה. די איסיים זענען געווען אזעלכע מתבודדים (ואכהמ"ל באריכות), וואס האבן קיינמאל באדראעט כלל ישראל'ס המשך להתנהל ע"פ דרך הסלולה דורך די חכמים שבכל דור ודור, משא"כ די צדוקים וואס זענען געווען חלק פונעם באזעצענעם פאלק, און זייער שיטה איז געווען אויסגעבויט און האט געקענט נתעורר ווערן פון פריש יעדן דור (און עס איז טאקע געשען בזמן הגאונים, דורך די קראים), און זיי האבן נאך געהאט עפעס אן השפעה בזמן המשנה, דערפאר האט מען געמוזט רעדן פון זיי אין ספרות התלמוד].[/justify]

[center]פרק ג':
טומאה וטהרה, קדושה וחולין, במשנת הצדוקים.[/center]
[justify]ווי דערמאנט, זענען אסאך כהנים געווען צדוקים. א גרויסע יסודות'דיגע סיבה דערצו איז געווען, וויבאלד די צדוקים האבן במשך הזמן דעוועלאפט א שיטה וואס האט זייער גוט געלוינט פאר די כהנים. זיי האבן טאקע נישט געגלייבט אין תחיית המתים, ביאת משיח, גורל, און אפילו עולם הבא [ווי דערמאנט שפעטער], אבער אין איין זאך האבן זיי זייער שטארק געגלייבט, געלעבט דערמיט, און מחמיר געווען אין די ענינים פיל מער ווי חז"ל: בעניני טומאה וטהרה, און אין קדושת ביהמ"ק והכהנים.
זיי האבן געהאלטן [נישט אנדערש ווי חז"ל, אבער אנדערש אין די פועל יוצא דערפון] אז כדי צו דינען דעם באשעפער דארף מען האבן א ביהמ"ק וואס איז די הייליגסטע פלאץ אויפן וועלט, און די כהנים זענען די משרתי ה' און דערפאר זענען זיי אויך הייליגער 'בעצם' פון די אנדערע מענטשן, און אפילו סתם מענטשן האבן אויך טומאות וטהרות וואס דורך דעם קענען זיי זיך געפונען אין א געוויסע מדרגה, זה למעלה מזה.
וויבאלד די נקודה פון עבודת ה' איז דורכן זיין וואס מער הייליג, וואס דאס האט דער באשעפער אממערסטנס ליב, דערפאר דארף מען אנקוקן דעם ביהמ"ק אלס דער צענטראלער פלאץ אין א מענטשנס לעבן, דאס דארף זיין דער שפיץ אויף וואס ארויפצוקוקן, מקריב זיין א קרבן איז די העכסטע עבודה, און די כהנים זענען אויטאמאטיש מער 'עליטע' ווי דער סתם מענטש. דערפאר דארף מען שטארק מחמיר זיין אין טומאה וטהרה בכלל, און אין עבודת ביהמ"ק בפרט.
משא"כ די 'פרושים', די כלל וואס איז מיטגעשטאנען מיט די חכמי הדור, האבן אנגעקוקט די ביהמ"ק אלס צענטראלער ארט פאר הקרבת הקרבנות און גאטעס דינסט, אבער אפילו אן דעם קען א מענטש זיך דערנענטערן צום באשעפער, דורך תורה, עבודה, מידות, וכו'.
חלק פון חז"ל'ס השקפה האט זיך אוועקגעשטעלט, דורכדעם וואס רוב פון די מלכי בית החשמונאים [נאך די פינף ברידער, בני מתתיהו ממודיעין] זענען בעיקרם געווען צדוקים, אדער אוהדי צדוקים, אדער עכ"פ זיך געפירט היבש צדוקי'ש, און זיי זענען דאך אויך געווען די כהנים גדולים אין זייער צייט [וואס איז - דרך אגב - טאקע געווען איינע פון די טענות אויף זיי, אז מ'קען נישט זיין א כה"ג וואס איז דער הייליגסטער מענטש, און אויך א הערשער וואס פירט מלחמות וכדומה], און חז"ל האבן דאס אנגעקוקט ווי זיי זענען היבש מגשם דעם מקום המקדש. עס האט נישט צוגעהאלפן די פאקט, אז בתקופת הבית השני איז דער ביהמ"ק נאר געווען א בבואה דבבואה פונעם ערשטן ביהמ"ק, סיי אין די כלים, און סיי אין די השראת השכינה, ואכמ"ל.[/justify]
[center]קבר המיוחס למתתיהו החשמונאי:
[/center]
[justify]דאס שטימט גראדע מיט דעם, וואס די באקאנטע קריגעריי צווישן די צוויי ברידער לבית החשמונאים, דער עלטערער הורקנוס און יונגערער אריסטובלוס [קינדער פון ינאי המלך, ווי דערציילט שפעטער], האט זיך שנעל אווועקגעשטעלט אלס מחלוקת צווישן די צדוקים און די פרושים/ערליכע אידן. דער עלטערער הורקנוס איז געווען א בטלן, און דער יונגערער אריסטובלוס איז געווען גאר געלונגען און פיפיג – דער טיפישער גורם צו מחלוקת אפילו בימינו אלה...
אריסטובלוס האט זיך בארינגלט מיט צדוקים, און הורקנוס מיט פרושים, און א פייער האט אויסגעבראכן – און עווענטועל געווען דער גורם צום חורבן הבית הונדערט יאר שפעטער, וויבאלד אדאנק זייער פאליטיק האבן זיי אריינגעמישט די רוימישע אימפעריע וואס האט דעמאלס אריינגעשטעלט א פלאקן אין ארץ ישראל.
אלע יארן האב איך מיך געמוטשעט, מיט דעם וואס מיר זעען אז אין זייערע קריגס צייטן, האט אריסטובלוס פאר א שטיק צייט זיך פארבאריקאדירט אינעם ביהמ"ק, און ער איז דארט געווען ממש מיט מסי"נ, אנגייענדיג מיט די עבודת ביהמ"ק עד חרמה [כמבואר בגמרא סוטה דף מ"ט ע"ב, ומנחות דף ס"ד ע"ב, ועיעו"ש]. וויסנדיג אז אריסטובלוס איז געווען א היבשער באנדיט, א צדוקי און בכלל א פיפיגער פאליטיקאנט, איז עס געווען שווער צו פארשטיין. אבער אריינגייענדיג טיפער אין די מהות פון די צדוקים, איז עס א פשוט'ע זאך, אז די עבודת הבית איז דער יסוד פון די תורה און כלל ישראל. און זייענדיג די כה"ג אינעם ביהמ"ק, האט ער געהאט גאר א שטארקע כח בעיני הצדוקים.
צוריק צו זייער שיטה. מיט דעם פארשטייען מיר אויך, פארוואס האלב פון די פלעצער ווי די צדוקים ווערן דערמאנט, איז עס עפעס בנוגע כהונה ועבודת ביהמ"ק. אנגעהויבן פונעם באקאנטן משנה אין יומא 'הם פורשים ובוכים והוא פורש ובוכה', און אזוי אויך די פילע פלעצער וואס מיר געפונען ווי זיי האבן זיך אפגעבריט אין קדשי הקדשים נישט טוענדיג כדברי חז"ל, די 'ורגמוהו כל העם באתרוגיהן' אין גמרא יומא דף כ"ו ועוד.
