כשר-לפסח בייגלעך שאנו אוכלים – על שום מה? (פה-סח 2)

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

כשר-לפסח בייגלעך שאנו אוכלים – על שום מה? (פה-סח 2)

שליחה דורך בר-כוכבא »

דער תירוץ אויף דער "מצה זו שאנו אוכלים" פראגע, וואס איז אינעם קעפל צו דעם ארטיקל פאראפריזירט געווארן לתועלת התוכן, דרייט זיך ארום דעם זעלבן מאטיוו ווי די אנדערע שאלות און דער גאנצער הגדה ווי בכלל דעם עצם יו"ט פסח. די קשיות, ווי די ענטפערס, דערציילן וועגן דער געשיכטע פון און ארום יציאת מצרים - ווי מיר זענען געווען פארקנעכט אונטער פרעה'ן און פארשקלאפט ביי די מצריים, און אט האט דער רבונו של עולם געשיקט משה'ן מיט'ן ברודער אהרן, און געלאזט אין גאנג א מהלך וואס האט זיך געענדיגט מיט אונזער באפרייאונג.

דער סוף פון אונזער וויילן אין מצרים האט אפגעצייכנט דעם אנהייב פון אונזער ווערן א פאלק. קיין מצרים זענען מיר אנגעקומען ווי איין משפחה; ארויס זענען מיר א מחנה וואס איז גרייט געווען זיך צו לאזן דעפינירט ווערן ווי א פאלק. די "צעמענט", אזוי צו זאגן, וואס האט די יחידים צוזאמגעבויט אין איין גרויסן מהות איז געגאסן געווארן דורכאויס עטליכע טעג נאכפאלגענדיג יציאת מצרים, און צופיסנס פון הר סיני איז דאס פארהארטעוועט געווארן און א ניי פאלק – אן עם סגולה גאר – איז געבוירן געווארן.

דאס משמעות פון דעם יו"ט איז זייער פשוט, קלאר און גראד. דער ערשטער דור, וועלכער האט פארלאזט מצרים, האט זיך גענויטיגט אין טעכנישע אינסטרוקציעס וואס מען דארף יא און וואס מען טאר נישט טאן דורכאויס דעם יו"ט. דאס עצם פייערן פסח, די שמחה, אויף דעם האט קיינער זיי נישט געדארפט גארנישט אנזאגן. ס'האט זיך אינסטינקטיוו געפרייט און ס'האט זיך גע'שירה'ט פון הארץ ארויס. אזוי איז עס געווען מיט'ן ערשטן דור און אזוי איז עס געבליבן אויך אויף הונדערטער יארן שפעטער, ווען אידן האבן שוין געוואוינט אין ארץ ישראל און זיך געפירט אן אייגענע ווירטשאפט. יציאת מצרים, די גשמיות'דיגע פשוט-טרוקענע מציאות'דיגע געשעענישן, האט קיינער נישט געדענקט. מיט עטליכע געציילטע אויסנאמען זענען אלע וואס זענען פיזיש ארויס מצרים געשטארבן נאך איידער דאס אידיש פאלק איז אריבער דעם ירדן און אריין קיין ארץ ישראל. דעם טעם פון קנעכטשאפט האט קיינער נישט געדענקט; דאס משמעות פון זיין פריי און זעלבסשטענדיג האבן אבער אלע פארשטאנען.

איז געקומען די גזירת הגלות און אונז צוריק פארווארפן אין פרעמדע פלעצער, אונטער פרעמדע הערשערס, מיט ביטער-שווערע אומשטענדן. אין אנהייב האט מען נאך ווי-עס-איז עפעס געדענקט ווי דער טעם פון חירות שפירט זיך. מיט דער צייט זענען די זכרונות געווארן אלץ מער פארבלאסט און פארפרעמדט, און צרות שיעבוד הגלות האבן געצוואונגען דעם יו"ט אנצונעמען נייע משמעות'ן. אין צוגאב צו דער מצוה, האבן מיר דעם יו"ט אנגעטאן מעטאפיזישע בגדים און דעם פשוט'ן באדייט פון "הוצאנו מעבדות לחירות" איז אין גרויסן טייל ערזעצט געווארן מיט חומרות, הידורים און שווערע קשר"ק-הכנות צום גרויסן, ליכטיגן יו"ט.

דאס אלעס – די הכנות, חומרות, הידורים – פעלן אין גלות אויס סך מער ווי פריער אין ארץ ישראל ווען ישראל שרויים על אדמתם מכוח דעם המשך פון יענעם חירות וואס מיר האבן באקומען מיט יציאת מצרים.

*

גלות איז א פראצעס, וואס מיינט נישט נאר צרות און יסורים. כלל ישראל האט געדארפט דורכגיין די וועלט און אירע תקופות אלס טייל פון אן אלגעמיינעם גאולה-פראצעס וואס נעמט אריין די גאנצע וועלט, די גאנצע בריאה, וואס דארף אינאיינעם מיט אידן אויסגעלייזט און אויפגעהויבן ווערן צו א העכערן שטאפל.

ס'איז שווער אנצואווייזן ווען די וועלט האט געשטעלט די ערשטע טריט אריין אין דער תקופה פון גאולה; איז אבער גלייכצייטיג זייער קלאר אז זי געפינט זיך טיף אינמיטן דעם פראצעס. די געוואלדיגע פארשריט וואס די וועלט און די מענטשהייט מאכט אויף אלע געביטן זענען דאך נישט עפעס אנדערש ווי די ערשטע שיין פון יענעם גרויסן אור. די מעדיצינישע דורכברוכן, מיט הייל-מיטלען פאר יעדער מחלה און פיזישע פראבלעמען, דערמאנען אין יענע נבואות ווען אלע קרענק וועלן פון דער וועלט פארשווינדן. די מעדיצינישע וועלט האלט אין איין פארלענגערן דעם לעבנסשפאן פונעם מענטש און ברענגט אים אלץ נאענטער צו אומשטערבליכקייט. די טעכנאלאגיע ברענגט צוזאמען די מענטשהייט און גיט זי אלץ בעסערע מעגליכקייטן פון זיך צונויפרעדן, פארשטיין, און דערגיין וואס דער צווייטער וויל און טראכט. בכלל, גלאבאליזאציע מיט טעכנאלאגיע פארוואנדלען די וועלט אין איין קליינעם דארף, וואו אלעס און יעדער ווערט אלץ מער צוטריטליכער און קלארער.

די אנטוויקלונגען פון דער וועלט און ציוויליזאציע האבן מיטגעברענגט נייע פראבלעמען און קאפ-ווייטאגן. כמעט יעדע דערפינדונג האט געברענגט נייע פראבלעמען. ספעציפיש, וואס נוגע אונזער טעמע וועגן דעם יו"ט פסח, האט די אינדוסטריאלע רעוואלוציע, די פאבריקן און פרישע פאטענטן פאר עסן-פראדוקציע, געברענגט פרישע שאלות און פראבלעמען לגבי דעם כשרות פון עסנווארג אויף פסח.

גענוי ווי דעם משמעות פונעם יו"ט גופא פריער, האט דער מיין פון עסן מצה זיך גענויטיגט אין זייטיגע צוגעהערן כדי נישט צו פארלירן דאס משמעות. די מצוה פון מצה און דאס איינהאלטן דעם לאו פון חמץ זענען אונטערגעשטיצט געווארן דורך חומרות און הידורים. פון "זיך מישן" ביז "געבראקטס" און אלעס ארום און אינדערצווישן, איז די מצוה פון מצה און דער איסור פון חמץ ארויסגעהויבן געווארן דורכ'ן קאנטראסט פון די מאכלים וואס מיר עסן א גאנץ יאר ביז די "באשיידענע" לחם-עוני פראדוקטן וואס מיר עסן דורכאויס דעם יו"ט.

די מצות זעלבסט, וואס זענען במקורם געווען אזעלכע געשמאקע "לאַפאַס", האבן פשוט-ולובש-צורה געווען צו די דינע, גערעדלטע מצות וואס מיר עסן היינט. אמאל איז דער קאנטראסט פון פסח'דיגע מאכלים ביז די חמצ'דיגע עסנס בכלל נישט געווען אזוי שארף און קלאר. ס'האבן זיך געפאדערט אריינצושטעלן אינעם סדר אויפפאלנדע מנהגים, כדי צו ציען דעם אינטערעס פון די קינדער און זיי פירן צו פרעגן דעם "מה נשתנה". היינט וואלטן די אנדערשקייטן בכלל נישט אויסגעפעלט, ווייל אונזער פסח'דיגע סעודות פאר זיך זענען כשלעצמם גענוג ארויפצוברענגען די קינדער קשיות.

שטייענדיג ביים שוועל פון דער גאולה, ווען מיר וועלן זיך אומקערן צום מקור, פירט מען אונז זיך ביסלעכווייז צוריק צום שורש פון זאכן. פסח דארף לכאורה פארנעמען דעם אויבנאן ביי מושגים וועמענס טיפן און שורש'דיגן באדייט מיר דארפן זיך אויפסניי דערמאנען. דערפאר ווערן טאקע די חומרות אויסגעשפילט. כמעט, אויב נישט ממש אלעס וואס איז פאראן דורכאויס'ן יאר, קען מען שוין היינט באקומען אין א כשר-לפסח ווערסיע. שוין אפגערעדט פון די אריגינעלע לאפא מצות, וואס ווערן מיט יעדן יאר (באזונדערס אין ארץ ישראל) אלץ מער פאפולער און גאנגבאר, נאר אפילו ברויט און בייגלעך קען מען שוין עסן מיט אפעטיט און דערביי אריינכאפן א מצוה פון איינהאלטן די לא תעשה פון "שאור לא ימצא בבתיכם..."

אזוי שיילן די דרויסנדע שיכטן וואס דער עול הגלות האט במשך די יארן צוגעטשעפעט צו אונז, אונזער לעבן, אונזערע מצוות, אונזער לעבנסשטייגער און אונזער עצם אידענטיטעט. רוב פון אונז איז נאכנישט גרייט צו עסן כשר-לפסח ברויט. עס שפירט זיך אזוי פרעמד, אזוי אומהיימליך, אזוי נישט-פסח'דיג. פריער צי שפעטער וועלן די זאכן אריינקריכן ביי אונז.

אבער איבער אלעם וועלן מיר ביסלעכווייז אריינקריכן צוריק אינעם פשוט'ן משמעות פון דעם יו"ט און זיך באקענען מיט פסח אויף דער סאמע פשוט'ע מדריגה. אזוי, אז ווען אלע אידן וועלן צוריקזיין דארט, אין יענעם אויסגעבענקטן לאנד, וועלן מיר זיין פולשטענדיג גרייט צו פייערן דעם יו"ט אויף דעם אופן ווי ער איז געפראוועט געווארן דעמאלט, אזוי לאנג צוריק. די אלע צוגעהערן וועלן נישט בטל ווערן; זיי וועלן פשוט נישט אויספעלן מער.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

זייער הנאה געהאט פון דיין ארטיקל, ווענגלייך איך בין מחולק מיט דיר אז די נייע חמצדיגע כשר לפסח פראדוקטען האט סיי וועלכע שייכות צו דעם אידישען אפטייטש פון חירות.

דיין לעצטע ליניע איז מיר נאך דאס מערסטע געפאלן
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

דער ארטיקל האט מיך שטארק געכאפט. דארט וואו אנדערע זעען א ירידת הדורות איז אייגנטליך א מבשר פון א אידשקייט וואס קריכט ארויס פון דער פארגליווערונג. הערליכער געדאנק!
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 365 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: כשר-לפסח בייגלעך שאנו אוכלים – על שום מה? (פה-סח 2)

שליחה דורך בר-כוכבא »

יישר כוח [emoji3]
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זייער ארגינעל. וואלט געווען אינטערעסאנטע צו זעהן וועלכע נאך אזוי גערופענע ירידות מ'קען איינטוישן פאר עליות.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
פארשפארט