וככה תאכלו אותו (פסח II)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

וככה תאכלו אותו (פסח II)

שליחה דורך פליקער »

וככה תאכלו אותו

איצט אין די בעפארשטייענדיגע פסח טעג, וואס עסן וועט זיין א הויפט ארטיקל, וואלט איך געוואלט נעמען די געלעגענהייט אביסל איבערשמועסן דעם ענין פון עסן, וואס האט פאסירט מיט עסן במשך פון די יארן, וואס זענען די פראבלעמען וואס עסן האט מיטגעברענגט במשך הדורות, ווייץ וואס מיר האבן היינט, איז דאס די זעלבע ווייץ וואס מיר האבן אלע דורות האבן געהאט, אדער ניין?

ווי עס צייגט זיך אבער, האט פאסירט א שטארקע טויש אינעם פראדוקציע פון ווייץ. ווען די אינדוסטריאלע רעוואלוציע האט ארויסגעשפראצט מיט די טעכנאלאגישע כלים ווי קאמביין מאשינערי, און מעכאנישע ווינט שויוולער'ס און די טויש פון ווינט מיל'ס און רחיים של יד צו ריזיגע מאשין מילער'ס, וואס עס האט געברענגט מיט זיך איז א גרויסע פראבלעם, נעמליך אז מען האט פראדוצירט מער וויפיל מען האט געקענט ליפערן איידער עס איז פארדארבן געווארן, ווייל אמאליגע מעהל וואס איז געשטאנען איז פארדארבן געווארן, און איז נאר פארקויפט געווארן אין די לאקאלע מארק, און נישט געליפערט געווארן צו די גרויסע יריד'ן. זענען די עסן-פארשער און סייענטיסטן אויפגעקומען מיט א מהלך אז מען וועט אוועקנעמען די חלקים וואס ליגן אינעם ווייצל וואס פארדארבט עס, און אזוי וועט דאס האלטן מיט א לאנגע שעלף לייף אן ווערן פארדארבן פאר גאר לאנג, און אזוי וועט עס קענען ווערן א קאמאדעטי.

כדי דאס צו פארשטיין קלארער ברויך מען וויסן דאס פאלגענדע: א ווייץ איז די קערנדל פון וואס מען מאכט ברויט דורך צומאלן עס אויף מעהל. אינעם ווייצל זענען פארהאן דריי חלקים: חלק א' איז די שאלאכץ, דאס ווערט אנגערופן ברען, דאס האט אין זיך – ווי מען ווייסט שוין היינט – פיל נוטריענטס און הויעך און פייבער; חלק ב', 83 פערצענט פונעם ווייץ איז די מעהל, דאס ווערט אנגערופן די ענדאספערם, די חלק איז כמעט לויטער סטארטש; חלק ג' הייסט דזשערם Germ, האט אויך אין זיך פיל נוטרישענס, דאס שפראצט ארויס אין נייע ווייץ פלענטס געוואוקסן, אבער די דזשערם האט א פראבלעם אז ווי נאר עס קומט אין בארירונג מיט אקסעדזשין קומט ארויס אזא עסיד און הייבט אן פארדארבן די מעהל. דעריבער האט מען אמאליגע צייטן נישט געקענט האדעווען מעהל פאר קיין לאנגע צייט, ווייל נאך עטליכע חדשים (געוואנדן לויט די קלימאט) איז עס פארדארבן געווארן, על כן מיט טעכנאלאגיע האט מען באקומען די מאכט צו קענען אוועקנעמען און אפטיילן די דזשערם חלק פון די מעהל, און איינמאל מען האט געהאט מעהל וואס איז דזשערם פריי, האט זיך מעהל אנגעהויבן האלטן פאר כמעט אייביג. אזוי זענען זאכן פיין געפארן, מעהל האבן אנגעהויבן ווערן געליפערט מסוף העולם ועד סופו, געווארן א קאמאדעטי אן קיין אפהאלט.

Wheat.jpg


אבער מיט די צייט האט מען אנגעהויבן זען אז מחלות וואס זענען קיינמאל נישט געוועהן האבן זיך אנגעהויבן באווייזן, ווי הויט קראנקהייטן, עצירות אויף שרעקליכע פארמאטן, א.א.וו., און אויפן באשולדיגונגס באנק איז געזיצן נישט קיין אנדערע ווי די גרויסע מעהל קאמפאניס און די סייענטיסטן, ווייל זיי האבן ארויסגענומען די וויכטיגסטע חלק פונעם ווייצל און אונז איבערגעלאזט בלויז מיט די פראבלעמאטישע חלק, ווי די סטארטש אן קיין נוטרישן.

