גיי גרין! (פה-סח 2)

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

גיי גרין! (פה-סח 2)

שליחה דורך הוגה »

[justify]ענווייראנמענט באשיצונג איז נישט א באקאנטע נושא אין אונזערע סביבות, אבער אין די וועלט איז עס א גאר הייסע טעמע. מערערע פראיעקטן און פראגראמען זענען אונטערגענומען געווארן דורך די רעגירונגען אין די אנטוויקלטע לענדער צו באהאנדלען די ענווייראנמענט פראבלעמען וואס זענען א דירעקטע תוצאה פון די שטארקע פארשפרייטונג און וואוקס פון אינדוסטריע און די וואקסנדע קאנסומפציע געוואוינהייטן פון דאס מענטשהייט. א חלק פון די פראגראמען זענען ריסייקלינג, אטאמאבילן וואס נוצן ווייניגער ברענשטאף, אינסענטיוון צו נוצן פאבליק טראנספארטאציע, אלטערנאטיווע ענערגיע, paperless billing, וכדומה.

האט איר געוואוסט אז אין די לעצטערע תקופות זענען פארשניטן געווארן נאנט צו זעכציג פראצענט פון די געדיכטע וועלדער איבער די וועלט? די לעצטע ביימער וועלן פארשוואונדן ווערן בערך אין יאר 2050, אויב וועט די פראדוקציע פון די אינדוסטריאלע וועלט ווייטער אנגיין ווי ביז היינט אן קיין חשבונות. איין און א האלב אקער פון וועלדער ווערן פארשניטן א יעדע איינציגסטע סעקונדע צוצושטעלן די באדערפענישן פון די איינוואוינער פון די אינדוסטריאלע לענדער. לויט די EPA טוען אמעריקאנער בירגער נוצן ארום א הונדערט מיליאן טאן פאפיר א יאר. ווען מען וואלט זיך באנוצט מיט ריסייקלד פאפיר וואלט עס איינגעשפארט ארום 1.5 ביליאן ביימער פער יאר און ארום זעקס הונדערט ביליאן גאלאן פרישע וואסער. פינף און זיבעציג פראצענט פון די גארבעדזש וואס מיר פראדוצירן וואלטן געקענט איבערגענוצט ווערן ווען מיר וואלטן געווען פולקאם פארזיכטיג אויף דעם. א יעדע מענטש פראדוצירט דורכשניטליך פיר פונט מיסט א יעדע איינציגסטע טאג, דאס איז בערך א דריי פערטל טאן מיסט פער יאר.

[center]
3.jpg
[/center]
א יעדע קען סאדע וואס איר טוט ריסייקלען אנשטאט אוועקווארפן אין די מיסט, טוט איינשפארן גענוג ענערגיע צו קענען הערן א גאנצע סידי. ריסייקלען הונדערט קענס סאדע טוט איינשפארן גענוג ענערגיע צו קענען באלייכטן א צימער פאר צוויי גאנצע וואכן. ריסייקלען איין גלאזערנע באטל שפארט איין גענוג ענערגיע צו געבן עלעקטריציטעט פאר אייער קאמפיוטער אויף פינף און צוואנציג מינוט. עקספערטן זאגן אז איין זונטאג עדישאן פון די ניו יארק טיימס קען פארשניידן פינף און זיבעציג טויזנט ביימער. צו מאכן פרישע פאפיר פארלאנגט זיך זיבעציג פראצענט מער ענערגיע ווי צו ריסייקלען אלטע פאפיר.

איך בין נישט קיין עקספערט אין ענווייראנמענט פראבלעמען און אירע לייזונגען. לאמיר אפילו זאגן אז די ציפערן זענען אביסל איבערגעטריבן, לוינט זיך נישט נאכאלץ צו טון וואס מיר קענען איינצושפארן אפילו קלענערע שאדנס צו אונזער וועלטל? זענען מיר נישט מחויב מצד התורה ומצד שכל האנושי צו טון וואס מיר קענען צו מונע זיין בל תשחית און זיין געווארענט נישט מחריב צו זיין די בריאה?

לדוגמא, מיר אלע באקומען כסדר סטעיטמענטס אין די פאסט פון די באנק, קרעדיט קארד קאמפאניס, אינשורענס קאמפאניס וכדומה. די אלע פירמעס אפפערן צו שיקן די סטעיטמענטס דורך אימעיל און אזוי איינשפארן די פאפיר, טינט און אפילו די מאשינס וואס עס פעלט אויס צו דריקן די סטעיטמענטס. טראכט אריין וויפיל ביימער ווערן פארשפארט פון ווערן פארשניטן דורך דעם וואס די קאמפאניס דארפן נישט שיקן אזויפיל סטעיטמענטס. און דאס איז נאר איינס פון די פילע דוגמאות פונעם טאג-טעגליכן לעבן, וואו מיר האבן די געלעגנהייטן צו העלפן באשיצן די סביבה.

[center]
18.jpg
[/center]
לאמיר דא דן זיין אין די שאלה צי מיר זענען טאקע מחויב על פי תורה צו נעמען שריט צו מונע זיין בל תשחית און באשיצן די ענווייראנמענט אדער נישט. איך וויל קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין פוסק; איך וועל סך הכל אראפשרייבן די שיטות ומקורות וואס זענען מיר באקאנט און די מסקנות וואס זענען קלאר פאר מיר. עס איז מעגליך אז עס זענען דא פארקערטע שיטות וואס זענען מיר נישט באקאנט. אדרבא, מיין כוונה איז ארויפצוברענגען די דיסקוסיע אויפן טיש און זאלן אנדערע לאזן הערן זייערע ידיעות און מיינונגען אין די נושא.

די מקור פון בל תשחית איז אין פרשת שופטים. כי תצור אל עיר ימים רבים להלחם עליה לתפשה, לא תשחית את עצה לנדח עליו גרזן, כי ממנו תאכל ואותו לא תכרת, כי האדם עץ השדה לבא מפניך במצור. רק עץ אשר תדע כי לא עץ מאכל הוא, אותו תשחית וכרת וגו'. כאטש אפילו פון די פשטות אינעם פסוק איז משמע אז בל תשחית איז נאר ביי א פרוכט בוים, משא"כ א בוים וואס גיבט נישט קיין פירות שטייט "אותו תשחית", זענען שוין חז"ל מבאר אז בל תשחית איז אויך ביי ביימער וואס גיבן נישט קיין פרוכט. נאר בשעת מלחמה מעג מען משחית זיין די ביימער וואס געבן נישט קיין פרוכט אויב עס פעלט זיך אויס, און אזוי שרייבט טאקע דער רשב"ם דארט אויפן פסוק.

