כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
גראדע האב איך געלייענט א גירסה פון די קראים אז זיי זענען גאר במסורה פון יהודה בן טבאי - שמעון בן שטח'ס זוג, לויט זייער תורה האט יהודה בן טבאי - וואס האט אויך איבערגעלעבט די הריגת החכמים פון ינאי המלך - זיך געשלאגן כל ימיו מיט שמעון בן שטח און ער איז נישט געווען סוקסעספול נאר געבליבן מיט אן ענגע צאל תלמידים, וואס זיי זענען עווענטואל געבליבן די קראים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
וואס איז דאס א זוג אויב נישט דער זוג פין מסורה ?
איז דאס וואס דו שרייבסט געדעקעט פין היסארריע פין יענער' אדער סיי וואספארא, צייט? אדער איז דאס סתם א טעאריע.
[tag]אדנירם[/tag] איך הער וואס דו זאגסט אבער דאס איז סך הכול א תירוץ פארוואס ס'איז נישט דא.
איך מיין אויך אז דער נאמן צדוקים זאגט קאלר אז דאס האט זיך אנגעפאנגען און א שפעטערע צייט (נישט דא קיין זאליס פאר ר' זלמן לייב)
אויך דארף גענימען ווערן צי קענטיג אז די פרישים בויען זייער שיטה נישט אויף אז זיי האבן פשוט א רעכט צו טון מיט די תורה וואס זיי ווילען, (וואס איז גראדע אויך אמת און א געוויסע זון וואל למשל אליהו בהר הכרמל) נאר זיי פארריפען זיך אז זיי האבן דאס מקיבל הלכה למשה מסיני - אויב דער פרישים מאוומענט האט זיך אנגעפאנגען שפעטער וואלט דאס זייער שווער געווען צו זאגן
אגב קוקט אויס אז די צדוקים האבן געדרייד מיט די תורה דארט וואו זיי האבן געהאלטן פאר וויכטיג - נאר דאס געטון אן א מסורה - ווייל ווען נישט שטימט נישט די גמרא
והיו שואלין תשובות והלכות ולא היו יודעין להביא ראיה מן התורה, אמר להם שמעון בן שטח: כל מי שהוא יודע להביא ראיה מן התורה, כשר לישב בסנהדרין.
בקיציר שמעון בן שטח האט זיי איבער געגליקיט מיט זייער אייגענע game מיט פאדערן פין זיי זיך צי האלטן געטריי צו די טעקסט - און וואו באלד דאס איז דאך געווען זייער שיטה האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין

I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אדנירם האט געשריבן:אין אמת'ן אריין, איז שווער צו פארשטיין פארוואס שמעון בן שטח האט געמוזט מאכן א גאנצע שטיקל, פון אריינשטעלן איינעם נאכן צווייטן, צוביסלעך, ווען זיי האבן אלע נישט געקענט ברענגען קיין ראיות מן התורה, און ער וואלט זיי פשוט געקענט אפזאגן פון דיינות צוליב דעם.
ווער זאגט ער איז געווען ב"ב און געקענט טון וואס ער האט געוואלט?
ער האט אבער געקענט מאכן א הצעה וואס זיי האבן נישט אפגעזאגט - וואו פריער געשריבן אז דאס האט גאר געשטימט מיט זייער אידילאגיע
איך מיין אבער די תירץ איז מער פשוט - ער האט דאס נישט געקענט טון להלכה ווייל אין בודקין מן המזבח ולמעלה:
ולא מן הדוכן ולמעלה:
ולא מסנהדרין ולמעלה:
קידושין_עו_ב
איך מיין ע"פ הלכה ווען איינער אין עובר אויף די סנהדרין פין די צדוקים וואלט ער אויך פארעכענט געווארן ע"פ תורה וואו א זקן ממרא
יפתח בדורו כשמואל בדורו
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
הקטן האט געשריבן:אדנירם האט געשריבן:אין אמת'ן אריין, איז שווער צו פארשטיין פארוואס שמעון בן שטח האט געמוזט מאכן א גאנצע שטיקל, פון אריינשטעלן איינעם נאכן צווייטן, צוביסלעך, ווען זיי האבן אלע נישט געקענט ברענגען קיין ראיות מן התורה, און ער וואלט זיי פשוט געקענט אפזאגן פון דיינות צוליב דעם.