Science.jpg


אבער פאר ביזנעס קעפ איז יעדע פראבלעם נאר אן אפערטוניטי. דער פראבלעם האט געבליצט אין די סייענטיפישע מוחות אז עס איז נישט קיין פראבלעם, מען גייט צוריק אריינלייגן די נוטרישן אין די מעהל וואס מען האט ארויסגענומען, אזוי איז געבוירן געווארן די "ווייטאמין אינדוסטרי". די מושג בכלל פון אנקוקן עסן אלס א געזעמל פון נוטרישן, דאס איז קיינמאל נישט געווען בעפאר, נאר מען האט געגעסן וואס די וועלט האט באשאפן, די מילך, פלייש, אייער, פרוכט אדער וועדזשטעבלס, אן קיין מושג אדער אינטערעסע וואס און וויפיל וויטאמינען עס פארמאגט, און וויפיל מען איז מחויב צו עסן דורכאויס א טאג.

וואס האט פאסירט מיט די טויש איז נאך מער, עס האט געטוישט די בליק אויף עסן פון וואס מען זעט צו וואס מען זעט נישט, און מען ברויך הערן פון פראפעסיאנאלן מיט ווייסע חאלאטלעך זיי זאלן מחליט זיין און זאגן וואס עס איז גוט פאר מיר אדער נישט. דאס האט אנגעמאכט חורבנות נוראות וואס די נאכפאלגען ליידט מען עד היום הזה, ווייל אויב זענען די מבינים מחליט אז צוקער איז שלעכט און מען ברויך אוועקשטיין, גייט עולם-גולם פרעגן וויפיל צוקער איז אין א אראנדזש, אז עס האט אסאך צוקער ממילא איז עס געפערליך, בקיצור וואס עס האט פאסירט אז מען האט מער נישט געקענט מחליט זיין מיט די אייגענע שכל וואס עס איז גוט אדער נישט, איז עסן געווארן גענוי ווי א רעליגיע, נעמליך אז אליין וואס מיין שכל זאגט איז דעת בעל הבית, און נישט וואס ג-ט וויל, מען מוז הערן פון א רב אדער דיין, און דאס האט פאסירט מיט עסן, אז אליין וואס מען זעהט מיט די אויגן מוז נישט מיינען אז מען מעג עס נעמען אין מויל אריין, צומאל קען עס זיין געפערליך שעדליך.

מיט די צייט, אזוי ווי ביי רעליגיעס מוז מען אלץ האבן א שטן און א פגע רע וואס וויל זיך כסדר אריין כאפן און אונז פירן קיין גיהנם, און פונקט ווי ביי יעדע רעליגיע איז דא עבירות מיט מצוות, אזוי אויך איז געווארן ביי עסן נוטרישן, וואס ווען עס איז א רעליגיע איז פארהאן דערין טמא'נע טריפה'נע נוטריענט'ס און מצוה נוטריענט'ס, און ווייטער נוטריענטס וואס איז נאר א רשות. די עבירות טאר מען ח"ו נישט עסן אדער זענען אפילו אסור בהנאה, און די מצוה נוטריענ'ס איז די הלכה אז ווי מער מען זאמעלט איין אויף די וועלט אלס בעסער און העכער קומט מען אן.

Pear.jpg


דער פראבלעם איז נאר, אז מען קען זיך נישט פאראייניגן וועלכע עס איז א מצוה און וועלכע עס איז א עבירה. וואס עס איז א מצוה נוטריענט היינט איז אסור בהנאה מארגן, עטליכע מצוה נוטריעטס אלס ביישפיל איז, ווייטאמין סי, אמעגע 3, פראטין, וכו', און איוועל נוטריענטס וואס איז אסור צו קוקן אויף איז למשל סעטיארעיטעד פעט, טרענס-פעט, גלוטאן, קארבאהיידרעט, גלוקאס, פרוכטאס, און אזוי ווייטער, יו געט די פוינט.

און יעדע שטיק צייט ווערט מען געוואויר אז סייענס איז מודה אז די עבירה איז נישט אזוי גרויס, און א נייע עבירה ווערט באשאפן אנשטאט, ווייל די נוטרישעניזם רעליגיע מוז האבן א עבירה, איז ווען מען ווערט געוואויר אז סעטיארעיטעט פעט איז נישט ערלויבט, קומט מען ארויס מיט א קול קורא און ווערט אסור בתכלית האיסור, און מען טוישט פון פוטער אויף מארגארין, אלע עסן קאמפאניס ניצען אויס די געלעגענהייט תיכף ומיד אז זייער ברויט פארמאגט נישט אדער נאר ווייניגער סעטיארעטעד פעט, נאר צו געוואויר ווערן אפאר יאר שפעטער אז אין מארגארין ליגט טרענס-פעט וואס לכל הדעות געבט א הארץ אטאקע ווי נאר מען באניצט זיך דערמיט.

אה א נייע איסור, טרענס-פעט איז שרעקליך, די גאנצע בריאה קערט זיך איבער, וואס טוט מען, ווי אזוי נוצט מען אויס די געלעגנהייט ווען מען איז א עסן סוחר, מען טוישט די כעמיקאל פון טרענספעט, און מען לייגט ארויף גרויס רעש'יגע אותיות אז מיין אייזקריעם פארמאגט נישט קיין טרענספעט, דעריבער פארמינערט עס הארץ אטאקעס, ולמצוה גדולה יחשב, און ווען דער יוקל נוטרישעניזם גלויביגער קוקט און גלאצט אויפן באקסל וואס שטייט דערויף אז די קאפ קעיק אדער קוקי פארמיידט הארץ אטאקעס, פרעסט ער אריין ווי עס ברויך צו זיין, ווייל עס איז דאך צווישן די מצוות וואס מען ברויך טוען, אין די זעלבע צייט ווערט ער הויך אויף צוקער וואס ער כאפט נישט אז עס איז אויך אסור, ווייל די פיפיגע סוחרים באהאלטן די פאקט אז עס האט טאקע נישט קיין טרענס פעט אבער אנשטאט האט עס אנדערע פראבלעמען.

נאך איין חידוש וואס שטערט מיך געפערליך, הלמאי רייס קריספיס אדער מילך אדער אנדערע פעקעדזשד פראסעסט עסן וואס ווערט געמאכט אין א פלענט, אויף דעם שטייט אלץ אויף געשריבן מיט שרייעדיגע אותיות וואס עס היילט אלס אויס, און פון וויפיל מיני קענסער'ס מען שפארט זיך איין, למשל גרעיפ דזשוס ראטעוועט א הארץ, יא, און יעדע בר דעת ווייסט אויך אז עס איז איין שטיק צוקער, אדער למשל מילך לייזט די ווייטעמין D פראבלעם ווייל גאלדן פלוי מחמת רחמים וחסדים לייגן אריין פיפציג יוניטס פון ווייטאמין די, ס'ארא וויץ איז דאס, ווען די מינימאלע סכום איז פינף טויזענט יוניטס פון ווייטאמין די, און מען טרינקט מילך און מען ווערט אנגעפאשעט מיט פעט.

Fruitloops.jpg


אה פעט איז דאך געפערליך, די קאנגרעס אליין האט דאך אין זייער רעקאמענדאציע - בעיסט אויף א שטודיע אין 1970 דייעטערי גאול'ס פאר אמעריקע - פארלאנגט אז מען זאל פארמינערן די פעט אינטעיק מיט 30-40 פראצענט, ווייל זייער שטודיע האט קלאר געוויזן אז פעט מאכט א באבא, אלע קאלעסטראל קומט פון די פעטע בהמה פלייש, יא, איר ווייסט אויך אזוי, ניין עס איז אפגעוואנדען געווארן, עס איז שוין היינט קלאר אז קאלעסטראל קומט נישט פון פעט, יעדע מענטש מוז האבן פעט כדי להחיות נפש כל חי, ווי אין 2001 האט באשריבן די דעפארטמענט אוו נוטרישן פון הארווערד סקול אוו מעדיסאן, אז די קאנגרעס איז באגאנגען א טעות, און זייער שטודיע קען נישט איבערגעצייגט ווערן.

צו מאכן א סיום, מוז מען ווערן קלאר וואס מען טוט מיט די ערבוביא, די געפערליכע צומישעניש, וואס מעג מען עסן, וואס טאר מען נישט עסן. איז לכאורה מיין מיינונג, אז באמת מעג מען אלעס, נאר עס איז פארלאנגט אז מען זאל זיך אויפפירן נארמאל, זיך נישט לאזן נאך שלעפן נאך פיפיגע סוחרים אדער עסן שטופערס, דורך מאכן עטליכע נארמאלע גדרים וסייגים, וואס ברענגט צוריק די נארמאלקייט וואס מען האט געהאט איידער די טעכנילאגיקעל בום האט געפלאצט.

ווען דו עסט עס, און ווען דו עסט נישט עס נישט, לאז זיך נישט פארפירן, זעץ זיך אראפ עסן ווי א מענטש צי א פרישטאג לאנטש אדער סאפער, פארברענג ביים עסן דורך עסן שטייטלעך, נישט זיך געבן א ווארף אויף די עסן ווי א פארציקענדע לייב.. עס זאל נעמען דאס עסן סאפער כאטש אזוי לאנג ווי עס נעמט צו קאכן די סאפער. נישט עסן אין קיין קאר, אדער ביים קאמפיוטער, נאר ביי א טיש ווי דיין זיידע האט געטוען. אין דעם כלל גייט אריין נישט עסן ביי קיין פרעמדע קאמערשל עסן וואס האט זיכער קיין שום ווערד, פול מיט צוקער און פעטע גארבידזש, און אוודאי נישט עסן שפעט.

ווען דו קויפסט איין עסן, פרעג זיך זעלבסט א שאלה צי דיין זיידע וואלט עס דערקענט אלס א עסן אדער נישט. קויף נישט קיין שום עסן אדער טרינקען וואס דיין באבע וואלט פארטוישט אלס זייף אדער עסן פארן קי אדער האן, נישט קיין חילוק וויפיל געזונטהייט נאטיצן מיט רויטע ווערטער עס איז אויפגעקריצט דערויף. אין דעם כלל גייט אויך אריין נאר עסן זאכן וואס ווערן אמאל פארדארבן, נישט עסן זאכן וואס האלטן אייביג.

קויף נישט קיין שום עסן וואס איז אדווערטייזט. גייסט אין סטאר, גיי קודם צום שטילסטן פלאץ, דארט ווי די פרוכט און וועדזשטעבלס זענען אויסגעלייגט. דארט מאכט קיינער נישט קיין גרודער, קיין שום נוטרישענאל פעקטס איז נישטא ביי די באנענעס אדער עפל. די זעלבע זאך איז ווען דו הייבסט אן עסן, נעם קודם אפיר די באהאלטענע פרוכט, דערנאך עס די פאטעיטא ווען דו ביזט שוין מער-ווייניגער פול. אין דעם כלל גייט אריין, טרינק הויפטזעכליך נאר וואסער, מאך וואסער דיין אפיציעלע געטראנק, אפילו עס איז "דייעט קאלע" ריר נישט צו. וואסער איז געזונט, און ווען מען איז צוגעוואוינט גלייכט מען עס מער ווי אלע חזיר'יי געטראנקען וואס מען שטופט אונז אן דורך פיפיגע סוחרים יעדער מיט זיין מיטל ווי געזונט עס איז נאר.

זיך צוגעוואוינען אז מען מיז נישט ווערן זאט ביז מען קען זיך מער נישט רירן, און דעם כלל איז נעמען קליינע פארציעס, און דאס מיינט אנהויבן מיט א קלענערע טעלער, וועט מען אטאמאטיש עסן ווייניגער, זיך אפשטעלן ווען מען פערטיגט, און זיך צוזאגן אז אויב בין איך נאך הונגעריג אין פופצן מינוט דאן נעם איך נאך, געווענליך איז מען מער נישט הונגעריג, ווי יענער האט געזאגט, אז ווען ער צושטעכט זיך זיין פינקי פון די פיס ווייסט זיין מוח אין א הונדערסטל פון א סעקונדע, אבער אז ער איז זאט ווייסט ערשט זיין מוח אין 15 מינוט.... נישט פעיר אבער די פאקט.