דער רמב"ם אין הלכות מלכים פרק ו' שרייבט אז אילני סרק מעג מען אפשניידן אפילו שלא לצורך. אבער עס איז משמע אז דער רמב"ם האלט נאר אזוי ווען עס איז נישט גורם קיין שום השחתה בשום אופן. היינטיגע טעג ווען ביימער ווערן פארשניטן אויף אזא גרויסע פארנעם און מיר ווייסן די הזיקות וואס עס איז גורם פאר די בריאה האלט דער רמב"ם זיכער אז מען טאר עס נישט אפשניידן שלא לצורך.

איר קענט אוודאי טענה'ן אז איר שניידט דאך נישט דער בוים אליינס איר נוצט נאר די פאפיר וואס קומט פון די בוים און דאס איז נאר א גרמא. ווער זאגט אז 'גורם' זיין השחתת עצים איז אויך אסור? די רמב"ם דארט שרייבט אבער קלאר אז אפילו בעקיפין, גורם זיין אז דער בוים זאל פארטרוקנט ווערן דורך אפשטעלן די אמת המים וואס באוואסערט דעם בוים איז אויך אסור, און אזוי פסק'נט מען. חז"ל גייען אפילו א טריט ווייטער און זאגן אז אפילו לצורך אכילה הייסט עס בל תשחית ווען מען קען טרעפן א מאכל וואס איז ביליגער. האי מאן דאפשר ליה למיכל נהמא דשערי ואכל דחיטי קעבר משום בל תשחית.

דער ספר החינוך שרייבט גאר שארפע דיבורים ביי די מצוה פון בל תשחית. שורש המצוה ידוע שהוא כדי ללמד נפשנו לאהוב הטוב והתועלת ולהידבק בו, ומתוך כך תדבק בנו הטובה ונרחיק מכל דבר רע ומכל דבר השחתה. וזהו דרך החסידים ואנשי מעשה אוהבים השלום ושמחים בטוב הבריות ומקרבין אותם לתורה ולא איבדו אפילו גרגיר של חרדל בעולם. ויצר עליהם בכל אבדון והשחתה שיראו, ואם יוכלו להציל יצילו כל דבר מהשחית בכל כחם. לא כן הרשעים אחיהם של מזיקין ושמחים בהשחתת העולם וכו'.

די ווערטער פונעם חינוך זענען דאך געוואלדיג. אן ערליכע איד טוט וויי ווען ער זעהט א יעדע מינדעסטע השחתה און ער וועט זוכן וועגן עס צו פארמיידן. ווידעראום א רשע פרייט זיך און לאכט זיך אויס פון דער גאנצע ענין פון השחתת העולם. די מצוה פון בל תשחית איז געגעבן געווארן משריש צו זיין אין אונזער נפש די גוטע מדה און אונז צו דערווייטערן פון א יעדע סארט השחתה.

דער חינוך דערמאנט מיר פון די מעשה וואס ווערט געברענגט אין בבא קמא. מעשה באדם אחד שהיה מסקל מרשותו לרה"ר ומצאו חסיד אחד, אמר לו ריקה מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך, לגלג עליו. לימים נצרך למכור שדהו, והיה מהלך באותו רה"ר ונכשל באותן אבנים. אמר, יפה אמר לי אותו חסיד, מפני מה אתה מסקל מרשות שאינה שלך לרשות שלך. איך קלער אז דער חסיד דא איז דער זעלבער חסיד ווי דער חסיד פון די ספר החינוך. דער חסיד ווייסט און פארשטייט אז די מעשים ופעולות וואס מ'טוט היינט קען האבן ווייטע קאנסעקווענצן. דער חסיד איז שטארק נזהר אז זיינע היינטיגע מעשים זאלן נישט קאליע מאכן די וועלט פאר אים און זיינע קינדער שפעטער.

מיר טרעפן אין חז"ל, ווי אויך פון פריערדיגע צדיקים, אז זיי האבן מקפיד געווען און זיך מרחם געווען אפילו אויף די קלענסטע ברואים. אויף רבינו הקדוש שטייט ההוא עגלא דהוו קא ממטו ליה לשחיטה אזל תליא לרישיה בכנפיה דרבי וקא בכי אמר ליה זיל לכך נוצרת אמרי הואיל ולא קא מרחם ליתו עליה יסורין וע"י מעשה הלכו. יומא חד הוה קא כנשא אמתיה דרבי ביתא הוה שדיא בני כרכושתא וקא כנשא להו אמר לה שבקינהו כתיב ורחמיו על כל מעשיו. אמרי הואיל ומרחם נרחם עליה. טראץ דעם וואס די שרצים זענען אים געשטאנען אין וועג האט ער זיך מרחם געווען אויף זיי. אויף הרה"ק רמ"מ מקאצק זצ"ל זאגט מען אויך אז ער האט זייער שטארק מקפיד געווען נישט צו טשעפען אפילו א דזשוק אדער א קליינע ווארעם.

עס איז באקאנט אז א סאך צדיקים האבן מקפיד געווען נישט אראפצורייסן אפילו איין בלעטל פון א בוים שלא לצורך. וכ"ש אז מען קען מונע זיין פון פארשניידן גאנצע ביימער און וועלדער, בפרט אז מען קען טון די מבוקש אויף אופנים וואס פארלאנגען נישט דאס פארשניידן ביימער, איז אוודאי אז מען דארף טון וואס מען קען. מיר ווייסן אז די תורה מאכט אן עסק דערפון אז יעקב איז צוריקגעגאנגען צוליב פכים קטנים. ערליכע אידן האבן זייער שטארק מקפיד געווען אויף בל תשחית ווייל זיי האבן פארשטאנען אז די המשך קיום העולם איז געוואנדן אין דעם.

[center]
9.JPG
[/center]
ווען דער נושא קומט ארויף אין שמועסן צווישן באקאנטע, קען מען הערן א סאך מאל ווי מענטשן מאכן עס אוועק און לאכן אויס די "נארישקייטן" פון די ענווייראנמענט באשיצער. א טענה וואס ווערט אפט אויפגעברענגט איז אז דער מענטש איז די בחיר היצירה און אפילו דער בעל הבית אויף די וועלט לעשות בו כרצונו, אזויווי דהמע"ה זאגט אין תהלים והארץ נתן לבני אדם. אנדערע ווייסן גלייך צו דערמאנען דעם וירדו בדגת הים אדער דעם פסוק פרו ורבו ומלאו את הארץ וכבשוה ורדו בדגת הים ובעוף השמים וכל חיה הרמשת על הארץ. מיט דעם ווילן זיי ווייזן אז דער וועלט איז באשאפן געווארן פאר די מענטש צו רודה זיין און געוועלטיגן דערויף, נישט פארקערט אז דער מענטש זאל איר דארפן אפהיטן. אבער דער אמת איז, לו יצוייר איר וועט קענען אויפווייזן אז משחית זיין ביימער און וועלדער וועט נישט גורם זיין א חורבן פאר דער מין האנושי זעלבסט, נאר עס איז סתם משחית די בריאה, דארפט איר נישט קוקן מער ווי אפאר פסוקים ווייטער צו זעהן וואס באמת אונזער תפקיד איז כלפי די איבעריגע נבראים.

