ווער האט נישט ליב פינגווינס? זיי זענען דאך אזוי זיס מיט זייערע שווארץ און ווייסע קאלירן, צוקערדיגע טריט און בחנ'טע הלוך ילך. מיר חסידים האבן אפילו אדאפטירט דער פינגווין טאנץ וואס מען טאנצט פרום ביי חתונות. וועל איך אייך פארציילן א שרעקעדיגער סוד וואס וועט איבערמאכן אייער בליק אויף דעם באשעפעניש. א סוד וועלכער איז געליגן באגראבן פאר מער פון פינף סקאורס (איך האב עס שוין גענומען פון ונבנתה) צעווישן א הויפן דאקומענטן אין די Natural History Museum וואס אין די שטאט טרינג אין ענגלאנד. מיט עטליכע יאר צוריק האט דער פויגל קורעיטער אין די מוזיעאום, דאגלעס ראססעל, גענישטערט אין א פייל וועלכער האט געהערט צו א נעוועל כירורג און עקספלארער, מיט'ן נאמען דר דזשארדזש מארעי לעוויק און געפינען דערין א סייענס פאפיר מיט'ן קעפל, "די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] געוואוינהייטן פון פינגווינס – נישט פאר פובליקאציע"
דזשארדזש לעוויק, געבוירן אין 1876, האט אין יאר 1910 געדזשוינט די בארימטע בריטישע עקספידיציע 'טערא נאווע', אין זייערע רייזע צו די אנטארטיקע אויף די דרום פאול, אין שפיץ פון קאפיטאן סקאט. זיין ראלע אין דער עקספידיציע איז געווען כיררוג און מעדיקעל אפיציר. זייענדיג שטארק פאראינטרעסירט אין אַנימעל ביאלאגיע האט ער גלייכצייטיג געהאט פאר זיך נאך א מיסיע. צו אבזעווירן און פאטאגראפירן א קאלעניע פון פינגווינס צו זען ווי אזוי זיי פירן זיך בשעת'ן זיווג פעריאדע. אין 'קעיפ אדארע' האט מר לעוויק באטראכט די 'אדעלי פינגווינס' דורכאויס די גאנצע מעיטינג סעזאן זייערע און נאטיצירט א פייר זייטיגע, דייטליכע באריכט איבער וואס ער האט בייגעוואוינט, ווי אזוי דער אילוסיוו פויגל גייט זיך אום אין אירע געשלעכטליכע באציאונגען.
וואס לעוויק האט דארט געזען און פארשריבען האט אים אזוי דערציטערט אז ווען ער האט סובמיטעד זיין פולער באריכט, אריינגערעכנט דער רעפארט איבער זייער געשלעכטליכער התנהגות, צו דער פאפיר פון זיין אקעדעמיע, האבן זיי אלע מחליט געווען דעם סעקשאן ארויסצושניידן און נישט פובליצירן נאר אנשטאט בלויז דרוקן א לימיטעד נומער קאפיעס דערפון צו פארטיילן פאר א גרופע סייענטיסטן אין דער אקעדעמיע. די וועלט, האבן זיי געפיהלט, איז נאכנישט רייף פאר זיין רעפארט ארויסצוקומען לאור. אזוי שטארק האט לעוויק געציטערט פאר די אינפארמאציע צו באקאנט ווערן אז די גראפישע דעטאלן האט ער אנגעצייכענט ביי זיך אין פאמפלעט, אויך נאר אין גריכיש, אזוי אז אויב געפינט עס עמיצער זאל נישט לייכט זיין פאר סיי ווער עס צו פארשטיין. די איבריגע טרעפונגען וואס ער האט געפארשט דורכאויס זיין באזוך, איבער די אנדערע אספעקטן ארום זייער לעבנסשטייגער האט מען יא דאן פובליצירט אין די זאאלאגי פאפיר פון דער אקאדעמיע.
דער אויסשניט פון זיין רעפארט האט לעוויק אוועקבאהאלטן צעווישן זיינע דאקומענטן, וועלכע דאגלעס האט נאר אצינד, פערצופאל געפונען. אין דער באריכט שרייבט לעוויק אז ער גאר שאקירט געווען פון וואס ער באצייכנט "דעפרעווירטע" סעקסאואלע אקטן אין וועלכע די "כוליגאן" מעילס האבן געוואוינט מיט די פארשטארבענע פימעילס. אן אקט וואס ווערט ביי יומענס אנגערופן "נאקראפיליע". אבער אנדערש ווי יומענס זאגט לעוויק, האבן די מעילס נישט אויסגעזען, באוואוסטזיניג צו מחלק זיין צווישן די לעבעדיגע נקבות אין היץ - מוכן פאר אימפרעגנעישן - און די טויטע וועלכע זענען געליגן דארט פון פאריאר און זענען פערצופאל געלעגן אויף די זעלבע פאזיציע ווי די לעבעדיגע. עס איז די פאזיציע אליינס וואס האט געברענגט אין די זכרים א [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] רעאקציע. די פאפיר איז פוהל מיט אקאונטס פון [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] צוואנג, [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] און פיזישע אביוז פון יונגע פינגווין טשיקס, **** נישט אויף צו מוליד זיין און ער ענדיגט מיט אן אקאונט פון הומוסעקסואליטעט. היינט איבער הונדערט יאר שפעטער, אין א מערב וועלט מער נישט דאמינירט ביי קריסטליכע דאגמע און ווירדן, האבן ראססעל און זיינע קאלעגן ענדליך פובליצירט פובליצירט דעם פעלנדן אבשניט פון דעם באריכט.
[שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז פון איין מין אויף די אנדערע מין, אינפאנטיסייד, פעדאפיליע און להבדיל הומוסעקסואליטי ספעציעל, איז נישט בלויז א פינגווישע מנהג. די ביהעוויערס זענען אבזעווירט געווארן ביי נאך א צאל באשעפענישן. און וויכטיק קלאר צו מאכן, ווייל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אביוז פון די יונגע הערט זיך חיה'ש און אכזריש מיינט נישט אז הומוסעקסואליטי מוז דערפאר אויך זיין אזוי, ווייל די באשעפענישן טוען אויך פלענטי אף סטרעיט **** און לדוגמא בענאבאס האבן **** מיט די יונגע אויך אהנע צוואנג. געוויסע פויגל האבן **** מיט די קליינע תיכף ווי נאר זיי העטשן פון די אייער. אבער פעדאפיליע אין חיות אויף אן אופן ווי מ'קען קלאר בעאבאכטן די קרבן ליידענדיג, איז דאקומענטירט געווארן ביי עטליכע מינים אין מער ווי איין פאל. אטטערס(לוטעריינס/ווירדעס) למשל האט מען אבזעווירט זיך ארויף צווינגען אויף זייערע אינגע, סיעלס מאלעסטיגן פינגווינס! אויף איין פאל הרגענענדיג די פינגווין און אויפעסענדיג איר דערנאך. רצחת וגם ירשת. (איך וועל דיר מאלעסטן, און אויך שלאגן!) און איך זעלבסט האב דעם פענאמענאן געזען ביי קליינטשיגע ברווזים. די טאטע איז מקדש א קאטשע און מזל טוב א טשיקעלע געבוירן. מ'האט נאכנישט געענדיגט די שנה ראשונה, גייט די טאטע און אביוזד די קינד, און ווידער מזל טוב, מאכט פון איר א קינד, און אזוי ווייטער.. ווי די היכי תמצי אין מס' קידושין...
זהירות! 'חיה ועוף' מזדגווין!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=ABM8RTVYaVw[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=oViMaEEK6ws[/youtube]
פארוואס האט זיך מיר דערמאנט דערין? אמת מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען, ומותר האדם מן הבהמה אין כי הכל הבל, אבער 'אדם ביקר בל ילין' א מענטש האט א חשיבות מער ווי א בהמה, 'ווען ער לאזט זיך נישט אוועקלייגן לייכט פאר א בהמישע אינסטינקט. 'נמשל' אויב לאזט ער זיינע אינסטינקטן געוועלטיגן איבער אים, 'כבהמות נדמו' איז ער טאקע גארנישט מער ווערט ווי א בהמה.
אויב איז עס א וועלט וואו דער מענטש איז אזוי שוואך אז די מערסט בעסיק און חיהשע אינסטינקטן איז ער נישט בכח איבערצוקומען, איז א געפאר אים מגלה צו זיין דער ענליכקייט צעווישן אים און די מאנקי ווייל ער וועט חלילה פארלירן דאס ביסל געוויסנס ביסן, זעלבסט ווירדע און בושה וואס ער האט פון זיך אליינס. אויב וועט ער פעיסן דעם אמת, וועט ער פארלירן דעם גאנצן מענטשליכען צורה און ווען דו וועסט אים פארהאלטן וועט ער שרייען, "מאנקיס טוען דאך אויך אזוי! מיר זענען נישט מער ווי חיות, נישט איך דארף מיך איינהאלטן און נישט איך קען מיך איינהאלטן! אזוי איז די נאטור פון די וועלט"
פארגעס אבער נישט, אין די נאטור אף טינגס, ווערן (ליידער ) נישט חיות באהאנדעלט מיט די זעלבע רעכטן פון מענטשן!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=XlHOXVrLrJc[/youtube]
הרגשים אבער חיה'שע
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
הרגשים אבער חיה'שע
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: הרגשים אבער חיה'שע
מ'זעהט נישט ממש, מאנכע זאגן אז דער סיעל איז פונעם אלטן דור און פרובירט צו שענקן אביסל ליבע וואס פעלט זיך אויס דרינגנד פארן קליינטשיגן....
בדר"א, מעגסט שרייבן 'זהירות' ביי די קליפס, ע"פ הלכה קען זיין א פראבלעם עס צו קוקען.
בדר"א, מעגסט שרייבן 'זהירות' ביי די קליפס, ע"פ הלכה קען זיין א פראבלעם עס צו קוקען.
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
קל וחומר האט געשריבן:מ'זעהט נישט ממש, מאנכע זאגן אז דער סיעל איז פונעם אלטן דור און פרובירט צו שענקן אביסל ליבע וואס פעלט זיך אויס דרינגנד פארן קליינטשיגן....
בדר"א, מעגסט שרייבן 'זהירות' ביי די קליפס, ע"פ הלכה קען זיין א פראבלעם עס צו קוקען.
לגבי די הלכה'דיגע פוינט וואס די מאכסט ביסטו גערעכט. איך האב געקלערט ענדליך ביי די דערנעבענדיגן אשכול פונ'ם מנהל.