און בכלל, געפונען מיר אין מסכת ידים פ"ד מ"ו-מ"ח פארשידענע מחלוקות צווישן חז"ל און די צדוקים בענין טומאה וטהרה, און אין מסכת סוכה דף מ"ב און דף מ"ח געפונען מיר נאך מחלוקות בענין עבודת ביהמ"ק, און אזוי אויך אין מסכת מנחות פ"י, און אין ר"ה אנהייב פ"ב. עיי"ש ותמצא נחת.[/justify]

[center]פרק ד':
צווישן די 'צדוקים' און די 'פרושים'.[/center]
[justify]יוסף בן מתתיהו באצייכנט די ערליכע אידן אלס 'כת פרושים'. די פשוט'ע טעם פארן נאמען איז, וויבאלד זיי זענען געווען מער פרומער, און אזויווי היינט רופט מען אן אויסגעארבעטער איד 'א פרוש'.
מאנכע האבן גראדע געהאט טענות אויף יוסף בן מתתיהו, פארן געבן אזא טיטל פאר די ערליכע אידן, כאילו זיי זענען עפעס געווען א 'סעקטע' וואס פארדינט א 'טיטל' פאר זיך, ווען באמת זענען זיי געווען די כלל.[/justify]
[center]מעגליך ריכטיגע סקולפטור פון יוספוס פלאוויוס:
[/center]
[justify]אבער די אמת איז, אז טאקע אינעם אויבנדערמאנטן אבות דר"נ, ווערט שוין בהמשך אראפגעברענגט דעם לשון 'פרושים' [ווי געברענגט שפעטער]. נאר דאס וואלט נישט געווען קיין שטארקע ראי', וויבאלד לויט אסאך היסטאריקער איז די גאנצע אבות דר"נ באשאפן געווארן בתקופת הגאונים, וואס דאס איז אסאך שפעטער נאכן צייט פון יוסף בן מתתיהו, וואס יעדער האט געליינט זיינע ווערק און האט נאכגעשריבן 'פרושים' נאך אים. און עכ"פ דאס איז זיכער אז די ספעציפישער שטיקל איז צוגעלייגט געווארן בתקופת הגאונים.
נאר די גמרא זעלבסט רעדט שוין פון די פרושים, און אפילו אין משניות ווערן זיי דערמאנט בתורת פרושים, ווען אין מסכת ידים פ"ד מ"ו-מ"ח, זענען דא די באוואוסטע וויכוחים איבער טומאה וטהרה, וואס די פרושים האבן געפירט מיט די צדוקים און די מינים [-נוצרים. אגב, עס איז פארבליבן אן עדות מצד די קריסטן, צו זייערע טענות אויף די שיטות הפרושים בעניני טומאה וטהרה, אין - להבדיל - זייער בייבל (אוונגליון, מתי פכ"ג, באריכות)]. דארט שטייט אז די צדוקים האבן געזאגט 'קובלין אנו עליכם פרושין' וכו'.
געוויסע חוקרים האלטן אז עס קומט פון 'פורש' זיין פון פשוט'ע פשט הפסוק, און אננעמען פארשידענע דרשות וואס האלטן זיך נישט צום פשוט'ן טעקסט. דאס איז לדעתי אביסל א מאדנע הסבר.
א מער מסתבר'דיגע טעם איז דא, אז זיי האבן מפרש געווען די פסוקים און אויסגעברייטערט כוונת הכתוב, און דערפאר הייסן זיי פרושים מלשון מפרשים, דהיינו די וואס געבן פירושים אין פשוט'ע טעקסט, אויף א דרך לדרוש.
אין חז"ל געפונען מיר א טעם, ווייל זיי זענען געווען 'פרושים מן העריות'. אבער דאס זעט אויס מער ווי א טעם לדרוש ווי איידער די פשוט'ע טעם מלכתחילה, וויבאלד די צדוקים – עכ"פ אין אנהייב – זענען נישט געווען קיין נידעריגע עלעמענטן, נאר האבן געהאט א צווייטע אידעאלאגיע וואס האט נוגד געווען דעת החכמים. דאס וואס חז"ל זאגן, איז מער אלס ארויפלייגן רשעות אויפן רשע, וואס חז"ל האבן דאס כסדר געטון [אפילו כלפי דרשנ'ען אזוי אויף רשעים אין פסוק, ווי פרעה וכו'] בשיטה, און ווי דער תורה תמימה צייכנט אן אין אן ארט, ואכמ"ל.
אזוי צו אזוי, האב איך א שטיקל טאאריע פארן באשאפן דעם נאמען פרושים. ווייל דער אדר"נ איז דארטן ממשיך זיין לשון: והיו משתמשין בכלי כסף וכלי זהב כל ימיהם, שלא הייתה דעתן גסה עליהם, אלא צדוקים אומרים מסורת הוא ביד פרושים שהן מצערין עצמן בעולם הזה, ובעולם הבא אין להם כלום, עכ"ל.
וואס דער מפרש דארטן איז מסביר פשט, אז זיי האבן פשוט נישט געקענט פארשטיין פארוואס די פרושים זענען זיך מצטער אויף די וועלט, ווען זיי האבן ממילא נישט יענע וועלט [-וויבאלד זיי האבן דאך געהאט געלערנט די נישט ריכטיגע פשט, אז אל תהיו עבדים וכו' מיינט אז מ'באקומט נישט קיין שכר אויף יענע וועלט].
עכ"פ זעען מיר פון דא, אז די פרושים האבן זיך נישט ממלא געווען זייערע הנאות אויף די וועלט, 'שהן מצערין עצמן בעוה"ז', און אויב אזוי איז פשוט אז זיי האבן באקומען דעם טיטל פרושים, זייענדיג פרוש פון הנאות עוה"ז.
נאכמער איז אינטרעסאנט, אז פונקט די נקודה איז דער אדר"נ ממשיך צו דערציילן, נאכן אראפלאזן די עצם באמבע פון מציאות צדוקים וביתוסים. זעט אויס אז דאס איז געווען א יסודות'דיגע נקודה אין זייער קאנפליקט, און אין זייער צוגאנג צום לעבן.
פון די אנדערע זייט, איז די אבות דר"נ לכאורה א סתירה, מיט וואס די גמרא זאגט אין מסכת ברכות דף נ"ד ע"א: "כל חותמי ברכות שבמקדש היו אומרים: עד העולם. משקלקלו הצדוקים ואמרו אין עולם אלא אחד - התקינו שיהו אומרים: מן העולם ועד העולם". אבער דאס וואלט מען נאך געקענט פארענטפערן, אז די כוונה איז אויף עולם הבא לעתיד לבוא, און נישט די גן עדן וגיהנום נאכן שטארבן.
ענליך צו דעם געפונען מיר אין גמרא מסכת סנהדרין דף צ"ט, אז די צדוקים האבן נישט געגלייבט אין ביאת המשיח, און אזוי אויך שטייט דארט אז זיי האבן נישט געגלייבט אין תחיית המתים. די הסבר דערצו איז לכאורה, וויבאלד זיי האבן מער נישט מקבל געווען קיין דרשות חז"ל וואס האט נישט געהאט קיין אפענע מקור – אדער געצווינגענע אפטייטש – אין פסוק.
