טעכנאלאגישע נייעס

אלעס אין די וועלט פון טעכנעלאגיע
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווערט איר שוין קראנק פון אזויפיל "פאט-האולס" אויפן ראוד? גוגל האט דעם מעגליכן סעלושאן פאר אייך!
דורך גוגל מעפס (וואס נוצט וועיז טעכנאלאגיע) ווילן זיי דערשפירן וואו עס געפינען זיך פאטהאולס אויפן ראוד, און אריינגעבן די אינפארמאציע צו די אינסטאנטן.

מען קען שוין צולייגן נאך א פאל צום ניגון "גוגעלע גוגעלע"....

www.pcmag.com/article2/0,2817,2490098,00.asp
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווערייזאן ווייערלעס (וועלכע האט לעצטנס געטוישט זייער לאגא, פון די ריזיגע v צו א קליינע..) האט געמאלדן אז זיי הייבן אן טעסטן א 5G נעטווארק וועלכע וועט לויפן ביז 40 מאל (!) שנעלער פון 4G און וועט האפענטליך אריינגיין אין דינסט בערך 2017.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך [NAMELESS] »

בלעקבערי קומט יעצט ארויס מיט א נייע סמארטפאון וואס וועט לויפן אויף ענדרויד, עס וועט האבן א סלייד אוט קיבאורד, http://www.businessinsider.com/blackber ... ew-2015-11

Sent from my SGH-T599N using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ישראלי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 21, 2015 2:34 am
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך ישראלי »

its called the "BLACKBERRY PRIV"
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:ס'קוקט אויס ווי דער עולם דא איז מער אינטרעסירט אין האקן אויפן סיסטעם ווי דיסקוסירן מעידזשאר טעכנאלאגישע נייעס. אנדערש איז שווער צו פארשטיין פארוואס קיינער האט נאך נישט בארירט דעם נושא פון CES 2015

דאס איז אזא שאו וואס מען מאכט יעדע אנהייב יאר, וואס צייגט וואס צו ערווארטן דעם קומענדיגן יאר אויפן טעכנאלאגיע פעלד, פון נייע קאמפיוטערס, טשיפס, זייגערס, קעמרעס, טעלעפאנען און טעבלעטס, בעטעריס, ווייערס און טשארשדזשינג קעפעביליטיס, ועוד ועוד.

אין א ניסל שאלאכץ, זענען די הויפט נייעס דאס יאר געווען די נייע ווינדאוס 10 וואס מייקראסאפט גייט ארויסגעבן אין די נעקסטע פאר חדשים, וועלכע וועט ערזעצן דעם פארפיינטעטן ווינדאוס 8.1; נייע (פינפטע ג'ענעראציע) פראסעסאר טשיפס פון אינטעל ("בראודוועל") וועלכע וועט העלפן לעפטאפס לעבן לענגער אויף באטערי ווי אויך בעסערע גראפיקס, אבער דאס איז נאר א צייטווייליגע זאך, זינט זיי ארבעטן שוין אויף א נייערע ווערסיע (גערופן "סקיי לעיק") וועלכע וועט ערשיינען די צווייטע האלב יאר פון 2015.

ווי אויך איז אין די נייעס די נייע USB פלאג (TYPE C), וועלכע וועט ערזעצן אלע USB פון סעלפאנ'ס און קאמפיוטער'ס, עס וועט זיין פיל שנעלער צו טראנספערירן דאטא (דאפעלט די שנעלקייט פון USB 3.0), אויכעט וועט עס טשארדזשן דעווייסעס פיל שנעלער. ווי אויך וועט מען עס קענען אריינשטעקן פון ביידע זייטן כדי נישט צו מאכן די קאנעקטינג פראצעדור אזוי קאמפליצירט, גענוי ווי עפל האט לעצטנס געטוישט.


אפצייכענענדיג א יאר פונעם שאו, איז אינטרעסאנט צוריקצוקוקן ווי רוב נייע טעכנאלאגיע פון דעם פאריעריגן שאו איז ערשינען לאור עולם.