ויקח ה' אלקים את האדם ויניחהו בגן עדן לעבדה ולשמרה. לכאורה דארף מען פארשטיין וואס קומט דער פסוק אונז לאזן הערן? עס שטייט דאך שוין פריער אז דער אויבערשטער האט אריינגעשטעלט אדם הראשון אין גן עדן? גיבט א קוק וואס די מדרש זאגט אויף דעם פסוק, בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך. מיר מוזן ארייננעמען די ווערטער בתוך חדרי לבנו און געדענקען אז אויב מיר וועלן נישט נזהר זיין נישט צו פארדארבן די וועלט אין מי שיתקן אחרינו!

לויט דעם איז קלאר אז "רדייה" אויף די בריאה וואס מיר זענען באפוילן געווארן, מיינט נישט אז מיר קענען טון דערמיט וואס מיר ווילן, נאר פארקערט, מיר דארפן רודה זיין אויף די בריאה אזוי ווי א שטארקע מנהיג ושולט אויף א מדינה וואס קוקט זיך אים פאר די וואוילזיין פון אלע זיינע סוביעקטן פון גרויס ביז קליין. דער בורא עולם האט אונז געגעבן די כוח און אחריות אפצוהיטן אז מ'זאל נישט מקלקל זיין זיין הערליכע שיינע וועלט. מיר מוזן אפהיטן די וועלט אז די דורות העתידים זאלן ווייטער קענען הנאה האבן דערפון. אויף דעם ציל האט דער אויבערשטער אריינגעלייגט אדם הראשון אין גן עדן לעבדה ולשמרה.

[center]
11.jpg
[/center]
עס ליגט אויף אונז א חיוב פון הדבק במדותיו. לאמיר געבן א קוק וויאזוי דער אויבערשטער כביכול פירט זיך מיט די בריאה. ער באוואסערט און באגיסט מיט זון שטראלן אלע געוואוקסן בכל פינות העולם אפילו דארט וואו עס זעהט אויס אז קיינער האט נישט דירעקט הנאה דערפון, אזויווי עס שטייט אין איוב, מי פלג לשטף תעלה ודרך לחזיז קלות. להמטיר על ארץ לא איש מדבר לא אדם בו. להשביע שאה ומשאה ולהצמיח מצא דשא. אויב דער באשעפער האט א צורך אין די קיום פון די ביימער און געוואוקסן, פארוואס זאלן מיר נישט טון די זעלבע? ובפרט אז מיר ווייסן היינט אז עס איז לטובתינו ולטובת קיום העולם צו באשיצן די בריאה און פארשפארן די ביימער פון פארשניטן ווערן.

החכם הגדול הרב שמשון רפאל הירש ז"ל מיט זיין גאלדענע פעדער און געשליפענע צונג'ל שרייבט זייער א סאך אויף דער נושא, ומפני חיבת הענין וועל איך מעתיק זיין די גאנצע אריכות ככתבו וכלשונו:

גם באופן אם תצור על עיר להלחם עליה, ככה תבאר לנו התושבע"פ, אם גם בא לידך המקרה, להביא כליון ונזק לאדם ע"י קרב ולחם, ואשר בטח יכולנו לחשוב כי באופן כזה אין עוד כל חובה עליך לתת החשיבות אל הקנין של האדם יותר מאל עצמותו, בעוד הקנין לא יוכל עוד לעמוד גבוה ונשא מעצם האדם, אחרי אשר מאיזה טעם של צדק באת להלחם עמו, ובכל זאת כפי מצות התורה חלילה לך להשחית את הקנין ההוא בלי כל יסוד ותכלית, ובאופן אם נדרש ממך לכרות עצים, עליך החובה לתת עין בקרת ולהבחין באיזה עץ לבחור למפעלך זה. אל תשחית עץ מאכל בגלל השמוש ההוא הנדרש לך בעוד תוכל להמציאו לך מעץ פשוט, יען כי שרשי עץ פרי יכלכלו בתוכם תעודה יותר גבוה מתכלית אלני סרק, ועליך להשתמש לזה רק בעצים שאינם עצי מאכל, אשר תעודת שרשיהם רק לשימוש של עץ בלבד. ומזה תצא לך תורה בעד כל חייך ובעד כל יצור הנתן לך מהאדמה, אשר היא תשא ותסבול את הכל עד חומרי הבגד אשר הכשרת אותם להיות למעטה גופך, בכל אלה הנך שומע את קול ה' ומצוותו אליך, "בל תשחית".

אמנם כן, בל תשחית היא הקריאה הגדולה הראשונה והכללית מה' אליך בן אדם, בעת אשר תחזה את עצמך בתור שליט ומושל על פני תבל ארצהו. הן מסביב לך הנך רואה אדמה צומח ובעל חי, גם כל אלה כבר נושאים המה חותם תכנית אנושי שלך בהיותם משונים וערוכים במעשה אנוש ותחבולותיו, מידך יד אנוש נעבדים המה לתכלית אנושי שלך, להיות לך למעון ומלבוש, למחיה וכלכלה וכלי תשמיש, ואתה רכשת אותם להיות ברשותך בתור קניניך. הנך עומד בקרב חוג ממשלתך על פני הארץ, וכל הנמצאים המה עבדי רצונך שלטונך וכוחך.

והנה פתאום הנך מניף את ידך בגלל עשות שחוק לנפשך או לשפוך חמתך וזעמך, הנך חפץ לבלוע ולהשחית הדבר שעליך להשתמש בו לתועלתך. אתה תאבה לנפץ ולשבר ולכלות דבר שתוכל לעשות בו ועל ידו פעולה ראויה. הנך חפץ תחפוץ יען וביען כי תביט על היצורים שמתחת למדרגתך, כי הנם דברים משוללי כל צדק ומשפט ואת ה' לא תירא שהוא אמנם מגן ומחסה בעדם גם דן את דינם בצדק. ותחת לחשוב אותם בתור אמצעים לפעולות אדם בהשכל ודעת, הנך רוצה בשאט נפש להשליט עליהם את כח ותקיפות רצונך וחפצך לשפוך עליהם את חרונך וזעמך בעצבך וברגזך.

אז ירעם עליך קול הקריאה הגדולה של ה', "בל תשחית". הרף ממנו, היה איש באנשים! כי אמנם רק באופן שתשתמש בהנמצאים אשר מסביב לך, לתכלית אדם בדעת ובתבונה וכפי אשר תיעד ותקדש אותם לתורתי, אז אדם הנך, גם יש לך הכח והזכות עליהם, יען נתתי לך את הכח והזכות מטעם תכנית עליונה. אבל אם תשחית תאביד ותכלה דבר מה, אזי בהשחתתך בהאבידך ובכלות אותו אינך עוד אדם, רק בעל חי או חיה טורפת. ואין לך עוד כל זכות על הנמצאים מסביב לך, יען וביען כי אנכי השאלתי אותם לך רק לשמוש של חכמת אדם. לכן אל תשכח לעולם כי אנכי אנכי המשאיל אותם לך. אולם אם תפעל עולה, אם לא בהשכל ולא בדעת תעשה את מעשיך בדבר קטן וגדול, הנך עודה דבר בליעל, מרד ומעל בתכל ה', הנך נהפך אז לרוצח ושודד קנין ה', חוטא הנך ותמעל מעל בקדושת הקנין. את זאת יקרא לך ה', ובכח הקריאה הזאת יגן ויחסה על כל דבר כקטן כגדול נגדך. הוא יתן באומר סלה זה לקטן לגדל את צדקת משפטו נגד מזמת לבך וחמס ידך.

לכן אומרים חז"ל, הקורע את בגדיו המשבר את כליו והמפזר מעותיו בחמתו, איש הזה יהיה נחשב בעיניך כאילו כבר עבד עבודה זרה. יען כך היא דרכה של התאוה, היא אומרת היום עשה זאת ומחר עשה אחרת, עד כי היא תפעל על האיש אשר לה עבד וסר למשמעותה תמיד, לזנות גם אחרי עבודת אלילים. הן אמנם אין איש אשר כה יהיה קרוב לעבודת אלילים, כמו האיש אשר לא יכיר לדעת בהנמצאים כי המה ברואי ה' וקנינו, ויאמין כי בכח ובתקיפות של האדם יש לו הזכות להשחיתם ולאבדם כרצונו. איש כזה הלא עבד יעבוד את האלילים האדירים שלו בפנימיות נפשו, את חרונו וזעמו, את גאוותו ורוע לבבו, וביחוד את ה"אני" שלו אשר בתאוותו ובתעצומות כחה ועוזה ידמה, כי הוא אדון כל הנמצאים, הוא ולא אחר.

לכן מצות לא תעשה הראשונה של הבריאה הלא היא לבל תשחית כל דבר כקטן כגדול, מעץ מאכל אשר ברבות הימים יוכל להשיב גם את נפש נכדיך, עד הדבר הקל שבקלים אם אך יועיל לאיזה שימוש, גם מחוט עד שרוך נעל אל תשחית לריק. כל דבר המוכשר עוד לאיזה שמוש של תועלת, אל תשחיתהו. אבל השחתה איננה נקראת זאת הפעולה לבדה, בעשותך הדבר בלתי מוכשר עוד אל שמוש התכלית אשר נועד הנהו לזה, כי גם זאת נחשבה להשחתה, להשתמש לאיזה תכלית עם דברים מרובים ויקרי ערך, באופן אם להגיע לתכלית הדרושה יספיקו גם דברים מעטים ופחותי הערך, או אם התכלית איננה שווה בנזק ובמחיר האמצעים. לעומת זאת ההשחתה תחדל מהיות עוד השחתה וכליון, גם נחשבה לפעולה ושמוש בהשכל ודעת, אם ההשחתה בעצמה היא נחוצה אל תכלית גבוהה ומטרה יקרה.

לאמיר זיך אפשטעלן און מתעמק אין די ווערטער פון רשר"ה שארפע דיבורים יורדים אל חדרי בטן. בטבע האבן מיר א צינישע בליק אויף די ענינים פון ענווייראנמענט באשיצונג און מיר האלטן זיך קלוגער ווי די עקספערטן און ספעציאליסטן וואס ווארענען אז די מענטשהייט מאכט חרוב די וועלט. "וואס ווייסן דען די חכמים? וואס פאר א שאדן קען דען נאך אפאר פאפירן גורם זיין?" און נאך ענליכע טענות ותירוצים שונים.

אן ערליכער איד א ירא שמים דארף אבער געדענקען אז די וועלט איז זיין אחריות, עס ליגט אויף אונז א חוב פונעם בורא עולם צו מאכן זיכער אז די וועלט ווערט נישט קאליע, ווייל אויב מיר וועלן מקלקל ומחריב זיין די וועלט איז נישט דא ווער עס זאל עס מתקן זיין. איך זאג נישט אז מיר דארפן זיך יעצט ארויסלאזן אויף א קאמפיין צו אפשטעלן דאס שניידן ביימער אדער צו שטיצן אנדערע פאליטישע ענווייראנמענט צוועקן. אבער עס זענען דא אפאר קלייניגקייטן וואס מיר קענען אלע טון וואס קענען האבן א שטארקע השפעה לטובה.

    • בראש וראשון זאל מען מקפיד זיין אויף ריסייקלינג. די רעגירונג האט צוגעשטעלט די ריסייקלינג אינדוסטריע וואס העלפט ארויס אז מ'זאל קענען איבערנוצן פאפיר, פלעסטיק, אלומינום וכדומה. ס"ה פון אונז פארלאנגט זיך צו מאכן דאס ביסעלע אנשטרענגונג נישט ארויסצואווארפן די באטלעך, קענס, באקסעס וכדומה, נאר זיי האלטן אפגעזונדערט פון די אנדערע מיסט. ווען די גאנצע וועלט וואלט אלעס ריסייקעלד וואלט עס איינגעשפארט אזויפיל אומנויטיגע פראדוקציע, ביליאנען גאלאנען פון ברענשטאף וואס ווערט גענוצט אין פראדוקציע און עס וואלט אויך געהאלפן האלטן די carbon dioxide שטאפלען פון ארויפגיין. דאס איז חוץ פון דעם וואס עס וואלט געהאלטן פראדוקציע ביליגער און אין די זעלבע צייט וואלט עס געהאלטן גאזאלין פרייזן נידעריגער.

    • מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען paperless billing. איך האב געמאכט א חשבון אז פון אלע בילס און סטעיטמענטס וואס איך באקום אין די ביזנעס און פערזענליך (קאר, יוטיליטי, מארטגעזש, אינשורענס, באנק, קרעדיט קארד וכו') איז עס לכה"פ 50-80 געדרוקטע בלעטער פער חודש, נאנט צו א טויזנט געדרוקטע בלעטער פער יאר. יעצט רעכן אויס וויפיל עס קומט אויס פאר גאנץ אמעריקא און פאר די גאנצע וועלט.

    • מען קען זיך אפגעוואוינען פון נוצן פלאסטיק און פאפירענע עסצייג. דאס איז אביסל א שווערע זאך, ספעציעל ווען מען האט א משפחה מיט קינדער. אויב קענט איר נישט אינגאנצן אויפהערן דאן נעמט איין זאך (לדוגמא, גלעזלעך) וואס דאס וועט איר נאר נוצן געהעריגע און נישט פלאסטיק אדער פאום. יארן צוריק האב איך מחליט געווען אז איך וויל אויפהערן צו נוצן פלאסטיק געשיר און טעלער, אבער איך האב נישט געוואלט זיין א צדיק אויף מיין ווייב'ס חשבון, זי איז געווען דער וואס האט געוואשן די געשיר. האב איך איינגעפירט אז נאר איך וועל נישט עסן מיט פלאסטיק עסצייג און איך וועל אליין אויסוואשן מיין טעלער לעפל און גאפל. אויסוואשן איין סעט פון עסצייג איז נישט אזוי שווער. היינט האבן מיר שוין eco friendly dishwashers און מיר באנוצן זיך כמעט נישט מיט דיספאוזעבל. געדענקט, איר מוזט נישט אלעס טון אויף איין מאל, אויב איז עס צו שווער דאן הייבט אן צוביסלעך.

    • פלעסטיק בעגס איז זייער שעדליך פאר די בריאה סיי מצד עס איז שווער צו ריסייקלען און סיי מצד אז אומצאליגע בע"ח שטארבן א יעדע טאג פון זיך דערשטיקן אויף פלאסטיק בעגס וואס ליגן אין די לענדפילס און אין די גארבידזש. געדענקט, ורחמיו על כל מעשיו. עס איז זייער גרינג זיך איינצוהאנדלען אפאר סחורה'נע בעגס וואס מען קען נוצן ווען מען גייט אין געשעפט איינקויפן אדער ווען מען דארף עפעס שיקן צום באבע. אויב גייט איר אין גראסערי איינצוקויפן א גרויסע ארדער דאן נעמט ענדערש אהיים די סחורה אין א באקס ווי איידער א בעג וויבאלד א באקס קען ווערן ריסייקלד.

לויט ספעציאליסטן ווערן ארום א ביליאן פלעסטיק בעגס גענוצט א יאר און נאר איין פראצענט דערפון ווערט ריסייקעלד. עס ווערט געשאצט אז אלץ א דירעקטע רעזולטאט דערפון שטארבן נאנט צו איין ביליאן בעלי חיים א יעדעס יאר.

א יעדע מענטש פאר זיך קען טרעפן וועגן און אופנים וויאזוי זיך צו פארבעסערן אינעם תפקיד פון רדו וכבשו את הארץ, כל אחד כפי תכונות נפשו. דאס מיינט נישט אז מיר מוזן יעצט ארומגיין און מאכן זיכער אז א יעדער איינער טוט ריסייקלען אדער שרייבט זיך איין אין paperless billing. מיר דארפן נישט גיין יעצט פראטעסטירן אין די גאסן און מאכן געוואלדעס. א יעדער פאר זיך קען א סאך אויפטון מיט קליינע פעולות. פארוואס זאלן מיר אידן נישט זיין די עומדים בראש המהפכה און זיין די ערשטע צו טון די פעולות? אדרבא, דאס איז אן ענין פון תורה ויהדות.

[center]
17.jpg
[/center]
לאמיר צוענדיגן מיט נאך א שטיקל פון הגאון רש"ר הירש ז"ל וואו ער שרייבט ווי ווייט די איסור פון בל תשחית גייט און ווי שטארק מען דארף נזהר זיין דערויף:

מדרגה קלה של השחתה אשר נדרש גם כן לחדול ממנה הוא הפיזור. אם תרבה להוציא ולפזר האמצעים אשר יש לך, באופן אשר התכלית הדרושה להשיג על ידם איננה מתאמת עם מכסת ההוצאה. אמנם את זאת נקרא בשם מדרגה קלה בהשחתה, יען אלו הדברים אשר הוציא אותם בפזור ובמדה מרובה, הלא המה בעצמם בלתי נשחתים, יען יבוא לידי שמוש ותועלת ביד אחרים, אבל בכל זאת השחתה היא, יען בנוגע אל עצמך נשחתים המה. הן עם כל קנין כקטן כגדול אשר נתן לך ה' נתנה לך גם החובה להשתמש בו לתכליות טובות ומועילות, ובזה נכללת גם ההוצאה. אבל, אם תוציא אותם לתכליות שלא בדעת ולא בחכמה, או גם לתכליות טובות ומשובחות בפני עצמן, אבל במדה נפרזה יותר מאשר נדרש להוציא בגלל התכלית ההיא, אז בלי כל תועלת הנך משחית את המאצעים שיכולת להשתמש בהם לתכליות של תועלת נכבדות מאלה או לתכליות טובות אחרות. ולו יהא כי אחרים ישתמשו בפזור ההוצאה שלך לתועלת עצמם, אבל אתה לא תוכל לדעת ולערוב בעדם כי המה אמנם ישמשו בזה לתכלית טובה, ולא תוכל לחשוב זאת לך לתכלית של תועלת וכו' ע"כ.

דער נושא וואס מיר שרייבן דא איז בעצם געווען א דבר פשוט פאר חז"ל אזוי ווי מיר טרעפן אין מסכת קדושין, רב הונא קרע שיראי באנפי רבה בריה, אמר איזול איחזי אי רתח אי לא רתח וכו'. והא קעבר משום בל תשחית? דעבד ליה בפומבייני. לכאורה איז שווער, פארוואס פרעגט די גמרא "והא קעבר משום בל תשחית", ער האט דאך עס געטון פאר א צורך, צו זעהן אויב ער וועט זיך אויפרעגן? הייסט עס בל תשחית אויב עס איז דא א צורך? נאר דער תירוץ איז אז ער האט געקענט אויספרובירן רבה דורך אן אנדערע אופן. עס איז פשוט אז אויב מען קען עס טון אויף אן אנדערע וועג הייסט עס השחתה.

לאמיר זיך מקבל זיין פון היינט און ווייטער צו זיין מער באוואוסטזיניג און וואכזאם צו די טובה ותועלת פון די וועלט וואס דער בורא עולם האט באשאפן פאר אונז. לאמיר טרעפן וועגן צו טון אלעס וואס מיר דארפן אבער אויף אן אופן וואס עס שאדט ווייניגער און נוצט אויס ווייניגער פון די בריאה. לאמיר מער נזהר זיין אין בל תשחית און טון א בעסערע דזשאב אין אפהיטן די וועלט און די איכות הסביבה. לאמיר פרובירן און משתדל זיין צו לעבן אויף אן אופן וואס איז מזיק די וועלט וואס ווייניגער און פארזיכערט א בעסערע צוקונפט פאר אונז און אונזערע קינדער.





.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך גיי משוגע פאר'ן גיי גרין. דער ארטיקל איז א מייסטערווערק וואס נאר הוגה קען ערצייגן. צוריקגעהערט פון פילע ידידים איבער דעם רעוועלוצנערע ארטיקל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געשריבן דאס אין מיין תגובה-אבזערוואציע אין קורצן:
ר' שמשון רפאל הוגה הירש שניידט שטיקער פלייש... - אבי נישט פאפיר.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין און אינפארמאטיוו.

די מערסטע האט מיך געכאפט די פאלגנדע שטיקל:

גיבט א קוק וואס די מדרש זאגט אויף דעם פסוק, בשעה שברא הקב"ה את אדם הראשון נטלו והחזירו על כל אילני גן עדן ואמר לו ראה מעשי כמה נאים ומשובחין הן וכל מה שבראתי בשבילך בראתי, תן דעתך שלא תקלקל ותחריב את עולמי, שאם קלקלת אין מי שיתקן אחריך. מיר מוזן אריינעמען די ווערטער בתוך חדרי לבנו און געדענקען אז אויב מיר וועלן נישט נזהר זיין נישט צו פארדארבן די וועלט אין מי שיתקן אחרינו!
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

איך בין געגאנגען קיין גאגא פאר דיין ארטיקל
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מילא דו האסט אונז אלע קאנווינסט צו 'גיין גרין'. נו, הוגה רעדט, ווער וועט דען נישט ווערן איבערגערעדט?!
אבער דאס מאכן א 'חפץ חיים' להלכות 'גיי גרין', אזוי אריינצופלעכטן מאמרי חז"ל און אויפווייזן שווארץ-אויף-ווייס אין די ריכטיגקייט פון זיין נקודה, אויף דעם מוז מען ממש זיין הוגה אליינס...

הערליך!
כרת"י ברית לבחירי [בין תכלת לכרת"י]...
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כ'האב שוין קוים געקענט ווארטן אז דער הערליכער אשכול זאל ארויפגיין, קודם וויל איך אויסדרוקן מיין גרויס פרייד אז די סיטי האט באשטעטיגט א געזעץ צו נעמען פינף צענט פער שאפינג בעג, ס'איז א געוואלדיגע תקנה לתיקון העולם, שאפינג בעגס זענען ממש אן עפידעמיע, איך האב צו יעדער צייט צוויי הונדערט שאפינג בעגס וואס מ'סעיווט און מ'סעיווט ווי פאר א הונגער יאר, ס'קאסט געלט פאר די געשעפטן, פאר יעדע דריי אהאלב זאכן קומט מען אהיים מיט זיבעצן שאפינג בעגס, ס'מאכט א געפערליכע שמוץ און ס'שעדיגט די ענווייראמענט.
והשנית, וויל איך בעטן בכל לשון של בקשה פאר די מוסדות התורה, מיינע זין קומען יעדן טאג אהיים מיט אומנויטיגע צעטלעך, ממש ס'גרעניצט זיך מיט שגעון, די וואך איז מען טעגליך ממש, זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג, נאכאמאל אהיימגעקומען מיט'ן זעלבן פריקן צעטל אז פרייטאג הייבט זיך אן די זומער חדר. העלא? איך בין סלאו? איך קאלעך? איך לייד פון אלטצהיימערס? איינמאל איז נישט גענוג.
פרייטאג ווערט ממש א מגיפה פון צעטלעך, איך בין נישט מגזם, מיין ווייב זאגט זי ווערט יעדע וואך דעטראנקען אין די מוסדות צעטלעך, קאפיס פונעם גאנצן אלף בינה אינאיינעם מיט א הילף פאר'ן קינד און שלמה קנאפלערס ביכל, צענדליגער צעטלעך א וואך פאר דריי יעריגע קינדער.
טייערער מלמד, איך ווייס דו ארבעטסט שווער, ווען אימער איך קום זונטאג ברענגען מיין קינד זע איך דיך שמועסן אינדרויסן, איך אפרישיעט דיין עפפארט, איך ווייס ביזט געפארן שבת פקודי און געשטעלט א סאב, איך האב הנאה דו בינדסט ספרים אין די חדר שעות צו מאכן א זייטיגן טאלער, איך ווייס די מוסד האט א קאפי מאשין, איך דארף נישט קיין פרוף ביזט א גוטער מלמד, האלט די צעטלעך ביי דיר, שוין די ביימער, מיין פיצעלע דירה קען פשוט נישט פארנעמען אזויפיל צעטלעך אויפאמאל. אדאנק.
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1284 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל

שליחה דורך ישראל קאפקע »

[
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]הערליך און אינפארמאטיוו.

דיין רייכע שפראך לאזט מיר שפראכלאז. [tag]הוגה[/tag] איך לייען אפ דיינע ארטיקלען ווי טרונקענדיג פון קוואל. איך קען דיר נאר בעטן פאר נאך.[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כוכב האט געשריבן:כ'האב שוין קוים געקענט ווארטן אז דער הערליכער אשכול זאל ארויפגיין, קודם וויל איך אויסדרוקן מיין גרויס פרייד אז די סיטי האט באשטעטיגט א געזעץ צו נעמען פינף צענט פער שאפינג בעג...

איז משמע אז ס'קאסט פינף צענט צו דערשטיקן א טוירטל? גאנץ ביליג. (קארל פילקינגטאן)
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]קודם כל א שכח אייך אלעמען פאר די געוואלדיגע פירגון, ספעציעל די וואס האבן נאך צוגעשריבן אפאר ווערטער. איך בין עכט overwhelmed ביי די ווארימע קאמפלימענטן. [tag]כוכב[/tag] איז אין די כלים היינט און מיר אלע בענעפיטירן דערפון... :-D האסט מיר עטליכע מאל געמאכט לאכן די נאכט. די זכות זאל דיר ביישטיין.


.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

[tag]כוכב[/tag] ווער האט די געגעבן עקסעס צו מיינע דרעפטס?
כ׳האב א דריי פערטעל ארטיקעל וועגען די נושא,
כוכב, ביסט הייליג גערעכט
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 969 מאל

גיי גרין! (פה-סח 2)

שליחה דורך ירא שמים »

אנשטאט זיך פארלייגן אויף די קארפעראציעס זיי זאלן נישט חרוב מאכן די ענוויירעמענט, פארלייגט מען זיך אויף אונזערע פאר שאפינג בעגס מיט פעיפער בילס, אא״וו זיי וואס מאכן די עיקר פארברעכן זאלן נישט ווערן געשטערט פון שארן מיליאנען, און מיר ארימעלייט זאל מיר זיך נאך מער מצמצם זיין כדי צו שיצן מיט א ווייסעך וויפיל פארצענט די ענוויירעמענט.
#משוגענע וועלט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

/
מור וקציעה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 01, 2015 10:07 pm
האט שוין געלייקט: 470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 585 מאל

שליחה דורך מור וקציעה »

הוגה האט געשריבן:[justify]• מען קען זיך אפגעוואוינען פון נוצן פלאסטיק און פאפירענע עסצייג. דאס איז אביסל א שווערע זאך, ספעציעל ווען מען האט א משפחה מיט קינדער. אויב קענט איר נישט אינגאנצן אויפהערן דאן נעמט איין זאך (לדוגמא, גלעזלעך) וואס דאס וועט איר נאר נוצן געהעריגע און נישט פלאסטיק אדער פאום.
.[/justify]



איך האב תיכף ומיד נאכען ליינען די דברי הגיון פון הוגה געקויפט ספעציעלע קאפס מיט די נעמען פון די קינדער שיין ארויפגעלייגט אויף דעם, און ג'ענדיגט מיט די דיספאוזעבעל קאפּס, און אין איינוועגס וועל איך מיר שפארען אביסעל אויכעט,

(יעדעס מאל סדאכט זיך פאר די קינדער אז זיי ווילען אביסעל וואסער נעמען זיי א נייע פלעסטיק קאפּ, מנוצט לכל הפחות צוויי פעקלעך קאפּס א וואך וואס איז לכה''פ הונדרעט פעקלעך א יאר)

וידועים דברי רמב"ן שפירש את הפסוק (שה"ש ב, ז) "אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ". ופירש שכשמגיע לאדם איזה התעוררות, אזי תכף ומיד יראה לעשות לה כלי. כי ידוע שהתעוררות הבאה אל האדם בפתע פתאום הוא אור הנשפע עליו מלמעלה ונקרא בחינת נשמה, אזי צריך האדם להלבישה בגוף בכדי שיהיה לה חיזוק ובסיס שלא יהיה מטה חס ושלום כידוע למביני מדע. וזה פרוש הפסוק "אם תעירו ואם תעוררו את האהבה עד שתחפץ", כי חפץ הוא מלשון כלי, דהינו ההתעוררות ההוא שבאה אל האדם צריך תיכף ומיד כלי, וזהו "עד שתחפץ" ע''כ


ואלמלא לא בא הוגה לבית הקפה אלא בשביל זה דיינו

וכמו שכתב רבינו המהרי''ט בהקדמתו לספרו ויואל משה (דף יא)
עם כל זה אקווה שיימצאו אנשים שאחר העיון בכל הדברים שכתבתי יהיה להם תועלת מדברי. ואם יעלה בידי שאזכה להוציא מהמבוכה בדעה הרעה הזאת אף אחד מישראל, הכל כדאי,

כי אם ניקח כל פרצות הדור הנעשות בכל העולם וישימו אותם בכף מאזניים אחת, והמדינה ציונית [א''ה, וי''א* שינוי האקלים] בכף מאזניים השנייה, תכריע את הכל, שהוא השורש פורה ראש ולענה של אבי אבות הטומאה שבכל אבות הנזיקין שבכל העולם כולו, והן המה המטמאים את כל העולם


* דעת הי''א הוא דעת אדמו''ר מוויזניץ-סטעטען אייסלענד שמרבה לעורר אחבנ''י בדבר שינוי האקלים והתחממות כדור הארץ שכבר רבים חללים הפילה, השם ירחם
וז''ל[left]
Sanders: Climate change still greatest threat to national security

By Jonathan Easley - 11/14/15 09:52 PM EST


Bernie Sanders stood by his claim that climate change is the greatest threat to national security at Saturday night’s Democratic presidential debate


CBS's John Dickerson, the event's moderator, asked Sanders if he still believes climate change represents the biggest outside threat to U.S. safety one day more than 120 people were killed in terrorist attacks on Paris that the Islamic State in Iraq and Syria has taken credit for

Absolutely,” the Vermont senator responded
[/left]
יעיי''ש ובשאר מקומות באריכות
http://thehill.com/policy/energy-enviro ... l-security
אמר לה ינאי מלכא לדביתהו [=לאשתו], אל תתיראי מן הפרושים ולא ממי שאינם פרושים, אלא מן הצבועים, הדומין לפרושים ואינם פרושים, שמעשיהם כזמרי ומבקשים שכר כפינחס.
תלמוד בבלי סוטה כב ע''ב
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

א ספעציעלע יישר כח פאר די מנהיג הבירה [tag]כוכב[/tag]. און פאר הצדיק הגדול [tag]שמעקעדיג[/tag] פאר'ן רעדאגירן די ארטיקל. תבוא עליכם ברכה והצלחה.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כוכב האט געשריבן:והשנית, וויל איך בעטן בכל לשון של בקשה פאר די מוסדות התורה, מיינע זין קומען יעדן טאג אהיים מיט אומנויטיגע צעטלעך, ממש ס'גרעניצט זיך מיט שגעון, די וואך איז מען טעגליך ממש, זונטאג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך, דאנערשטאג, נאכאמאל אהיימגעקומען מיט'ן זעלבן פריקן צעטל אז פרייטאג הייבט זיך אן די זומער חדר. העלא? איך בין סלאו? איך קאלעך? איך לייד פון אלטצהיימערס? איינמאל איז נישט גענוג.
פרייטאג ווערט ממש א מגיפה פון צעטלעך, איך בין נישט מגזם, מיין ווייב זאגט זי ווערט יעדע וואך דעטראנקען אין די מוסדות צעטלעך, קאפיס פונעם גאנצן אלף בינה אינאיינעם מיט א הילף פאר'ן קינד און שלמה קנאפלערס ביכל, צענדליגער צעטלעך א וואך פאר דריי יעריגע קינדער.
טייערער מלמד, איך ווייס דו ארבעטסט שווער, ווען אימער איך קום זונטאג ברענגען מיין קינד זע איך דיך שמועסן אינדרויסן, איך אפרישיעט דיין עפפארט, איך ווייס ביזט געפארן שבת פקודי און געשטעלט א סאב, איך האב הנאה דו בינדסט ספרים אין די חדר שעות צו מאכן א זייטיגן טאלער, איך ווייס די מוסד האט א קאפי מאשין, איך דארף נישט קיין פרוף ביזט א גוטער מלמד, האלט די צעטלעך ביי דיר, שוין די ביימער, מיין פיצעלע דירה קען פשוט נישט פארנעמען אזויפיל צעטלעך אויפאמאל. אדאנק.


איך מיין אז די מוסדות צעטלעך איז בעיקר שולדיג די איסור אויף סקרינס. אין א נארמאלע וועלט האט יעדער מלמד אן אימעיל ליסטע אדער וואצאפ גרופע פאר אלע עלטערן ווי ער קען יעדער טאג שרייבען וויפיל שטותים ער וויל און לייגען בילדער און צעטלעך און האומווארק כיד הדמיון הטובה עליו, און די עלטערן קענען עס איגנארירען, צוריקשרייבען הערות, ווי עס לאזט זיך וכו', וכן ראיתי נוהגים, נאר מ/טאר דאך נישט, מוז מען ארויסרוקען דער אלטער קאפי מאשין צום נוץ.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

שליחה דורך mevakesh »

@הוגה איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין ארטיקל
איך וויל נאר מוסיף אן אינטערעסאנטער זאך ר'שמשון רפאל הירש אין אגרות צפון אגרת י צוטיילט די תורה אויף 6 חלקים איך וועל נישט אריין גיין דא אין אלע זעקס נאר צוויי משפטים און חוקים
משפטים זאגט ער איז גערעכטיגקייט מיט מענטשען
חוקים איז גערעכטיגקייט מיט אלעס אנדערש אין די בריאה דומם צומח חי וכו און דאס ווערט אנגערופען חוקים ווייל עס איז נישט פשוט פארן מענטש אבער ווען מען איז זיך מתבונן איז דאס אזוי קלאר ווי משפטים
באניצער אוואטאר
mevakesh
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 687 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

שליחה דורך mevakesh »

@הוגה איך האב שטארק הנאה געהאט פון דיין ארטיקל
איך וויל נאר מוסיף אן אינטערעסאנטער זאך ר'שמשון רפאל הירש אין אגרות צפון אגרת י צוטיילט די תורה אויף 6 חלקים איך וועל נישט אריין גיין דא אין אלע זעקס נאר צוויי משפטים און חוקים
משפטים זאגט ער איז גערעכטיגקייט מיט מענטשען
חוקים איז גערעכטיגקייט מיט אלעס אנדערש אין די בריאה דומם צומח חי וכו און דאס ווערט אנגערופען חוקים ווייל עס איז נישט פשוט פארן מענטש אבער ווען מען איז זיך מתבונן איז דאס אזוי קלאר ווי משפטים
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

איך האב יעצט געטרייט צו רעדן מיטן ווייב וועגען די פלעסטיק קאפס, אז מ׳זאל אויפהערען דערמיט אזוי ווי אפאר ניקס האבן דא דערמאנט.
זי וויל נישט הערען דערפון, כ׳בין אריין געקומען אין קאך מיטן פה סח אנגעהויבן ליינען שטיקלעך הוגה.
זי האט גענטפערט ווען איך וועל פאלגן די שטיקער עמי זי ווייזט מיר, וועט זי פאלגן די שטיקער פה סח איך ווייז זי,
פלעסטיק קאפס איט איז
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: גיי גרין! (פה-סח 2)

שליחה דורך נולד מאוחר »

טו וואס הוגה האט געטון, הייב אן נאר פאר דיר, וואש אליינס אפ דיין גלעזיל און טעלער נאכן עסען.
טו עס פטר 40 טעג רציפת וועסטו זען ווינדער
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פארפאלן, הוגה'ס מאסיווער ארטיקל האט מיר געטוישט מיין מהלך המחשבה, אויף א זאך צו וואס כ'האב קיינמאל נישט צוגעלייגט קיין קאפ, קיינמאל נישט גענומען ערנסט, כאטש איך האב געלייענט דא און דארט (נישט פון 'דער איד') אז די ענווייראנמענט ווערט ערגער, וויפיל פיש דערשטיקן זיך אין ים פון די טאנען פלעסטיקס וועלכע צוגייען קיינמאל נישט וכו', איז עס מיר קיינמאל נישט אריינגעקראכן אין קאפ אז ס'האט עפעס שייכות מיט מיר, עד שבא הוגה און האט אריינגעברענגט AWARENESS אין מיין מח, און די 5 צענט אפצאל פארן שאפינג בעג האט פלוצלינג אנגעהויבן צו מאכן סענס..

הלכה למעשה גיב איך מער אכטונג אויף די פלעסטיג קאפס ביי מיר אינדערהיים, עס גייט נישט אזוי שנעל אין מיסטקאסטן; ווי אויך מיט די פאום קאפס איז דאס זעלביגע, ווי איך הער קען מען דאס נישט געהעריג רעסייקלען. פארוואס נישט מאכן א קאווע אין א גלאז, גענוי ווי די באבע, די מסורה.

לגבי די פאפירענע פראדוקטן און די ביימער וואס מען שניידט, וויל איך נאר צולייגן א הערה. כ'גלייב אז מען שניידט מער ביימער צו בויען הייזער ווי צו נוצן פאפיר, מען רעדט דאך נישט פון טוילעט פאפיר וואס צו דעם איז נאך נישט פאראן קיין עצה און נישט קיין עפפ :P , אבער אפילו די טויזענטער ביימער וועלכע מען האקט אראפ פאר פאפיר, איז נישט אזוי געפערליך פאר די ענווייראנמענט ווייל ביימער טוט מען כסדר פריש איבערפלאנצן פון דאסניי. ווי אויך האט פאפיר א מעלה אז מען קען עס זייער גרינג רעסייקלען. איך בין טאקע אויך מער מקפיד אויפן רעסייקלען פון כ'האב געלייענט דעם ארטיקל.

גראדע אויף אייוועלט האט איינער געשריבן א גוטס (יעדער זאל לאכן), אז איין אזא וואלד פייער ווי יעצט אין קאנאדא, טוט מחריב זיין פיל מער ביימער אין א קורצערע צייט ווי די אלע האלץ האקערס, און ס'א ביטערע רחמנות אויף די אלע ענווייראנמענטיסטן. ווען מען האקט כאטש האלץ לצורך הבריות איז נאך א האלבע צרה, אבער אז עס ווערט פארברענט צו אש און פארעך און קיין שום נוצן איז די ווייטאג פיל שווערער.

אלענפאלס - דער ארטיקל האט געטוישט מיין פרעספעקטיוו פאר אייביג. איך זעלבסט בין אריינגעקומען אינעם בילד וואס כ'האב געמיינט עס באלאנגט נאר פאר על קאידא --- סארי, כ'מיין, על גאור.

א הערצליכן דאנק מר. הוגה.


.
וירח ה' את ריח הניחוח
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

כ'האב נישט באמערקט אז הוגה האט שוין ארויסגעשטעלט דעם ארטיקל אויפ'ן פארום מיט א וואך צוריק... מה אומר ומה אדבר, דער ארטיקל איז גאר א שטארקע ארבעט. אמאל איז דא א גוטער שרייבער וואס ברענגט צו א נישט וויכטיגן ענין, און אמאל איז דא א וויכטיגער ענין וואס ווערט באהאנדלט דורך א שוואכן שרייבער. ביי דעם ערשטן איז א שאד אויף דעם פאפיר (מאכט קאליע די נאטור..), ביי דעם צווייטן איז א שאד אויפ'ן געדאנק אז ס'איז אריינגעפאלן אין שוואכע הענט. מאכט זיך אבער אז א קריטישע טעמע קומט אן אין דער האנט פון א געניטן שרייבער, איז וואויל פאר דעם פאפיר און וואויל פאר דעם געדאנק. עליו הכתוב אומר, דרוש נא דרוש לך נאה לדרוש!...

א דאנק [tag]הוגה[/tag] סיי פאר'ן סיפוק אינעם ליינען און סיי פאר'ן אויפברענגען וואכזאמקייט אין אזא וויכטיגער טעמע.
פארשפארט