אבער מיר געפונען יא אן אפענעם סתירה צום אדר"נ, פון די ווערטער פון יוסף בן מתתיהו וואס האט זיי געקענט פון די נאנט, און ער שרייבט אין ספר קדמוניות היהודים סי"ח פ"ב, און אין ספר מלחמות היהודים ס"ב פי"ב, אז די צדוקים האבן כופר געווען אין די מושג פון שכר ועונש אויף יענע וועלט. ווידעראום אין אבות דר"נ שטייט קלאר, אז אדרבה, זייער אמונה אין שכר ועונש אויף יענע וועלט האט זיי גאר געמאכט כופר זיין אין מסורת חז"ל.[/justify]
[center]מלחמת היהודים ליוסף בן מתתיהו הכהן:
[/center]
[justify]די איינציגסטע נארמאלע הסבר וויאזוי צו קענען אננעמען ביידענ'ס ווערטער איז, אז די צדוקים זעלבסט האבן געטוישט זייער שיטה מיט די צייט, וואס איז דרך אגב אין איינקלאנג מיט וואס אסאך חוקרים האלטן. און אין אנהייב האבן זיי געגלייבט אין שכר ועונש אויף יענע וועלט, ווייל זיי האבן נאר געהאט א פראבלעם מיט דעם וואס חז"ל דערציילן אגדות והלכות וואס שטייט נישט קלאר אין פסוק. אבער זיי האבן נישט געזוכט זיך צו דינגען מיט יעדן אנגענומענע פשט.
נאר עווענטועל זענען זיי געווארן מער און מער אפגעזונדערט אין זייערע שיטות, פון רוב פאלק און פון די חכמים, און וויבאלד זיי האבן זיך אנגעהאנגען אין פשטות לשון הפסוק, האבן זיי פריש באטראכט די געדאנק פון שכר ועונש אויף יענע וועלט, און נישט טרעפנדיג אז די פסוק זאל רעדן דערפון בפירוש, האבן זיי אנגעהויבן לייקענען אין דעם אויך.[/justify]

[center]פרק ה':
די שליטה פון די צדוקים בימי ינאי המלך.[/center]
[justify]די אמת איז, אז די צדוקים האבן מתחילה געהאט גאר א גרויסע השפעה אין כלל ישראל. זיי זענען געווען די אויבער חכמים וואס זענען נשפע געווארן פון חכמת יוונית, און האבן בעצם נישט געגליכן חז"ל פשוט צוליב דעם ווייל זיי האבן אראפגעקוקט די חכמים אלס בענק קוועטשער וואס מאכן אייגענע דינים אן קיין דעקונג.
דערפאר איז נישט קיין וואונדער, אז ינאי המלך - א רעכטער אייניקל פון שמעון בן מתתיהו החשמונאי - האט שטארק ליב געהאט די צדוקים, וויבאלד ער איז אויך געווען א באנדיט וואס האט געפיפן אויף דברי חז"ל, ווי מיר געפונען אין גמרא אז ווען מ'האט אים גערופן אמאל צום סנהדרין און ער האט נישט געוואלט פאלגן, עי' באריכות גמרא סנהדרין דף י"ט ע"א-ע"ב [יש אומרים אז ס'איז א טעות סופר, און די מעשה האט פאסירט מיט הורדוס, אזויווי יוסף בן מתתיהו באשרייבט אין זיין ספר קדמוניות היהודים].[/justify]
[center]מטבע של ינאי המלך:
[/center]
[justify]דאס איז טאקע געגאנגען ביזן עקסטרעם, וויבאלד ער האט געוואלט צונעמען די כח פון סנהדרין, און זיין דער פאקטישער בעה"ב פון לאנד אפילו לגבי דינים ומשפטים – וואס איז בעצם געווען אונטערן סמכות פון די סנהדרין, און די חכמים האבן דאס נישט געוואלט צולאזן. די מצב האט געברענגט א ברודער קריג צוויי מאל [ואכמ"ל], און שפעטער האט דאס גורם געווען אז ער האט אויסגע'הרג'עט אלע חכמים צוליב זיינע חשדות איבער זיי, ווי געברענגט די מעשה באריכות אין גמרא קידושין דף ס"ו ע"א [ועיעו' קדמוניות היהודים פי"ג].
אפילו זיין אייגענע שוואגער – דער מנהיג הדור, שמעון בן שטח [וואס האט זיך אפטמאל געריבן מיט אים, לדוגמא ביי די אויבנדערמאנטע מעשה אין סנהדרין דף י"ט. ועיעו' ירושלמי ברכות פ"ז ה"ב, ועוד], האט זיך נישט געקענט ראטעווען פון זיינע הענט, נאר דורך זיין שוועסטער, שלומציון המלכה [עי' ברכות דף מ"ח ע"א, ובראשית רבה פצ"א ס"ג] וואס האט אים אויסבהאלטן.
אנדערע, ווי יהושע בן פרחיה, האבן אנטלאפן קיין מצרים, וואס דאן האט פאסירט די מעשה מיט זיין תלמיד ישו, וואס וועט עווענטועל זיין דער גרעסטער חורבן פאר כלל ישראל [לויטן דעה אז ער איז דער אותו האיש נאך וועמען די קריסטן זענען זיך מתייחס], עיעו' בגמרא סוטה דף מ"ז ע"א.
עווענטועל איז געמאכט געווארן א פשרה, געבנדיג מער כח פאר די סנהדרין, און שמעון בן שטח איז צוריקגעשטעלט געווארן אין שפיץ פון די סנהדרין, וואס איז אבער געווען פיל מיט צדוקים, אדאנק ינאי המלך. און כל ימי חייו פון ינאי, זענען די צדוקים געווען די בעלי בתים, און דערפאר איז ינאי געווען אראפגעקוקט ביים המון עם – וואס האט אים ממילא נישט געגליכן, זייענדיג דער גורם פאר א בירגער קריג.
ינאי האט דערשפירט די היץ, און אויפן טויטן בעט האט ער איבערגעלאזט זיין באקאנטע צוואה, געברענגט אין מסכת סוטה דף כ"ב ע"ב – וואס מיר דארפן אויך שטענדיג האלטן פאר די אויגן ביי די 'קנאי הדור', וז"ל: "אמר לה ינאי מלכא לדביתיה, אל תתיראי מן הפרושין ולא ממי שאינן פרושין, אלא מן הצבועין שדומין לפרושין, שמעשיהן כמעשה זמרי ומבקשין שכר כפנחס", עכ"ל.[/justify]

[center]פרק ו':
וויאזוי האט מען אוועקגענומען די שליטה פון די צדוקים?[/center]
[justify]עכ"פ ינאי המלך האט זיך בארינגלט מיט די צדוקים, און אויסגע'הרגעט די ערליכע חכמים, און דורכדעם זענען נאר פארבליבן די צדוקים וואס האבן טאקע איבערגענומען די סנהדרין, און מיט דעם האבן זיי עמטליך געהאט די כח השליטה אויף כלל ישראל, סיי פיזיש און סיי דורכן פרעסטידזשפולן אמט דורך וואס זיי האבן געקענט פארקויפן זייערע שיטות פארן המון עם.
שמעון בן שטח, דער פארבליבענער לייב האט געטראפן אן אריגינאלער וועג וויאזוי פטור צו ווען פון די צדוקים אחת אחת, און דאס ווערט אראפגעברענגט באריכות אין מגילת תענית, וז"ל:
"בעשרין ותמניא לטבת יתיבת כנשתא על דינא. מפני שהיו הצדוקין יושבין בסנהדרין ינאי המלך, ושלומציון המלכה יושבת אצלו, ולא אחד מישראל יושב עמהם חוץ משמעון בן שטח, והיו שואלין תשובות והלכות ולא היו יודעין להביא ראיה מן התורה, אמר להם שמעון בן שטח: כל מי שהוא יודע להביא ראיה מן התורה, כשר לישב בסנהדרין.
