טעם פרארוואס מ'עסט געבראקטס: די יודען האבען געטראגען די מצות אויף די פלייצע אבער שביעי של פסח איז אלעס נאס געווארען ביים אריבער גיין די ים איז אחרון של פסח נאר געבליבען נאסע מצות
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
היינט צופרי אין הופער ווען די בעל תפילה האט געזאגט מזמור לתודה הערט זיך א געשרייאכץ נא! נא! עעה! בשעת יענער ווייזט אן אויפ'ן פסק פון רבי'ן אז מ'טאר דאך היינט נישט עסן קיין חמץ
געזעהן היינט א בחור וואס האט געריקט טשיז דעלקעלעך לע"נ דעם דברי חיים. האב איך אים געפרעגט צו ער ווייסט ווער דער דברי חיים איז געווען? זאגט ער מיר אוודאי יא!! דער וואס האט פארקויפט די ספר תורה פאר משה שמואל זופניק
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:געווען יעצט א תפילין לייגן ביי אן אייניקל אין תולדות אהרן ווען די רבי האט ארויף געשארט דעם ארבעל פונעם בחור זעט דער רבי א שטאך אינעם צארטן הענטעלע פונעם בר מצווה בחור'ל . פרעגט דער רבי מה זה? . נע האט מען געענטפערט עס איז דער שטאך פונעם דור ישרים טעסט...!!
ביים ירושלימ'ער רב שליט"א איז געווען אביסל אן ענליכען סיפור. נאר דארט האט דער רב געזען א גרויסן לאך פונקט במקום של ראש. פרעגט דער רב מאי האי? נע, האט מען עם געענטפערט, ס'איז נאר פון די לעצטיגע הפגנות...
מ'האט געפרעגט איינע פון די מתנחלישע רבנים אזוי ווי ס'קומט יעצט יום העצמאות וואס איז פשט פון די פייער קרעקערס האט ער גע'ענטפערט , כ'ווייס נישט אבער איין זאך איז זיכער אז ס'מאכט א גרויסן רעש אין הימל !!!!! C/p