גזירת פלעסטיג בעג'ס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

גזירת פלעסטיג בעג'ס

שליחה דורך פליקער »

ב"ה היינט איז א געוואלדיגע גיטע צייט פאר די וועלט, יעדער האט שוין כל מילי דמיטב, אלעס איז מסודר, די סיטי קאנסל קוקן איבער זייער ליסטע וואס מען קען נאך מתקן זיין איידער עס איז צי שפעיט, ביז איינער קלאפט אין טיש זענט איר נארמאל האט איר נישט געהערט פון די גרויסע סכנה וואס לויערט אויף אינזערע קעפ, אזא צרה וואס זייט בין לאדען'ס ניין עלעווען איז נאך נישט געווען, מען מיז נעמען גאר שטרענגע שריט, מען זעיט ארים ליגן ציפיל פלעסטיק בעג'ס, דער עולם איז גאר צילאזט ווען עס קומט צי פלעסטיק בעגס, ווי אברהם ישעי' פלעיגט זאגן 'טשארלי דער גארבידזש מאן זאגט' אז ציפיל בעגט כאפן זיך אריין אינעם לענדפיעלד.

יעדער אין סיטי קאנסעל ווערט דערציטערט, א שוידער גייט דורך זייערע ביינער, זיי קוקן זיך איינע דעם אנדערן אין די אויגן בשלמי הרע הזאת, וטי אזוי איז עס געקומען ביז דא, ווער האט פארזען אזא גרויסע צרה אן אויפגעכאפט ווערן אויף די פארגעשריטענע ראדארן.

מען נעמט דיבאטירן די שרעקליכע ענין וואס האט ווייט גרייכענדע קאנצעקווענצען, מען טרעפט די פראבלעם ווי אימער מען גייט, כמעט יעדע געשעפט איז דערפון פארכאפט, נישטא קיין שום רפואה, מען האלט און ערגעץ נישט מיטן פראבלעים, אפילו מיט יענע מעשה רח"ל האלט מען שוין ווייטער, די פלעסטיג בעג פראבלעם איז ממש אנשטעקיג, און וואקסט מיט א אימגעהויערע שנעלקייט, און סייענטיסטן ווארענען אז אויב נעמט מען זיך נישט דערצי מיט די גאנצע ערענסקייט וועט עס לעכערן דעם אויזאן לעיער ווי א בורער אין א אויער פין א קנעכט בזמן שבית המקדש היה קיים, עס וועט בלי ספק ברענגען די גלאבאלע ווארעמינג צי גיהנם לעוועלעך, און גייט מאכן די וואסערן פונעם אטלאניק זיך הייבן צי צינאמי הויכן, די זין וועט פארגיין בעיבי הרקיע און זיין אינדעינדזשערט נישט אויפצישיינען, שטורמעס וועלן קומען ממש ווי אין נח'ס צייטן, און עס וועט נישט העלפן וויפיל מאל מען וועט זאגן זוכר הברית, פארשידענע מחלות וואס זענען שוין לאנג אויסגעראטן וועלן זיין ציריק שנעלער ווי מען קען זיך פארשטעלן.

די דעבאטע איז ציטיילט געווארן און צוויי, א חלק האלטן אז מען ברויך עס אסרן, כמו יעדע סם המוות, גענוי ווי עסאלט רייפל'ס, ווייל עס מאכט שאדן פונקט אזוי אויב נישט ערגער לויט געוויסע עקספערטן, ממילא מיז מען ארויסגיין בחרב וחנית קעגן אלע פלעסטיק פירמע'ס, מען ברויך אראפ גיין מיט אן ארמיי פון פעדעראלע אגענטן זיי ברענגען פאר אויספארשינג, וואס ווייסן זיי אלס, ווי לאנג ווייסן זיי שוין די אלע פראבלעמען, און מען וועט זיי האלטן פאראנטפארטלעך פאר אלע צרות וואס זיי האבן אויסבאהאלטן פונעם ציבור די אלע יארן.

די צווייטע חלק פונעם דיבאטע האלטן אז ניין מען קען נישט אזוי פשוט ציברעכן די אינדאסטרי, לאו עכברא גנב אלא חורי גנב, מען ברויך זיך נעמען איבער די אלע באניצער'ס און זיי ברענען די פיס, ביז עס וועט זיי פארגיין די אפעטיט פון ניצן דעם שוידערליכן פלעסטיק בעג, מען מיז זיך נעמען פערזענלעך איבער פלעסטיק בעג באניצער און זיי רודפן, מען ברויך זיי צאפן דאס בליט, מען זיכט פילע עצות וואס מען קען אלס טיען, ביז ההוא סבא זאגט שמעי נא רבותי אנשים חכמים ונבונים, מה בצע אז מען וועט דאס פשוט אסרן, הבא נתחכמה לו, לאמיר נעמען די עצה וואס אינזערע פארגייער האבן געטיען ביים גרויסן באטל גזירה, מען זאלן ארויף לייגן א העפטיגן טעקס אויף יעדע בעג, און אזוי וועט זיכער מער קיין בעג נישט זיין, און מיר וועלן קענען דעקן דעם באדזשעט און איין וועיגס, געזאגט און געטיען.

מען האט ארויף געריפן עדות, אלע וואס האבן געזען די בעג'ס זיין פארמישט און א קריים, און די עדות האבן מיט טרערן אין די אויגן אנגעהויבן שילדערן וואס זיי האבן געזען מיט די אייגענע אויגן, עס איז דארט קיין טריקן אויג נישט געווען, די מידיע גיבט איבער אז זייט נירענבורגע געריכט איז נאך אזא דראמאטישע צענע נישט געווען,

איין עדות נאכן אנדערען האבן געשאסן פעך און שוועבל, איך וועל נישט דא שילדערן אלע עדות פשוט ווייל עס איז געווען צי גראפיש, עטליכע עדות וועל איך יא שילדערן, מיר גייט נישט ארויס פון קאפ ווי איינער האט געקייכט אז ער האט געזען במו עיניו ווי וואס האט געטראגן פיר דאזן אייער און די בעג האט זיך פאר דווקא איבערגעריבן און געלאזט פערמענאנטע שאדן און מען האט שיעור געמיזט אריין ריפן העזמעט, איינער האט געשילדערט אויב די תורה וואלט געלאזט שווערן וואלט ער געשוואוירן ווי ער האט געזען א מייזל וואס איז געווען דערשטיקט אין א פלעסטיק פאר אן קיין שום סיבה, נאר רשעותדיגע מאטיוון זענען אנגעגעבן געווארן וישא כל העם את קולם בבכי תמרורים, איינער האט געפרעגט צי איינער ווייסט ווי אלע בעגס גייען, און האט ארויף געצויגן זיין קול ווי א דינער און מיטן העלן טאג אוו גארבידזש פוי פוי פוי פוי האט מען גענימען שרייען, צוויי אקטיוויסטן האבן בקול רעש גדול פארכאפט די מייק און געשריגן היו לא תהיה, יחי.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: גזירת פלעסטיג בעג'ס

שליחה דורך פליקער »

ערענסט גערעדט איך הער אז די געלט גייט גיין פארן גראסערי מאן, דעריבער זעי איך א סיבה אז די געזעץ גייט ווערן אינפארסירט, פשוט ווייל דער גראסערי מאן וועט וועלן שטיפן ווי מער בעגס, אוו אינעם נאמען פון געזעץ, וועלן מיר ברויכן צאלן די פינף צענט, וואס אנשטוט ביז היינט האט עס דער גראסער איינגענומען, על כן וועלן נישט זיין ווייניגער בעגס נאר נאך א מיטל צי לייזן, וויל עס קאסט אים איין פעני א בעג און באקומט פינף צענט פער בעג.

איך בין נייגעריג אויב למשל מיר וועלן עפענען א גמ"ח פון פלעסטיק בעגס אין יעדע געשעפט ווי אזוי עס וועט אויסווירקן, למשל ביי הצלחה וועלן מיר אראפ לייגן א באקס בעגס וואס שטייט דערויף ארויפגעפרינט לאנדויס אדער וואן סטאפ, אולי וועל איך בארגן פאר מיין גראסערי טויזענט בעגס און עס דערנאך אפנעמען ביי יעדע ארדער.

נאך א עצה האב איך סטראשענען ער זאל מיר געיבן באקסעס, וואס אויף באקסעס איז נישטא די גזירה, אדער זאל דער גראסערי מאן מפקיר זיין די בעגס און מיר וועלן עס זוכה זיין מן ההפקר, מיר וועלן זיך מיזן אן עצה געיבן, אפשר זאל מען עס פארקויפן פאר א גוי אויב הפקר העלפט נישט ביי א בור ברשות הרבים.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב ס'גייט פאר די גראסערי קען די גראסערי מאכן א אטאמאטישע קרעדיט פאר די פלעסטיק בעג'ס.

אונז ווייסן אז די שווינדלערס צווישן אונז וואס באקימען אלע פראגרעמס מאכן צענדליגע טויזענטער דאללערס אויף דעם חשבון. מיט די 5 סענט פאר יעדע בעג קען מען צולייגן נאך 200 דאללער וואס זיי גייען סעיווען יעדע יאהר. און נאכדעם גייט דינא וויינען אז מ'זאל זיין עהרליך
real fake news
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 221
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 25, 2019 10:40 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 127 מאל

שליחה דורך real fake news »

געזעץ איז פולי אריין אין קראפט,
25.$ פאר א פעיפער בעג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פארוואס קען מען נישט מאכען אז איינער פון די אייטעמס וואס דו געשעפט פארקויפט איז פלעסטיק בעגס און דארנאך מאכען א דיסקאונט אויף די גאנצע ארדער די פרייז וויפיל די בעג האט נעקאסט?
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

DEC Agrees To Not Enforce Bag Ban Until April 1

https://nystateofpolitics.com/state-of- ... il-april-1
לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט מאכען אז איינער פון די אייטעמס וואס דו געשעפט פארקויפט איז פלעסטיק בעגס און דארנאך מאכען א דיסקאונט אויף די גאנצע ארדער די פרייז וויפיל די בעג האט נעקאסט?


סעילס טעקס
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

די נישט נארמאלקייט פון די פלעסטיג בעגס בען איז סאך מער.
זיי קענען עס נישט אויסראטן.. פארפאלן כטריי צו טראכטן וויזוי וועט אויסקוקען ווען מלייגט גארבידזש און פעיפער בעגס. און אז מגייט עם מילא נישט אויסראטן, וואס טוט מען אויף...

מער פון דעם. יעדער אויף פויד סטעמפ איז עקזעמפט.
פארוואס רופט מען דאס א פלעסטיג בען... קאל איט וואט איט איז. אנך א טעקס. נ״י האט זיך דערזען אז אלעס איז שוין טעקסט און מדארף שיקן נאך געלט קיין דאמיניקען ריפאבליק. לעטס טעקס בעגס...

רידיקיולוס
פארשפארט