פעם אחת נפל דבר של מעשה ביניהם, ולא היו יודעים להביא ראיה מן התורה. אלא אחד שהיה מפטפט כנגדו ואומר: תן לי זמן ולמחר אשוב. נתן לו זמן. הלך וישב לו בינו לבין עצמו, ואינו יכול להביא ראיה מן התורה. למחר נתבייש לבא ולישב בסנהדרין, והעמיד שמעון בן שטח אחד מן התלמידים והושיבו במקומו. אמר להם: אין פוחתין בסנהדרין משבעים ואחד. וכך עשה להם בכל יום ויום עד שנסתלקו כלם, וישבה סנהדרין של ישראל.
יום שנסתלקה סנהדרין של צדוקים וישבה סנהדרין של ישראל עשאוהו יום טוב", עכ"ל.
אין אידישע איבערזעצונג [מיט פילע ערקלערונגען ארומגערינגלט]:
אין טאג כ"ח בטבת איז די סנהדרין געזעצן בדין [-דהיינו, דאן זענען זיי צום ערשטן מאל געזעצן ע"פ דין התורה המסורה, מיט חכמי הפרושים]. ווייל די צדוקים זענען געווען אין די סנהדרין בימי ינאי המלך ושלומציון המלכה, און קיין איין ערליכע איד איז נישט געזעצן דארטן חוץ פון שמעון בן שטח [-וואס איז געווען שלומציון'ס ברודער, און לכאורה צוליב דעם האט מען נישט געהאט קיין צווייטע ברירה, און ער האט געהאט א כח אפילו אין די צדוק'ישע סנהדרין], און זיי האבן געפרעגט, און געענטפערט, און גע'פסק'נט, אן קענען ברענגען אן אפענעם ראי' פונעם תורה [-וויבאלד מ'מוז כסדר צוקומען צו דרשות חז"ל איינצוזעצן פשט הפסוק, וואס איז אומפארשטענליך אין איר טעקסט. אגב, דאס איז געווען דער חורבן סיי פון די צדוקים, און סיי פון די שפעטערדיגע קראים (וואס דער רמב"ם באצייכנט זיי אלס ממשיכים פון די כת הצדוקים), אז למעשה האבן זיי אויך געדארפט אריינקוועטשן געוויסע פשטים אין פסוק, און דערפאר האבן זיי כסדר משנה געווען זייער אייגענע מהלך אין פסק, און אסאך מאל האבן זיי גע'דרשנ'ט ממש ווי חז"ל, און דאס איז געווען א פאטאלע קלאפ אנטקעגן זיי, ווייל אי משום הא מאי איריא אז זיי האבן נישט געקענט דרשנ'ען ווי חז"ל זעלבסט].
האט שמעון בן שטח זיי געזאגט: ווער עס קען ברענגען א ראי' מן התורה, דער איז כשר צו זיצן אין סנהדרין [-מיטן חשבון אז כאטש זיי וועלן זיך יעצט אפהאלטן פון זאגן זאכן אויף וואס זיי קענען נישט ברענגען קיין ראי', וועט דאס נישט קענען אנהאלטן צו לאנג, און עווענטועל וועט דאס ברענגען צו זייער צוזאמענפאל. מיר זעען ווייטער די כח פון שמעון בן שטח, אז ער האט געקענט 'מציע' זיין זאכן אפילו ער איז געווען דער יחיד אינעם צדוקי'שן סנהדרין].
איינמאל איז טאקע אונטערגעקומען אזא מעשה, וואס זיי האבן נישט געקענט ברענגען קיין ראי' דערצו מן התורה. חוץ פון איין אויבער-חכם וואס האט אים געזאגט: געב מיר צייט, און אויף מארגן וועל איך צוריקקומען מיט א ראי' מן התורה. האט ער אים געגעבן צייט. יענער איז טאקע געזעצן פאר זיך און נישט געקענט טרעפן קיין ראי' פון תורה, און ער האט זיך געשעמט צוריקצוקומען אין סנהדרין מיט ליידיגע הענט. האט שמעון בן שטח גענומען איינע פון זיינע תלמידים, און אים אריינגעשטעלט אין סנהדרין אנשטאטס יענעם צדוקי, זאגנדיג אז עס דארף דאך זיין אינעם סנהדרין גאנצע איין און זיבעציג דיינים. אזוי האט ער געטון יעדן טאג, ביז אלע צדוקים זענען אנטרינען פון דארט, און עס איז געזעצן א כשר'ע סנהדרין פון חכמי ישראל.
אין יענעם טאג [-כ"ח בטבת] וואס מ'איז גענצליך פטור געווארן פון די צדוקים, און עס איז אינגאנצן איבערגענומען געווארן דורך די ערליכע חכמים, האט מען פארוואנדלט אין א יו"ט [-וואס כידוע באשטייט 'מגילת תענית' פון א רשימה פון ספעציעלע דאטומען, ווען מ'האט געפאסט אדער זיך געפרייט, צוליב געוויסע היסטארישע פאסירונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט אויף יענע טעג].
אין אמת'ן אריין, איז שווער צו פארשטיין פארוואס שמעון בן שטח האט געמוזט מאכן א גאנצע שטיקל, פון אריינשטעלן איינעם נאכן צווייטן, צוביסלעך, ווען זיי האבן אלע נישט געקענט ברענגען קיין ראיות מן התורה, און ער וואלט זיי פשוט געקענט אפזאגן פון דיינות צוליב דעם.
נאר עס איז מתסבר צו זאגן, שמעון בן שטח איז געווען גענוג קלוג צו פארשטיין, אז אויב וועט ער זיי אלע משלח זיין בתופים ובמחולות אויפאיינמאל, דאן וועלן זיי זיך קענען ווענדן צום קעניג און זאגן אז ער וויל פשוט מאכן א דראסטישע רעפארם, און אריינשטעלן זיינע פארפיינטעטע פרושים אינעם צדוקי'ש געפירטן סנהדרין. און דאן וואלט דער קעניג צוריקגעשטעלט די זאך על מכונו, און ער וואלט גארנישט אויפגעטון. אזוי האט ער סך הכל געזאגט א תקנה, א לעגיטימע פונקט, וואס צוביסלעך האט ער געקענט ארויסשטופן די צדוקים און צוריק איבערנעמען די סנהדרין.
דרך אגב, מיר געפונען אן ענליכן שטיקל וואס רבי יהודה הנשיא, המכונה 'רבי' און 'רבינו הקדוש', וואס ער האט מייעץ געווען פאר זיין נאנטע חבר דער קייסער אנטונינוס. וואס ווי חז"ל דערציילן אין מסכת ע"ז דף י' ע"א, האט אים אנטונינוס געזאגט אז ער האט אסאך שונאים אינעם ארטיגן סענאט [יא, פון דארט שטאמט דאס ווארט], און ער וויל פון זיי פטור ווערן אבער ער ציטערט אז זיי זאלן זיך נישט צאמשטעלן אים אומצואווארפן פון טראן.
רבי יהודה הנשיא וואס האט מורא געהאט צו רעדן הויך דערוועגן, איז דעם נעקסטן טאג אריינגעקומען אין קעניגליכן הויף און אויסגעריסן געוויסע געוואוקסן, א טאג שפעטער נאך געוואוקסן, און נאכדעם נאך, ביז די שטח איז פארבליבן ריין. און דער קעניג האט פארשטאנען זיין כוונה, אז ער זאל מסדר זיין זיינע שונאים שטילערהייט פאר אנדערע סיבות, איינמאל דער און איינמאל יענער, און צוביסלעך וועט דאס פעלד פון שונאים זיין גענצליך אויסגעריסן...[/justify]

[center]פרק ז':
די פרושים באפעסטיגן זייער כח מימי שלומציון המלכה און ווייטער.[/center]
[justify]שלומציון המלכה, דער קעניגן פון ינאי המלך און שוועסטער פון שמעון בן שטח, איז יא געווען א פרומער. זי האט נישט געדארפט צוקומען צו איר מאנ'ס צוואה כדי צו ווערן נאנט מיט די פרושים, זי איז שטענדיג געשטאנען מער אויף זייער זייט, האבנדיג איר ברודער אלס גדול הדור.
און איר צייט פון מלכות, וואס האט אנגעצויגן ניין יאר ביז איר טויט, ווערט טאקע באצייכנט דורך חז"ל אלס גאר גוטע צייט, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.[/justify]
[center]די ריזיגע ממלכת החשמונאים בימי שלומציון המלכה:
[/center]
[justify][דאס איז טראצדעם וואס ע"פ ההלכה ירשנ'ט נישט קיין פרוי, און ע"פ דין וואלט זי לכאורה גלייך געדארפט אוועקגעבן די מלוכה פאר איר עלטסטער זון. נאר מ'קען דן זיין דערוועגן, ווייל ע"פ דין זענען זיי אפשר בכלל נישט געווען בגדר מלכים, וויבאלד דאס באלאנגט פאר שבט יהודה, אדער מער ספעציפיש – בית דוד. און ווי באקאנט, טענה'ט דער רמב"ן אין פרשת ויחי, אז צוליב דעם וואס זיי האבן עובר געווען אויפן 'לא יסור שבט מיהודה', דורכן צונעמען די מלוכה, האבן זיי עווענטועל פארלוירן נישט נאר די מלוכה נאר אויך זייער לעבן, ווען הורדוס המלך האט אויסגע'הרג'עט אלע אייניקלעך לבית החשמונאים, כמו שאמרו חז"ל.
לויט דעם איז מעגליך, אז כאטש זי האט נישט געהאט די אמת'ע רעכט צו זיין מלכה אנשטאט שבט יהודה, האט זי אבער נישט געהאט קיין חיוב אוועקצוגעבן די מלוכה פאר אירע קינדער. א ראי' לדבר האב איך פון דעם, וואס מיר געפונען שוין אין אן אנדערע פלאץ, אז חז"ל האבן נישט געוואלט מעניש זיין איינער וואס האט מבזה געווען דעם מלכות, מיט מיתה – כדין מורד או מזלזל במלכות, מעגליך אז טאקע ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז זיי האבן א ריכטיגע דין מלכי ישראל].
חז"ל דערציילן אונז אין ויקרא רבה פל"ה ס"י, וז"ל: "מעשה בימי שמעון בן שטח, ובימי שלמצה המלכה, שהיו גשמים יורדים בלילי שבתות, עד שנעשו חטים ככליות, ושעורים כגרעיני הזיתים, ועדשים כדינרי זהב", עכ"ל. אזוי ווערט אויך געברענגט אין ספרא פ' בחקותי פ"א אות א', ועיעו"ש.
אין מגילת תענית פי"א ווערט זי אויך אראפגעברענגט אלס גוטע פרוי, ובלשונם: "אשה טובה הייתה לו לינאי המלך ושלמונין שמה", בהמשך ווערט אראפגעברענגט די באקאנטע מעשה, אז ינאי האט געוואוסט אז די אידן וועלן זיך פרייען ביי זיין טויט, און דערפאר האט ער געהייסן איינשפארן די חשוב'סטע פרושים און זיי הרג'ענען ביי זיין טויט, כדי זיי זאלן אויך וויינען, און למעשה האט שלומציון זיי געראטעוועט [עיי"ש].
אין אירע צייטן, אזויווי אין איר זונ'ס צייטן [הורקנוס, דער עלטסטער זון], זענען די פרושים געווען די וואס האבן געפירט דאס פאלק, און אזוי איז עס שוין מער-ווייניגער פארבליבן, כאטש אין געוויסע תקופות [ווי למשל בימי הורדוס, וואס איז טאקע געווען דער ערשטער מלך אן קיין שייכות מיט די חשמונאים, ולדעת החכמים היה גר אדומי] האט מען יא גע'רודפ'ט די חכמים. אבער הנהגת העם, בעיקר דורכן סנהדרין, איז שוין געבליבן אין די האנט פון די פרושים.[/justify]
[center]מטבע של הורדוס המלך:
די לעצטנס געפונענע מקום קבורה פון הורדוס אין הורדיון:

[center]פרק ח':
דאס עווענטועלער אונטערגאנג פון די צדוקים.[/center]
[justify]די צדוקים ווידער, זענען געווען רעפארמירער וואס - ווי שטענדיג - האבן זיי געהאלטן אז זיי זענען מער אריגינאל צום שטרענגען טעקסט פון פסוק. אבער זיי זענען צוביסלעך אונטערגעגאנגען – בעיקר, נאכן חורבן הבית, כאטש רעשטלעך זענען כסדר פארבליבן אין געוויסע מקומות, און פון זיי האט זיך עווענטועל צוריק אנגעהויבן די באוועגונג בימי ענן הקראי [אדער, מער היסטאריש גערעדט, בימי ענן נכדו של ענן הידוע שחלק על הגאונות].
איינע פון די יסודות'דיגע סיבות פארוואס זיי זענען אונטערגעגאנגען גלייך נאכן חורבן, איז געווען צוליב זייער אומבויגזאמקייט אין מפרש זיין לשון הפסוק, וואס איז געווען באזונדער וויכטיג נאכן חורבן. ווי אויבנדערמאנט, איז א ריזן חלק פון זייערע מחלוקות מיט די פרושים, באשטאנען פון הלכות וואס זענען נוגע פאר א ביהמ"ק, דאס איז שוין נישט געווען נוגע נאכן חורבן. חוץ מזה, איז זייער אידעאלאגישער בליק אויף השתלשלות הטהרה ועבודת ה' על ידה [ווי אויבנדערמאנט], צוזאמענגעפאלן צוזאמען מיטן צוזאמענפאל פונעם ביהמ"ק ומשרתיה הכהנים.
און אפילו טומאה וטהרה וואס מ'האט נאך יא אנגעהאלטן א שטיק צייט נאכן חורבן, איז שוין נישט געווען אזא וויכטיגע יסודות'דיגע זאך אין כלל ישראל, און עס איז אויך עווענטועל בטל געווארן מיט די צייט. אלזא, זיי האבן שוין נישט געהאט א גרויס חלק פון זייער וואפן [וואס אין טומאה וטהרה, האבן זיי אסאך מאל מער מחמיר געווען ווי חז"ל, פרובירנדיג צו כאפן דעם עולם ווייזנדיג אז זיי זענען מער פויבסטליכער פונעם פויבסט].
אזוי אויך זענען די צדוקים באשטאנען פון די עליטע, די שרים ונכבדים, און די כהנים. וואס זייער גאנצע אנגעזעענקייט איז געווען ווערד כמעט כקליפת השום נאכן חורבן הבית. און דאס פאלק – וואס האט זיי ממילא נישט איבעריג ליב געהאט אפילו בתקופת הבית – האט שוין בכלל נישט געהאט קיין אינטערעסע אין נאכטאנצן די שטרענגע אריסטאקראטן וואס זענען געווען טריקן פון געפיל.
