זענען די רבנים גערעכט?
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
זענען די רבנים גערעכט?
איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.

האדם לא נברא אלא להתענג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: זענען די רבנים גערעכט?
רעד ארויס קלאר, וואסארע מצבים?
וואסארא סארט מענטשן?
בכלל פארשטיי איך נישט, טוט די מח פילטערן אדער נישט?
(אולי מיינסטע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב?)
איך זעה אן אנדערען פראבלעם אין אינטערנעט, וויבאלד ס'דא אזויפיל אינפורמציה צו פיטערן דעם מח און ס'ציעט נאך און נאך, איז די ריבוי דערפון גורם בלבול המוח. (לאזט נישט געהעריג פאוקעסן)
וואסארא סארט מענטשן?
בכלל פארשטיי איך נישט, טוט די מח פילטערן אדער נישט?
(אולי מיינסטע דעם יוסיף דעת יוסיף מכאוב?)
איך זעה אן אנדערען פראבלעם אין אינטערנעט, וויבאלד ס'דא אזויפיל אינפורמציה צו פיטערן דעם מח און ס'ציעט נאך און נאך, איז די ריבוי דערפון גורם בלבול המוח. (לאזט נישט געהעריג פאוקעסן)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קל וחומר האט געשריבן:איך זעה אן אנדערען פראבלעם אין אינטערנעט, וויבאלד ס'דא אזויפיל אינפורמציה צו פיטערן דעם מח און ס'ציעט נאך און נאך, איז די ריבוי דערפון גורם בלבול המוח. (לאזט נישט געהעריג פאוקעסן)
דאס איז אודאי א גרויסער חסרון פון דער אינטערנעט, און איז איינע פון די וועגן ווי אזוי עס האט מיר שאדן געטון. מיין אטענשאן ספען איז געפערליך קורץ היינטיגע טעג.
וועלכע מענטשן? אלע מיני מענטשן. יעדער מענטש ווייסט ביי זיך וואס זענען זיינע שוואכע פונקטן, וואס עס איז בעסער פאר אים אז ער רירט עס נישט פון ארט. און די אינטערנעט מאכט עס געפערליך שווער צו אויספילטערן אינפארמאציע וואס דער מענטש דארף נישט וויסן.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: זענען די רבנים גערעכט?
וואס בעסער צי זיין א א מענטש אדער א קו?
איך האב נישט די תירץ, אבער דאס איז די שאלה ?

- ירא שמים
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1757
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל
Re: זענען די רבנים גערעכט?
די אנגענומענע מיינונג איז כל הקרוי בשם אינפארמאציע קדוש יאמר לו אבער ווי ר׳ יאיר באמערקט איז דא אסאך דזשאנק אינפארמאציע און דזשאנק סייענס און אסאך וואס איז בעסער אז מווייסט נישט און די אינטערנעט ווער סנוצט עס אלס מקור פון אינפאו ווערט אסאך געפיטערעט דערמיט, איך מיין אז סאיז א פראבלעם בעיקר ביי מענטשן וואס זענען נישט געבילדעט און ווילן געבילדעט ווערן דורכן אינטערנעט, משא״כ א געבילדעטע מענטש ווייסט וואס איז דזשאנק און וואס צו זוכן און אויך זיין עיקר ידיעות קוואל איז נישט די אינטערנעט און דינט נאר אלס א געצייג, א ריסעטש טאל.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
Re: זענען די רבנים גערעכט?
לאמיר נישט זיין אבסטרעקט, פילאזאפיש. ווער קען דא מעיד זיין אז זיין קוואלאטי אוף לייף איז עם בעסער געווארן צילוב דעם אינטערנעט? אודאי ברענגט עס געלעגנהייטן אבער זענען מיר פרייליכערע בעסער מענשטן?
און אמתן טענהן דאס די אלטע באבעס פון דערהיים, אמאל איז טאקע געווען שווער אן אלע באקוועמליכקייטן אבער מאיז געווען ראויג און ציפרידען. א רעטעך.

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
״פרייהייט״ פון אינפארמאציע און ״צופיל״ אינפארמאציע זענען צוויי פארשידנארטיגע ענינים, דער ערשטער איז קיין פראבלעם און דער לעצטער איז יא ערנסט פראבלאמאטיש, נאר מיט ׳רבנים׳ האט דאס געוויס גארנישט קיין שייכות.
וואו אימער ס׳איז דא כמות ווערט א פראבלעם אז דער איכות קען אויך ווערן פארוואסערט, דארף מען זיך קלויבן וואס יא און וואס נישט, אויף וואס לוינט זיך שפענדן טייערע צייט און וואס איז בלויז א פארשווענדעניש.
אז עמיציר זיצט טעגליך אין א ריזן ביבליאטעק, שטויסט ער זיך אויך אן אין א פלייץ פון אינפארמאציע, נאר ס׳איז געוויס גרינגער זיך צו קאנטראלירן ווען מ׳לייענט א פיזיש געדרוקטען בוך, אנע הייפערלינקס, ווי אויף וויקיפעדיע וואו ס׳איז כמים שאין להם סוף.

כאן, חבל טבור הארץ.
ירא שמים האט געשריבן:אבער ווי ר׳ יאיר באמערקט איז דא אסאך דזשאנק אינפארמאציע און דזשאנק סייענס און אסאך וואס איז בעסער אז מווייסט נישט און די אינטערנעט ווער סנוצט עס אלס מקור פון אינפאו ווערט אסאך געפיטערעט דערמיט.
איך ווייס נישט וואס יאיר'ס כוונה איז געווען, נאר יאיר קען מעיד זיין אויף זיך אז ער שרייבט 'נבואות', איך האלט נישט דארט...
אלנפאלס, לדעתי ליגט אין דעם נאך א שטערקערע נקודה, ואולי [גם] לזה נתכוין יאיר.
די פראבלעם איז נישט דזשאנק אינפארמאציע/סייענס, די פראבלעם איז אפילו נניח דער איז שוין א בורר אוכל מתוך דזשאנק אינפארמאציע. אסאך מאל זעט א מענטש א גוט שטיקל בקר ביי א חתונה, און ער ריקט אריין רינדער מכל הבא ביד מנחה, זייענדיג איבערצייגט אז ער 'כאפט אריין'. נאר צוויי שעה שפעטער, ווען דער מאגן ברענט אים, זיין בויך פלאצט אים, כאפט ער וואספארא טעות 'דער געשמאקער שטיקל פלייש' איז געווען.
אסאך מאל ליינט מען אינפארמאציע, וואס ברענגט דעם מענטש פראבלעמען וואס ער וואלט זיך געקענט איינשפארן נישט וויסנדיג די - נישט דזשאנק - אינפארמאציע. נאר בשעת מעשה איז עס מתוק לחיך [אפשר בבחינת מים גנובים ימתקו], אבער שפעטער דערזעט מען זיך מיט בויך וויי (-ובנידון דידן, קאפ וויי און הארץ וויי).
אגב, הגם נישט אלע רבנים מיינען דאס, וואלט איך נישט אויסגעשלאסן 'אלע' רבנים פון דעם כוונה.
די רבנים קען מען צוטיילן אין פיר-פינף קאטעגאריעס. ס'דא וואס בלעבלען נאר נאך דעת הקהל, דעת העסקנים, ודעת הרבנים. ס'דא וואס ווייסן נאר פון פראבלעמען פון מדבר פארן 'שרבים חללים הפילה'. ס'דא וואס האבן מורא אז מ'וועט טוישן דעם 'היימישן לעבנסשטייגער'. אבער ס'דא א קליינע פראצענט וואס ווייסט פון אונזער אישו אויך.
איך וואלט אריינגעשטעלט אזא מענטש ווי רבי הערשל היילפרין דומ"ץ וויען אין בארא פארק, אין דעם לעצטן קאטעגאריע.
-----
יאיר, נישט שיין אז ווען דו קומסט יא אריין, בייסטו אריין אין אונזער תוך תוך אזוי שטארק. לאמיר גרובלען פאר'חלומ'ט, קומסטו פון פריש צושטאקלן דעם געביידע...
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
אז מ׳רעדט שוין פערזענליך, וועל איך רעדן פון מיר.
די אינטערנעט האט געהאט א דראסטישע השפעה אויף מיין פריוואטע לעבן, און אויף מיינע ארומיגע. איך קען נישט אריינגיין אין קיין פרטים, אבער איהר קענט זיך אליינס פארשטעלן, א יונגערמאן שלא היה בעולמו אלא ד׳ אמות של הלכה בלבד, פלוצלינג ווערט איהם געעפנט א פענסטער צו ענדלאזע אומבאגרעניצטע אינפארמאציע, מה יעשה הבן שלא יחכים?
זענען די רבנים גערעכט? כ׳מיין אז נישט. ווייל דער פראבלעם איז נישט דער אינטערנעט, דער פראבלעם איז די מלחמה דערמיט. דער אינטערנעט איז היער טו סטעי, אן אומדערגרייכבארע מציאות. ווילסטו עדיוקעיטן דיינע תלמידים ווי אזוי זיך צו ספראווען דערמיט, הרי טוב. ואם לאו - שם תהא קבורתם.
די פראבלעם פון ׳פרייהייט׳ פון אינפארמאציע, איז נאר אין א פלאץ וואס מ׳האט עס געמאכט פאר א פראבלעם. אויב לערנט מען אויס קריטיקל ט׳ינקינג פון קינדווייז אן, מ׳לערנט אויס ווי אזוי צו פראסעסן אינפארמאציע, איז דער פראבלעם קיין פראבלעם.
די פראבלעם פון ׳צו פיל׳ אינפארמאציע, אדער קורצע אוטענשן ספאן, איז א פראבלעם. אבער דער פתרון איז זיכער נישט די בת-היענה פתרון, עס וועט נישט העלפן זיך צו שלאגן דערמיט. דער אינטערנעט איז שטערקער, ער האט שוין צו-ווארפן מעכטיגע דיקטאטורן אין ליביע און עגיפטן.

אין - כי הכל הבל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: זענען די רבנים גערעכט?
דער כח פונ'ם אינטערנעט אראפצוווארפען דיקטאטורען איז דורך די פארבינדונגס געלעגענהייטען, נישט אינפארמאציע. די גיפטישע פאלק איז נישט ארויס פון זייער פרימיטיווע לעבענסשטייגער בעטענדיג מענטשליכע רעכטען פון זיך אפליינען פילוזופיא אויפ'ן אינטערנעט.
אלנפלס די שאלה איז צו די ציל פון די רבנים איז גערעכט, נישט דער מיטל פון רודפ'ן וכו'.
איך הער אז אלע ישיבישע יונגעלייט וואס גייען ארבעטען אין א אפיס, שטעלען גלייך זייער היימבלאט אלס דער דראדזש באריכט. ביז היינט האבען זיי געהערט ראדיא אין קאר פון ראש לימבאו און יעצט גייען זיי נאך זייער בייא"ז און ווילען ליינען נאך רעכט געשטימטע 'נייעס'. ס'זעט זיך נישט אז מ'נוצט דער אינטערנעט אויף צו הערען נייע דעות און נייע וועגען, נאר קאנפערמירען די אלטע נגיעות'ן
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:וואס בעסער צי זיין א א מענטש אדער א קו?
איך האב נישט די תירץ, אבער דאס איז די שאלה ?
א מענטש זיכט וואס ס'איז בעסער פאר אים, און די לאנג ראן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- זבולון
- שריפטשטעלער
- הודעות: 277
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
- האט שוין געלייקט: 542 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל
עס איז טאקע נישט נאר טרוקענע אינפארמאציע. ס׳איז נישט נאר דאס וואס מ׳ווערט עקספאוזד צו סייענס אדער פילאזאפיע.
דער אינטערנעט געבט אויך א פענסטער צו די סעקולארע וועלט, מ׳זעהט מיט רוישיגע קאלירן ווי אזוי עס לעבט זיך אן אנדער סארט לעבן. און פאר טראכטנדע מענטשן איז עס גורם צו איבער-טראכטן די גאנצע סיסטעם.
און אויך די גרינגע קאמיונוקאציע מיטלען וואס די אינטערנעט פראוויידעד אונז, אלעס אונטער א שלייער פון אנאנאמי. געבט פארן טראכטער די באקוועמע הרגשה אז ער איז נישט דער איינציגסטער משוגענער.

- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: זענען די רבנים גערעכט?
פאר מיר האט משמע געווען אז זייער פראבלעם מיט די אינטערנעט איז פאנאגרעפי און סאשעל נעטווארק גארנישט מיט אינפארמאציע. און די וואס האבן יא א פראבלעם מיט אינפא איז עס כפירה גאר
(לבי אומר לי אז די עסקנים וואס דרייען א קאפ די רבנים איז סתם אלס אכשר דרא סינדראם, לפי זה אין כאן שיטה בכלל ודו"ק)

- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
- האט שוין געלייקט: 210 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל
גערעכט? געוויס יא. כאטש מען הערט נישט פון זיין צופיל אז אסאך אינפארמציה איז די פראבלעם.
נעכטן געהערט אויף די סיביעס נייעס. אז די פראבלעים פון בוליאינג וואס ווערט ערגער פון טאג צו טאג איז 75 פערצענט דערפון נאר אויפן אינטערנעט. און זיי קלאגן אז רוב עלטערן מאניטערען נישט די קינדס קאמפיוטער אקטיוועטען. און זיין האבן ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון יא וואטשען אויף זיי.
נעכטן געהערט אויף די סיביעס נייעס. אז די פראבלעים פון בוליאינג וואס ווערט ערגער פון טאג צו טאג איז 75 פערצענט דערפון נאר אויפן אינטערנעט. און זיי קלאגן אז רוב עלטערן מאניטערען נישט די קינדס קאמפיוטער אקטיוועטען. און זיין האבן ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פון יא וואטשען אויף זיי.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
דא טוט זיך א געמויזעכץ.
די פראבלעם (?) פון די אינטערנעט איז לכאורה דרייפאכיג פון א אידישן שטאנדפונקט
1) פרייהייט פון אינפארמאציע וואס דאס מיינט בעיקר צימעס סארט שמועסן וכו', דא קען מען זאגן אז די רבנים האבן א נגיעה.
2) אויפגעקלערטקייט, כפירה, וכו', דא קען מען זאגן אז די רבנים האבן געוויס רעכט, הגם איך האלט אז זאל ווען דער עולם זיין געהעריג מחונך, וואלט דער פראבלעם געווען קלענער
3) ס'מאכט פשוט קראנק דעם מענטש ווי קינד_אן_קייט האט ארויסגעברענגט, אפי' מענטשען וואס זענען נישט אויגעוואקסן אין דעם סעלפאון קולטור, און האבן יא געהאט א ישוב הדעתדיגן יוגנט מיט סעלפאונלאזע עלטערן וואס האבן זיי געשענקט אטענציע, ווערן געטוישט און רעפאבריצירט פאר מאשינען.
איך האב לעצטענס אויפגפאסט, אז דאס רופן צו א שמחה "אפי' דורך א טעקסט איז טיילווייז שוין אינדרויסן פונעם סיסטעם", דאס גיין צו א שמחה איז געווארן א אפקומעניש, עפעס וואס א 10-15 יאר צוריק האט מען נאך ענדזשויעט, דאס קומט אלץ פון איין שורש. די וועלט ווערט קראנק

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify]קודם כל וויל איך אויסדרוקן מיין מיטלייד און מיטגעפיל אויף די שאדן און פארלוסט וואס די אינטערנעט האט דיר געברענגט. איך האב אויך דער פילינג פון צייט צו צייט און איך ווייס פון עקספיריענס ווי פיינפול עס קען זיין. המקום ינחומך בכפליים.
ס'הערשט דא אביסל א דור הפלגה'דיגע מצב. יעדער צווייטער ניק רעדט פון עפעס אנדערש. עס וואלט געווען conducive צום שמועס אויב יאיר וואלט אביסל מער פראקטיש מסביר געווען זיין שאלה/דילעמא. פארשטייט זיך אז עס איז דא די מעגליכקייט אז ער האט שוין פארלאזט די אינטערנעט לעלם ולעולמי עלמיא וואס אויב איז דאס די קעיס וואונטש איך אים גליק און פרידן כל ימי חייך.
יעצט לאמיר דיר פרעגן אפאר שאלות – אן קיין סדר – וואס קענען מעגליך אביסל אויסקלארן דעם ענין און ברענגן נענטער צו תשובות, אויב עס זענען בכלל פארהאן.
אפשר קענסטו זיך מצייר זיין און מיטטיילן וואו אזוי דיין לעבן וואלט היינט אויסגעזעהן אויב דו וואלסט קיינמאל צוגערירט צום אינטערנעט והמסתעף? דערמאן דיך פון דיין ערשטע צוטריט צום אינטערנעט, דריי צוריק די זייגער און האלט דיך איין, פשוט ווייל די רבנים האבן געזאגט אז מ'טאר נישט, פאלג זיי בלינדערהייט. איך רעד אין א פאל אז אלעס אנדערש ארום דיר איז די זעלבע ווי עס איז היינט למעשה, אויסער דער איין זאך, דיין צוטריט צום אינטערנעט. דיין שוועסטער און דיין שכן אין שול האלטן ווייטער די נייסטע סמארטפאון. די סיטי באסעס האבן די זעלבע רעקלאמעס. דו וואלסט האבן געליינט די זעלבע ספרים אין בוכער און געשמועסט די זעלבע שמועסן וואס דו שמועסט יעצט. געכאפט די זעלבע פעטש און מאלעסטאציעס (בכלל אין לעבן, בפרנסה, שלום בית, צרכי רפואה וכדומה). די ארטיסטן וואוינען אין וויליאמסבורג, מאנסי ווערט פאפולעיטעד ווי אין די ווארשעווער געטא, און קרית יואל שלאגט זיך א מלחמת חרמה מיט די אלייענס. די לעגאליטעט פון געי מערידזש (און אלעס ארום דעם) וואלט ווייטער אריין אין קראפט אין 2015. נ. וו. וואלט ווייטער באקומען פופציג יאר טורמע און סאטמאר רבי וואלט ווייטער אנגערופן מרת ק. א זונה. בערלאנד איז אונטער אויספארשונג פאר רעיפ, מוטה פראנק און הרב קלוגער פארקויפן ווייטער פיל-גוד אידישקייט. מיכאל שניצלער און ליפא זינגן ניגונים אקעגן די סיסטעם. די עולם גולם ווערן ווייטער די גרעסטע מבינים אויף די טייערסטע רינעדיגע געבראטענס און די טייערסטע וויינען. באגעבו איז די אפיציעלע קערידזש פאר די היימישע און א שטריימל קרוין אונטער דריי אינטשעס איז בל ימצא. חתונה מאכן קאסט זעכציג טויזנט דאלער פער קינד (פון 12 קינדער), ביליג גערעדט.
איך קען ווייטער אנגיין מיט נאך דוגמאות אבער די נקודה איז אז עס זענען דא א געוואלד מיט פאקטארן וואס מאכן מענטשן צופרידן און אומצופרידן. דער מענטש'ס צופרידנקייט, אטענטשאן ספען, געזונט און פרנסה זענען געוואנדן אין אסאך פאקטארן. די שאלה איז אויב מען נעמט ארויס דער איין פאקטאר, ווי גרויס זי זאל נאר זיין, אויב עס וואלט אלעס געטוישט אדער נישט. און דאס איז מיט די הנחה אז מ'האט בכלל געהאט א בחירה און אז עס איז געווען אונזער טשויס צו אריינגיין אינעם אינטערנעט אריין, וואס איך בין בכלל נישט איבערגעוויזן אז ס'איז אמת.
די וועלט טוישט זיך. מען קען אפילו זאגן אין א געוויסע זין אז די וועלט איז יורד מטה מטה אבער עס איז נישט דא קיין סאך וואס מיר קענען טון זיך צו באשוצן דערפון. יא, דיין און מיין טאטע האבן אין זייער לעבן נישט צוגערירט צום אינטערנעט און גראדע זענען האבן זיי אויך (לאמיר זאגן פאר ארגומענט סעיק) א צופרידענע לעבן. דאס מיינט נישט אז דיין לעבן וואלט געווען מער צופרידן ווען נישט די אינטערנעט. עס איז מעגליך אז יא, אבער דו דארפסט עס בודק זיין אבדזשעקטיוולי פאר דו קומסט צו דער מסקנא.
נאך א שאלה. וואס וואלט געווען אויב די רבנים וואלטן אנגענומען א פארקערטע מערכה? אויב וואלטן די רבנים גלייך אין די ניינציגער יארן אמברעיסד די אינטערנעט און עס אריינגעברענגט נאטירליך אינעם חרדי'שע וועלט. מען וואלט אויסגעשטעלט אז אלע מוסדות החינוך, חסידות'ער, אידישע ביזנעס, שומרים, הצלה, פודסטעמפס און וואוטשערס, גמ"חים, חסד ארגעניזאציעס, וכו' זאלן זיין אנגעהאנגן אין די אינטערנעט און טעכנעלאגיע. אלע ספרים און אויסגאבעס וואלטן געווען אנליין. מ'וואלט מחנך געווען די קינדער און בחורים נאטירליך אזוי מיט די אינטערנעט. וואלט עס געברענגט אן אנדערע פועל יוצא? (איך וויל נישט אריינגיין אין א לאנגע דיסקוסיע אויף דער ספעציפישע נקודה ווייל עס איז ארוכה מיני ים. אולי אין די קומענדיגע פה-סח.) דו פרעגסט אויב די רבנים זענען גערעכט מיט זייער מערכה און דו האסט נאך נישט בודק געווען אויב זיי זענען אפשר גאר די וואס זענען שולדיג.
און אז מען איז בודק צו די רבנים זענען גערעכט דארף מען בודק זיין זייערע מאטיוון אויך. זיי פירן א מערכה אקעגן די אינטערנעט צו פארזיכערן דיין און מיין "גוטע לעבן"? זייט ווען זארגן זיי זיך פאר אונזער לעבן? איז דא נאך ערגעץ וואו זיי זארגן זיך פאר אונזער לעבן? איז די אופן וויאזוי מען ברענגט אויף גאנצע קהילות אן קיין חשבון פון וואו זיי וועלן לעבן און וואו זיי וועלן וואוינען אויך צוליב זייער זארג פאר אונזער וואוילזיין? די אופן ווי מ'פירט טויזנטע בחורים א יאר צום חופה אן קיין חשבן אויב זיי ווייסען בכלל ווי אזוי דער בריאה וואס רופט זיך פרוי זעהט אויס פיזיש, אפגערעדט גייסטיש, איז אויך צוליב אונזערע וואוילזיין? דאס דערמאנט מיר אז איינער האט געשריבן בנוגע די רבנים וואס האלטן פייערדיגע דרשות אז די אינטערנעט מאכט חרוב שלום בית. פלוצלינג זארגן זיי זיך פאר אונזער שלום בית. האט איינער פון זיי אמאל געהאלטן א דרשה אז מ'דארף זיין שיין צו די פרוי/מאן? אז מ'דארף אמאל ארויסגיין שפאצירן צוזאמען? אז מ'דארף פארשטיין זייערע פערספעקטיוו? ניין. אבער פלוצלינג ביי אינטערנעט איז עס נאר ווייל זיי זארגן זיך פאר אונזער שלום בית. עפעס שטימט נישט.
וועסט דאך אוודאי טענה'ן אז למאי נפקא מינה צו זיי מיינען אונזער גוט אדער נישט. למעשה זעהט מען אידן וואס זענען אינגאנצן אויסגעטון פון די הבלי עולם הזה און זיי לעבן א גליקליכע לעבן. אויב אזוי זאגט דאך די שכל הישר אז מיר זאלן טון די זעלבע ווי זיי כדי אז מיר זאלן אויך קענען האבן א גליקליכע לעבן. איך בין גענצליך מסכים מיט דעם. איך זאג נאר אז מען דארף קודם מאכן זיכער אז מיר נארן זיך נישט מיט נאך א קוויק-פיקס מעטאד וואס וועט דיר גארנישט ברענגן קיין גליק. די מענטשן וואס לעבן באמת א גליקליכע לעבן איז עס נאר צוליב די אינטערנעט וואס זיי פארמאגן נישט? איז עס בכלל וועגן די אינטערנעט?
משל למה הדבר דומה. טראכט וויאזוי מ'האט געלעבט אין דער היים. א יעדער דערפל האט פארמאגט אפאר אידישע משפחות צווישן גוים, מען האט געהאט א כאטקע פון צוויי שטיבער, מען האט נישט פארלאזט די גלילות ווי לאנג (אדער קורץ) מ'האט געלעבט, געהאקט האלץ פאר הייצונג, געגעסן פארפאלטע טאמאטאוס פאר פרישטיג און מיטאג, געשעפט וואסער ביין עק שטאט, זיך געבאדן איין מאל א חודש, גע'מכינ'ט אין די וואלד און זיך אפגעווישט מיט בלעטער פון די בוים. אבער די לעבן איז געווען געוואלדיג רואיג און מען איז געווען צופרידן, אסאך מער ווי היינט. איך האלט אז עס איז נישט קיין שום שאלה אז די לעבן איז געווען בעסער ווי היינט.
ואשר על כן? זאל איך מיך יעצט ארויסציען וואוינען אין א וואלד אין גוואטעמאלא? דאס וועט מיך מאכן צופרידן? וועט דאס דיר מאכן צופרידן? זיכער אז נישט. דאס מיינט אבער אויך נישט אז דו דארפסט אויפגעבן אויף דיין צופרידנקייט און גליקליכקייט. דאס מיינט נאר אז מיר לעבן היינט אין א וועלט וואו עס איז שווער צו זיין צופרידן, צו עס איז צוליב די פרישקייט פון די טאמאטאוס, די ווייכקייט פון די טוילעט פאפיר, די אינטערנעט וכו' וכו'. פאקט איז אז מיר לעבן אין דער וועלט. דער זעלבע וועלט וואס גיבט אונז די באקוועמליכקייטן פארלאנגט פון אונז שטערקערע עבודה צו זיין צופרידן. טאף לאק. דו קענסט אדער דיעלן דערמיט אדער קלאגן א גאנצע לעבן דערויף. (מיר וועלן זיך מחיה זיין צו ליינען דיינע קלאגערייען. )
מענין לענין וועל איך מיטטיילן א קליין חלק פון א לענגערע שמועס וואס איך האב געהאט מיט לעיקוואד דעם פארגאנגענע ערב פסח:
איך האב אים געזאגט די פאלגענדע געדאנק וואס איך האב געהאט. אין ענגליש איז דא ווארט baggage וואס ווערט גענוצט אין א נעגאטיווע זין. וואס מיינט מען ווען מ'זאגט אז איינער האט a lot of baggage? טראכט אריין, ווען איינער וואוינט אין א שיינע גרויסע הויז, מיט פיל צימערן, שטאפיר, מעבל, שיין געפארבט א יעדע צימער אן אנדערע דיזיין וכו'. דער מענטש קען זיך נישט אויפהייבן פון איין טאג צום אנדערע און מופן צו א נייע הויז. ער וועט דארפן לכה"פ אפאר וואכן צו קענען מסדר זיין וואס ער נעמט מיט און וואס נישט, וואס גייט אין די גארבידזש, וואס וועט ער אוועקגעבן פאר זיין ברודער און שוועסטער, וועלכע בעטן פיטען אריין אין די נייע הויז און וועלכע מעבל וועט ער דארפן קויפן נייע. ענדליך נאכן אלעס מסדר זיין דארף ער באשטעלן מופערס און ער מופט אריין אין די נייע הויז . ער וועט נישט קענען אזוי שנעל מופן נאכאמאל. ער האט אריינגעלייגט צופיל כוחות אין דעם יעצטיגע מופן אז ער מוז וואוינען א צייט דא עס צו קענען דזשאסטעפייען. משא"כ דער האומלעס מענטש וואס וואוינט אין די גאסן אין מאנהעטן און פארמאגט גארנישט, ער האט די פרייהייט צו קענען מופן פון איין מינוט צום צווייטע אן טראכטן צוויי מאל. און א טאג דערויף קען ער ווידער מופן. גארנישט האלט אים צוריק.
ויען [tag]לעיקוואד[/tag] ויאמר, "אונזער עבודה איז צו קענען לעבן אין א שיינע הויז מיט אסאך מעבל און שטאפיר, אבער מיט די מאנטאליטעט פון די האומלעס מענטש". יאיר טייערע, הפוך בה והפוך בה דכולה בה.
עס זענען דא צופרידענע מענטשן מיט די אינטערנעט און עס זענען דא צופרידענע מענטשן אן די אינטערנעט. עס זענען דא צופרידענע מענטשן אין די דערפל זעקעלטשין אין יארע אכצן הונדערט און עס איז דא צופרידענע מילעניעלס אין די טייערסטע קאנדאוס פון די אפער וועסט סייד. די ריכטיגע וועג איז אנצוקוקן און בודק זיין וואס זענען באמת די זאכן וואס מאכן די לעבן אומגליקלעך און טוישן די זאכן. די סיבה פארוואס נאטירליך פרובירן מיר צו טרעפן א וואן סייז פיקס אלל תירוץ פאר די אומגליקן איז ווייל אונזער שאור שבעיסה האלט נישט ביים ארבייטן שווער.
אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען. לאמיר לדוגמא נעמען דאס אז מען פארברענגט שעות אויף די אינטערנעט אדער סאושעל מידיא און דאס נעמט אוועק צייט פון עיסוק בפרנסה. יא, די אינטערנעט איז א דבר המושך אבער עס מיינט נישט אז אן די אינטערנעט וואלט נישט געווען קיין אנדערע שטערונגען. הונדערטער יונגערלייט שטופן די צייט אין כולל פאר לאנגע יארן, זיי האבן נישט קיין שום צוטריט צום אינטערנעט און דאך ווערן זיין נישט קיין דיינים וראשי ישיבה. וויאזוי קען דאס זיין?
איך האב אנגעהויבן דער תגובה בדעה סתם צו פרעגן אפאר שאלות און עס האט זיך פארצויגן אסאך לענגער ווי געראכטן. איך האב נאך אסאך צו שרייבן אויף דער נושא אבער איך וועל מיך דא אפשטעלן.
נ.ב. איידער איך פארגעס, נאך אפאר וויכטיגע נקודות כמנהג ק"ש.
ביסט אפשר אמאל געווארן מאלעסטעד?
דו גייסט צו טעראפי?
איז דיין ווייב שיין?
איז זי אינטא פעטישעס?
(אויב יא אויף די לעצטע צווי שורות דאן שוק מיר אן אישי אדער אן אנאנימער אימעיל אויף נאויזיבאדי@גימעיל.קאם)
לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
איך האב א שוואכקייט צו [tag]הוגה[/tag]'ס פעדער, עפעס בלעדי. איך האב געוואלט מוסף זיין אפאר נקידות צו זיינע ווערטער היורדת חדרי בטן ונוקבת עד תהום הנשמה.
איך וויל זיך האלטן צו די נושא און דאס איז 'זענען רבנים גערעכט' - לדעתי איז דאס אירעלעווענט, ווייל אינטערנעט איז אן אינטערגראלע טייל פון לעבן, די רבנים (?) האבן נישט קיין אויטאריטעט דארט, פונקט ווי זיי זענען אויטאריטעטלאז ביי געז און לעקטער וכדומה. אינטערנעט איז יעדעם איינעמס פרעזענליכע נסיון, יעדער דארף דאס קעמפן פאר זיך. יא פילטער נישט פילטער, עס נעמט אן הרף עין צו באקומען אומגעפילטערטע אינטערנעט, די מערכה איז וועגן הכשר, נישט קעגן די עצם אינטערנעט. דערפאר זע איך נישט צו מען קען צופיל דן זיין איבער רבנים, די דיון איז איבער "אונז" איבער "אינטערנעט", עס איז נישט די "רבנים" - מיר לעבן מיט די אינטערנעט, זיי לעבן נישט פאר אונז. פונקט אזוי ווי קיינער גייט נישט טראכטן וואס די רבנים זאגן וועגן סייוואספארא אנדערע זאך. און אויב זיי זענען גערעכט, צופרי צו זאגן, ימים ידברו, ביזדערווייל it sucks
אינטערנעט ביי חרדים איז אן אנדערע ספישי ווי אינטערנעט ביי די אלגעמיינע וועלט. אינטערנעט קען זיין שעדליך און גוט פאר יעדער מענטש. אבער פאר חרדים קען עס זיין מער שעדליך, און מער גוט, במדה טובה מרובה. מען קען א סך מאריך זיין דערין, אבער די וועג וויאזוי חרדים ווערן ערצויגן ביז די אכצן, איז אנדערש ווי א נארמאלע מענטש ווערט ערצויגן. דערפאר איז זייער אינטערעקשען מער קאלירפול ווי א צווייטער. ער באקומט זעצעס און קישעס אין די זעלבע צייט. זאכן וואס ער האט נישט געוויסט עקזעסטירט פאנגן אן געבוירן צו ווערן, זאכן מיט וואס ער איז געווען אבסעסט ווערן פארשימעלט, און זאכן אויף וואס ער האט נישט געקוקט באקומען א נייע משמעות. מיין נקודה איז: מען מוז אויסלערנען די קינדער וויאזוי צו נוצען אינטערנעט! דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו העלפן די קינדער דורכצוקמען מיט איר.
עס איז אוממעגליך זיך אפצושאקלען פון איר. די רגע וואס דו ביסט אריין אין די זאנע, וועט אייביג אפירקומען די אומגעבעטענע גאסט, "ווער זאגט?"

הוגה האט געשריבן:אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען.