הויזן טראגער האט געשריבן:עס איז דא א געוויסע מאקסימום וויפיל קוינס עס גייט געמיינט ווערן, אין אויב אלעס איז פארקויפט גייט עס נישט צוריק צו 200.
מענטשן קויפן עס נישט נאר ווייל עס גייט שטייגן, קרימינעלן ניצן עס ווייל סאיז שווער צו טרעקן, מענטשן מיט שווארץ געלט ניצן עס, מענטשן האלטן זייער סעווינגס אין ביטקוין ווייל סיז מער פארזיכערט ווי די קורענסי פון זייער קאנטרי אדער ווייל זיי לעבן אינטער א קארופטירטע גאווערמענט, אין הייזער מיט געלט קען מען זיי צונעמען אבער ביטקוין נישט.
חוץ פון דעם אלעס קומען יעדן טאג צו נייע מערשאנטס אין ווענדארס וואס אקסעפטן ביטקוין.
על ראשון ראשון.
אפי' מיט א מאקסימום פון צוואנציג מיליאן איז נאכנישט איבערצייגענד וויפיל פונקטליך עס איז ווערט. ווילאנג איך פארשטיי נישט די אמת'ע ווערט איז שווער דן צו זיין. ווי אויך איז די מאקסימום טעאריע לעצטענס שוואכער געווארן מיט די אלע פארקס וואס גאפלן זיך אפ.
יא ס'זענען דא אזעלכע וואס קויפן עס אויף צום ניצן, אבער אזויווי ס'האלט אין איין שטייגן מאכט דאס אז מענטשן זאלן עס אויפהערן ניצן און ענדערשט זיצן זיי דעראויף וואס איז גורם אז ס'זאל זיין ווינציגער אין צירקולאציע, וואס איז ווידער גורם אז ס'זאל שטייגן, און אזוי ווייטער ביז ס'גייט אריין אין באבל טעריטאריע, און דערנאך העכער און העכער, ביז פלוצים דערזעהט זיך יעדער האלטנדיג א ליידיגע זאק. דעריבער האלט איך אז ווילאנג מ'קען נישט אויסרעכנען א לאגישע און ראציאנאלע חשבון אויף די אמת'ע אנדערלייאינג ווערט דאן איז עס א גרויסע ריסק.
רוב מערטשענטס וואס אקצעפטירן ביטקוין, אקצעפטירן עס נישט באמת. דאס הייסט אז זיי רעכענען פרייזן און טראנזאקציעס אויף פיאט וואלוטע, און זיי אקצעפטירן ביטקוין נאר מיט א פרייז דורך פירט, און זיי טוישן עס גלייך אויף. על פי רוב רירט די מערטשענט ניטאמאל צו די ביטקוין'ס, זיי זעהן און ניצן נאר דאלעקס.