ווער זאגט ער איז געווען ב"ב און געקענט טון וואס ער האט געוואלט?
ער האט אבער געקענט מאכן א הצעה וואס זיי האבן נישט אפגעזאגט - וואו פריער געשריבן אז דאס האט גאר געשטימט מיט זייער אידילאגיע
קודם כל, גראדע איז ער יא געווען דער ראש הסנהדרין, און זיין כח איז געוויס געווען שטערקער. אבער לא לזה התכוונתי, איך האב נאר גע'טענה'ט, אז וויבאלד ער האט דאך מציע געווען - והסכימו לזה הצדוקים - אז ווער ס'קען נישט ברענגען קיין ראי' מן התורה זאל נישט קענען זיצן אין בי"ד, דאן האט ער געהאט א גרינגע וועג וויאזוי פטור צו ווערן פון זיי אלע בבת אחת ביים ערשטן געלעגנהייט, ווען זיי וועלן נישט קענען ברענגען קיין ראי' מה"ת. פארוואס האט ער געדארפט ווארטן ביז זיי באגראבן זיך פאר בושות און קומען נישט צוריק צום סנהדרין. וע"ז תירצתי כנ"ל.
הקטן האט געשריבן: איך מיין אבער די תירץ איז מער פשוט - ער האט דאס נישט געקענט טון להלכה ווייל אין בודקין מן המזבח ולמעלה: ולא מן הדוכן ולמעלה: ולא מסנהדרין ולמעלה: קידושין_עו_ב
איך מיין ע"פ הלכה ווען איינער אין עובר אויף די סנהדרין פין די צדוקים וואלט ער אויך פארעכענט געווארן ע"פ תורה וואו א זקן ממרא
יפתח בדורו כשמואל בדורו
כ'וואלט עס נישט געגלייבט אויף דיר. דאס איז בפשטות סילוף דברי המשנה וגמרא - וואס כ'בין דיר מצדיק אז דו האסט נאר געדענקט די לשון אויסענווענדיג.
קודם כל, די פשט פון 'אין בודקין' רעדט לענין יחוס לעומת ממזרות, נישט לענין קבלת דבריו בבחינת 'אין אחר מעשה בי"ד ולא כלום'.
צווייטנס, די טעם דערפון איז, וויבאלד ער איז אנגענומען געווארן אין סנהדרין, על כרחך האט מען אדורכגעטון זיין עבר. אבער אויב ער איז אנגענומען געווארן אין סנהדרין אדאנק טעראר [ינאי המלך שהרג את החכמים], האט מען גארנישט אדורכגעטון.
דריטנס, אויב ינאי המלך האט צאמגעשטעלט די סנהדרין, האט עס לדינא געהאט בערך אזא כח ווי נאפאליאנ'ס סנהדרין. ס'איז נישט נאכגעקומען די מינימאלע סטאנדארטן וואס האט זיך אויסגעפעלט ע"פ דין המסורה.
פערטנס, וויבאלד זיי זענען געווען צדוקים שמגלים פנים בתורה שלא כהלכה, האט זייער סנהדרין נישט געהאט קיין סמכות ע"פ דין, און אויב עפעס זענען זיי זיך ווערד געווען די עונש פונעם זקן ממרא - מיתה.
פופטנס, די רגע דו זאגסט 'יפתח בדורו כשמואל בדורו', האסטו פארלוירן. די מימרא איז פשוט שוין אביוזד געווארן דורך אלע היינטיגע אכשר דרא אנגעפרעסענע עובדי אדמור"י זמנינו...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
הקטן האט געשריבן:וואס איז דאס א זוג אויב נישט דער זוג פין מסורה ?
איז דאס וואס דו שרייבסט געדעקעט פין היסארריע פין יענער' אדער סיי וואספארא, צייט? אדער איז דאס סתם א טעאריע.
[tag]אדנירם[/tag] איך הער וואס דו זאגסט אבער דאס איז סך הכול א תירוץ פארוואס ס'איז נישט דא.
איך מיין אויך אז דער נאמן צדוקים זאגט קאלר אז דאס האט זיך אנגעפאנגען און א שפעטערע צייט (נישט דא קיין זאליס פאר ר' זלמן לייב)
אויך דארף גענימען ווערן צי קענטיג אז די פרישים בויען זייער שיטה נישט אויף אז זיי האבן פשוט א רעכט צו טון מיט די תורה וואס זיי ווילען, (וואס איז גראדע אויך אמת און א געוויסע זון וואל למשל אליהו בהר הכרמל) נאר זיי פארריפען זיך אז זיי האבן דאס מקיבל הלכה למשה מסיני - אויב דער פרישים מאוומענט האט זיך אנגעפאנגען שפעטער וואלט דאס זייער שווער געווען צו זאגן
אגב קוקט אויס אז די צדוקים האבן געדרייד מיט די תורה דארט וואו זיי האבן געהאלטן פאר וויכטיג - נאר דאס געטון אן א מסורה - ווייל ווען נישט שטימט נישט די גמרא
והיו שואלין תשובות והלכות ולא היו יודעין להביא ראיה מן התורה, אמר להם שמעון בן שטח: כל מי שהוא יודע להביא ראיה מן התורה, כשר לישב בסנהדרין.
בקיציר שמעון בן שטח האט זיי איבער געגליקיט מיט זייער אייגענע game מיט פאדערן פין זיי זיך צי האלטן געטריי צו די טעקסט - און וואו באלד דאס איז דאך געווען זייער שיטה האבן זיי נישט געהאט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין
דו האלסט זיך אזוי שטארק אז די פרושים האבן א מסורה איש מפי איש ביז משה רבינו, ס'דאך א בפרושע הלכה למשה מסיני אז כל מה שתלמיד ותיק, פרושי פארשטייט זיך, עתיד לחדש איז שוין געזאגט געווארן על הר סיני. וואס מאכט דיר טראכטן אז דער צדוקי טענה'ט נישט די זעלבע אז ער האט די ריכטיגע מסורה איש מפי איש ביז מעמד הר סיני?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
לייג צי קאפ צו וואס איך זאג, וועסטו אפשר פארשטיין.
זיכער זאגט א יעדער אז זיין צד איז גערעכט און דאס וויל גאט און נאר דאס
אויך בין איך דא נישט דא ווער איז גערעכט און ווער איז פאלש וואו די ע"ז
איך ברענג ארויס אן היסטארישע באמערקונג, וואס לויט וואו איך פארשטיי וועט דאס די צדוקי אויך באשטעטיגען (אויב דו ווייסט אנדערש, וויל איך הערן)
כת הפרישים קלעמעד אז זיי זענען אייביג געווען.
כת הצדוקים קלעמעד אז זיי האבן זיך אנגעפאנגען נאך עפעס א צדוק
דער ריפארמער זאגט אויך אז זיין מהלך איז ריכטיג, און דו קענסט האלטן אז ער איז גערעכט, ער וועט דיר אבער מודה זיין אז זיין זיידע איז קיין ריפארמער נישט געווען, דו ריפארם מאוומענט האט זיך שפעטער אנגעפאנגען.
דער קראי וועט האבן א פראבלעם מיט פריעה אבער זיין ברית איז עדות אז דאס איז געווען די וועג וואו אזוי זיין טאטע האט דאס געמאכט.