משא"כ די פרושים, דהיינו די חכמים, האבן מלכתחילה נישט אנגעהאנגען זייערע האפענונגען אינגאנצן אויפן ביהמ"ק, וואס איז געווען א פלאץ פאר אינטריגעס און פארשוועכונג פון גאטעס-דינסט יעדע שטיק צייט, יעדעס מאל פאר אן אנדערן סיבה [בזמן ביהמ"ק השני]. זיי האבן מער גערעדט צום פאלק די הלכות והדרכות אין טאג טעגליכן לעבן, און זיי זענען נישט געווען אנגעבינדן אין טריקענע טעקסט פון פסוק, נאר האבן כסדר געקענט מפרש זיין די פסוקים אנדערש ווי די פשטות.
נישט נאר דאס, נאר זיי האבן אפילו געהאט די כח פון באשאפן הלכות פארקערט ווי די פסוק [אפאר קורצע דוגמאות מבלי לפרש: אפשאפן די אמה העבריה, באשאפן די פרוזבול, מכות מרדות, הוראת שעה, כל דמקדש אדעתא דרבן מקדש, ועוד הרבה]. וואס דאס האט זיי געגעבן א מעגליכקייט צוצושטעלן די מאסן צום תורה, דורכדעם וואס זיי האבן מפרש געווען די תורה לויט ווי עס האט אויסגעפעלט אין זייערע זמנים. אנדערש ווי די צדוקים וואס זענען געבליבן פארשטיינערט מיט א טעקסט בוך, וואס זיי האבן אליינס געמוזט מפרש זיין כרצונם פון צייט צו צייט (דאס איז אייגנטליך איינע פון די פלאי הבריאה, וויפיל אנדערש מיר קוקן אן די פרושים/חכמי ישראל פון וואס זיי זענען באמת געווען. וה"ה בנוגע להצדוקים).
ווער עס האט געליינט הרה"ג המכונה [tag]אויבערלענדער חכם[/tag]'ס מאמר אינעם פריערדיגן גליון 'פרי עט הדר', וועט פארשטיין די טיפע חכמה וואס איז געלעגן אין חז"ל, וואס האבן געוואוסט אויף וואס צו לייגן די דגוש נאכן חורבן הבית, טוישנדיג צומאל די פשוט'ע משמעות פון מצוות, וחגים ומועדים. דרוש משם והעתיקהו לכאן.
בעצם, ווען מיר רעדן פון די צדוקים, דארף מען צו דערמאנען אויך די כת האיסיים וכת מערות קומראן, וואס האבן געהאט געוויסע ענליכקייטן צו די צדוקים [טראצדעם וואס אין געוויסע הינזיכטן זענען זיי געשטאנען אינעם פארקערטן דירעקציע, מן הקצה אל הקצה, פון די צדוקים. נאכמער ווי די פרושים]. אבער זיי פארדינען געוויס אן אפהאנדלונג פאר זיך, און דערפאר וועלן מיר שליסן דעם קאפיטל מיטן שליסונג פונעם כת הצדוקים.
וזאת למודעי: הרבה יותר ממה שכתבתי לפניכם, איז דא צו רעדן איבער די צדוקים, אבער איך האף אז מיט מיין מאמר האב איך כאטש אריינגעשיינט אביסל אין דעם אומקלארן תקופה, ותן לחכם ויחכם עוד.[/justify]

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
פון ווי נעמסטו דאס וואס דו זאגסט וועגן זייער אידעלאגיע פון כהנים וכו׳?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
זייער שיין און אינהאלטסרייך. שוין לאנג געזוכט א קלארקייט אין די נושא, (דאס איז איינע פון די נושאים וואס יעדער חדר אינגל ווייסט די בערך, די בעיסיקס, און כמעט קיינער ווייסט אבער נישט צופיל מער דערפון), און דער ארטיקל איז זייער באלערנד.
לגבי די סתירה פונעם אדר"נ מיט די אנדערע מקורות, מיין איך אז דער פשט אין אדר"נ גייט אנדערש, און ממילא שטימט עס זייער פיין.
זיי האבן געזאגט, ווי קען זיין אונז לערן מיר אל תהיו כעבדים וכו' היינו שאינם מקבלים פרס, אויב איז טאקע פארהאנען אן 'ערבית', איז דען אפשר שיעשה פועל מלאכה כל היום ולא יטול שכרו ערבית?, מוז אויסקומען אז 'אילו היו אבותינו יודעים שיש עולם אחר, ויש תחיית המתים, לא היו אומרים כך', ווייל מ'באקומט דאך יא שכר אין יענע געלעגנהייטן. אלא מאי, איז זייער מסקנא געווען, איז פון דעם מאמר א הוכחה אז ס'איז טאקע נישטא, ווייל זייערע עלטערן האבן נישט געוויסט דערפון און דאס נישט גערעכנט פאר א פלאץ וואו מען קען אפמאכן דעם שכר פארן זיין וואויל אויף די וועלט. מילא האבן זיי פורש געווען פון די שיטת חכמים, און אנגעהויבן צו האלטן, באזירט אויף די ארכיאלאגישע באווייזן... אז ס'איז נישטא קיין תחיית המתים וכדו'. (אינטערעסאנט וויאזוי די גרויסע אדוקים צום טעקסט האבן מפרש געווען די פסוקים אין די נביאים וואס זאגן קלאר אז עס וועט זיין תחיית המתים).
(לגבי וואו - און צי - מען באקומט בכלל שכר האבן זיי מסתמא געהאלטן טאקע נאר וואס עס שטייט אין די תורה, ונתתי גשמיכם בעתם, here and now. און דער וויכוח מיט די חכמים איז געוען אויב - און וואו - עס איז פארהאנען נאך עפעס אויך, און זיי האבן באזירט זייער מהלך אויף דעם מאמר).
למעשה האב איך אביסל אריין געקוקט האב איך געזען ברענגען דעם פשט וואס דו שרייבסט ע"ש הרשב"ם.

האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זייער שיין און אינהאלטסרייך. א דאנק. ס'זעט זיך אן אז דא ליגט יארן פון אנגעליינטע ידיעות. כה לחי!
ליינענדיג האב איך נאר געקלערט ביי זיך, ווער ווייסט, אפשר האבן די צדוקים אויך א מעשה פון אנטיגנוס איש סוכו אז ער האט אמאל פארגעלערענט א מימרא און עפעס א תלמיד, 'פרוש' האט ער געהייסן, האט זי טועה געווען, און פון דעם איז ארויסגעוואקסן די כת הפרושים...
ס'מיר געפאלן דיין זיכערקייט אז 'אונז' זענען די מעינסטרים כלל ישראל, און נאכדעם זענען געווען כיתות פון שלעכטע שלעכטע מענטשען, צדוקים, נוצרים, וכו'. וואס זיי זענען נישט די מעינסטרים, נאר אזעלכע זייטיגע כיתות. דער אמת איז אבער אז יעדע מאל ס'שאפט זיך א שכיזם וועט היסטאריע געשריבן ווערן דורכן זיגער\איבערלעבער. און פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'קען נישט ארויסהאבן סאטמארער רב'ס שיטה דורכן ליינען מזרחיסטישע ליטעראטור, און נישט רב קוק'ס השקפה דורכן ליינען סאטמערע פראפאגאנדע, אזוי אויך קען מען נישט אויסבויען א צדוקישע שיטה, היסטאריע, אדער אפילו זייער ארידזשין סטארי, דורכן לערנען מקורות חז"ל\פרושים.

