10,000סטע לייק פאר אדנירם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

10,000סטע לייק פאר אדנירם

שליחה דורך כוכב »

[tag]אדנירם[/tag] שטייט געציילטע טריט אוועק פון עררייכן צען טויזנט לייקס וואס איז בעצם נאך א רינגעלע אין זיין לאנגע היסטאריע פון ברעכן היסטאריע אויף קאווע שטיבל, ווייל אדנירם איז דער גרעסטער לייק היסטאריע ברעכער פון קאווע שטיבל, וואס שמעקעדיג האט באוויזן אין פיר יאר, האט ער געמאכט אין א קארגע יאר. איך מיט מיינע אלע פראיעקטן הגם איך נעם אויף א שיינע פאר זיצן אויף די אויבן אן פון די לייקס ראנגען ליסטע, קום איך נאך אלץ נישט צו צו האלב פון זיינע לייקס.

די גורמים זענען פילע, אבער איך וויל נישט דא רעדן פון אדנירם'ס פענע וואס גיסט גאלד נישט טינט, וואס דערפאר איז פשוט אז אויטאמאטיש איז ער ווי א מאגנעט צו לייקס, ווייל דער עולם וויל ארויסווייזן הכרת הטוב. איך וויל בעיקר רעדן פון א פארבארגענעם טייל פון אדנירם, אלס א חד בדרא אלס מארקעטער און פראמאוטער, זינט טראמפ מיין איך קען מען זאגן מיט א קלארקייט, איז נאכנישט אראפגעקומען אויף דער וועלט און קיין מוטער-טעמבוך האט נאכנישט געטראגן אזא שארפן און און געלונגענעם פראמאוטער ווי אדנירם.
איך בין זיכער אז אין צענדליגער יארן ארום וועט מען אין די גאנצע ביזנעס וועלט און אין אלע עקאנאמישע שולעס שטודירן די ביזנעס-מאדעל וואס אדנירם האט אויפגעבויעט, וויאזוי צו גרייכן אטענשאן פאר זיינע ארטיקלען און לייקס פאר זיין נאמען. בקיצור די ערשטע וואס האט מיר אביסל געטשעלנזשט וויאזוי צו הייבן אויגן ברעמען, זיצן אויפ'ן אויבערשטן שטייסל, שלעפן אינטערעסע וכו' וכו'ף איז געווען אדנירם.

1. קודם איז ער דער מחדש פון צוטיילן זיינע תגובות, וואס איז אן ערשטקלאסיגער מארקעטינג טאקטיק וואס איז אפילו "מיר" נישט איינגעפאלן. סאיז א קלייניגקייט, אבער ווייטגרייכנד, ווייל איינמאל ניינציג לייקס איז נאך אלץ ווייניגער ווי פיר מאל פערציג, און דאס האט אדנירם עומד געווען בדעתו הרחבה והמלאה באלד פונעם ערשטן טאג.

2. דערנאך איז ער דער מחדש פון בויען סענזאציע און ערווארטונג, ער וועט עפענען א גאנצן אשכול בלויז צו מעלדן אז אן אשכול קומט, ווער געדענקט נאך אדנירם'ס ערשטע אשכול ראה את הברכה אשר אני נותן מיט א ליסטע פון ארטיקלען וואס ער קען שרייבן און ער גייט שרייבן און ער וויל שרייבן בתנאי אז דער ציבור וועט לייקן מיט א פעסטקייט, אזוי ציעט ער אינטערעסע צו זיינע זאכן, און דערנאך פארדינט ער אינאיינוועגס נאך א דרייסיג לייקס.

3. נאך א קונסט פון אדנירם, אז ער איז א גאון מיט מיט זיינע פראמאושענס אין פנינים שזורים וואס די חכמה דערפון איז פארשידנערליי ואכמ"ל נאר אויפ'ן שפיץ גאפל: אזוי נעמט ער זיך עטליכע מאל די געלעגנהייט צו "דערמאנען" דעם עולם איבער זיין נייעם אשכול; אזוי מאכט ער זיכער זיין נאמען פיגורירט כאטש פיר פינף מאל ביי אקטיווע אשכולות צו יעדער צייט; און געוויס קומט זיך אים נאך א לייק פאר'ן נעמען די "טירחא" פון דערמאנען און אנצייגן דעם עולם צו זיין נייעם אשכול בבחינת הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו. אזוי וואקסן און יערן זיך די לייקס ווי זויער טייג אלס העכער און העכער.

4. אדנירם האט אויך אויסגעראטן, צענישט געמאכט, צעווארפן, אויסגעריסן, אור-אלטע סטיגמעס איינגעגעסן, איינגעווארצלט, איינגעפרעגעלט, מימים ימימה אין קאווע שטיבל. געווען צייטן וואס מ'האט נעבעך געמיינט אז מ'טאר נישט זיין קיין תובע בפה, אלס חשש פון בני ט' מדות. מאנכע האבן דאס אנגענומען אזוי הארב ווי טרינקען בלויע מילך, אדער אריינגיין איןן בעט מיט שיך ביי מיין מאמען. אנדערע אבער האבן זיך פרובירט מורה היתר זיין, הרבה עשו כאדנירם אבער ולא עלתה בידם. איך געדענק נאך אין מיינע ערשטע צייטן ווי מיט א פאררויטלט געזיכט פרובירט אפצומאנען א לייק, אבער ס'האט געארבעט ווי טויטע באנקעס און ווי גיסן בליי.

אבער עס איז אנדערע צייטן, אדנירם ווינטן בלאזן אין דער לופטן, עס איז די אדנירם עפאכע, און בעטן א לייק אין אישי איז העכסט נארמאל עטיש און מאראליש, ווער עס זאגט אנדערש דער איז פון די צוריקגעשטאנענע וואס האבן נאך א פראבלעם מיט גענדער מעריזשעס. דערוואגן זאל זיך איינער נישט לייקן א אדנירם אשכול, וועט ער איינשפאנען גאנץ אישי און מיט א פנים ווי א תם און א שטויס ווי א מועד, מיט א באבובער איידעלער חן וואס נישטאמאל חסיד45 פון צימעס קען אהערשטעלן, וועט ער איינמאנען זיין לייק, און ווען די שטייער מאנער שטייען ביים טיר צאלט מען עיסקא, די איי.ער.עס. נעמט פראצענט, און דעמאלט וועט מען שוין דארפן צאלן מיט א שמוץ אריבער.

5. נאך אזאך וואס אדנירם שטעלט מיר אין שאטן איז אין פראדאקטיוויטי, דער עולם ווייסטאך אז כוכב איז זייער געשיקט און דעטוירמענט, און קען ערלעדיגן מיליאנען זאכן אויף איינמאל און אלץ עפשיענט און שנעל, אומר ושותה מדבר ומקיים,(לאמיך שוין אריינכאפן נאך אפאר זעלבסט שבחים אין מיין ריכטונג אזוי בדרך אגב), כוכב איז אן עקשן עצום, וועט קיינמאל נישט אפטרעטן, וועט אלעמאל אויספירן וואס ער וויל, וועט מיט יעדן טרעפן א שפראך אים צו מאכן זינגען דעם ניגון וואס ער וויל, איז אבסעסירט מיט זיינע זאכן און טרעפט אלעמאל דעם וועג צו דעליווערן, אבער דאס אלעס קומט ביז אדנירם. איינמאל מ'זאגט דאס ווארט אדנירם ווער איז צענישט, כחלום יעוף, איך צעגיי ווי א זייפן בלאז, ווייל פאר אדנירם פאק איך אייך (מלשון פאקן פעקלעך, נישט די אנדערע אן די פינטל).
אדנירם קען זאגן אזוי א האלבע ווארט אז אן אשכול קומט, און ביז מ'געט זיך איין קראץ אהער און אהין, האלט ער שוין ביי פופציג קאפיטלען בלי גוזמא! און אלעס שיין מסודר און מוגה, מיט בילדער און דאקומענטן, קעפלעך און קאפיטלען, פארשידענע מיני פאנטס און סייזעס, באלד און אייטאליק, אן אריינפיר אן ארויספיר, בקיצור, א תורה מפוארה בכלי מפואר!
(ליגעל דיסקלעימער: תמב"מ איז א רעזשיסטערד טרעידמארק פון "עוז והדר", כוכב איז אויף קיין פאל נישט אפיליאירט מיט עו"ה, אדאנק).

דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אדנירם איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אדנירם איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אדנירם, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אדנירם אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אז אדנירם גרייט זיך צו ערהאלטן זיין צען טויזנטסטע לייק, איז עס נישט קיין קלייניגקייט, און מ'דארף באמת אינאכט נעמען ווערט גייט זיין די לאקי וואן אפצוגעבן די צען טויזנטסטע לייק, איך וואלט געזאגט מ'זאל פארקויפן די זכות, (דער עולם ווייסטעך שוין, פארשוויגען האט מגלה געווען אז דער עולם דא איז אויף וועיזשעס, קאווע שטיבל איז א מאני מעקינג מאשין, די מנהלים באדן זיך אין געלט און יעדער גבאי אחראי איז אויף א פעסטן סיקס דיזשיט פעי ראל, ואני אנו אני בא, איך בין זשעלעס פונעם עולם וואס ווערט דא עשירים אזוי אונטער מיינע נאז לעכער, טריי איך אויך צו לייזן אן איזי באק, פליז אנדערסטענד) איז דעריבער שריי איך אויס ביים באלעמער מיט א סקוויקי קול פון אן אומגעלונגענעם שמש, מיט די טלית אויפ'ן פלייצע און מיט די אויגן געוואנדן צום עושר אין שול וואס קויפט און צאלט נישט: "צען טויזנט די מצות!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום כוכב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כוכב האט געשריבן:דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אדנירם איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אדנירם איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אדנירם, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אדנירם אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אשפגת״י!
כאן, חבל טבור הארץ.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

ואדנירם מה לשון אומר? 'כ'ווייס נישט צו איך זאל לאכן אדער וויינען'...


בדרך אגב, האסט פארגעסן וועגן די תגובות שנתארכו לכדי אשכול מיוחד...
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר אדנירם

שליחה דורך פליקער »

יא אדנירם איז איז פיינע נייעס, איך פלאץ אויך.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
זבולון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 7:57 am
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 961 מאל

שליחה דורך זבולון »

עס איז שוין לאחר מעשה.
יעצט לאמיר הערן פון [tag]אדנירם[/tag], וואס איז די פיהלינג פון אריבער גיין צו פינעוו דיזשיטס לייקס.
גייט אן דערין דעם כלל פון מי שיש לו מנה רוצה מאתיים?
נאך א שאלה, וויפיל פיקטיווע ניקס האסטו אויפגעהאלטן?
אין - כי הכל הבל
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך רייב מיך די אויגן. זע איך גוט? יא? כוכב אליינס שטייט און רעדט?
מי ראה אותו דורש ואינו יושב ומקשיב.


איך זעץ מיך אראפ, לייג ארויף איין פיס אויפן צווייטן, נוסח 'גיימער הערן א דרשה', ווען כ'הער א געמישעכץ, א מכת ערוב, ווילדע חיות: פראמאוטן ביזנעס/טראמפ/בני תשע מידות/לייקס/בלויע מילך/סבלונות וקידושין/עוז והדר/כוכב/שמש/ועוד.

אבער פארפאלן, די רגע מ'ווארפט אריין 'אדנירם' אינדערמיט, שטימט די גאנצע דרשה כמין חומר...



אלזא, אויב איך - טראמפ יר"ה - האב שוין יא די כבוד צו ווערן די קומענדיגע פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, כ'מיין ק"ש, לאמיך דיך עפעס מגלה זיין ר' כוכב:

  • "דאס איז די בעסטע אשכול אין ק"ש. און דו ווייסט פארוואס? ווייל יעדער האט מיך ליב".

  • "חברה, איך האב די שענסטע לענגסטע הענט. הערליך שיין. ס'שרייבט גוט, ס'פליקט גוט, און ס'לייקט גוט. דאס איז פארוואס יעדער לייקט מיך".

  • "לייקס. א מאדנע ווארט, אבער הו-הא, מיינע פריינט ווייסן אז כ'האב אויפגעבויט אן אימפעריע פון לייקס".

  • "איך זאג דעם אמת אין פנים, וועגן דעם בין איך אזא סוקסעס. איבעראל זעט מען אדנירם, אדנירם, אדנירם".

  • "ווער ס'גייט מיך נישט געבן לייקס, גיי איך אים מאכן באצאלן דערפאר. ענד יו קנאו וואט? ענק גייען דארפן באצאלן אפילו ווען איך שפאר ענק אויס מיט א צוים פון קאווע שטיבל".

  • "כוכב, דו ביזט א פיצי מענטש, ווער דארף דיך? 'גאו האום'".

  • "אין ק"ש זעט מען טויזנטער תגובות, צענדליגע אשכולות, אלס אדנירם'ס לעיבאר, גארנישט פון טשיינע אדער גע'גנב'עט. פראוד צו זיין אמעריקען".

  • "און צו אלע מתנגדים זאג איך קלאר: איך גיי ענק רודפ'ן עד חרמה, ווייל טעראריסטן קענען גיין קיין אייוועלט! דא אין ק"ש, גיי איך וואטערבארדן אלע מחוצפים!".

  • "שמעקעדיג? סתם א בעיבי. כוכב? שוין געזאגט - א פיצי פיצי פיצי מענטש ['אזוי' פיצי]. יאיר? שוין לאנג ארויסגעפאלן פונעם רעיס. ווער נאך? דעציט, אדנירם איז די זאך, וועדער איף יו לייק איט אר נאט!".

  • "וויאזוי איך גיי אויפבויען די עקאנאמיע פון ק"ש? ווער האט ביז יעצט אריינגעפאמפעט ביליאנען? ווער האט נישט מורא זיך צו שלאגן סיי מיט רעכטע און סיי מיט לינקע?! יא, איר האט עס געכאפט: אדנירם!!!".

  • "איך בין זייער, זייער, זייער, א גוטע מארקעטער. פרעגטס נאר דעם פיצי, פיצי, פיצי ['וואו איז ער אוועקגעלאפן?'] כוכב. אפילו ער ווייסט עס".


[center]יחי המלך טראמפ![/center]



----
כוכב, דו ביזט ריזיג, און דו האסט געמאכט א ריזיגע דזשאב!
כ'בין טיקלד פינק.

א ריזן דאנק, און געדענק:
ווער ס'שטיצט טראמפ, כ'מיין אדנירם, וועט נישט חרטה האבן...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר אדנירם

שליחה דורך קל וחומר »

אדנירם, כ'הער אז ד'האסט געקענסלט די שיפמענט פון לייקס פון טשיינע.

קענסטעס באשטעטיגן?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'דארף איבערפרעגן טראמפ המקורי וואס ער האט געענטפערט, ווען מ'האט אים געפרעגט די זעלבע פראגע.
אויב אריגינאל, פאסט אים דעם ענטפער:

  • "העי, קל וחומר, מאך זיכער צו טשעקן אז דו וואוינסט נאך דא אין אמעריקע. ווייל אויב דו אטאקירסט מיך, מיינט עס אז דו וואוינסט נישט אין אמעריקע, ווייל 'יעדער' אין אמעריקע האט מיך ליב. זייער ליב. זייער זייער ליב".

  • "קל וחומר, דו ביזט א קל, און דו ביזט א חמור!".



וואס נאך?
אוודאי נישט קיין תירוץ לגוף הענין.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר אדנירם

שליחה דורך גר ותושב »

@כוכב אז די ווייסט שוין יא די סוד איז פארוואס האסטו נישט צעטיילט די אשכול און אפאר תגובות?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]נו! ליצנות פון א ת"ח און נאך א שוכן עפר דערצו? כוכב, עי וואן! אדנירם, זייער גרעיספול אויפגענומען מיט א שטארקע קאמבעק. מזל טוב צום גרויסע דערגרייכונג.

אגב, כ'האב מיך פונקט געוואונדערט היינט, איך האב אפגעשריבן א לענגס און א ברייטס, העכער צוואנציג טויזנט קערעקטארס. אדנירם שרייבט מיר א שיינע תגובה אז ער האט הנאה געהאט דערפון, און ער באקומט א לייק אויף יענע תגובה. איר הערט א מעשה? יענער קומט אריין אין מיין אשכול, מיר לייקט ער נישט אבער אדנירם'ן לייקט ער פארן הנאה האבן פון מיין ארטיקל. דער אדנירם האט עפעס הימלישע כוחות. :D


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

קיין ספוק עטץ קעשט אריין די לייקס ערגעץ ווי
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר אדנירם

שליחה דורך גר ותושב »

איך בין נישט קיין שרייבער און איך בין נישט א מענטש וואס קען ארויס ברעינגען מיינע הרגשים אבער בקיצור נמרץ אדנירם האט זיך ערליך פארדינט איעדע לייק קיפ איט אפ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זבולון האט געשריבן:עס איז שוין לאחר מעשה.
יעצט לאמיר הערן פון [tag]אדנירם[/tag], וואס איז די פיהלינג פון אריבער גיין צו פינעוו דיזשיטס לייקס.
גייט אן דערין דעם כלל פון מי שיש לו מנה רוצה מאתיים?
נאך א שאלה, וויפיל פיקטיווע ניקס האסטו אויפגעהאלטן?

ס'איז אזויווי די פילינג פון א מולטי מיליאנער וואס איז אריין אין פארבס ליסטע מיט א 'ב' = ביליאנער.
די כלל פון יש לו מנה רוצה מאתיים גייט אייביג אן, אבער איינמאל מ'איז שוין אין די 'ליעג', איז עס שוין נישט ווי אמאל.
אדנירם גייט בתמימות, איך האלט ביים עשרת אלפים אן קיין צווייטע ניק. כ'בין נישט פון די וואס שפירן סיפוק פון ארויסנעמען געלט פון רעכטן טאש און עס אריינלייגן אין לינקן טאש...
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

שוין געקומען די צייט,
שיינע פירות מ'שניידט,
מיר האבן דא פיל גרויסע לייט,
שוין אסאך חכמים דא געהאט,
זיי אלע האלטן נאך היבש ווייט,
רעכענענדיג די תוכן און פארמאט.

שש איז א טרעידמארק אין שטיבל,
שיין אויסגעלייגט יעדעס בריוו'ל,
מיט שנעלע טריט און שטארקע שטיוול,
שיקט ער זיינע סחורה ארויס פון גריב'ל,
זייענדיג קערענדלעך אנע איבעל,
רעבע'ס ציטערן פאר זיין אריגענעלע צוויבל.

שמן
ששון
מחבריך
שקבלת,
זכיתם
רבינו כי שאלת...

שיינע
שרייבער,
מורא'דיג
שיין
זיינע
רעיונות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אשפגת"י במאוד מאוד, הן מהכוכב הגדול הזה והן מאדנירם שלנו - בעל הליקוטי"ם
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר

שליחה דורך גר ותושב »

מען דארף טוישן די קעפל צו 10,000סטע טענק איך זעי אז עס הייסט שוין נישט לייקס עס הייסט טענקס
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אדנירם איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אדנירם איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אדנירם, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אדנירם אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אשפגת״י!


לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר

שליחה דורך קל וחומר »

דע עולם אשפגת"י'ט אינגרויסן, און איך האב קיין מושג וואס דאס מיינט.

כ'האב פרובירט אויפקומען מיט עפעס אזוי א'יך ש'טארב פ'אר ג'עלעכטער ת'ענק י'ו.

קען איינער אזוי גוט זיין און ארויסגעבן ס'קאוד ביטע?

תודה מראש.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך שיס פאר געלעכטער, ומקורו מאייוועלט.
א ניק וואס אשפגט מיינט ער איז שוין דא דורי דורות (לפעמים נתעבר באמבטי, או נתגלגל, או דיבוק נכנס בו, דא הוא רזא דאשפגתתא, בהאי שטיבליא.)
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כוכב האט געשריבן:לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

מ׳דערציילט נאך אזא מעשה אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.

כך שמעתי בנעורי. (ואולי כבר נמצא אנקדוטה זו בתוך נבכי השטיבל, ואם לאו, יש להוסיפו ל״שונות ומשונות לבית בריסק״ כראוי לדמותו של נושא אשכול זו - ה״ה מחברו שם).
כאן, חבל טבור הארץ.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

(אגב, איך האב עס געהערט אויף ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל, אבער ס'נישט קיין סתירה וכו' וכו' והוא רחום יכפר וכו' ע"כ)
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

Re: 10,000סטע לייק פאר שש משזר

שליחה דורך יהושע חיים »

קינד_אן_קייט האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

מ׳דערציילט נאך אזא מעשה אויף חיימקע בריסקער, אז ביים באצאלן אין גראסערי וואו די קעשיער איז געווען א פרוי האט ער צוגעלייגט: ״שלא לשם קידושין״.

כך שמעתי בנעורי. (ואולי כבר נמצא אנקדוטה זו בתוך נבכי השטיבל, ואם לאו, יש להוסיפו ל״שונות ומשונות לבית בריסק״ כראוי לדמותו של נושא אשכול זו - ה״ה מחברו שם).

האט זיך אנגעריפן איינער פון די אנוועזנדע "מתוך שלא לשמה בא לשמה"
רושם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 43
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 2:09 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל

שליחה דורך רושם »

כוכב האט געשריבן:
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:דאס ברענגט מיר צום אויספיר אז געבן א לייק פאר אדנירם איז בעצם א פריוויליגיע. ווען א פרוי לייקט אדנירם איז עס א שאלה פון קידושין, אין א בחינה פון בההוא הנאה דמקבל מיני', און בעסער מ'זאל ארויסזאגן מיט די מויל "לשם סבלונות ולא לשם קידושין", ווייל ווען דו לייקסט אדנירם, אנדערש ווי ביי אנדערע ניקים וואס ס'איז אמאל א מתנת חנם און א חסד של אמת וד"ל, איז ביי אדנירם אלעמאל דאס פארקערטע, ניטאמאל א מקצת מן המקצת פון א באצאלונג פאר וויפיל האסט הנאה געהאט פון זיינע ווערטער.

אשפגת״י!


לאך נישט, כ'האב אמאל געזאגט בערך דעם וויץ פאר א פרוי-ניק דא אין אישי, אבער זי האט רעספאנדעט מיט קעלבערנע אויגן נישט וויסנדיג וואס איך וויל.
הערשט דעמאלט האב איך געכאפט אז מ'דארף אפזיצן צען יאר אין ישיבה און שמוציג מאכן עטליכע גמרות מיט קאפי פלעקן צו קענען פארשטיין דעם וויץ.

מיינסט אוודאי שרולי/אביגיל
איך גלייב נישט ער האט שוין פארגעסן אזא פאפעלערער שטיקעל גמרא.

נ.ב. נישט שיין אונטער צורייצען דעם המון עם דא.
פארשפארט