"הלכה למשה מסיני" האט קיין שייכת נישט מיט "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש" דו מישט אויס צוויי גאר באזינדערע קאנסעפטס
[tag]אדנירם[/tag] ביסט גערעכט, מען רעדט דארט פין יחוס, אין די גמרא דארט האט א שמוס פארוואס א ממזר איז נישט גוט לסנהדרין
זיכער זאגט א יעדער אז זיין צד איז גערעכט און דאס וויל גאט און נאר דאס
אויך בין איך דא נישט דא ווער איז גערעכט און ווער איז פאלש וואו די ע"ז
איך ברענג ארויס אן היסטארישע באמערקונג, וואס לויט וואו איך פארשטיי וועט דאס די צדוקי אויך באשטעטיגען (אויב דו ווייסט אנדערש, וויל איך הערן)
כת הפרישים קלעמעד אז זיי זענען אייביג געווען.
כת הצדוקים קלעמעד אז זיי האבן זיך אנגעפאנגען נאך עפעס א צדוק
דער ריפארמער זאגט אויך אז זיין מהלך איז ריכטיג, און דו קענסט האלטן אז ער איז גערעכט, ער וועט דיר אבער מודה זיין אז זיין זיידע איז קיין ריפארמער נישט געווען, דו ריפארם מאוומענט האט זיך שפעטער אנגעפאנגען.
דער קראי וועט האבן א פראבלעם מיט פריעה אבער זיין ברית איז עדות אז דאס איז געווען די וועג וואו אזוי זיין טאטע האט דאס געמאכט.
"הלכה למשה מסיני" האט קיין שייכת נישט מיט "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש" דו מישט אויס צוויי גאר באזינדערע קאנסעפטס
[tag]אדנירם[/tag] ביסט גערעכט, מען רעדט דארט פין יחוס, אין די גמרא דארט האט א שמוס פארוואס א ממזר איז נישט גוט לסנהדרין
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
הקטן האט געשריבן:איך ברענג ארויס אן היסטארישע באמערקונג, וואס לויט וואו איך פארשטיי וועט דאס די צדוקי אויך באשטעטיגען (אויב דו ווייסט אנדערש, וויל איך הערן)
כת הפרישים קלעמעד אז זיי זענען אייביג געווען.
כת הצדוקים קלעמעד אז זיי האבן זיך אנגעפאנגען נאך עפעס א צדוק
אט דאס פרובירט מען דיר מסביר צו זיין, אז דאס איז די פרושים ווערסיע, אז מיר זענען אייביג געווען און 'זיי' האבן זיך אנגעפאנגען נאך עפעס א צדוק.
די צדוקים ווידער, האבן געוויס געהאלטן פארקערט, אז זיי זענען די ריכטיגע ממשיכים פונעם אמאליגן מהלך אין תורה, און די פרושים האבן במשך הזמן פארדרייט. און די לעגענדע וועגן עפעס א צדוק איז אויסגעזויגן פון פינגער.
ראי' לדבריי, טאקע פונעם אויבנדערמאנטן לינק וואס ריכטיג האט צוגעצייכנט, צום קראי'שן בוך וואס שילדערט אזוי לעבהאפטיג וויאזוי זיי זענען אייביג געווען וכו' [וכידוע שהקראים המשיכו דרך הצדוקים]. אוודאי האט ער סתם געמאלן וואסער, אבער דאס איז פונקט גענוג אז דו זאלסט זען אז קיינער האלט נישט אז ער איז אויפגעקומען שפעטער.
אגב, אויך תורת הנצרות פראקלאמירט דאס זעלביגע, אז זיי זענען די ריכטיגע ממשיכים, און די חכמים האבן פארדרייט די אריגינאלע אידישקייט, און ישו הנוצרי איז כלומר'שט געקומען צוריקצודרייען די מצב לקדמותו, און אונז זינדיגע האבן ווייטער פארדרייט אנשטאטס מקיים געווען דעם 'נחפשה דרכינו ונחקורה ונשובה'.