די הונטערשטע כלל איז, אז יעדע כלל האט א יוצא מן הכלל, אפילו די כלל פון עסן נארמאל זאל מען אויך נוצן מיט שכל, און מאכן אמאל א יוצא מן הכלל, נישט עס זאל ווערן דערפון א רעליגיע.

עס איז נאך דא פיל צו רעדן, אבער מיר האבן שוין גענוג גערעדט פאר היינט, פון אלעם וואס מיר האבן אויבן געשמועסט קען יעדע איינע ווערן פארברייטערט, און יעדער קען מוסיף זיין, אולי וועלן מיר נאך אמאל צוריקקומען שמועסן וועגן די ענין פון דזשענעטיקלי מאדיפיצירטע עסן וואס איז א שמועס פאר זיך.

וויל איך דא ווינטשן א כשר'ן פרייליכן פסח, מיר זאלן זוכה זיין ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים גענוי ווי אמאל נאטורליך און נישט מאדעפיצירט, הלואי נאך דאס יאר אין ירושלים עיה"ק אמן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וככה תאכלו אותו (פסח II)

שליחה דורך קל וחומר »

גאר אינהאלטסרייך, באלערנד, און איבער אלעם הלכה למעשה!!!

שיינער דאנק פאר די הערליכע ארבעט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווען דער יוקל נוטרישעניזם גלויביגער קוקט און גלאצט אויפן באקסל וואס שטייט דערויף אז די קאפ קעיק אדער קוקי פארמיידט הארץ אטאקעס, פרעסט ער אריין ווי עס ברויך צו זיין, ווייל עס איז דאך צווישן די מצוות וואס מען ברויך טוען,


:lol: :lol:

פליקער, וואט עי דזשאב! וככה תאכלו אותו? כ'ווייס ממש נישט ווי אזוי מען עסט דאס... אבער עס האט זיכער געזונטע נוטריענ'ס, די דאקטוירים זאגן דאך אז לאכן איז די בעסטע נוטרישאן.. און איך האף זיי גייען נישט טוישן די 'מצוה'...
איך האב הנאה פון דעם ארטיקל ווייל עס איז זייער אינפארמאטיוו און גלייכצייטיג פארמאגט עס א געשמאקע סענס אויף הומאר, כדרכך בקודש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: וככה תאכלו אותו (פסח II)

שליחה דורך פליקער »

דא ביי די געלעגענהייט וועל איך זיך באדאנקען פאר מיין ידיד און ידיד כל בית קאווע זקן וראש החבירה הלוא הוא מוה"ר שמעקעדיג, וואס האט אפגעשיילט פון זיין טייערע צייט אוו פארלייגט מעשים טובים אז די ארטיקל זאל זיין געזיפט כראוי וכנכון, פשוט ארויס צינעמען מיינע ספעלינג טעותים ברויך מען זיין נישט נאר א מומחה נאר האבן געדילד ווי הלל הזקן, וויל איך זיך טאקע באדאנקען דערפאר דא ברבים.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 7:15 pm
האט שוין געלייקט: 2038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך וכדומה.. »

שטארק הנאה געהאט פון דעם ארטיקעל.

א נייע פערספעקטיוו.

אין די גאנצע וועלט איז א געזונטהייטס אהערגעשטעלטע מענטש דער וואס איז ביזי נאכגיין סטאדי'ס, לויפן צו נוטרישנעסטס, ציילן קעלעריעס און אויספילן טשארטס.

זאגסטו לאדיך אפ פון דעי אילוזיעס און עס צו די זאך..

נו פון וואו וועלן די אלע נוטרישינעסטס מאכן געלט? ווייסעכמיין..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך בין נישט באהאווענט אין די סייענס פון ווייץ, אבער ווי אזוי איז די ווייץ וואס מיר נוצן פסח? איז דאס יא גאנץ גענוי ווי עס וואקסט, אדער דארט שפילט מען זיך אויך ארום, און מ'נעמט ארויס געוויסע חלקים?

