אדנירם האט געשריבן:איך האב געקלערט נעכטן, און איך קלער נאר שטערקער:
איינער פארשטייט די טעם פון מאכן אן אנקעטע? איינעמ'ס דעה דא גייט מכריע זיין את הכף? די דעת הרוב איז מעלה ומוריד? מילא מ'וויל סתם דיסקוסירן יעדער זיין דעה, נו, האמיר שוין געהערט. אבער גיין 'וועלן' פאר אן אנקעטע? וועם איז דאס נוגע, אז ער זאל שטיין אין קלפי אפגעבן זיין הצבעה?...
כ'מאך נישט אוועק דעם פותח האשכול ח"ו, ער איז קריעטיוו.
איך זוך נאר צו פארשטיין פארוואס מענטשן קומען 'מכריע' זיין.
ווייל אמאל מאכט איין צד אזאנע היליכיגע קולות אינעם ויכוח, אז א סך ניקים האלטן זיך שטיל פשוט אז מ'זאל זיך נישט נעמען צו זייערע ביינער און זיי זאלן זיך דארפן דעפענדן די גאנצע צייט. אלזא פאלט אריין אין מח אונזער באקאנטע ספק 'בין איך דער איינציגסטער'? אדער ווייל פונקט ווי איך רוף זיך נישט אן רופט זיך יענער נישט אן? מאכט מען אן אנקעטע וואו יעדער גיבט אפ זיין שטימע און פארטיג און ס'בארוהיגט דאס געוויסן, איך בין נישט משוגע.