הכלל, יעדער האלט אז זיי טראגן די ריכטיגע מסורה, און בפשטות זענען ביידע גערעכט אויך. דהיינו, מתחילה זענען טאקע געווען געוויסע חכמים וואס האבן געהאלטן אז מ'גייט צו ווייט, און האבן געהאלטן אז מ'פארקריכט שוין פונעם אלטן אויסגעטראטענעם וועג, און איינמאל ס'איז נתפרדה החבילה, האבן זיך די דיפערענצן פארברייטערט און יעדער האט פארשטייט זיך געהאלטן אז זיי זענען די 'אמת'ע אויטענטישע' אידישקייט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
אחר יודגאן הופיע ענן ראש הגלות, וזה היה בימי הכליף געפאר אלמנצור (777-764). הוא היה הראשון אשר גילה את כל האמת אודות המצוות (צדוק מיסד כת הצדוקים גלה לדעתו מקצת האמת). הוא היה בקי בדברי הרבנים ולא נמצא בהם איש הטוען אחר חכמתו".
אבו יוסף יעקב אל-קרקסאני. בספרו הערבי "המאורות"
שפעטעריגע קראים זאגן שוין וואס דו זאגסט.
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
נצרות קען נישט טענה'ן אז זי פארטרעט די אריגינעלע אידישקייט; זיי קענען לכל היותר מחולק זיין אויף דעם מאחז"ל אלו המצוות שאין נביא רשאי לחדש דבר מעתה, און טענה'ן אז זייער נביא / גאט / קינד וכל קדשיו (סעינטס) עמו האבן באקומען א גילוי עוקר צו זיין רוב דיני התורה. אבער ס'נישטא קיין שום וועג זיי זאלן מחולק זיין אויף וואס די אריגינעלע דרך התורה איז.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2147
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
- האט שוין געלייקט: 5895 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
אינטערעסאנט. קומט אויס דבר שנצטער בו אותו האיש יכשל בו ממשיכיו? שטימט עפעס נישט די גאנצע מעשה
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ניין, לא נצטער בו אותו האיש, ער האט פשוט געוואלט מחזיר זיין די אידן למוטב אויף זייער שטייגער, כיון שממילא לא שעו לדבריו, ניתנה הרשות צו טוישן אזויווי מ'דארף. אבער גראדע איז דא א ויכוח אין קריסטליכע טעאלאגיע וועגן דעם, ווייל אין ברית החדשה שטייט ציטירט מלש"ק פון ישו אז ער איז נישט געקומען משנה זיין גארנישט פון די תורה, און פון די אנדערע זייט ביי די סיפורי הדברים זעט מען אז ער זעלבסט האט נישט אלעס אויסגעפאלגט, ואכמ"ל.
ס'איז בערך ווי די הסבר וואס כ'האב געהערט פון א תולדות אברהם יצחק חסיד, ווען כ'האב אים געזאגט אז 'זעסט דאך אז דיין רבי האט זיך געמאכט א נייע מהלך אנדערש ווי דער אלטער תולדות אהרן רבי', האט ער געענטפערט אז ווען ער וואלט געווארן תולדות אהרן רבי וואלט ער געוויס נישט משנה געווען, אבער אויב ער האט שוין יא געמאכט שבת פאר זיך [תרתי משמע...], דאן קען ער שוין אפרעכטן זיין עבודה ווי זיין רצון און עכטער קו.

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
אחד העם אין זיין 1904 עססעי judaism and asceticism אדער Flesh and Spirit, מאלט ער אראפ די צעווישענשיידן צווישן די צדוקים, אססיים און פרושים, מול די פריעדיגע נביאים אין טערמינען פון די צוויי עקסטרימען, מעטעריאליזם און אסקעטיסיזם און א מעדיום אינדערמיט, אויף אן אינדיווידועלן לעוול און אויפ'ן קאלעקטיווען פלוין, אין וועלכער די קערפער און די רוח העלפן זיך ביידע און די ספיריט עלעוועיט די באדי. פון דעם ציהט ער א פאראלעל צו זיינצייטיגע דיפערענצן צעווישן פאליטיקעל און ספיריטועל ציוניזם. צעווישן גויאישע און אידישע אידעלאגיעס, צעווישן מיטל-אלטער און קבלה באיינפלוסטער אינדיווידועלע אסקעטיסיזם צו קנאאישע פאליטיקעל אסקעטיסיזם.
https://archive.org/stream/cu3192407958 ... 2_djvu.txt

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.

- אחד העם
- ידיד ותיק
- הודעות: 697
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 594 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל
טאמבל סאס האט געשריבן:אחד העם אין זיין 1904 עססעי judaism and asceticism אדער Flesh and Spirit, מאלט ער אראפ די צעווישענשיידן צווישן די צדוקים, אססיים און פרושים, מול די פריעדיגע נביאים אין טערמינען פון די צוויי עקסטרימען, מעטעריאליזם און אסקעטיסיזם און א מעדיום אינדערמיט, אויף אן אינדיווידועלן לעוול און אויפ'ן קאלעקטיווען פלוין, אין וועלכער די קערפער און די רוח העלפן זיך ביידע און די ספיריט עלעוועיט די באדי. פון דעם ציהט ער א פאראלעל צו זיינצייטיגע דיפערענצן צעווישן פאליטיקעל און ספיריטועל ציוניזם. צעווישן גויאישע און אידישע אידעלאגיעס, צעווישן מיטל-אלטער און קבלה באיינפלוסטער אינדיווידועלע אסקעטיסיזם צו קנאאישע פאליטיקעל אסקעטיסיזם.
https://archive.org/stream/cu3192407958 ... 2_djvu.txt
I'm Ahad ha'am, An i approve this message.
ס'מיר אומבא'טעמ'ט צו ליינען דעם אומבא'חנ'טן פאנט, און ס'איז אויך נישט לשון קדשו פונעם חילוני'שן נביא, אחד העם ז"ל.
איך האב זיינע 'פרשת דרכים' אינדערהיים, איז דאס א פרק ערגעצוואו אין זיין דריי בענדערדיגע בוך?
[tag]אחד העם[/tag], יעצט ווייז דיין גבורה...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פונקטליכע מראה מקום.
הגם - ווי אלעס וואס ער זאגט - איז עס גוטע חומר למחשבה, אן קיין איין נארמאלע מראה מקום מוכיח צו זיין אין מוצדקות הענין, כדרכו בקודש.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: כת הצדוקים והביתוסים [פה-סח II]
א פאר הערות אויף די אריגינעלע מאמר:
א. דער רמב"ם אין הקדמה לפרק חלק שרייבט עס פאר א טענה אויף אנטיגנוס איש סוכו אז ער האט פארגעלערנט דער אל תהיו... צו אלע תלמידים.
ב. דער מושג פון עליטיזם בזמן הבית איז געקומען פון הל' טומאה וטהרה. מ'האט זיך געמוזט גענצליך דערווייטערען פון עמי הארץ און טהרת האכילה וכדו' איז געווען א שטארקע זאך. אזוי איז געבויט געווארען א גענצליכע שוואכע עלעמענט אין כלל ישראל וואס מיר האבען א שווערע אויג דערויף. היינט קען מען נישט משיג זיין א 'אוי לי שנתתי מפתי לעם הארץ'.
ג. לגבי וויאזוי פטור צו ווערען פון זיי. פסיכאלאגיש גערעדט האט שמעון בן שטח'ס וועג גע'ארבעט. ווען איינער ווערט ארועסגעווארפען, פיהלט ער דערנידריגט אינגאנצען. זיין פארבליבענע חברים פיהלען זיך פעסט ביי זיך אז זיי זענען נאך דארט. אזוי ווערט א ריס צווישען זיי. אויף מארגען ווען מ'ווארפט ארויס די נעקסטען האט ער נישט מיט וועמען מתחבר צו זיין צו מאכען א מרידה. ער איז לעקיש מכאן ומכאן.
ד. איך האב געזען אין הגש"פ מגדולי ירושלים בשם הרב פנחס אפשטיין פארוואס רופט מען אהן שבת פאר פסח 'שבת הגדול'. ווייל אין יענער וואך איז פארהאנען נאך א שבת פון די וספרתם לכם ממחרת השבת, א שבת קטן, להוציא מלבן של שוטים/צדוקים.
ה. נישט נאר א פרוי ירשנ'ט נישט איהר מאן נאר א פרוי קען נישט זיין מלך אפילו זי וואלט יא געירשנ'ט. ועוד ידוע אז דער רמב"ם דינגט זיך אויף די רמב"ן פון לא יסור שבט מיהודה, וכמה קולמוסים נשתברו בענין.
ו. אנדערע מירער תלמידים האבען געהאלטען שבת אין יאפאן אום סאטערדע"י נאר לגבי דאורייתא'ס און סאנדע"י האבען זיי געראכטען די שבת כדין, כדעת בעל המאור ודעימיה. זיי האבען פארציילט ווי ווייט זיי האבען איינגעזען די נויטיגקייט פון דרבנן'ס. דאס איז אזוי ווי דו זאגסט אז די כח פון דרבנן'ס האט אנגעהאלטען די מאסען צו תורה און די צדוקים האבען אט די כח נישט געהאט, וממילא איז אלס צוזאם געפאלען און זיי האבען זיך אסימילירט אן די גדרים וסייגים שהציבו חז"ל.
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
שיינע הערות, וייש"כ!
איבער נקודה ב' יל"ע, אויב הל' טומאה וטהרה איז געווען די סיבה אדער די תוצאה.
דהיינו, ס'איז נישט מוכרח אז אדאנק טומאה וטהרה האט זיך געבויט די שוואכע עלעמענט אין כלל ישראל, נאר מעגליך אז ס'איז גאר פארקערט, וויבאלד ס'איז געווען א שוואכע עלעמענט אין כלל ישראל, האט מען גענוצט טומאה וטהרה כדי זיך צו קענען דערווייטערן פונעם ע"ה.
א שטיקל ראי' - הגם נישט קיין הכרח - האב איך, פון דעם וואס יוסף בן מתתיהו הכהן רופט אן די פרושים 'כת' הפרושים, ווי אויבנדערמאנט אין פרק ב'. בפשטות איז מאדנע פארוואס זיי זענען בגדר כת, אויב זיי זענען געווען די כלל.
אבער לפי הנ"ל מובן [גם לדבריך], אז די פרושים זענען געווען די עליטע וואס האט זיך נישט געבויט מכח יחוס וכדומה [ווי די צדוקים/כהנים/מלכי בית חשמונאי], נאר מכח עיסוק בתורה. און וואס ווייטער מ'האט געהאלטן דערפון, דהיינו וויפיל מער פארגרעבט מ'איז געווען, אלס מער איז מען געווען פשוט, 'עממי', און די גאר שוואכע זענען געווען בגדר עם הארץ וואס מ'האט בכלל נישט גע'טראסט אויף עניני טומאה וטהרה אזש זיי אליינס האבן מטמא געווען, און דערפאר איז עווענטועל געווארן א מושג פון 'כת' פרושים, דהיינו די העכערע, הגם רוב פאלק האט נוהה געווען נאך זיי, כעדת יוסף בן מתתיהו [דורכדעם ווערט טאקע דאס אויך פארענטפערט, אז הגם רוב פאלק איז נאכגעגאנגען די פרושים, זענען זיי פארט געווען א כת פאר זיך].