ירא שמים האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:ירא שמים האט געשריבן:ווען אנשטאט ״מהאט אויף מיר ארויף געצוואונגען״ נוצטו דעם אויסדרוק ״איך באצוואונג מיך אליינס״ ווייל איך האב מורא פונ׳ם סטיגמא צו ווערן אנגערופן באם, און אנשטאט ״מלבושים וואס זענען א עקל און א גרויל״ נוצטו מלבושים וואס עקלען מיך, בין איך מיט דיר הונדערט פארצענט.
ער נוצט עקל אויף די מושג פונעם ביבער היט, נישט אויפן ביבער היט בכבודו בעצמו. דאס מושג ׳ביבער היט׳ און איר דיזיין, וואס האט נישט קיין שיכות מיט אידישקייט.
איך פארשטיי נישט וואס דו מיינסט, אבער וואס איך מיין איז אז דער חכם פארשטייט נישט אז מאדע און אנטואכץ איז א סאביעקטיווע זאך און אזאך פון טעיסט און יעדער איז בארעכטיגט צו האבן זיין טעיסט, און ער קומט זאגן אז די חסידישע לבוש איז עקלדיג במהותו, איך קוק עס אהן אלס באליידיגונג צו זאגן צו א ציבור מענטשן עסט זעסט אויס עקלדיג.
איך פריי מיך אז דו האסט ענדליך ארויסגעזאגט וואס קוועטשט דיר. דו ביסט באליידוגט אז איך האב כאילו געזאגט אז דו זעסט אויס עקלדיג. אבער נישט אז דו ביסט א שוואנץ יאר וואס גלייבט אז איינער וואס גלייכט נישט קיין שוואנץ אויפן קאפ איז ממילא א שייגעץ.