ייש"כ פאר די שבחים.
דיין ערשטע הערה איז היבש ריכטיג. כ'האב דירעקט נישט געשריבן וואס די חוקרים האלטן איבער די הסתעפות פון די כיתות 'צדוקים' און 'פרושים', וויבאלד וואס זיי זאגן איז זיכער נישט מער ווי טעאריע אן קיין איין איינציגסטע מקור, און בעיקר - משום 'עינא בישא', וויבאלד דאס גייט ארויס אין גאס...
דיין צווייטע הערה איז טאטאל אומריכטיג. אפגערעדט אז דאס אליינס אז די האבן געזיגט, ווייזט אז די האבן געהאט די כח איבערן כלל [משל למהד"ד, נצחון החסידים עכ"פ אז די חרם אנקעגן זיי איז נישט געלונגען, דאס מיינט אז זייער השפעה אויפן פאלק איז געווען צו שטארק], איז פשוט דער גרויסער היסטאריקער - יוסף בן מתתיהו [וואס האט אפילו געהאט טענות אויף די פרושים, הגם ער האט זיי אממערסטנס געגליכן] שרייבט קלאר פון זיין תקופה אז די פאלק האט נוהה געווען נאך די פרושים, און אויסדריקליך נישט נאך די צדוקים. הפנים, אן חז"ל איז דאס אויך דער היסטארישער פרעספעקטיוו.

- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
זייער שיין צוזאמגענומען! דערצו איז נאך א הנאה צו ליינען וויאזוי זיך דורכצוקומען מיט די סתירות אין מקורות, וואו זיי קומען אויף, זיי צו פארענטפערן מיט א שכל'דיגן מהלך. בכלל דאכט זיך מיר אז דער עצם געניטקייט וואס אדנירם האט ביים שרייבן אין אן ארגאניזירטן וועג, דאס לייגט צו אינטערעס און גיט א באזונדערן געשמאק פאר'ן געשריבענעם ווארט. דאס איז נוגע סיי ביי דעם ארטיקל איבער די צדוקים און סיי בנוגע דעם שלום בית ארטיקל. איך האף נאר אז דאס שרייבן אזויפיל פאר פסח האט נישט געקאסט פאר שש אביסל שלום בית...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
וואס כ'האב געמיינט מיט די ערשטע הערה איז אז די וועג וויאזוי ס'איז אראפגעלייגט אין אונזערע מקורות איז זייער סימפליסטיק. ווי כאילו א גאנצע שיטה מאכט זיך פון איין סקונדע אויפן צווייטן. ס'הערט זיך מער ווי א מדרש פליאה "כיוון שאמר יצחק ויתן לך מטל השמים מיד עמד עשיו ועבד כל עבודה זרה שבעולם." כ'בין נישט קיין עקספערט אויף צדוקאלעדזשי, אבער ס'נישט געשען פון א טעות אין א שיעור ווען די מגיד שיעור האט געהאט א דאקטערס אפפוינטמענט נאכן שיעור און מ'האט נישט געקענט איבערפרעגן וואס ער האט געמיינט, אויב ס'איז יא דא עולם הבא אדער נישט...
לגבי די צווייטע הערה, דאס אז די פרושים האבן איבערגעלעבט גיבט נישט גערעכטיגקייט צו זייער שיטה, און זאגט אז דאס איז מעינסטרים, ס'מיינט נאר אז זיי זענען געווען מער פיפיג נאכן חורבן, אדער אז זיי זענען געווען אין די ריכטיגע פלאץ אינעם ריכטיגן צייט, אדער אז זייער שיטה איז בעסער געבויעט איבערצולעבען אין גלות וואו ס'נישט דא קיין צענטראלע בית המקדש, וכדו'.
טויזענט יאר ארום ווען די איבערלעבענדע באבוב'ע קהילה וועט שרייבן די היסטאריע פון זייערע אמאליגע קעגנער, די כת ה48ער, אדער ווי מאנכע פלעגן זיי רופן די הת ציונים, אבער די עכטע באבוב איז געווען די מעינסטרים, אבער זיי די ציונים פאר סאם ריזן האבן זיך גע'עקשנ'ט זיי צו רופן די כת ה45, וואס מאכט עכט נישט קיין סענס ווי מ'ווייסטער דאך היינט אז זיי זענען געווען די עכטע באבוב... נאר ס'אמאל געווען א מעשה ביי א שיעור וואס ר' שלמה באבובער האט געגעבן אין דברי חיים, האט זיך דער ראש הציונים עפעס נישט גוט פארשטאנען, און יענע טאג האט ער געגרינדעט זיין כת און ס'איבעריגע איז היסטארי.

איבערן ערשטן הערה ביזטו בפשטות הונדערט פראצענט גערעכט. כאטש ס'איז נישט אזא אפגעפרעגטע זאך צו זען א השתלשלות פון א מאוומענט, וואס מעיקרא איז געווען צוליב א פיל קלענערע פראבלעם ווי די שפעטערדיגע דיפערענץ אין שיטות. א ראי' וועל איך ברענגען טאקע פונעם נעקסטן כת - די נאכפאלגער פון די צדוקים - כת הקראים. דארט איז געווען א פאליטישע פראבלעם איבער ווער ס'זאל ווערן ראש ישיבה בימי הגאונים, און ענן - דער דורכגעפאלענער - האט מייסד געווען א שיטה וואס האט זיך פארברייטערט מיט די צייט. דאס מיינט, אז די ערשטע 'פילוג' האט געקענט זיין מינדערוויכטיג, נאר איינמאל מ'האט זיך צוקריגט זענען די דיפרענצן שארפער געווארן.
יהיה איך שיהיה, איך האב געמיינט אז דו ביזט דיך מתייחס צו סאך א שטערקערע נקודה, [וואס קומט מעגליך אלס תוצאה פון דיין הערה], אז לדעת החוקרים איז די גאנצע מעשה'לע נישט געשטויגן, און זיי פרובירן צו בויען גאנצע טעאריעס ווער די צדוקים זענען געווען [די שטערקסטע טעאריע - נכדי צדוק הכהן, מימי דוד המלך. ואכמ"ל].
אויב די ערשטע מקור צום מעשה התייסדות כת הצדוקים, נעמט זיך פונעם אבות דרבי נתן, דארף מען טאקע אריינקלערן ווי באגרינדעט דאס מוז זיין, נעמנדיג אין באטראכט אז די גאנצע אבות דר"נ איז מוטל בספק ווען דאס איז באשאפן געווארן, ולדעת החוקרים איז עס אממיינסטנס א יצירה מימי הגאונים. דאס מיינט, אז די גאנצע מעשה קען זיין א סיפור אגדה פון צענדליגע דורות, און לאו דווקא קראנט.
איבער דיין צווייטע הערה יש לעיין, כ'האב נישט קיין נערוון מאריך צו זיין. אבל העיקר חסר מדבריך, וואס טוסטו מיט יוסף בן מתתיהו הכהן, וואס באשרייבט די אידן מתקופתו, און לדבריו איז די פאלק נאכגעגאנגען די פרושים - נאך בתקופת הבית!

- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
איז עס נישט פשוט אנצונעמן אז די רעוואליציאנישע מהלך פן די פרושים מיט זייער אפענקייט און דרך הלימוד האט זיך אנגעפאנגן קליין און געווארן גרעסער און גרעסער ביז זיי האבן איבערגענומן גאנץ כלל ישראל?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:ליינענדיג האב איך נאר געקלערט ביי זיך, ווער ווייסט, אפשר האבן די צדוקים אויך א מעשה פון אנטיגנוס איש סוכו אז ער האט אמאל פארגעלערענט א מימרא און עפעס א תלמיד, 'פרוש' האט ער געהייסן, האט זי טועה געווען, און פון דעם איז ארויסגעוואקסן די כת הפרושים...
האבן זיך די צדוקים ערגעץ אין זמן אנגעפאנגען? אדער זענען זיי אייביק געווען פאראלעל מיט די פרישים
עס-פאר-עס-וואו-נא
איך וועל דיר געבען הינט - זייער נאמן איז נאך פלוני בן פלוני
ווייסן מיר א געוויסע זמן ווען די שיטה פין די פרישים איז ארויף אויף די מאפ?
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איז עס נישט פשוט אנצונעמן אז די רעוואליציאנישע מהלך פן די פרושים מיט זייער אפענקייט און דרך הלימוד האט זיך אנגעפאנגן קליין און געווארן גרעסער און גרעסער ביז זיי האבן איבערגענומן גאנץ כלל ישראל?
'קען זיין
אבער ס'איז דא ריקארדעד א מעשה מיט די גרינדינג פין דער כת הצדוקים (פריער צי שפעטער - אן קיין טענה אויף פארקערט פין יענעם זמן) איז ערגעץ אין אידישע היסטערי ריקארדעד די גרינדינג פין די פרישים "מאוומענט"
נאך דערצו אז די פרישים פאריפען זיך אז זיי זינען אייביק געוווען, זיי פאריפען זיך אויף א מסורה - הלכה למשה מיסיני און אזוי ווייטער
פון שיש ארטיקעל איז מיר אויסגעקימען אז די צידוקים זענען אנפאנג געפארן מיט די סטאטאס-קווא אידישקייט פין די פרישים ווואו למשל האבן א סנהדרין
פין וועם האבן זיי איבער גענימען די סנהדרין?
א סנהדרין איז נישט באשטאנען פין א גאנצער סיסטעם מיט הינדרעטער טויזענטער איינגעשטלטע - וואו דער פסוק (וואס די צדוקים זענען אויך מודה) זאגט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הקטן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
בכלל, וואס מיינט דאס איבערלעבן ביי דיר? אז דער חרדישער איד היינט איז א אייניקל פון יענעם פארשטאנדיגן פרוש פון דעמאלטס? אז נאר 'דער' סיסטעם פון לערנען האט איבערגעלעבט און איז נאך היינט דער זעלבער פון אמאל? אז נאר די שיטה פון די פרושים האט השפעה געהאט אויף אידישקייט לדורות משא"כ די צדוקישע? אז נאר די פרושים האבן בכלל געלאזט אן השפעה אויף היסטאריע אין אלגעמיין? אז נאר די סאגא פון די פרושים האט זוכה געווען זיך איינצוקויפען א פראמינענטער ארט אין די היסטאריע ביכער? אז נאר זייערע ווערק ווערן נאך היינט געלערנט?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:לגבי די צווייטע הערה, דאס אז די פרושים האבן איבערגעלעבט גיבט נישט גערעכטיגקייט צו זייער שיטה, און זאגט אז דאס איז מעינסטרים, ס'מיינט נאר אז זיי זענען געווען מער פיפיג נאכן חורבן, אדער אז זיי זענען געווען אין די ריכטיגע פלאץ אינעם ריכטיגן צייט, אדער אז זייער שיטה איז בעסער געבויעט איבערצולעבען אין גלות וואו ס'נישט דא קיין צענטראלע בית המקדש, וכדו'.
אדער האבן די פרושים פשוט געהאט סייעתא דשמיא, און די רבונו של עולם האט פארווירקליכט זיין הבטחה פון כי לא תשכח מפי זרעו. ונצח ישראל לא ישקר.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן: דער אמת איז אבער אז יעדע מאל ס'שאפט זיך א שכיזם וועט היסטאריע געשריבן ווערן דורכן זיגער\איבערלעבער.
אן איבער לאזן א זכר פין די היסטאריע פין די פראספעקטיוו פין די באזיגטע?
בכלל זענען די צדוקים געווען די זיגער פאר א לאנגע צייט?
און היסטערי פין די צייט וואס זיי זענען נאך נישט געווען באזיגט פארציילט אינז די זעלבע
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
הקטן האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן: דער אמת איז אבער אז יעדע מאל ס'שאפט זיך א שכיזם וועט היסטאריע געשריבן ווערן דורכן זיגער\איבערלעבער.
אן איבער לאזן א זכר פין די היסטאריע פין די פראספעקטיוו פין די באזיגטע?
בכלל זענען די צדוקים געווען די זיגער פאר א לאנגע צייט?
און היסטערי פין די צייט וואס זיי זענען נאך נישט געווען באזיגט פארציילט אינז די זעלבע
אין יענע תקופה איז כמעט גארנישט געבליבן פון די באזיגטע. די זיגער האבן באוויזן צו לאזן זייערע פינגער אפדרוקן לדורות, בעיקר באזירט אויף שפעטערדיגע אפהאנדלונגען איבער די פריערדיגע תקופה. דהיינו, חז"ל האבן אויך גארנישט איבערגעלאזט מתקופת אנטוגנוס איש סוכו ותלמידיו, נאר הונדערטער יארן שפעטער האט זיך אנגעהויבן אויספארעמען א משנה, וואו געוויסע זאכן זענען נאכגעזאגט געווארן בשמם. און אין יענע תקופה, זענען די צדוקים שוין געווען איינגעשרימפן לכל הדעות, און דערפאר האט גארנישט איבערגעלעבט פון זיי.
'די צדוקים זענען געווען די זיגער' פון וועלכע פרעספעקטיוו? ביז שלומציון מלכה זענען זיי געווען די מושלים בכיפה.
היסטאריע פון די צייט וואס זענען נאכנישט געווען באזיגט, דערציילט אונז גארנישט. היסטאריע וואס איז געשריבן געווארן אין די צייט וואס זיי זענען שוין לאנג געווען באזיגט, בנוגע די צייט וואס זיי זענען נאכנישט געווען באזיגט, איז נישט קיין הונדערט פראצענטיג אויטענטישע ערציילונג. דערפאר, בימי יוספוס פלאוויוס, דארף מען נעמען זיינע דערציילונגען מיט א קורטוב מלח ויותר. און חז"ל'ס דערציילונגען, זענען שוין פון יאאאאאאאארן שפעטער, און אויך פון די בליק פון די פרושים.
אגב, ס'געווען צייטן וואס די קראים זענען געווען אן אבנארמאלער שטארקער כח, און אין געוויסע מקומות שטערקער ווי די 'רבניים', און אפילו הכי איז נישט פארבליבן געוויסע יסודות'דיגע ספרים וואס גרויסע קראים האבן געשריבן [אריינגערעכנט ענן זעלבסט]. לדבריך איז דאס א ראי' אז זיי זענען נישט געווען צו א גרויסע כח אויפן פאלק, במציאות איז דאס א ראי' אז ס'ווענדט זיך ווער ס'בלייבט אין מאכט במשך הזמן.
פון א מאמין'ס בליק קען מען זיכער זאגן, אז דער באשעפער האט אזוי מסובב געווען וכו', ומכאן ראי' לנצח ישראל לא ישקר, וכמש"כ ירח בן יומו.