ווי ווייט איך ווייס, לאזט מען די ווייץ כמו שהוא (כאטש עס איז פאראן די פשוט'ע ווייסע מצות און "ראזעווע" בלע"ז), אבער כ'זעה נישט אז די מצה מעל זאל פארדארבן ווערן נאך א קורצע צייט?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

די מעהל וואס מיר ניצן פאר מצה איז גאר פריש, עס ווערט געמאלן ממש פאר מען ניצט עס, און ווערט געהאדעוועט אלס ווייץ און גאר טריקענע פלעצער און ספעציעלע קאנטעינערס, מען בליטשד נישט די ווייץ מחמת חומרות, און ווען עס איז שוין פארקנויטן אלס מצה ווערט ארויס געפליקט און פארברענט יעדע נאסקייט וואס קען ווערן פארדארבן, בצירוף וואס עס ווערט געהאלטן טריקן און געסילט אין פלאסטיק האט עס א זייער לאנגע שעלף לייף, כנלע"ד.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אבער לכאורה איז עס אויך gmo ווייץ, ניין?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

געוואלדיג האט געשריבן:אבער לכאורה איז עס אויך gmo ווייץ, ניין?

ווי שוין געשריבן בפנים האב איך נישט בארירט די גאנצע ענין פון GMO, אבער הדרן עלך ודעתי עליו, כ,העל נאך שרייבן א באריכט אמאל אויפן גאנצען ענין פון דזשינס,
שוין! איצט קען מיך שוין איינער אויסכאפן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נישט אז כ'ווייס זיכער וואס איך שרייב דא; כ'פרעג בלויז פאר נייגעריגקייט.

מען ברענגט זיך כסדר א ראי' פון אמאליגע צייטן אז מען האט געלעבט פיל געזונטער, מען האט קיינמאל נישט געטשעקט קיין נוטריענטס וכדו', נאר געגעסן נאטורליך און געלעבט געזונט.

איז עס טאקע אזוי? מען האט געלעבט געזונט? אדער מען איז כסדר געשטארבן יונגערהייט? ווער זאגט אז זייער וועג פון לעבן איז געווען געזונט? אז מען האט נישט געוואוסט און נישט געקענט טשעקן פעטנס און קאלעסטראל לעוועל'ס וכדו', מאן יימר אז מען האט געגעסן ריכטיג? אפשר האט איינער געגעסן צופיל פעטנס, צופיל פעטע פלייש, אדער אפשר צו ווייניג נוטריענטס? ווי אזוי קען מען ברענגען א ראי' פוענם אמאל בשעת מיר ווייסן קוים וואס דאן האט זיך אפגעטון, און אדרבה, פיל מער מענטשן זענען געשטארבן פון כל מיני מחלות ווי היינטיגע צייטן?

דז'אסט עסקינג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
שמעקעדיג האט געשריבן:איז עס טאקע אזוי? מען האט געלעבט געזונט? אדער מען איז כסדר געשטארבן יונגערהייט? ווער זאגט אז זייער וועג פון לעבן איז געווען געזונט? אז מען האט נישט געוואוסט און נישט געקענט טשעקן פעטנס און קאלעסטראל לעוועל'ס וכדו', מאן יימר אז מען האט געגעסן ריכטיג? אפשר האט איינער געגעסן צופיל פעטנס, צופיל פעטע פלייש, אדער אפשר צו ווייניג נוטריענטס?


מיר האט אן עלטערע איד פארציילט אז זיין זיידע האט געהאט צוטון מיט די הארץ. די דאקטאר האט אים אנגעזאגט אז ער זאל מאכן ווי ווייניגער עקסערסייז ווייל עס שטרענגט אן די הארץ און צוליב דעם פלעגט די זיידע דאווענען אין דער היים. אויך האט אים די דאקטאר אנגעזאגט אז זיינע אדערן ביי די הארץ זענען פארשטאפט, וואס מאכט אז די בלוט האט שוועריקייטן אדורכצוגיין די אדערן. צוליב דעם זאל ער ביי יעדע סעודה צועסן א לעפל שמאלץ וואס וועט העלפן די בלוט זיך אדורכגלוטשען די אדערן.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: וככה תאכלו אותו (פסח II)

שליחה דורך פליקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:נישט אז כ'ווייס זיכער וואס איך שרייב דא; כ'פרעג בלויז פאר נייגעריגקייט.

מען ברענגט זיך כסדר א ראי' פון אמאליגע צייטן אז מען האט געלעבט פיל געזונטער, מען האט קיינמאל נישט געטשעקט קיין נוטריענטס וכדו', נאר געגעסן נאטורליך און געלעבט געזונט.

איז עס טאקע אזוי? מען האט געלעבט געזונט? אדער מען איז כסדר געשטארבן יונגערהייט? ווער זאגט אז זייער וועג פון לעבן איז געווען געזונט? אז מען האט נישט געוואוסט און נישט געקענט טשעקן פעטנס און קאלעסטראל לעוועל'ס וכדו', מאן יימר אז מען האט געגעסן ריכטיג? אפשר האט איינער געגעסן צופיל פעטנס, צופיל פעטע פלייש, אדער אפשר צו ווייניג נוטריענטס? ווי אזוי קען מען ברענגען א ראי' פוענם אמאל בשעת מיר ווייסן קוים וואס דאן האט זיך אפגעטון, און אדרבה, פיל מער מענטשן זענען געשטארבן פון כל מיני מחלות ווי היינטיגע צייטן?

דז'אסט עסקינג.

עס איז גאר א גיטע פראגע, אבער די תירוץ איז ווייניגער פשוט, פון איין זייט איז די לייף עקספעקטענסי געווען פיל ווייניגער ווייל רפיאות זענען געווען פרימעטיוו, און די עוורידזש לייף ספען איז געווען ווייניג, ממילא די אלע מחלות וואס קומען אויף די עלטערע יארן האבן פשוט נישט אויסגעפיעט צי קומען איידער מען האט זיך געטראפן אין פאלאק'ס פון דערהיים.

אבל פון די אנדערע זייט זענען די עולם געווען פעלד לייט, מען האט פיזיש געארבייט מער וויפיל מיר קענען זיך פארשטעלן, און ווייטער די אנדערע מחלות ווי קענסער און מחלות וואס קומען פון אינפעקציע'ס און זאכן וואס כאפן זיך אריבער ווי מאלעריע און מגיפות האבן אימגעברענגט גאנצע לענדער, ווי די שווארצע מגיפה, און בכלל קיין מושג נישט געווען ווי אזוי צי צוימען אזא מגיפה. קיין פארשטאפטע אדערען איז לכאורה נישט געווען, ווייל דאס איז נאר א לעצטיגע זאך וואס הארץ אטאקע'ס האט פארנימען דעם אויבן אן פון די מלאך המוות'ס אפציע'ס.

אדרבה מען ברויך געהעריג שטאדירן שמעקי'ס שאלה און ענטפערן ווי א מענטש, הדרן עלך שמעקי.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוגה :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: וככה תאכלו אותו (פסח II)

שליחה דורך פליקער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
דז'אסט עסקינג.
עס איז גאר א גיטע פראגע, אבער די תירוץ איז ווייניגער פשוט, פון איין זייט איז די לייף עקספעקטענסי געווען פיל ווייניגער ווייל רפיאות זענען געווען פרימעטיוו, און די עוורידזש לייף ספען איז געווען ווייניג, ממילא די אלע מחלות וואס קומען אויף די עלטערע יארן האבן פשוט נישט אויסגעפיעט צי קומען איידער מען האט זיך געטראפן אין פאלאק'ס פון דערהיים.

אבל פון די אנדערע זייט זענען די עולם געווען פעלד לייט, מען האט פיזיש געארבייט מער וויפיל מיר קענען זיך פארשטעלן, און ווייטער די אנדערע מחלות ווי קענסער און מחלות וואס קומען פון אינפעקציע'ס און זאכן וואס כאפן זיך אריבער ווי מאלעריע און מגיפות האבן אימגעברענגט גאנצע לענדער, ווי די שווארצע מגיפה, און בכלל קיין מושג נישט געווען ווי אזוי צי צוימען אזא מגיפה. קיין פארשטאפטע אדערען איז לכאורה נישט געווען, ווייל דאס איז נאר א לעצטיגע זאך וואס הארץ אטאקע'ס האט פארנימען דעם אויבן אן פון די מלאך המוות'ס אפציע'ס.

אדרבה מען ברויך געהעריג שטאדירן שמעקי'ס שאלה און ענטפערן ווי א מענטש, הדרן עלך שמעקי.

לקיים את ההדרן וועט זיך @שמעקעדיג מיזן ווענדען צי די קענסער ארטיקלעך ווי די פראגע איז באנימען און ארים געשמיסט געווארן, ובזה יצאתי ידי חובת ההדרן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
פארשפארט