זענען די רבנים גערעכט?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
פרייוויליג האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:אפילו לאמיר זאגן אז דו קענסט ווען זיך גענצליך אפשאקלן פון די אינטערנעט און פארגעסן אלעס וואס דו האסט געזעהן גלייב איך שווער אז עס וועט האבן א גרויסע השפעה לטובה אן אנדערע ענדערונגען.


עס איז אוממעגליך זיך אפצושאקלען פון איר. די רגע וואס דו ביסט אריין אין די זאנע, וועט אייביג אפירקומען די אומגעבעטענע גאסט, "ווער זאגט?"


אוודאי אזוי. פארדעם האב איך געשריבן "אפילו" "לאמיר" "זאגן"....

אגב, דא האט איר א קליפ ווי לואי סי קעי פארציילט (הייבט זיך אן איין מינוט אריין) אז ער איז אראפ פון די אינטערנעט פאר א חודש צייט. פארשטייט זיך אז דאס איז קאמעדיא אבער מ'זעהט אז א יעדער פארשטייט אז די אינטערנעט ברענגט מיט זיך געוויסע (גרויסע) פראבלעמען. אבער עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז עס איז עפעס וואס בעצם מען קען זיך נישט שלאגן מיט די אינטערנעט זעלבסט. די אינטערנעט איז דא פונקט ווי די אינדאסטריאלע רעוואלוציע איז דא. ווי שטארק איר וועט זיך אפרייסן פון די אינטערנעט וועט איר נאכאלץ זיין אונטער איר השפעה לטב ולמוטב.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פרייוויליג האט געשריבן:איך האב א שוואכקייט צו [tag]הוגה[/tag]'ס פעדער, עפעס בלעדי. איך האב געוואלט מוסף זיין אפאר נקידות צו זיינע ווערטער היורדת חדרי בטן ונוקבת עד תהום הנשמה.

כ'ווער משוגע פאר אונזער הוגה!
אשרינו שזכינו להוגה דעות - בדין. אזוי געמאסטן יעדעס ווארט.
כאטש כ'רעד זיך איין אז כ'האב אלס וואס צוצולייגן, האלט איך דא אז ס'איז א חילול הקודש מוסיף צו זיין אויף הוגה'ס שטארקע ווערטער.

----
די אויסדריק פון הרב לעיקוואד: "אונזער עבודה איז צו קענען לעבן אין א שיינע הויז מיט אסאך מעבל און שטאפיר, אבער מיט די מאנטאליטעט פון די האומלעס מענטש", בין איך נאך מסופק אויב ס'איז טאקע מעגליך אזוי בפועל, אדער ס'איז מער א קאצקע סטיל שארפע נקודה - וואס כדרכם של הקוצקאים האט עס נישט געארבעט פאר נארמאלע מענטשן, נאר פאר גאר שארפע וחשובים [נו נו, טאקע געווען א שמועס צווישן לעיקוואד און הוגה!].
דערפאר, ווען יאיר קומט מיט זיין באמבע'לע, ווענדט זיך אויב ער רעדט נאר פון זיך אדער פונעם רבים. אויב דעם רבים, קומט מען צוריק צום יסוד פון דיין תגובה, אז מ'מוז איינזען אז מיר לעבן בעידן האינטערנעט עם מעלותיו וחסרונותיו, און די רבנים זענען בכלל נישט מאסנגעבנד אין אזא פאל, לטב ולמוטב.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פרייוויליג האט געשריבן:איך האב א שוואכקייט צו [tag]הוגה[/tag]'ס פעדער, עפעס בלעדי...


און איך האב א שווייכקייט צי [tag]פרייוויליג[/tag]'ס קי בארד!!

פרייוויליג האט געשריבן:מען מוז אויסלערנען די קינדער וויאזוי צו נוצען אינטערנעט! דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי צו העלפן די קינדער דורכצוקמען מיט איר.


