קען איינער זיין א מערדער, און נישט געכאפט ווערן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בלויע רעקל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

קען איינער זיין א מערדער, און נישט געכאפט ווערן?

שליחה דורך בלויע רעקל »

א גוטן טייערע ידידים מכירים אנ"ש וכל באי בית השטיבל.

איך פארשטיי אביסל צו אינוועסטיגעשאנס, אויב האב איך צייט פאר א יוטאב דאקומענטרי, קען איך וואטשן פאר שעות, וויאזוי סייענס האט געפאקט און אויפגעכאפט מיאוסע מערדערייען, א מעיזשער חלק פון די אויסטרעפונגען ווערט געטוען דורך די מעדיקעל עקזעמינער, פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס איז, ער איז איינער וואס קען א יעדן פרט ופרט מגופו של אדם ער לעבט עס און ער אטעמט עס.

כדי צו ממחיש זיין די נושא, העלעך צוברענגען א מעשה שהיה, פון א שפיטאל וואס מען האט געטראפן אז איינער פון די מענער נורסעס האבן ערמארדעט צענדליגע פאציענטן, און קיינער האט נישט געוואוסט דערפון, ביז ווען א האלב פאראליזירטער מאן איז געשטארבן, און די דאקטורים האבן שוין באצייכנט זיין טויט פון א נעמאניע, אבער בשעת דער אטאפסי, אינמטן אויפשניידן זיין מאגן האט דער עקזעמיער דערשפירט א ריח פון סייאנייד, שוין יעצט ווייסט מען שוין אז מען דארף אויספארשן איינעם, און כך הוה, מען האט געכאפט דער מערדער, און אלס אויסטויש אז מען וועט אים נישט הינריכטן האט ער מודה געווען אויף אלע זיינע קאלט בלוטיגע מערדערייען דארט אין שפיטאל, סך הכל האט ער געהרגעט ארום 57 מענטשן, דער אטאפסי האט געראטעוועט אסאך פאציענטן פון דאמאלט און ווייטער.

יעצט צום נושא וואס באדערט מיר, עס איז שוין נישט קיין סוד וואס איך וויל דא ארויסברענגען, יא די נושא פון אטאפסי ע"פ הלכה.
לעצטנס קומט פאר א מלחמה אין לאנדאן, עס איז אלעמאל דא מלחמות אין א"י אין דעם נושא, איך בין נישט קיין דיין, און איך וויל נישט דא דיסקוסירן די הלכה, לאמיר זאגן אז מען טאר נישט שניידן א מת ע"פ הלכה, אויב אזוי קען מען הרגענען א פרומער איד וואס איז אביסל שוואך, און "געט עוועי וויט איט".

וואס איך וויל וויסן איז, ווען איז מען מתיר אטאפסיס, און אויב מען קען אנטפלעקן א מערדער איז עס דאן מותר און צוגעלאזט ע"פ הלכה? ווער זענען די וואס מאכן די החלטות אז מען גייט "זיך שלאגן פאר כבוד המת", עסקנים אדער רבנים וואס קענען די סוגיא?

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר