עפענען א פרידז שבת
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
עפענען א פרידז שבת
טוט זיך טישן אויף בענק, א בעלזא אינגערמאן איז אויפגעקומען אז להלכה טאר מען נישט עפענען די נייע סארט ריפרידזערעיטע אין שבת, ווייל דאס ברענגט צו אז די מאשין זאל ארבייטען,
דער אינגערמאן איז אויפגעקומען מיט א פלאג וואס מען פאברעציט אין טשיינע אין דאס ברענגט צו אז ס׳זאל נישט באקומען די מעסידז ווען די פרידז עפענט זיך אדער פארמאכט זיך, דער פלאג קאסט אפ איבער א מאה, אין ער זאגט אז ס׳דעקט קום די קאסטן,
אסאך רבנים האבן שוין גערעגט דערוועגען ברבים אין געזאגט אז אןדי פלאג טאר מען נישט עפענען די פרידז נאר כלאחר יד.
דער אינגערמאן האט אריין געברענגט אפאר אלפים פון די פלאגז אין סאיז שוין נישט דא צו באקומען. כלל ישראל לאסט זיך קאסטן אויף שמירת שבת. אזוי אויך לויפט ער ארום אין געבט דרשות איבערן פראבלעימען פון די פרידז אין די רבנים זענען זיך מודה אז סאיז פארהאן א פראבלעים.
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1650
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 1407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
איינער מיט א ראיון פון א איסור ווי מקען אויפקומען מיט א פעטענט להיתר צו פארדינען אביסל זאל ביטע לאזן וויסן באישי.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 6:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
שטילע אינגערמאן האט געשריבן:טוט זיך טישן אויף בענק, א בעלזא אינגערמאן איז אויפגעקומען אז להלכה טאר מען נישט עפענען די נייע סארט ריפרידזערעיטע אין שבת, ווייל דאס ברענגט צו אז די מאשין זאל ארבייטען,
דער אינגערמאן איז אויפגעקומען מיט א פלאג וואס מען פאברעציט אין טשיינע אין דאס ברענגט צו אז ס׳זאל נישט באקומען די מעסידז ווען די פרידז עפענט זיך אדער פארמאכט זיך, דער פלאג קאסט אפ איבער א מאה, אין ער זאגט אז ס׳דעקט קום די קאסטן,
אסאך רבנים האבן שוין גערעגט דערוועגען ברבים אין געזאגט אז אןדי פלאג טאר מען נישט עפענען די פרידז נאר כלאחר יד.
דער אינגערמאן האט אריין געברענגט אפאר אלפים פון די פלאגז אין סאיז שוין נישט דא צו באקומען. כלל ישראל לאסט זיך קאסטן אויף שמירת שבת. אזוי אויך לויפט ער ארום אין געבט דרשות איבערן פראבלעימען פון די פרידז אין די רבנים זענען זיך מודה אז סאיז פארהאן א פראבלעים.
איינער מיט עפעס מער פרטים איז מכובד צו זאגן וואס ער ווייסט.
דער אינגערמאן הייסט רב אורטנער
די קאמפאני Zman Technologies מאכט די זייגער וואס קאסט בערך $140
לויט אים גרעניצט זיך דאס ממש מיט חילול שבת דאורייתא אין די שבת מאודס העלפן גארנישט, אבער רב היינמאן פון Star K
געבט א הכשר אויף די Saboss Mode אין טענהט אז עס איז כשר וישר, גיי ווייס...
געהערט האב איך אז עטליכע וואס האבן גענוצט די זייגער יעצט יו"ט האבן זיך די פרידזש צובראכן.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
בכלל נישט קיין שאלה
לויט ווי ס'זעהט אויס איז עס בכלל נישט קיין שאלה, ווייל ס'זיכער אסור על פי כללי הלכות שבת המסורה בידינו, כאטש וואס איך בין מאמין באמונה שלימה, אז חז"ל וואלטן דאס נישט גע'אסר'ט בימיהם.
סתם צו זעצען די רעקארד גראד, דער אינגערמאן איז ערשט אויפגעקומען (עוסק געווען) אין די פראבלעם, און ערשט שפעטער זיך מטפל געווען מיט די עצה. און יא, ער מעג מאכן געלט פון דעם (זייט ווען טארן נישט ת"ח מאכן געלט?)
נאך א נקודה'לע - איידער איר נעמט זיך האקן אויף דעם אינגערמאן - ער איז נישט פון די עסטעבלישמענט, אין פאקט, כ'מיין אז ער האט אפילו געהאט א פאזיציע פאר א תקופה אין ישיבת שרה הורביץ, חובבי תורה.

Under influence
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
די דיון איז פשוט, אמאל ווען עס איז געווען די שאלה איבער די פרידש איז עס נאר נוגע געווען בעיקר כלפי די קאמפרעסער, דהיינו די פרידש האט פארמאגט א טערמעסטאט און אנגעצינדען די קאמפרעסער ביי א געוויסע טעמפעטשער, די שאלה איז געווען אז למעשה איז שייך אז מיטן עפענן די טיר קען עס ממש דעמאטלטס אראפברענגן די טעמפעטשער עס אנצינגען בכח ראשון, משא"כ כהיום האט זיך די געטוישט און א פרידש באשטייט מער נישט פון נאר א טערמעסטאט און קאמפרעסער, עס פארמאגט צענדליגער סענסערס צו קאנטראלן די קלימאט צו מאכן זיכער אז עס האט א לעוועלד קאלטקייט, עס האלט חשבון וואו אפט מען עפענט די פרידש אזוי ווייסט אויסצורעכענן וואו לאנג און אפט די קאמפרעסער זאל זיך אנצינדען וכדומה, וואס דעס געשעט יעדעס מאל מען עפענט די טיר.
דעס איז די מציאות, בנוגע די הלכה אפשר א צווייטע מאל, די פאטענט פון הרב אורטנר איז זיכער נישט קיין מהלך, עס איז א פשוטע שבת זייגער, עס אנגעשטעלט אז עס ארבעט אפאר מינוט און איז אויסגעלשן אפאר מינוט, און א פרידש פארנעמט דאס נישט, לכאורה נאך גאר א קורצע צייט פון אזא התנהגות, וועט ער זיך אפזאגן פון דיר דינען און ער וועט גיין פייפן.
אגב, הרב אורטנר איז געווען שטארק אינוואלווד אין די מערכה אקעגן די שבת סוויטש און ארויסגעגעבן די זמן סוויטס.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אהרן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
פארוואס קען מען נישט מאכן אז במשך פון פיר אין צוואנציג שעה זאל זיך עס צוויי דריי מאל אויסלעשן רענדאמלי, אזוי ארום וועט עס נישט זיין מער קיין פסיק רישא.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
קל וחומר האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט מאכן אז במשך פון פיר אין צוואנציג שעה זאל זיך עס צוויי דריי מאל אויסלעשן רענדאמלי, אזוי ארום וועט עס נישט זיין מער קיין פסיק רישא.
עס איז א פסיק רישא ווען עס ארבעט יא.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
איך האב געקויפט א נייע פרידזש פאר פסח און זיכער געמאכט אז עס האט נאך דער סוויטש וואס מען קען פארקלעבן שבת. סתם א זייגער וואס עפענט און פארמאכט זיך איעדע זעקס מינוט (לויט דער סעילסמאן) איז נישט א גוטע איידיע פאר א קאמפרעססאר אזוי ווי אהרן זאגט שוין.
Re: עפענען א פרידז שבת
די שבת מאוד פון סטאר קעי ארבעט פאר די אלע פראבלעמען וואס קומען דירעקט פון עפענען די טיר, ווי אנצינדען די דיפראסטער אויסלעשן די ווענטעלעישן און די לייט, אבער די טערמאסטאט ארבעט ווייטער געהעריג,
דא איז דא צוויי פראבלעמען, קודם כל די אלטע פראבלעם אז ווען מען עפענט די טיר קומט אריין ווארימע לופט און צינדט אן די קאמפרעסער, אויף דעם האט זיך שוין געטון בימים ההם און ר' שלמה זלמן האט מתיר געווען כידוע, איז אבער דא וואס טענ'ן אז ביי די דיגיטעל טערמאסטאט איז ערגער ווייל עס ארבעט גאר שנעל מילא איז עס נישט קיין גרמא, ויש לדון בזה, אבער אויף די פראבלעם איז דא די אלטע עצה פון נאר עפענען די טיר ווען די קאמפרעסער ארבעט,
די צווייטע פראבלעם האט מיט די אופן וויאזוי די דיגיטל קאמפרעסר ארבעט, אז די היץ איז גורם געוויסע עלעקטאראנישע שינוים אינעם טערמאסטאט, און אויף דעם העלפט לכאורה נישט די פריעדיגע עצה,
עס איז אבער נישט זיכער אז גורם זיין עלעקטעריק אן קיין שום השפעה איז א פראבלעם בכלל,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk

קאווע טרינקער האט געשריבן:לויט ווי ס'זעהט אויס איז עס בכלל נישט קיין שאלה, ווייל ס'זיכער אסור על פי כללי הלכות שבת המסורה בידינו, כאטש וואס איך בין מאמין באמונה שלימה, אז חז"ל וואלטן דאס נישט גע'אסר'ט בימיהם.
