הייליגע נייגער פה סח 2

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 890 מאל

הייליגע נייגער פה סח 2

שליחה דורך mevakesh »

עס איז דא דער באוואוסטער קשיא אויף די הגדה ביי די ארבעה בנים אז דער רשע פרעגט מה העבודה הזאת לכם און מען פארשרייט איהם אויף דעם לכם ולא לו, אין נישט סתם, נאר ואתה הקהה את שיניו. ווידער דער חכם פרעגט ממש די זעלבע זאך מה העדות והחוקים והמשפטים אשר צוה ה' אלקינו אתכם, און מען נעמט איהם אויף מיט אזא ווארימקייט און מען ענטפערט איהם אזוי שיין און ליבליך.

בכלל איז שווער אז פסח איז דאך אפיציעל דער נאכט פון וכאן הבן שואל ווען מ'זאגט פארן קינד פרעג וואס דו קענסט, און דא ווען דער קינד קומט און פרעגט מה העבודה הזאת לכם כאפט ער פארדעם אריין אפאר קלינגעדיגע פעטש אז עס קומט צו שרייען, אמער? וואס פאר א אומרעכט איז דאס ? זאגסט מיר פרעג און ווען איך פרעג בין איך גאר א רשע?

עס איז דא א ווערטעל אז דער חכם פרעגט די זעלבע שאלה ווי דער רשע נאר ער פרעגט עס אויף א קלוגע אופן, עד כדי כך אז ער גייט נאך ארויס אלס חכם, דאס איז אויבען אויף טאקע נאר א ווערטעל אבער אז מען טראכט אריין אין דעם איז דא א טיפער און אמת'ער געדאנק אין דעם ווארט, ווייל עס איז דא א גרויסע חילוק אין די ווערטער וואס מען נוצט און אין דער וועג וויאזוי מען פרעגט, דאס זעלבע שאלה קען מען פרעגן און מען איז א רשע און אז מען פרעגט מיט עטוואס אן אנדערע נוסח איז מען גאר א חכם.

ביי אונז היימישער עולם איז איינגעבאקען אז מען פרעגט נישט קיין שאלות און מען קריכט נישט אריין ווייל אזוי האבן אונזערע עלטערן מקבל געווען מדורי דורות ואין לך רשות להרהר אחריה. אבער פון דער אנדערע זייט שיינט ארויס דאס ענין פון נייגער צו זיין גאר א פאפולערן ארטיקל אין די יידישע טראדיציע און א שריט וואס טראגט א מענטש נענטער צום ציהל.

מיר געפונען ביי משה רועה ישראל אז ער זעהט אין מדבר סנה בוער באש והסנה איננו אוכל, פון נייגער לויפט ער שנעל צו דערגיין וואס גייט דארט פאר און דאס פיהרט איהם צו זיין ערשטע התגלות. אונזער זיידע אברהם אבינו ע"ה דער ערשטער מאמין אונ'ם בורא כל עולמים האט אנגהויבען מיט נייגער, ראה בירה דולקת, און ער האט אנגעהויבען זוכען און נישטערן ביז ער האט אנטפלעקט דעם הייליגען באשעפער

די אויפגעקלערטע צווישן אונז וועלן טאקע זאגן אז אונזער אפשיי צו נייגער און פארשעריי איז טאקע נישט ריכטיג מען דארף יא שטארקען דעם קינד'ס נייגער אזוי ווי עס איז דער אלגעמיינער מיינונג אין די וועלטליכע גאס. איי דער איינגעבאקענע חינוך וואס מיר האבן פון די עלטערן אז נייגער איז נישט גוט? דאס איז טאקע נארישקייטן און קליינקעפיגקייט. אבער מיר ערליכע יודען ווייסן אז מען קען נישט אוועקמאכן די הייליגע חינוך וואס אונזערע עלטערן האבן אונז איבערגעגעבן נאר מיר דארפן טרעפן דער ריכטיגער באלאנס צווישן דער מסורה און צווישען וואס עס קוקט אונז אויס ריכטיג.

עס איז דא א שיין ספר פון רבי שמשון רפאל הירש "אגרות צפון" ווי ער שרייבט בריווען צו א חבר וואס איז פיל מיט קריטיק און האט אפגעלאזט דער יידישער וועג, א ספר וואס פארדינט צו בהאנדעלט ווערען בזכות עצמו. אין די ערשטער בריוו ברענגט ער ארויס א שטארקע נקודה. ווען איינער וויל איבערלאזן דער רעליגיע וואס איז מקובל מהיות ישראל לעם ווייל עס איז אלטמאדיש אדער טויט און אן קיין טעם, דארף ער קודם זיך באמת אריינלייגן אין דער כוונה פון דעם נותן התורה און וואס זיין ציהל קען זיין. ער דארף קודם פרובירן צו לעבן מיט די מחשבה כאילו דער באשעפער האט געגעבן דער תורה און דאס איז דער וועג פאר דער ריכטיגער תכלית אויפ'ן וועלט, אין אז די אלע מצוות איז נאר עצות און תחבולות (אזוי ווי דער זוהר זאגט) ציצוקומען צום שלימות אין פרובירען פארשטיין דעם תכלית וואס דער תורה וויל מיט די מצוות . ערשט נאכדעם וואס א מענטש לעבט אזוי און ער האט נאך אלס די אלע פראבלעמן קען מען איהם פארשטיין, אבער פאר ער האט דאס געטוהן זענען זיינע קשיות אבי געפרעגט ווייל ער הייבט דאך נישט אהן צו פארשטיין בכלל וואס איז דער תורה און רצון ה' וואס ער לאזט איבער?

אמאל האב איך געהאט א שמועס מיט א גוטער יוד, א ברייטען קאפ, וועגן עניני אמונה בתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז ווען מען הייבט אן חוקר זיין אין אמונה איז דא לייבן פון ביידע זייטן סיי ביי די מאמינים אין סיי ביי די כופרים, און ביידע האבן שטארקע טענות לכאן ולכאן. אבער איין מעלה האבן די מאמינים איבער די אנדערע און דאס איז זייער עקספיריענס, די מאמינים פיהלן גאט און זעהן עס ממש בחוש, ווידער די כופרים האבן על פי רוב קיינמאל נישט געלעבט מיט דעם בליק כדי עס צי קענען באמת אפ פרעגען. און דאס איז א לכאורה א שטארקע טענה.

עס איז דא א אלט ווארט פון איינער פון די חסידישע רביים אז ער האט אמאל געזאגט פאר א כופר אין דעם באשעפער וואס דו גלייבסט נישט גלייב איך אויך נישט. די געדאנק איז, אז ווען איינער איז כופר חס ושלום מיינט עס אז ער האט פשוט נישט ארויס וואס דאס איז באשעפער און וואס דאס מיינט רוחניות, און ממילא איז ער כופר. און דער עיקר פראבלעם איז , אז געווענליך האט ער אפילו נישט פראבירט צו פארשטיין פון וואס מען רעדט באמת.

און יעצט צוריק צו אונזער שאלה וועגן נייגער, אוודאי איז נייגער א גוטע זאך און עס איז גאר דער וועג צו טרעפען שלימות אזוי ווי מיר געפונען ביי די אבות העולם. אבער נאר מיט א תנאי קודם למעשה אז עס דארף זיין אמתע אויפריכטיגע נייגער צו וועלן פארשטיין דער טיפקייט פון דער נושא און נישט סתם פרעגן שאלות. למשל ווען איינער פארשטייט נישט וואס איז דער כוונה פון דארפן דאווענען און צו וואס דאס פעלט אויס. זאל ער פון גרויס נייגער פראבירן צו דאווענען מיט אן אפענקייט און ריכטיגער השתפכות הנפש און זיך מתקשר זיין במחשבה ובדיבור מיט דער יסוד פון דער בריאה דורך דאווענען, און פיהלן דעם שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד. אזוי אויך ווען מען וויל פארשטיין און ארויסהאבן דעם געדאנק פון יום טוב פסח דארף מען זיך אריינלייגען אין פרובירן צי פארשטייין דער תכלית המכוון. וואס וויל מען ווען מ'איז כסדר אזוי פארנומען מיט יציאת מצרים, אויף וואס איז דאס אן עדות, וואס זענען די משפטים, אין אוודאי איז דא חוקים אויך, אבער בכלליות דארף מען פארשטיין דער טיפקייט מיט אלע פרטים.

און דאס איז וואס דער חכם וויל. דער נייגער נאגט איהם ער וויל פארשטיין אלע דיקדוקי מצוה אין זייער כוונה, ער וויל פרובירן צו לעבן מיט דעם . אמת, ער פרעגט טאקע אויך אשר צוה ה' אלקינו אתכ"ם, עס איז נאך נישט זיינס, ער שטייט נאך אויך אינדערויסען ממש אזוי ווי דער רשע און ער כאפט נאך נישט די טיפקייט און דער מכוון. אנדערש אבער ווי דער רשע, לאזט ער נישט נאך און ער פרעגט , דרייט א קאפ, און ער פרובירט אריינצוגיין און לעבן מיט דעם, ווייל ער האט "הייליגע נייגער" וואס טרייבט איהם צו פארשטיין.

ווידער דער רשע האט אויך נייגער, אבער עס איז נישט טיעף און אויפריכטיג גענוג אז ער זאל זיך אריינלייגען און פראבירן צוצוטרעפן דער כוונה. אנשטאט דעם שרייט ער מער כלליותדיג אין אויבערפלעכליך מה העבודה הזאת לכם. ער איז נישטא אריינצוגיין טיעף נאר ער קוקט מעהר פון דערויסען און מיטן ראציאנאלען שכל פארפירט ער צו וואס דארף מען די גאנצע מעשה.

די היסטאריע האט געוויזען אז אסאך פון די פריערדיגע משכילים האבן געפרעדיגט פאר ברייטקייט און נייגער אבער דאס איז נישט געווען אן אויפריכטיגער נייגער נאר אויבערפלעכליך. דאס האט צוגעברענגט אז א גרויס חלק כלל ישראל האט געפרעגט מיט נייגער צו וואס דארף מען די תורה ומצוות, און זיי האבן ליידער איבערגעלאזט אלעס. פארשטייט זיך אליינס אז אלס קאנטער ריאקציע זענען מיר היימישע יודען געווארען שטארק אמפונדליך צו נייגער און שאלות און דורך דעם געשטאנען ווייט פון "הייליגע נייגער". אבער דער ריכטיגער וועג איז אדרבא שאל בני, שאל. מען זאל שטארקען די נייגער ווי מער נאר דער נייגער זאל נישט זיין קיין אויבערפלעכליך נאר גרונטליך און טיעף צו דערגיין די ריכטיגע חובת האדם בעולמו.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר