פה אל פה (פה-סח II)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 5213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7057 מאל

פה אל פה (פה-סח II)

שליחה דורך כוכב »

וכמו ששמעתי מן הרב המנוח זללה"ה שנקרא מלכות פה, על שם שהמלך כל מה שמדבר בפה מיד נעשה כן, ועל כן החג שבניסן נקרא פסח וכו' על כן בחודש הזה שהוא חג פסח שהוא 'פה סח' שזה בחינת מלכות כנ"ל.
(דגל מחנה אפרים פ' בא)


פסח ביינאכט זיצן מיר אלע אנגעלאנט אויפ'ן היסב-בעטל און מיר סימבאליזירן רויאלע-קעניגליכקייט אין יעדן דעטאל, ווייל פסח ביינאכט איז יעדער איד א מלך. אפגעזען צי דער איד האט א נייעם שטריימל צום סדר אדער א מצה-שטריימל, צי ער עסט האנט מצות, מאשין מצות, אדער לאפא מצות, איז ער א בן מלך. כל ישראל בני מלכים הם, דער בלויע-קאלנער ארבייטער מיט די פארבוימלטע הענט און פארשווארצטן געזיכט איז אויך א בן מלך, א קינד פון מלכו של עולם.

דער אר"י הקדוש שרייבט דער באדייט פון יציאת מצרים אז דער דיבור איז ארויס פון גלות, דער פה האט זוכה געווען צו חירות, און אט דאס איז די מדת המלכות וואס ווערט נתגלה פסח ביינאכט. דער כח הפה איז די מדה פון מלכות; ווי דער מלך וואס קעניגט בדיבורו, נישט קיין ממשלה נאר בהסכמת האומה. אזוי אויך די הנהגה עליונה פון מלכות שמים איז בדיבור, בדבר ה' שמים נעשו, די כ"ב אתוון דאורייתא פון איסתכל באורייתא וברא עלמא.

דאס זעלבע דער מענטש, דער דיבור פון אן אדם איז זיין מדת המלכות, דער אדם איז דער אדמה לעליון, כתבנית דיוקנו כביכול, דורכ'ן פה ווערט נתגלה די מדת המלכות פון אויבערשטן, און ווייל ער איז דער מדבר, איז ער דער מלך איבער אלע נבראים. אן אשה ווייסט מען איז מדת המלכות, עלמא דנוקבא, אן אשה איז בלויז א מקבל, לית לה מגרמה כלום, דערפאר איז אן אשה געבענטשט מיט די תשעה קבין שיחה, דער כח פון מלכות-פה.

*

מדת המלכות ווייסן מיר איז די מדה פון "עני" (עי' מאור עינים פ' מטות), ווי דער זוהר שרייבט "לית לה מגרמה כלום," און ווי ספרי חסידות זענען מסביר איז מלכות נישט קיין ספירה בפני עצמה, נאר א התכללות און א יניקה פון חג"ת נה"י. דער הייליגער מאור ושמש ערקלערט (רמזים ליום ב' דסוכות), אז וואלט מלכות געווען א באזונדער ספירה וואלט געווען ביטול הבחירה, ווייל דאס וואלט באדייט א הנהגה פון גילוי מלכותו אויף דער וועלט. אצינד אבער איז דער גילוי פון ספירת המלכות בלויז לויט די עבודה פונעם מענטש, לויט זיין השלמה אין די ו' ספירות.

דער מלך איז גארנישט פאר זיך, ער איז אן עני, אנגעוויזן אינעם קאלעקטיוו. אין מלך בלא עם, ער איז בלויז א התכללות פונעם אומה. ריכטיגע מלכות איז אלעמאל די קאלעקטיווע שטימע פון קולות און דעות, און נאר דאס פארעמט א קעניגליכער הארמאנישער געזאנג.

פסח ביינאכט פארמאגט מען די צוויי קעגנגעזעצטע באשטאנדטיילן וואס פאראייניגן זיך אין מדת המלכות: "מלכות-עני". הא לחמא עניא, די ארעמע ברויט, אבער לחם שעונים עליו דברים הרבה, א מדת העני וואס קומט באגלייט מיט'ן כח הפה, די התגלות פון מדת המלכות. פון פה-רע ווערט פה-סח, בגימטריא חיי"ם.

דאן זאגט מען דעם שיר השירים וואו עס ווערט נתגלה די גרויסע אהבה צווישן כנסת ישראל עם דודה; "ישקנו מנשיקות פיהו", די נישוקין פה אל פה ואיתדבקות רוחא ברוחא, און לעומת זה דער גילוי כח הפה פון א איד וואס רופט דעם אייביגן געבעט פון אנן בעינן למהוי קמא מלכ"א.

*

פותחין בכבוד האכסניא, איך וויל זיך באדאנקען פאר די חשוב'ע הנהלה פון "קאווע שטיבל" וואס געבן זיך אוועק פאר דעם ווינקל טאג און נאכט אז אלעס זאל קלאפן און געפירט ווערן בדרך התורה והנימוס, און זענען אויך געשטאנען צו דער האנט אז די "פה-סח" אויסגאבע זאל קענען ערשיינען מיט הצלחה.

דער ציל פון "קאווע שטיבל" איז צו דינען אלס פלאטפארמע פאר'ן ערליכן קאלעקטיוון דיבור; צו שענקען א שטראל אין די ווילדע וואסערן פון דעם אינטערנעט, א מקום מנוחה וואו א איד זאל זיך טרעפן דאס פלאץ; א פייער-פאקל אין די מבואות האפילות פון קאנפארמיזם; א פלאץ וואו דער דיבור פון יעדן איד זאל ווערן געשעצט און רעספעקטירט ווי א ריכטיגער בן מלך, און א רואיג ווינקל וואו די צוועלף שבילים וואס האבן זיך געשאפן ביי קריעת ים סוף זאלן זיך קענען צוזאמקומען אין פרידן, און פארעמען א קאלירפולן רעגנבויגן פון הגות ודעות על פי דרך התורה.

*

די רייכע פה-סח אויסגאבע וואלט נישט געקענט צושטאנד קומען אן די איבערגעגעבענע ארבעט פונעם גראפיקער ר' אלקנה, וואס האט אהערגעשטעלט א הערליכע און אומגלויבליכע יצירה, אוועקגעבנדיג דערפאר טעג און וואכן פון שווערע און אויסמאטערנדע ארבעט אויף אן אומבאשרייבליכן פארנעם, זאל אים דער אויבערשטער באצאלן ויהא משכורתו שלימה מעם ה'.

איך וויל זיך באדאנקען פאר די טייערע עורכים, דער סגן עורך ראשי ר' געוואלדיג, וואס איז געווען א געוואלדיגער הילף; און די געטרייע עורכים און מגיהים שמעקעדיג, ונבנתה העיר, רויטע וואנצעס, כעלעמ'ר מגיד, און ראובן, וואס האבן אלע באזונדער אריינגעלייגט אומצאליגע שעות שלא על מנת לקבל פרס אין עבודת הגה, צו צושטאנד ברענגען א שלימות'דיגע ארבעט.

און צו אייך טייערע שרייבער און חברים פון קאווע שטיבל האב איך נישט קיין ווערטער, איר האט באוויזן דאס אומגלויבליכע און געשאנקען פאר פה סח די סאמע בעסטע וואס איר פארמאגט, הערליכע רייכע ארטיקלען פון אזא ברייטע רייע טעמעס וואס וועט זיכער אריינברענגען א שמחת יום טוב פאר אלע ליינער.

א חג כשר ושמח,

כוכב

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר