מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בלויע רעקל האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:האסט צוגעשטעלט א הערליכע מעפ, איך מיין זאלסט אריין גיין אין ארכיטעקטור, וואסערע שפראך איז צו אנצייכענען אויף א מעפ ווי צו עפענען, אין רוב פעלער שטייט דארט הייזער וכדו', איינצעלע פלעצער איז פארמאכט סתם ווייל די שכנים ווילן נישט מען זאל אריבער פארן, און די פלעצער וואלט סיי ווי נישט געמאכט קיין גרויסע חילוק פאר די טרעפיק.


פון דעם רעד איך. און שוין... האסט אן ענטפער?

וואס רעדסטו "נישט קיין חילוק"? מאך נאר אויף די חיים פלאר גאס, און עדווין לעין. און הארייזען. עפען אפאר וועגן אנצוקומען צו מעין סט.

מעיפעל טעררעס (ר' חיים פלאהר גאס) איז דא דארט א ריזיגע הויז. און אזוי אויך כמעט אלע זעכצן פלעצער וואס דו האסט צוגעצייכנט. לינאר פילליס איז אמאל געווען אפען און ס'איז געווען סכנת נפשות.
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

אן אריינצוגיין אין די וויכוח, ווייל איך קען נאכנישט קיין ארכיטעקט.
מאנסי איז אין א Town, וויליאמסבורג איז אין א City.
עס האט בכלל נישט קיין זין צו מדמה זיין די ביידע.
אין - כי הכל הבל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איינער ווייסט וועלכע ראוד צו עפענען אז די שמועס זאל זיך צוריקדרייען אויף די ריכטיגע מעין ראודס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

לאז, בעסער צו רעדן פון ראודס ווי פון מענטשן...
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך גר ותושב »

Breaking: Ramapo Town Supervisor St. Lawrence Arrested
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך גר ותושב »

האט איינער א איינאנג אויף וועלכע קלעימס? ווער גייט יעצט זיין סופערווייזער?
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

Rockland County, NY - FBI Arrests Ramapo Town Supervisor Christopher St. Lawrence - http://www.vosizneias.com/236334/2016/0 ... rce=mobile
דאס מענטשעלע שפילט........
חכם עתיק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 25, 2014 12:21 pm
האט שוין געלייקט: 210 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך חכם עתיק »

אין עולם הביצה איז געווען רעפארטעד אז זיי האבן באזוכט לי עוועניו שיפינג. עני אפדעיט?

---

א פורים'דיגע ארטיקעל פון פעילד..

[left]In the spirit of Purim we offer the following news briefs...



After being rocked by hundreds of FBI agents visiting a number of Yeshivas and homes in Monsey and Munroe in NY, searching for documents and evidence of questionable activities, a group of prominent Rebbe’s, Rabbis and Administrators affiliated with the Yeshivas, allegedly caught up in the (non-existent) computer scandal, met and made the following proposals, among many other pressing communal issues:

1. That children of FBI agents should be offered large discounts on tuition for their children should they wish to enroll their children in computer free Yeshivas

2. A free pass and a place of honor (head-table seating) for Shabbos Kiddush or Tish will be offered to donors of the “forbidden“ computers to the Yeshivas recently raided. This way the Yeshivas will at least appear to have computers in the classrooms, (which will remain covered with black sheets when children are in class), and pretend to be connected to Wi-Fi

3. Any of the many forbidden cell phones, I-pads etc., should be donated to Administrators and Rebbe’s Gaboim to help keep the ruse alive, and help warn of impending FBI raids

4. It is imperative that Travel agents are to give priority service to those individuals with questionable activities, who wish to skip the country

5. In keeping with long-standing tradition, the wise men could not come to an agreement on most things, but said that they were prepared to revisit the blanket Issur of owning iPhones, computers, and the use on non-Jewish photographers on Shabbos

6. Regarding the issue of women driving moving and mechanized four wheel vehicles (With the exception of Baby carriages), a committee will be set up to review the issue of driver-less vehicles, and if there is any way to charge uses for a Hechsher on such vehicles. A proposal was put forward to give a Heter for women to drive luxury vehicles on condition their vehicle carry an additional insurance sticker against Ayin Haro, which will be provided upon the payment of a Rebbe Gelt fee, still to determined.

1. A Takona is being proposed that all air conditioning units be sold in their original factory sealed boxes. Hopefully this will help with the problem of stores placing televisions in air conditioning boxes, so that the neighbors not see what is really being delivered. The wise men could not determine what new Takona should be instituted to deal with flat screen televisions.