פארוואס זאל דאס זיין אנדערש ווי ווען מ'לערנט קינדער צי זיין אפגעהוטען פון סטרענדזשערס און די זעלבע צייט צי זיין מענטשליך, פריינטליך צי פרעמדע, און גריסען שיין זאגען גוט מארגען וכדו'
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

הוגה, האט גענימען די בדיקת חמץ פעדער אינערהאנט, מקען נישט לאזן די פעדער גיין אין מיסט קאסטן אן עס ניצן מדארף דאף גיין גרין,
שטויבט ער אפ אלטע אוצרות , האב איך געפינען דא אז יאיר אין די אינגע יארן האט קלאר געהאלטן אנדערש. מיז זאגן אזוי אויפן רמב"ם פארן שטארבן האט ער ציריק געצויגן
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

נו, ער שרייבט דאך דא קלאר אז ער האט אמאל געמיינט אז ער טוט קלוג און יעצט האט ער second thoughts.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

יאיר האט געשריבן:איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.

לייג די רבנים אין א זייט. אקעי כ'ווייס ס'זאגט זיך גרינגער ווי געטאן. זיי זענען צופיהל אין צאל אבער על כל פנים די אויבנאן אין א זייט געלייגט. יתכוין לבו למערב. פון א מאדערנער קוק ווינקל האט יאיר א פוינט. ווי מיין ברודער זעט עס, איז אינאמת'ן דאס פונקט פארקערטע. ווי מער וויסענשאפט און אינפארמאציע אלץ ביטערער דאס לעבן. פון דעם נעם א ראיה אז די מער א פענאמענאן אדער א קאנצעפט מאכט סענס מיט ריזען דארף דיך עס א סימן זיין אז דאס פונקט פארקערטע איז אמת. לדוגמא, א קינד פרעגט צומאל שאלות אויף וואס מען קען נישט ענטפערן דעם אמת אדער אריינגיין צופיהל אין דיטעיל ווייל דאס וועט אים דערשרעקן, ס'וועט אים מאכן אויס איניסענט אדער סתם ניוראטיש און פארדאהג'ט אויף זאכן וואס זענען אומרעלעוואנט צום טעגליכן לעבן. איז אפשר גאר טענה'ט ער איז אויפגעקלערטקייט גאר אן עונש פאר א מענטשן. ער איז נאר מער צעמישט, מער עלנד און מער ציהללאז. טעכנעלאגיע דעמאגאגיע, דאס איז אלץ נאר צו פארלענגערן דעם מיזרעבל לעבן און מאכן דעם מענטש מער פאריאגט, אומזוכער, ציניש און אומפראקטיש וכו'. בכל אופן, שלא לסוט מהענין. (ער מיינט דאך זיכער נישט דעם קעפל ערנסט. אפילו אויב יא, ווען איך שרייב עס ווען וואלט איך עס נישט געמיינט ערנסט)

איך האב אינאכט גענומען עטליכע נעגעטיווע תוצאות וואס דער אינטערנעט האט געבראכט וואס אביסל האט מען שוין אנגערירט.

די אינטערנעט דינט גאר אסאך פונקציעס וואס בעפאר האט געפאדערט פון אונז באזונדערע סעלושענס. סעלושענס וואס האבן מער קאפ פארלאנגט. א נומער צו געדענקען האט מען אדער זיך איינגעחזר'ט אדער געשריבן אין א טעלעפאן ביכל. די זעלבע מיט נאוטס און מעמאס. צו וויסן די וועגן האט מען געדארפט א מאפע, ווי אזוי מען ספעלט א ווארט - די דיקשאנערי, פארשטיין אן אויבערפלעכליכע נושא - אן ערך אין א אינציקלאפידיע, לייענען אן ארטיקל, עקשולי לייענען מיט די אויגן עז עפפאזד צו הערן גוגל לייענען עס פאר דיך און אזוי נאך. כ'רעד שוין נישט פון די אנדערע פארלייכטערונגען וואס אויבן אויף וואלטן סייווי נישט פארנוצט דוקא מער קאנצערטרירונג אבער וואלטן זעכער מער צייט און עקשנס געבעטן, ווי לדוגמא: מיוזיק, אן אפאראט מיט א מוזיק קאלעקציע, צו וויסן די צייט האט מען געדארפט א זייגער. און אזוי אן א שיעור זאכן. (לאמיך נישט רעדן וואס מ'האט געטוהן פאר די זייגער...)

איז שוין נישט קיין וואונדער אז די אינטערנעט דימינישינג אונזער יכולת צו קאנצערטרירן זיך קען מאכן סענס. אבער איך זע אין די אינטערנעט און אין די כלים וואס זי האט גורם געווען, נאך תוצאות. די אבסעסיע וואס מיר האבן צו טשעקן די טעלעפאן יעדע מינוט, די געוואוינהייט צו לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט, די אוממעגליכקייט צו נעמען א שעה אחת און רעפלעקטן, איבערטראכטן די ידיעות וואס מען האט זיך אנגעזאפט און סדר מאכן דערין. די אי-חשיבות פאר דעם געשריבענעם ווארט, ווייל מ'שרייבט עס אויף די אינטערנעט און קיינער וועט עס אמאל נישט זען, עס ווערט דערטרונקען אין די ים מני רחבה פון אינפארמאציע. די אינקעיפעביליטי צו קענען דיסקרימענירן צווישן איינער וואס ווייסט טאקע וואס ער זאגט, איינער וואס מיינט ער ווייסט און איינער וואס ווייסט ער ווייסט נישט און איז דא דיך צו פיטערן פאלשע אינפארמאציע, ווי דער טראלל אויף וויקיפידיע. די אינסענסעוויטעט צו געשעהענישן און די ביטול הזמן ווי הוגה זאגט. די סקעפטיסיזם און אוממעגליכקייט צו באשליסן אויף למעשה צוליב אזויפיהל קעגנזייטיגע מסבר'דיגע מהלכים אין יעדן איסתפקתא און אפילו אויף די אינטערנעט אליינס, וויבאלד אלעס איז מוכן על שולחן ערוך, די לור צו פאטשקען די צייט מיט אומוויכטיגע, קורצע טערמיניגע אינפארמאציע אנטקעגן די פארקערטע. און נאך אן א שיעור אפעקטירונגען אויף אונזער תכונות הנפש.

עדיין, דאס אלעס איז מעג נישט זיין א סיבה צו בלאקירן אדער לימיטען די פלוס פון אינפארמאציע. די וועלט פארט ווייטער און מיר דארפן זיך עדזשאסטן דערצו און זען נישט צו פארלירן די גוטע זאכן פון די אלט פארגאנגענע צייטן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

הוגה האט געשריבן:[justify]לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.


.[/justify]


אין לעצטער שורה, האסטו דא אראפגעלאזט א באמבע, אפשר ערקלערסטו וואו דאס קומט אריין אין יאיר'ס שאלה, און מיט וואס וועט עס אים העלפן.
(אויב ווערט נתארכה המדה קענסטו קויפן א לייסענסינג פון שש צו עפענען א באזונדערער אשכול דערויף...)
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

פארוואס מיינסטו אז סקימט אריין, אדער ס'דארף אריין קימען
פשוט, חכם - מה הוא? אומר
(קענסט דער טייטש?)
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

כוכב האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:[justify]לערן רבי אביגדור מילער'ס ספרים, עס וועט דיך העלפן.


.[/justify]


אין לעצטער שורה, האסטו דא אראפגעלאזט א באמבע, אפשר ערקלערסטו וואו דאס קומט אריין אין יאיר'ס שאלה, און מיט וואס וועט עס אים העלפן.
(אויב ווערט נתארכה המדה קענסטו קויפן א לייסענסינג פון שש צו עפענען א באזונדערער אשכול דערויף...)


די נ.ב. חלק איז געשריבן געווארן סארקאסטיש.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ע"פ חשבון פון וואס ער האט געשריבן בעפאר דעם, איז משמע אז ער מאכט חוזק פון די 'מאמינים' וואס ביי זיי איז רבי אביגדור מילער דער פוסק אחרון אין הל' אוועלוציע, הל' היסטאריע, וכו'.
גראדע האט מיר נישט געשמעקט די צינישע שורה אויפן חשבון פון רבי אביגדור, וואס איז לכל הדעות געווען א קלוגע און ערנסטע מענטש. האלט ווי אים, דינג דיך אויף אים, אבער מאך נישט חוזק פון אים. און אגב, אסאך אידן זענען געווארן א.ג. 'אויפגעקלערט' דורכן ליינען רבי אביגדור'ס ספרים, וואו זיי האבן געזען אלס בחור'ל וכדומה די ערשטע התייחסות צו זאכן וואס איז א טאבו נושא ביי חרדים בכלל ארויפצוברענגען אויפן טיש. [כמדומה אז יאיר אליינס האט אמאל געשריבן, אז אדאנק רבי אביגדור'ס ספרים האט ער אנגעהויבן קריכן ווייטער].

------
הוגה האקט.
סודני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 52
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:46 pm
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

Re: זענען די רבנים גערעכט?

שליחה דורך סודני »

ס׳איז קלאר אז עס זענען דע נעבעך אסאך אסאך ליידער וואס זיי האבן פארלוירן זייער אמונה, זייער תמימות אויף וואס זיי בענקן אין לעכצן אין דאס טוט זיי זייער וויי, לאו דוקא וועגן רוחניות נאר דייקא אין גשמיות זיי האבן פארלוירן משמעות אין חיים תכלית החיים , אמונה אין תפלה, גלייבן אין השגחה וואס די אלע זאכן איז לכ״ע גוטע טאלס , דארך צי קרוזן דעים פרוזדור , ווייס איך נישט צי וואס דער פותח האשכול טוט זיך באציען וואס ער מיינט רוחניות ? גשמיות


Sent from my iPhone using Tapatalk
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אויב זאל איך אננעמען אז רעליגיע איז פשוט געווארן ווייל דאס איז אדאפטיוו, העלפט לעבן, איז דאך דאס א חלק פין די עוועלאציע, קימט אויס אז עטיאיזעם איז א ריגערעשען און טראגט אינז ציריק צו די דארק -עדשעס
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: זענען די רבנים גערעכט?

שליחה דורך נולד מאוחר »

וואס עפעס ריגרישען, פארוואס קען נישט זיין אז עוועלאציע גייט ווייטער און דער מענטש טוישט זוך און דארף מער נישט ריליגיע צים לעבן. איי ער קרעכטס יעצט , דאס איז א חלק פונעם דורך גאנג. די קינדער וואס וואקסען אויף לכתחלה אן ריליגיע האבן נישט די צער וואס די טאטע האט געהאט פונעם טרענזישין?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

אדנירם האט געשריבן:גראדע האט מיר נישט געשמעקט די צינישע שורה אויפן חשבון פון רבי אביגדור, וואס איז לכל הדעות געווען א קלוגע און ערנסטע מענטש. האלט ווי אים, דינג דיך אויף אים, אבער מאך נישט חוזק פון אים.


עס איז געווען א ווערטל אויפן חשבון פון די וואס מיינען אז ער איז די end all be all. איך האב נישט געמיינט אוועק צו מאכן רבי אביגדור.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

נולד מאוחר האט געשריבן:וואס עפעס ריגרישען, פארוואס קען נישט זיין אז עוועלאציע גייט ווייטער און דער מענטש טוישט זוך און דארף מער נישט ריליגיע צים לעבן. איי ער קרעכטס יעצט , דאס איז א חלק פונעם דורך גאנג. די קינדער וואס וואקסען אויף לכתחלה אן ריליגיע האבן נישט די צער וואס די טאטע האט געהאט פונעם טרענזישין?

וואס זענען אמאל געווען די בענעפיטס און פארוואס פעלט דאס מער נישט אויס?
דו פרבלעמן וואס סידני ברענגט ארויס איז נישט נאר די צער פין טרענזישען - ס'פעלט פשוט געוויסע בענעפיטס - ביזט גערעכט אז די קינדער ווייסען נישט וואס ס'פעלט זיי, נאך אלץ וועט דאס זיין א ריגערעשן

ווער ווייסט, מיר קענען נאך ציריק ווערן מאנקיס - די קינדער וועט דאס נישט שטערן
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
[NAMELESS]

Re: זענען די רבנים גערעכט?

שליחה דורך [NAMELESS] »

סודני האט געשריבן:ס׳איז קלאר אז עס זענען דע נעבעך אסאך אסאך ליידער וואס זיי האבן פארלוירן זייער אמונה, זייער תמימות אויף וואס זיי בענקן אין לעכצן אין דאס טוט זיי זייער וויי, לאו דוקא וועגן רוחניות נאר דייקא אין גשמיות זיי האבן פארלוירן משמעות אין חיים תכלית החיים , אמונה אין תפלה, גלייבן אין השגחה וואס די אלע זאכן איז לכ״ע גוטע טאלס , דארך צי קרוזן דעים פרוזדור , ווייס איך נישט צי וואס דער פותח האשכול טוט זיך באציען וואס ער מיינט רוחניות ? גשמיות


Sent from my iPhone using Tapatalk

אויף דעם איז אינטערעסאנט צוצישטעלן די פאלגענדע שאלה, יעקב און רחל זענען חתונה געהאט און האבן א הערליכע גאנצע לאוו לייף צוזאמען, זיי זענען ביידע הונדערט פראצענט גליקליך און צופרידען, אבער משום איזה סיבה טשידט יעקב אינטער רחל'ס רוקען מיט א צווייטע פרוי, אויב געפינט רחל אויס וועט זי ווערן שרעקליך צובראכן און צוקלאפט,

ווען איר זענט ווען אין רחל'ס פלאץ וואלט איר געוואלט בלייבן מיטן געשמאקן לעבן מלא הנאה אדער געוואלט אויסגעפינען דעם אמת און פעיסן ריעליטי אין פנים אריין?
(באמת לגבי די שאלה דא איז עס נאך ערגער ואכ''מ)

Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איבער דעם לעצטן נקודה פון סודני און גראדעמעכעלע, איז אינטרעסאנט צוצולייגן מיינע ווערטער פון א צווייט ארט אין שטיבל:
אדנירם אין אן אלטער אשכול האט געשריבן:אלס בחור'ל, שפאצירנדיג מיט מיין פאטער אין די גאסן פון טאהשער שטעטל, וואו מיר זענען געווען איין מאל פאר 'א שבת אין טאהש', האב איך א פרעג געטאן מיין טאטן: די אידן וואס וואוינען דא, האבן דאך די געשמאקסטע לעבן. קיין דאגות האבן זיי נישט, זיי לעבן פון קהל, לעבן פאר א רבי'ן, האבן שיינע הייזער און געשמאקע לופט, זארגלאז און פראגע-לאז, מילא זיי ווייסן ס'פעלט זיי א שרייפל - ניחא, אבער זיי ווייסן ניטאמאל אז זיי זענען מצומצמים, אין זייערע אויגן זענען זיי העכסטס קלוגע מענטשן. אלזא, וואס האב איך פון מיין חכמה וואס קומט באגלייט מיט עגמת נפש נאנ-סטאפ, ענדערש לוינט צו זיין א שוטה - וואס כאפט ניטאמאל אז ער איז א שוטה, און האט א געשמאקע לעבן?!!!

קיין איינשטימיגע תירוץ איז אויף דעם נישטא, כמה מהלכים יש בזה. איך וויל ציטירן מיין טאטנס תשובה, וואס האט זיך איינגעקריצט אין מיין מח'ל: "שלמה המלך, איז דער וואס האט געזאגט דעם מאמר 'יוסיף דעת, יוסיף מכאוב', און אף על פי כן ווען דער אייבערשטער האט געפרעגט שלמה'ן וואס ער וויל, אריכות ימים וכו', האט ער אים געענטפערט - 'חכמה'. אלזא, זעען מיר פון דעם אז ס'לוינט נאכאלס צו זיין א חכם אפילו ס'קומט באגלייט מיט מכאובים, ווי א שוטה וואס לעבט א געשמאקע לעבן"...

א שפיציגע תשובה, וואס בארואיגט נישט אייביג.


אגב, די תשובה איז לסבר את האוזן בלבד. שלמה האט געשריבן 'יוסיף דעת יוסיף מכאוב' נאכן בוחר זיין אין חכמה. אי הכי אפ"ל אז פארקערט, נאכן זוכה זיין צום חכמה האט ער געזאגט אז ס'האט גארנישט אויסגעפעלט, ווייל יוסיף דעת יוסיף מכאוב...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: זענען די רבנים גערעכט?

שליחה דורך קל וחומר »

פארן חכם איז העדר חכמה מער צער ווי די מכאוב וואס קומט דערמיט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דער שמועס האט זיך אינגאנצן פארדרייט, אבער אויף זיייער א אינטרעסאנטע דירעקציע. מ'דארף עס זען אפצוטיילן. איך וויל אויך צולייגן מיינע ספיקות.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זענען די רבנים גערעכט?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס'איז יעצט אויפגעלעבט געווארען אן אשכול דערוועגען, באטיטל'ט 'ועל ראשי שכינת'

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך דארף האבן צייט עס דורך צוליינען. אקעי במשך שב"ק
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: זענען די רבנים גערעכט?

שליחה דורך נולד מאוחר »

הוגה האט געשריבן:נו, ער שרייבט דאך דא קלאר אז ער האט אמאל געמיינט אז ער טוט קלוג און יעצט האט ער second thoughts.

די פראבלעם איז, יאיר האט דעמאלטס אינערגעשריבן "א געוועזנער חקרן"
וואס בעסיקלי זאגט אז מרעט פון איינער וואס איז שוין אריבער די דזשערני ער האלט שוין דערנאך
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

יאיר האט געשריבן:איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.

כוויל פרעגן א שטארקע שאלה:
די הייליגע רבנים פון וועם די רעדסט, האבן זיי אמאל געליינט אפאר טיפע אשכולות אין קאווע שטיבל, קודם זייער החלטה אז אינטערנעט איז טרייף? אודאי געוויס נישט. זיי האבן קיינמאל נישט געזען מחקרים, קיינמאל געווארן צומישט, קיינמאל געטראכט אנדערש פון די נארמע, און קיינמאל אפי' נישט געוואגט צו טראכטן אנדערש.

איף יו דידנט עפראטש איט, אויב זיי האבן נישט אפילו געזען די שרעקעדיגע חיה וואס הייסט אינטרנעט, פארוואס האבן זיי עס גע'אסרט? נישט וועגן זייער חשש פון באקומען נייע אינפראמעשין, ווייל דעיס האט מען אייביג געקענט באקומען נאר שווערער, אבער איינער וואס וויל עניוועי וויסן וועט גיין צום נעקסטן לייבערי. זייער פראבלעם איז פארנאגרעפי, וואס סתם אזוי מיט א דריק אין קנעפל קען מען טון ווילדע שריט בן רגע. און דער וואס רעט פון מחקר און האט קיינמאל נישט געליינט מחקר, איז א בליעל וואס פארשטייט אפילו נישט די פראבלעם פונעם אינטעלעקטואל, אבער האקט אויף עם.

נאך איין וויכטיגע נקודה: כבר אמר החכם If you can't fight them join them, אינטרנעט פלעגט אמאל זיין אסור בכלל, שפעטר האט מען מתיר געווען נאר אין ארבעט מיט פילטער, שפעטר אינדערהיים מיט פילטער, שפעטר כווייס נישט וואס. דאס מיינט בת היענה'דיג קאפ אין וואנט. ווען קלוגע יודן האבן געשריגען אז סאיז א פארלוירענען מערכה, האבן רבנים געשריגען אז מ'שמדט זיך פאר פרנסה. דאס איז א חורבן לדורות, ווייל מלערנט נישט אויס "וויאזוי" צו פארנעמען אינטערנט, פארנעמען אינפארמעישן, אא"וו. סאו די רבנים זענען נישט גערעכט אזוי צי אזוי. און לגבי אונז איז די זעלבע זאך, מדארף וויסן וויאזוי צו פארדייען די אינפארמעישן פון אינטערנט, און אפילו וויזוי צוצוגיין צו די אינפארמעישן לכתחילה, אבער צו זאגן אז גערעכט איז אפצוהאקן, מיין איך איז בת היענה'דיג. איטס היר טא סטעי.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט