יאיר האט געשריבן:איך האב לעצטנס אנגעהויבן קלערן אויף אן ערנסטער פארנעם אויב די רבנים זענען גערעכט אז דער אינטערנעט איז שעדליך. איך האב איינגעזען ביי מיר אז דער פרייהייט פון אינפארמאציע וואס איך האב אויף דער אינטערנעט איז נישט שטענדיג געווען א טובה פאר מיר, און הגם איך האב גענאשט פארשידענע וויכטיגע זאכן אויף דער אינטערנעט, האט עס מיר אויך שאדן געטון אויף אנדערע אופנים.
די אינטערנעט האט געברענגט א פלייץ פון אינפארמאציע פאר די מענטשהייט. אבער דער מענטשליכער מוח פילטערט נאטורליך די אינפארמאציע וואס איז נישט קיין טובה פאר דעם מענטש, און עס לאזט זיך שוקל זיין אויב עס זענען פארהאן מענטשן אין פארשידענע מצבים וואס עס לוינט זיך נישט פאר זייער טובה צו וויסן געוויסע אינפארמאציע.
אזוי ווי די מיטגלידער דא זענען גענוג ברייטקעפיג צו קענען אנאליזירן אן ענין פון אלע זייטן, וויל איך דאס עפענען פאר א דיסקוסיע דא.
נ. ב. דער פאוסט איז געשריבן מיט א פולשטענדיגע ערנסקייט און אדעתא דהכי אז איך וועל אי"ה נוצן די אינטערנעט קומענדיגע וואך צו פארשפרייטן א זאמלונג פון מיינע נבואות.
לייג די רבנים אין א זייט. אקעי כ'ווייס ס'זאגט זיך גרינגער ווי געטאן. זיי זענען צופיהל אין צאל אבער על כל פנים די אויבנאן אין א זייט געלייגט. יתכוין לבו למערב. פון א מאדערנער קוק ווינקל האט יאיר א פוינט. ווי מיין ברודער זעט עס, איז אינאמת'ן דאס פונקט פארקערטע. ווי מער וויסענשאפט און אינפארמאציע אלץ ביטערער דאס לעבן. פון דעם נעם א ראיה אז די מער א פענאמענאן אדער א קאנצעפט מאכט סענס מיט ריזען דארף דיך עס א סימן זיין אז דאס פונקט פארקערטע איז אמת. לדוגמא, א קינד פרעגט צומאל שאלות אויף וואס מען קען נישט ענטפערן דעם אמת אדער אריינגיין צופיהל אין דיטעיל ווייל דאס וועט אים דערשרעקן, ס'וועט אים מאכן אויס איניסענט אדער סתם ניוראטיש און פארדאהג'ט אויף זאכן וואס זענען אומרעלעוואנט צום טעגליכן לעבן. איז אפשר גאר טענה'ט ער איז אויפגעקלערטקייט גאר אן עונש פאר א מענטשן. ער איז נאר מער צעמישט, מער עלנד און מער ציהללאז. טעכנעלאגיע דעמאגאגיע, דאס איז אלץ נאר צו פארלענגערן דעם מיזרעבל לעבן און מאכן דעם מענטש מער פאריאגט, אומזוכער, ציניש און אומפראקטיש וכו'. בכל אופן, שלא לסוט מהענין. (ער מיינט דאך זיכער נישט דעם קעפל ערנסט. אפילו אויב יא, ווען איך שרייב עס ווען וואלט איך עס נישט געמיינט ערנסט)
איך האב אינאכט גענומען עטליכע נעגעטיווע תוצאות וואס דער אינטערנעט האט געבראכט וואס אביסל האט מען שוין אנגערירט.
די אינטערנעט דינט גאר אסאך פונקציעס וואס בעפאר האט געפאדערט פון אונז באזונדערע סעלושענס. סעלושענס וואס האבן מער קאפ פארלאנגט. א נומער צו געדענקען האט מען אדער זיך איינגעחזר'ט אדער געשריבן אין א טעלעפאן ביכל. די זעלבע מיט נאוטס און מעמאס. צו וויסן די וועגן האט מען געדארפט א מאפע, ווי אזוי מען ספעלט א ווארט - די דיקשאנערי, פארשטיין אן אויבערפלעכליכע נושא - אן ערך אין א אינציקלאפידיע, לייענען אן ארטיקל, עקשולי לייענען מיט די אויגן עז עפפאזד צו הערן גוגל לייענען עס פאר דיך און אזוי נאך. כ'רעד שוין נישט פון די אנדערע פארלייכטערונגען וואס אויבן אויף וואלטן סייווי נישט פארנוצט דוקא מער קאנצערטרירונג אבער וואלטן זעכער מער צייט און עקשנס געבעטן, ווי לדוגמא: מיוזיק, אן אפאראט מיט א מוזיק קאלעקציע, צו וויסן די צייט האט מען געדארפט א זייגער. און אזוי אן א שיעור זאכן. (לאמיך נישט רעדן וואס מ'האט געטוהן פאר די זייגער...)
איז שוין נישט קיין וואונדער אז די אינטערנעט דימינישינג אונזער יכולת צו קאנצערטרירן זיך קען מאכן סענס. אבער איך זע אין די אינטערנעט און אין די כלים וואס זי האט גורם געווען, נאך תוצאות. די אבסעסיע וואס מיר האבן צו טשעקן די טעלעפאן יעדע מינוט, די געוואוינהייט צו לאזן אלעס אויף די לעצטע מינוט, די אוממעגליכקייט צו נעמען א שעה אחת און רעפלעקטן, איבערטראכטן די ידיעות וואס מען האט זיך אנגעזאפט און סדר מאכן דערין. די אי-חשיבות פאר דעם געשריבענעם ווארט, ווייל מ'שרייבט עס אויף די אינטערנעט און קיינער וועט עס אמאל נישט זען, עס ווערט דערטרונקען אין די ים מני רחבה פון אינפארמאציע. די אינקעיפעביליטי צו קענען דיסקרימענירן צווישן איינער וואס ווייסט טאקע וואס ער זאגט, איינער וואס מיינט ער ווייסט און איינער וואס ווייסט ער ווייסט נישט און איז דא דיך צו פיטערן פאלשע אינפארמאציע, ווי דער טראלל אויף וויקיפידיע. די אינסענסעוויטעט צו געשעהענישן און די ביטול הזמן ווי הוגה זאגט. די סקעפטיסיזם און אוממעגליכקייט צו באשליסן אויף למעשה צוליב אזויפיהל קעגנזייטיגע מסבר'דיגע מהלכים אין יעדן איסתפקתא און אפילו אויף די אינטערנעט אליינס, וויבאלד אלעס איז מוכן על שולחן ערוך, די לור צו פאטשקען די צייט מיט אומוויכטיגע, קורצע טערמיניגע אינפארמאציע אנטקעגן די פארקערטע. און נאך אן א שיעור אפעקטירונגען אויף אונזער תכונות הנפש.
עדיין, דאס אלעס איז מעג נישט זיין א סיבה צו בלאקירן אדער לימיטען די פלוס פון אינפארמאציע. די וועלט פארט ווייטער און מיר דארפן זיך עדזשאסטן דערצו און זען נישט צו פארלירן די גוטע זאכן פון די אלט פארגאנגענע צייטן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.