2. The issue of major Chillul Hashem stories and pictures in local and national newspapers and on Television of Orthodox individuals in handcuffs being led away by authorities to prison was deemed by the wise men, not worthy of discussion. A number of reasons for not discussing or dealing with the Chillul Hashem aspect, was that the issue is too close to home for comfort, and may be considered by some wise men to be in the category of Mesirus Nefesh... Poor souls. Furthermore agreement could not be reached on what head covering the arrested should wear... Borsalino, turned up hat, or shtreimel. A scarf is recommended to be placed over the handcuffs,

Hot Off the Press: Our spies in Bnei Brak report that another (Lsheim Shomayim) battle is brewing in Ponevitz. In the spirit of Purim and Am Echad Bleiv Achod, strategically placed signs bearing the message of “We Want Moshiach Now” (sans pictures) will be placed around the Yeshiva.. Also in the spirit of “ Kol Hamarbe Bmachlokes, Harei Zah Meshubach” a protest is planned outside the Yeshiva with signs reading, “ We Do Not Want Moshiach”.

Friends, Metzapim l’Yeshua, and Happy Purim[/left]
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

FBI now in KJ, In front of UTA, 10 cars, With sheriff
בילד
דאס מענטשעלע שפילט........
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

ווערט יעצט געזעהן 5 עף בי איי אגענטן ביי מאיר הירש׳ס הויז זעהט אויס ס׳האט עפעס שייכות מיטן ווילעטש
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

איך הער אז ס'האט א שייכות מיט די געפעכט אויפן מאנרא באס, די אגענטן האבן ארויסגעריסן די גאנצע ערשטע זיץ פונעם באס פאר עווידענס
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
אינטערסאנטער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 533
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 366 מאל

שליחה דורך אינטערסאנטער »

קאווע איז אזוי שלאפעדיג, אזא נייעס און קיינער איז נישט מגיב דערויף, יעדער איז ענדערש ביזי מיט די אנדערע אשכולות ווי מען קען אפשר אנווייזן אז שפיניזא איז גערעכט
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אויב שפיניזא איז גערעכט, איז קיין נייעס נישט דא. די נייעס איז נאר אינטערעסאנט אויב א גאט פארכטיגע קאמיונעטי וואס גלייבט אין שכר ועונש, בראבעוועט א צווייטן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אינטערסאנטער האט געשריבן:קאווע איז אזוי שלאפעדיג, אזא נייעס און קיינער איז נישט מגיב דערויף, יעדער איז ענדערש ביזי מיט די אנדערע אשכולות

וואו איז מער לעבעדיג דערוועגן?
(אגב קאווע שלאפעדיג איז א תרתי דסתרי, אבל אכמ"ל)
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין יענע זייטל שפעקולערט מען אז עס האט צו טון מיט די לעצטיגע סעמוטאכע מיט א מנהל דארט
,
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:ווערט יעצט געזעהן 5 עף בי איי אגענטן ביי מאיר הירש׳ס הויז זעהט אויס ס׳האט עפעס שייכות מיטן ווילעטש

מען שמועסט עפעס אז מאיר הירש האט מסדר געווען די מלמד פעלבערבוים וואס האט אנגעווערטשאפט די גאנצע לא דוב ולא יער מיט די מנהל סוי אפשר מאכט עס טאקע סענס
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך טאמבל סאס »

מ'האט בעצם געהאט נאך א ווידעאו, דאס מאל ריכטיג מאלעסטעישן בלי שום ערעור אבער מהאט קודם רעליעסט דיע וואס מ'קען זיך שפארן איבער, אזוי אז די מוסד זאל אים אפיציעל ריינוואשן, און זאלן ארויסקומען מקנחים לעוברי עבירה, הערשט יעצט איז מען געגאנגען פריש צו די פאליציי דאסמאל מיט די בפירושדיגע אינקרימינעיטינג רעקארדינג. (די רעדאקציע איז נישט אחראי אויף די קאנספיראציעס געלופטערט אין דעם תגובה)

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון אידישע ווינקל

די אמת'ע מוסרים!

ערשטע פון צוויי דעקונג אנאליזן איבער די אבלאוועס וואס די שטאט 'קרית יואל' איז היינט דורך, געשריבן דורך "זבולון", עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

~•~

ס'איז א ביטערע וויץ. פאר יארן לאנג איז מען דערגאנגען פאר יאסל וואלדמאן די יארן און געשריגן אז ער איז א מסור און א שגץ, און מען האט אים מחרים געווען און פארווארפן פון אלע וועלטן. מען האט אים אויסגעשפיגן און פארשעמט.

יעצט זענען אפאר תושבי קרית יואל געגאנגען און אריינגעגעבן א שווערע מסירה וואס האט געמאכט א שרעקליכן חילול השם, וואס די תוצאות גייען זיך שפירן פאר יארן, ואין פוצה פה ומצפצף.

יאסל וואלדמאן איז בסך הכל געגאנגען רעדן פאר די מידיע, וואס האט געמאכט א חילול השם. אבער האט ער איינגעזעצט אידן? ס'איז נישטא קיין איין איד וואס קען זאגן אז ער איז געזיצן אין תפיסה צוליב יאסל וואלדמאן. (אדרבא, אויב ווייסט איינער אנדערש לאזט מיר וויסן.)

די וואס האבן אריינגעגעבן די גרויליגע מסירה, האבן געוואוסט זייער קלאר אז דער ארענדזש קאונטי די. עי. האט אויסגעפארשט דעם קעיס און געקומען צו די מסקנא אז ס'איז 'נישט' געווען קיין שום טשיילד מאלעסטעישאן, אבער אנשטאט חרטה האבן אויף זייער מסירה האבן זיי באשלאסן מוסיף צו זיין חטא על פשע און זיי האבן זיך געוואנדן צו די יו. עס. אטוירני מיט די רשעות'דיגע באשולדיגונג אז דער ארענדזש קאונטי די. עי. האט געלאזט דעם מנהל פריי ווייל ער איז אונטערגעקויפט.

ס'ווערט יעצט באריכטעט אין די צייטונגען אז די עף. בי. איי. האט באקומען אלע דריי וואכן פון ווידיא וואס איז געכאפט געווארן מיט די ווידיא קעמערע וואס איז אריינגעלייגט געווארן אומלעגאל. דאס מיינט אז זיי זענען נישט פשוט געוואר געווארן פון די אינפארמאציע פון די גאס, נאר איינער האט עס דעליווערט צו זיי, א געמיינע מסירה קעגן אידן. דא האט עטס, און זיי האבן זיך צוגעכאפט דערצו מיט א געוואלדיגן אפעטיט. מען ווייסט אויך זייער קלאר אז די מוסרים זענען געזיצן מיט די או טי די קאמיוניטי, און זיי געפיטערט אינפארמעישאן די לעצטע צוויי וואכן, וואס דאס איז דאך שומו שמים.

דאס האט געפירט צו די שרעקליכע געשעעניש וואס איז געשען היינט, אז די עף. בי. איי איז אריינגעקומען אין קרית יואל און אויסגעליידיגט די אפיסעס פון יו. טי. עי. זיי זענען געקומען צוליב די מסירה איבער דעם מנהל און איינמאל זיי זענען געווען אינעווייניג האבן זיי זיכער געמאכט נישט אוועקצוגיין פון דארט איידער אלע קאמפיוטערס זענען קאנפיסקירט, און יעדער איינער ווייסט אז ווען דער יו. עס. אטוירני קומט אריין אין אן אפיס אויף אן אינוועסטיגעישאן גייען זיי נישט אוועק פון דארט פאר זיי טרעפן עפעס, אפילו אויב ס'האט נישט קיין שייכות מיט די אריגינעלע אויספארשונג. ווער ס'גלייבט נישט קען פרעגן מייקל גרים און קריס סט. לאורענס, וואס זענען אנגעקלאגט געווארן אויף קלאגעס וואס האבן גארנישט מיט זייערע אריגינעלע אינוועסטיגעישאנס.

ס'זענען דא ריזן שאנסן אז פון די רשעות'דיגע מסירה גייען מענטשן גיין זיצן. דער יו. עס. אטוירני האט א שטוינענדע הויכע סוקסעס רעיט פון 93 פראצענט! ס'איז כמעט נישט מעגליך זיך ארויסצודרייען פון די לאפעס פון די פעדעראלע רעגירונג.

און די רשעים, די מוסרים, דרייען זיך ארום צווישן אונז און זיי זענען מותר לבא בקהל, בשעת יאסל וואלדמאן איז דער וואס גייט רעדן צו די מידיא און פארטיידיגט דעם חרדי'שן ציבור קעגן די רשעות'דיגע אטאקעס, און ער איז דער טרויעריג בארימטע מסור (ס'איז מעגליך אז מגלגלין זכות ע"י זכאי. נאכ'ן מאכן א קידוש השם מיט'ן צוריקגעבן געלט פאר די באנק האט מען אים פון הימל אונטערגעשיקט די מצוה).

לאמיר שוין נישט רעדן פון דעם אז א לאקאלער פראסעקיוטער גייט מורא האבן פון היינט און ווייטער צו זיין יושר'דיג. אויב ער וועט אינוועסטיגעיטן א קעיס קעגן א איד און אויסגעפינען קליפ און קלאר אז דער איד איז אומשולדיג וועט ער ענדערש ארעסטירן דעם איד ווי איידער ריזיקירן אז אויב לאזט ער דעם איד פריי וועט מען אים שטעלן אונטער אינוועסטיגעישאן פאר'ן זיין קארופטירט און אונטערגעקויפט ביי די חסידים. אמאל האט מען געוואוסט אז חסידים בעקן איינער דעם אנדערן. יעצט שטעלט זיך ארויס אז חסידים גייען מסר'ען א פאליטישאן פאר'ן נישט זיין רשעות'דיג קעגן זייערע אייגענע ברידער.

כ'ווינטש נישט פאר די מוסרים אז זיי זאלן אריבערגיין דאס וואס יוסל וואלדמאן איז אריבער, אבער וואס זיי האבן געטאן איז געפערליך, און זיי זענען מחויב צו בעטן מחילה פון גאנץ יהדות החרדית פאר די עגמת נפש וואס זיי האבן אונז אנגעמאכט.

~•~
זעט אין די צווייטע אנאליז, איבער די אומרעכטן וואס די גאווערמענט פירט דורך קעגן אונזער קרייז די לעצטע פאר וואכן. (אנאליז וועט נאכפאלגן, קומענדיגע טעג)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך טאמבל סאס »

מיין קאפ דרייט זיך שוין. דער פלאנטער ווערט נאר מער און מער ענטענגלד. איז נישט יוסל וואלדמאן ביידע? דער מסור און דער דעפענדער? ס'קען נישט זיין אזוי? קטיגר באהליך וסניגור בצאתיך. אדער פארקערט (געוואנדן וויאזוי מען טייטשט), א פארטיידיגער צעווישן אונז און א פראקאור צו די אויטאריטעטן. אפשר מיינט ער נאר גוטס?

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

די לויערס טוען נאר אויף אזויפיהל אז געזעצלעך וועט מען נישט מעניש זיין אבער געוואלד די געזעץ געבער זענען דאך צום סוף אויך מענטשן. מענטשן פון די פובליק!! אזוי אויך די לויערס און פי.אר. פיפעל!! די פרעסע איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי צו אפיעלן צו די ברייטע מאסן. די פרעסע טאר נישט זיין איינזייטיג. אוודאי, אויב הויבט מען אויף א געשריי און מ'רופט זיי צו באויקאטירן יעדע מאל זיי באריכטן עפעס אבער ווען זיי קומען בעטן פאר א קאמענט זאגט מען מ'איז נישט אוועילעבל, אוודאי קענען זיי נישט פרעזענטען ביידע זייטן פעירלי. טאקע די יוסל וואלדמאנס וואס האבן שוין מקדם פארשטאנען בעסער דעם שפראך צו דער גוי, קענען דאס בעסטע פארטיידיגען אונז אין די מידיע. זאלען די גוים זעהן אז עס איז דוקא די וואס קעמפן למען היושר אינעוויינייג און האבן די ביצים זיך אויפצושטעלן קעגן די עסטעבלישמענט זענען די וואס זענען די ערשטע זיך אויפצושטעלן למען הגנת אחיהם, און נארמאלע מענטשן צו ענטפערן ווען מ'פרעגט א שאלה, נישט ווי דער בת היענה וואס שטעקט קאפ אין זאמד און האפט די פראבלעמען וועלן פארשוואונדן; און אפילו בעד די וואס זענען עס זייערע שונאים און טערארעזירער געווען די אלע יארן. אגב וועט מען שוין אויך זען ווער ס'איז געווען דער זכאי ביי יענע מחלוקה'לעך.

בילד
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

וואס איז דאס יודישע ווינקעל ?
איז דאס אויסגאבע ? סייט ? בלאג ?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

שליחה דורך גר ותושב »

-
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

דאכציכמיר ס'האט עפעס מיט טעלעגראם א גרופ אדער בלאג
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

FBI אין מאנסי

שליחה דורך ווייל אזוי »

FBI געפונען זיך יעצט ביי די ראמאפא בילדינג אויף ראוט 59 איין אררעסט איז פארגעקומען אויף די בילדינג אינספעקטאר "טאני"
http://www.lohud.com/story/news/crime/2 ... /90400110/
פארשפארט