סתם צו זעצען די רעקארד גראד, דער אינגערמאן איז ערשט אויפגעקומען (עוסק געווען) אין די פראבלעם, און ערשט שפעטער זיך מטפל געווען מיט די עצה. און יא, ער מעג מאכן געלט פון דעם (זייט ווען טארן נישט ת"ח מאכן געלט?)
נאך א נקודה'לע - איידער איר נעמט זיך האקן אויף דעם אינגערמאן - ער איז נישט פון די עסטעבלישמענט, אין פאקט, כ'מיין אז ער האט אפילו געהאט א פאזיציע פאר א תקופה אין ישיבת שרה הורביץ, חובבי תורה.
ווי איז ער מיט אלע רבנים געווען פאר ער האט געהאט א ביזנעס דערפון? פארוואס האבן זיי נישט געשפירט פאר וויכטיג מונע צו זיין אידן פון חילול שבת?
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
די צווייטע פראבלעם האט מיט די אופן וויאזוי די דיגיטל קאמפרעסר ארבעט, אז די היץ איז גורם געוויסע עלעקטאראנישע שינוים אינעם טערמאסטאט, און אויף דעם העלפט לכאורה נישט די פריעדיגע עצה,
עס איז אבער נישט זיכער אז גורם זיין עלעקטעריק אן קיין שום השפעה איז א פראבלעם בכלל,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
די טענה איז נישט אזוי פשוט, ווייל למעשה דאס איז ווי אזוי די פרידש ארבעט, און די ווילסט דאך אז די פרידש זאל ארבעטען, איז דאך די השפעה וואס קומט ארויס (אז די פרידש ארבעט) דאס וואס די ווילסט, הגם די וואלסט ווען מסכים אז די פרידש זאל ארבעטען אן אזא פארגעשריטענע קאמפרעסער
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
Re: עפענען א פרידז שבת
אהרן האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:

איך האב מיר אפשר נישט גענוג קלאר מסביר געווען, די טענה איז נישט מכח גרמא, נאר אז גורם זיין א עלעקטעריקל קורענט אן קיין פראקטישע השפעה איז קיין פראבלעם, מילא אויב עפענט מען נאר די טיר ווען די קאמפרעסער ארבעט שוין האט די עלעקטעריק אינעם טערמאסטאט גארנישט, און אויף אזא פאל איז דא וואס האלטן אז עס איז נישט קיין פראבלעם שבת,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
גראדעמעכעלע האט געשריבן:אהרן האט געשריבן:גראדעמעכעלע האט געשריבן:
די צווייטע פראבלעם האט מיט די אופן וויאזוי די דיגיטל קאמפרעסר ארבעט, אז די היץ איז גורם געוויסע עלעקטאראנישע שינוים אינעם טערמאסטאט, און אויף דעם העלפט לכאורה נישט די פריעדיגע עצה,
עס איז אבער נישט זיכער אז גורם זיין עלעקטעריק אן קיין שום השפעה איז א פראבלעם בכלל,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
די טענה איז נישט אזוי פשוט, ווייל למעשה דאס איז ווי אזוי די פרידש ארבעט, און די ווילסט דאך אז די פרידש זאל ארבעטען, איז דאך די השפעה וואס קומט ארויס (אז די פרידש ארבעט) דאס וואס די ווילסט, הגם די וואלסט ווען מסכים אז די פרידש זאל ארבעטען אן אזא פארגעשריטענע קאמפרעסער
איך האב מיר אפשר נישט גענוג קלאר מסביר געווען, די טענה איז נישט מכח גרמא, נאר אז גורם זיין א עלעקטעריקל קורענט אן קיין פראקטישע השפעה איז קיין פראבלעם, מילא אויב עפענט מען נאר די טיר ווען די קאמפרעסער ארבעט שוין האט די עלעקטעריק אינעם טערמאסטאט גארנישט, און אויף אזא פאל איז דא וואס האלטן אז עס איז נישט קיין פראבלעם שבת,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
עס האט דאך יא א פראקטישע השפעה, די פרידש ארבעט דאך נאר מיט די חשבונות.
דעס אז איינמאל עס ארבעט איז שוין נישט נוגע איז געווען אמת אמאל, היינט מאכט די פרידש גאנצע חשבונות, איך גיי נישט אריין אין די הלכה, אבער די מציאות פון די היינטיגע פרידשעדערס זענען בכלל נישט די דומה צו די אמאליגע.
רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
נניח אז דאס עפענען די טיר פון די נייע פרידזשירעטערס ברענגט א באלדיגע און זיכערע ריספאנס צו א פעולה פון מלאכת הבערה אזוי אז ס'איז נישט בגדר גרם און ס'איז אויך א פסיק רישא, וואס דאן אפילו ער איז נישט מכוון איז עס אסור, דארף מען אבער קלארשטעלן דעם אבסורדאלע מציאות וואס ס'איז נגרם געווארן מכח דעם טומל.
ביז היינט ווען מענטשן האבן נישט געוויסט, אדער האבן עכ"פ געהאט א טעות אויפן סמך פון די עלטערע פרידזשירעטארס וואס האבן נישט געארבעט מיט א דירעקטע און זיכערע ריספאנס , אז מיט דעם וואס זיי באנוצן זיך מיט די פרידזש אום שבת טוען זיי א פעולה פון א פסיק רישא, אבער דאך וויבאלד זיי האבן נישט געוויסט, האבן זיי געהאט א דין פון א מתעסק, ממילא האבן זיי נישט געטון קיין שום איסור, מ'האט זיי אפילו נישט געדארפט מודיע זיין, ווייל ס'איז נישט פארהאן קיין אפרושי מאיסורא, ווייל ס'איז נישטא קיין איסור, אזוי פסק'נט רעק"א אין א תשובה אז מ'דארף אפילו נישט מודיע זיין פארן מתעסק.
קומט אויס אז דוקא די טומל און אויפקלערונג האט צוגעברענגט דעם אבסורדואלן מצב, אז יעצט הויבט זיך אן א שאלה פאר די מענטשן וואס האבן נישט איינגעהאנדלט דעם מכשיר, צו זיי דארפן זיך ברעכן קאפ געוואויר צו ווערן צו זיי זענען אויך אינעם כלל פון די וואס דארפן האבן דעם מכשיר.
הגם פאר די וואס זענען עכ"פ מסופק אויב זייער כלי איז אויך אין כלל פון די נייע מכשירים, איז ווייטער דא די היתר פון טו"ז אז א ספק פסיק רישא, איז אויך אין כלל פון א אינו פסיק רישא וואס איז מותר באינו מתכווין, און ס'איז לכאורה נישטא קיין שום סברא צו זאגן אז ער מוז מברר זיין וואספארא סארט כלי ער האט, ווייל אויב איז עס מותר לכתחלה לדעת הט"ז וכן פסק המ"ב, צו וואס דארף ער מברר זיין (אמנם יש אחרונים שחולקים על הט"ז)

למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
דאס אז ער וויל מאכט דאס נאך נישט פאר א מכוין, ווייל סוכ"ס ווייסט ער נישט אז ער טוט מיט די פעולה א מלאכה ווייל ער ווייסט נישט וויאזוי ס'ארבעט, יא ער דארף די פועל יוצא, אבער זיין טעות איז אז די פועל יוצא האט ער אן זיין דירעקטע פעולה, ממילא דאס איז ממש דומה צו די ציור פון מתעסק, נתכווין לחתוך את התלוש וחתך את המחובר, וואס דארט האט ער אויך געדארפט די פועל יוצא פונעם שניט דאס הייסט האבן א חלק פונעם ירק, ער האט נאר נישט געוויסט אז די פעולה זיינע איז געווען א דירעקטע פעולה פון תולש.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
כ'ווייס נישט צו ס'הייסט א מתעסק, דאכציך א מתעסק איז ווען ער וויל בכלל נישט דעם מעשה, דא וויל ער די מעשה ער ווייסט נאר נישט די פועל יוצא דערפון.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
נישט ריכטיג, אה"נ ווען בשעת ער האלט אפן די פרידזש, און ער זאל זיך יעצט דערוויסן אז מיטן צומאכן די פרידזש גייט זיך די טענזמישאן אקטיוויזירן ביזטו גערעכט ווייל סוכ"ס וויל ער דאך די פועל יוצא, ער וויל דאך נישט זיינע עסן זאל פאדארבן ווערן, נו אויב ער איז א איד וואס האט מורא פון חילול שבת וועט ער זיך אוודאי פורש זיין, אבער יעצט ווייסט ער דאך נישט אז דאס פארמאכן טוט דאס אקטיוויזירן, ער מיינט אז ס'מאכט זיך אטאמאטיש, די סיבה פארוואס ער מאכט צו די פרידזש איז עפעס אנדרעש ווי דאס אז ס'זאל זיך אקטיוויזירן עפעס, ממילא איז ער נישט קיין שוגג, נאר א מתעסק, זיין טעות איז דאך אז די פעולה וואס ער טוט ברענגט נישט א מלאכת הבערה, אזויווי יענער וואס שנייט אפ א פרי פון בוים וואס ער האט זיך טועה געווען אז ס'איז נישט מחובר לקרקע, און באמת איז עס יא.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: עפענען א פרידז שבת
איך וואלט עס ליבערשט צוגעגליכן צו א גורר מטה וספסל און ער ווייסט נישט אז ער איז בשעת מעשה אויך חורש.
ווען ער שניידט אפ די פרי פונעם אומריכטיגן בוים איז די גאנצע מעשה קציצה בטעות.