אצינד מען האלט שוין אט אט ביים קומענדיגן CES שאו, פארן נייעם יאר 2016. די טויערן וועלן זיך עפענען בערך אין א וואך ארום פארן פובליקום אין לאס וועגאס. טייל רעפארטער האבן שוין עקסעס יעצט, בשעת'ן שרייבן די שורות.

ביי די שאו וועט מען, ווי אלעמאל, צייגן די נייע אויפטוען וואס איז ערווארטעט פארן נייעם יאר, אין אלע תחומים פון טעכנאלאגיע. נישט אלעס ווייסט מען שוין, טייל זאכן איז יא מער באקאנט. לאמיר זעהן בערך וואס מיר קענען ערווארטן – בעיקר זאכן וואס קען כאפן די אינטערעסע פונעם היימישן ציבור.

ביי קארס איז אזוי. די גרעסטע פאקוס וועט זיין אויף אויטאמאטישע דרייווערלאזע אויטאס, וואס דאס איז ווארשיינליך דער צוקונפט פון קארס, צי מען וויל עס יא צי נישט. אלע גרויסע קאמפאניס ארבעטן אויף א סעמפל פון אזא סארט קאר, עטליכע ארבעטן אליינס, אנדערע, ווי למשל פארד, האט זיך לעצטנס צוזאמענגעשטעלט מיט גוגל, אזוי ארום שפארענדיג א שיינע פאר ביליאנען.

מען וועט אויך זעהן פארשידענע פארגעשריטענע אויטאס וועלכע שפארן געז, וואס איז לעצטנס אין סטייל זינט די אבאמא אדמיניסטראציע האט פארלאנגט עקסטרעמע שריט פון די אויטא קאמפאניס צו שפארן געז. שעווי גייט ווייזן זייער נייע עלעקטראנישע אויטא דער "באלט" (נישט פארמישן מיט די "וואלט"). די וואלט קען אנציען בלויז 40 מייל אויף עלעקטריק – ווייט פון גענוג פאר רוב דרייווער'ס. די נייע באלט וועט קענען אנציען איבער 200 מייל בלויז דורכן איינפלאגן און רעטשארדזשן די בעטערי איבערנאכט.

די דייטשע לוקסוריעזע בי.עם.דאבעליו. אויטא קאמפאני וויל פטור ווערן פון די שפיגלעך אין א קאר, און עס ערזעצן מיט קעמערעס. די אויפטוען דערפון וועלן זיין מערערע, ווי צב"ש פארשפארן די ברייטע ארויסגעשטעקטע שפיגלען, וועלכע פארמאגן בליינד ספאטס. אנשטאט וועלן זיין קעמרעס וועלכע וועלן צוזאמענשמעלצן פון אלע זייטן איין ברייטן קלארן בילד, וואס וועט פילפאכיג פארגרעסערן דעם וויזשאן פעלד, מען וועט קענען זעהן פיל קלארער וואס טוצעך פון אונטן. די קעמערעס וועלן האבן מעכאניזם צו צולאזן אייז אדער שניי כדי עס זאל זיין נוצבאר אין אלע סארטן וועטערס וואס [tag]וועטערבאריכט[/tag] שטעלט אונז צו. אויכעט ווילן זיי פארשטעלן א נייע אינפאטעינמענט סיסטעם (פאר די מוזיק/ראדיא/און עירקאנדישאן וכו') וועלכע זאל פארמאגן איין גרויסע סקרין, און עס וועט ארבעטן בלויז מיטן רוקן די האנט אין דער לופט, אן דעם וואס מען זאל דארפן פיזיש אנרירן דעם סקרין. זיי רופן עס Air Touch.

צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפ'ן פאון.

פאר'ן חסיד'ישן עולם, איז ערווארטעט א נייע פארבעסערטע קרייסלער טאון-ענד-קאנטרי מיניווען, נאך וואס די יעצטיגע איז שוין אביסעלע אלטמאדיש און אונטערשטעליג פון די מיניווענס פון טאיאטע און האנדא.

אין אנדערע טעכנאלאגישע פעלד, וועלן ביידע גוגל און עפל ארבעטן צו לאזן די קאסטומערס קאנטראלירן ווי מער פונקציעס אינדערהיים פון דעם טעלעפאן. סעמסאנג וועט צייגן א פריזשידער וואס איז קאנעקטעד צו די סמארטפאון און מען וועט קענען זעהן אויפ'ן פאון צי די מילך אין פרידזש איז שוין פארדארבן....

א גרויסע חלק פונעם שאו וועט זיין געווידמעט פאר די נייע הייסע טוי, די דראונס, וואס וועט בקרוב אריינגיין אין די מארקעט און מיר וועלן זעהן די הימלען פול דערמיט.... עס ווערט ערווארטעט איבער 100 סארטן דראונס ביים שאו.

זעלבסטפארשטענדליך אז פון די בעיסיקס האט מען נישט פארגעסן. נייע לעפטאפס, קעמערעס, טעלעפאנען, טי.ווי. סקרינס, ווידיא קעמערעס, מיט נייע פארבעסערטע טשיפס און בעסערע סקרינ'ס וועט זיין לרחצה ולמוציא מצה. בעסערע באטעריען, שנעלערע טשארדזשערס וכו'. איין קעמקארדער רופט זיך 360fly און כאפט אפ 360 דעגרי קליפס וועט מען קענען קאנעקטן צו זיך אדער צו א בייק.

עס וועט זיין א "קלוגע שיך". דער שיך וועט קענען האלטן חשבון וויפיל מייל מען גייט/לויפט (אדער נישט), אבער אויך וועט מען קענען אנשטעלן די טעמפעראטור דורך אן עפפ פונעם פאון! געענדיגט מיט די פארפרוירענע פוס...

אנדערע חידושים איז דא – א POT פאר געוואוקסן וועלכע באוואסערט זיך אליינס, מען דארף מער נישט אינזין האבן צו באוואסערן די פלאנצונגען. א אנדערע קאמפאני וועט פארשטעלן א קאוטש וואס ווען מען זיצט דערויף בשעת'ן וואטשן א מאווי וועט זיך עס מיטדרייען אדער ווייברעיטן לויט'ן מאווי, כדי דער וואס וואטשט זאל זיך שפירן ווי ער איז באמת דארט (אקעי דאס איז נישט ממש פארן היימישן ציבור..). מען וועט אויך ווייזן א "סמארט בעט", דער קלוגער בעט וועט אנאליזירן דיינע העביט'ס ביים שלאפן (וואס גענוי איז דער אויפטו? כ'ווייס נאך נישט...)

דאס איז נאר א קליינער חלק פון די לאנגע ליסטע, עס וועט ארויסקומען נאך פרטים יעדן טאג פונעם שאו, אז איר וועט מאכן א גוגל סערטש פאר CES 2016 וועט איר קענען מיטהאלטן די נייעס.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאמפיאטער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 319
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
קאנטאקט:

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך קאמפיאטער »

שמעקעדיג האט געשריבן:צווישן אנדערע, איז ערווארטעט א נייער "סטירינג ווהיל" קאווער וואס זיכער מאכן אז דער דרייווער האלט ביידע הענט אויפן רעדל און איז נישט פארנומען צו טעקסטן אדער זיך שפילן אויפן פאון.

.


עס זעהט מיר אויס ווי עס איז געמאכט אז טאטעס זאלן עס ארויפלייגען אויף די קינדערס קארס צו קענען מאנעטערן אויב זיי טעקסטן בשעתן דרייווען.

אבער איך פארשטיי נישט די פוינט, עז איף יעדער האלט ביידע הענט אויפן סטרינג וויל אגאנצען צייט.
actually; i'm using my blackberry more than my computer
סופר
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 19
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 11, 2015 6:36 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 50 מאל

שליחה דורך סופר »

פארגאנגענע וואך האב איך געטראפן א נייע פרייע סערוויס "Stringify", עס איז ארויס געקומען בערך צוויי חדשים צוריק, און עס ארבעט אזוי ווי IFTTT אבער עס איז אסאך בעסער. למשל IFTTT גיט מיר נאר די אפשען צו טון איין זאך אויב א צווייטע זאך געשעט, סטרינגיפיי גיט מיר די אפשען צו טון צענדליגער זאכן אויב אויב עטליכע זאכן געשען. נאך מער, איך קען מאכן אן אויסנאם אז די אלע זאכן זאלן געשען "נאר אויב" עפעס אנדערש איז אין פלאץ.

א דוגמא פון א flow - ווי זיי רופן עס - איז אז יעדן צופרי 7 אזייגער זאל זיך מיין טערמאסטאט אנשטעלן צו א באשטימטע טעמפרעטור, און עס זאל אנהויבן א טיימער פאר 15 מינוט, ווען די טיימער ענדיגט זיך זאל זיך די לעקטער און די מוזיק אין בעדרום אנצינדן אויף א פון פריער באשטימטע וואליום און אלעס נאר אויב איך בין אינדערהיים. אזא זאך איז נישט מעגליך צו מאכן מיט IFTTT, און אויב יא וועט עס דארפן א שיינע פאר 'רעסעפי'ס' אין פארגלייך צו Stringify וואס טוט דאס אלס מיט איין flow.

סיי ווי אזוי איז עס נאך זייער א נייע סערוויס און עס איז שווער צו זאגן ווי עס וועט אנקומען, אבער עס איז זיכער אז זיי גייען אויף א גוטע ריכטונג.
לא ימלט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך לא ימלט »

What's app is down!
איינער ווייסט פשט?

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך נולד מאוחר »

Microsoft גייט בויען סערווערס צי האלטן אינטער וואסער http://www.nytimes.com/2016/02/01/techn ... enter.html
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

בקרוב ווען זיין די נייע ברילן

איך קען נישט ווארטן
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מ'וועט אויך קענען קויפן מיט די שבת עפפ
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

[url=
http://nyp.st/28Vh3xe]
nyp.st/28Vh3xe[/url]
Uber געדאנק פאר בעבי סיטערס.
ס'וואלט געווען א ישועה פאר אינגע היימישע פארפעלקער, ווען סאיז ווען דא היימישע בעביסיטערס
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

גאר אינטרעסאנט און וואונדערליך.

א גרופע סטודענטן אין א בריטישע יוניווערסיטי האבן ערצייגט א וואסערלאזע טוילעט, און די אינהאלט פון דעם טוילעט ווערט פארוואנדלט אין וואסער און אין עלעקטריציטעט כדי זיך צו קענען באנוצן דערמיט!

א וויילע צוריק האב איך באשריבן דעם "נאציאנאלן טוילעט טאג", וואס איז פארפאסט געווארן צו ברענגען אויפוואכונג איבער די וועלט פאר איבער א ביליאן מענטשן וועלכע האבן נישט קיין צוטריט צו קיינע ביהכ"ס, און איז גורם געזונטהייט פראבלעמען, פאר זיך און פאר אנדערע, ווי אויך בושות און פראבלעמען אין כבוד האדם.

דער נייער אויסטרעף קען זיין א געוואלדיגע ישועה פאר דעם. אזא ביהכ"ס נויטיגט זיך נישט צו זיין קאנעקטעד צו קיין וואסער פייפס, צו קיין סוער סיסטעם, ברויך נישט קיין עלעקטריציטעט, גארנישט! מען קען עס אראפשטעלן סיי וואו, און עס ווערט גענוצט ווי א נארמאלע ביהכ"ס.

דאס איז א געוואלדיגע דורכברוך פאר די מענטשהייט!

http://money.cnn.com/2016/07/18/technol ... -membrane/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

'טערעסאנט ווי קיינער האט נאך נישט דערמאנט די נייעס מיט די נייע סעמסאנג NOTE 7 (חוץ טרויבן 88 הא ערגעץ אריינגעווארפן א ווארט דערוועגן).

די נייע NOTE איז א הערליך שטיקל, כמעט די בעסטע וואס סעמסאנג האט נאר אמאל ערצייגט.
די NOTE איז ס"ה א "גרויסע סמארטפאון", אין צוגאב צו אזא פענע מען זאל קענען שרייבן נאוט'ס אויפן סקרין.
די ערווארטונג דערויף איז געווען זייער שטארק. מענטשן זענען געווען עקסייטעד און אנטציקט ווען עס איז ענדליך ארויסגעקומען.

Note_7.jpeg


למעשה האט אנגעהויבן אריינקומען קאמפלעינטס אז די בעטערי קען זיך איבערהייצן, און עס האט אנגעהויבן פאסירן פייערס דא און דארט.
די סומאטוכע האט זיך אויסגעשפרייט ווי א.... פייער, און מענטשן האבן אנגעהויבן קלאגן און סוען די קאמפעני, כדרכם של האמרי-קנאים.
סעמסאנג האט קודם אנגעהויבן א "וואוילטעטיגע" צוריקרוף, און איינגעטוישט צייטווייליג פאר די "אפגעבריטע" א ביליגן סארט פאון ביז די קאמפאני וועט מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.

אבער ווען די מצב איז געגאנגען פון שלעכט צו ערגער, האט די וואך די גאווערמענט גע'אישו'ט א ריקאל אויף אלע נאוט 7 דעווייסעס.
ווי אויך האט מען פארבאטן ארויפצוטראגן אזא דעווייס אויף א פליגער, ווי אויך אויף די טרעינס.

ופני סעמסאנג חפו.


-
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
כלבאשבוע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1028
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:12 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1082 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך כלבאשבוע »

לְבַר נַטְלִין, וְלָא עָאלִין, הַנֵי כִּלְבֵין דַחֲצִיפִין.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך טרויבן88 »

שמעקעדיג האט געשריבן:'טערעסאנט ווי קיינער האט נאך נישט דערמאנט די נייעס מיט די נייע סעמסאנג NOTE 7 (חוץ טרויבן 88 הא ערגעץ אריינגעווארפן א ווארט דערוועגן).

די נייע NOTE איז א הערליך שטיקל, כמעט די בעסטע וואס סעמסאנג האט נאר אמאל ערצייגט.
די NOTE איז ס"ה א "גרויסע סמארטפאון", אין צוגאב צו אזא פענע מען זאל קענען שרייבן נאוט'ס אויפן סקרין.
די ערווארטונג דערויף איז געווען זייער שטארק. מענטשן זענען געווען עקסייטעד און אנטציקט ווען עס איז ענדליך ארויסגעקומען.

Note_7.jpeg


למעשה האט אנגעהויבן אריינקומען קאמפלעינטס אז די בעטערי קען זיך איבערהייצן, און עס האט אנגעהויבן פאסירן פייערס דא און דארט.
די סומאטוכע האט זיך אויסגעשפרייט ווי א.... פייער, און מענטשן האבן אנגעהויבן קלאגן און סוען די קאמפעני, כדרכם של האמרי-קנאים.
סעמסאנג האט קודם אנגעהויבן א "וואוילטעטיגע" צוריקרוף, און איינגעטוישט צייטווייליג פאר די "אפגעבריטע" א ביליגן סארט פאון ביז די קאמפאני וועט מתקן זיין וואס זיי האבן פוגם געווען.

אבער ווען די מצב איז געגאנגען פון שלעכט צו ערגער, האט די וואך די גאווערמענט גע'אישו'ט א ריקאל אויף אלע נאוט 7 דעווייסעס.
ווי אויך האט מען פארבאטן ארויפצוטראגן אזא דעווייס אויף א פליגער, ווי אויך אויף די טרעינס.

ופני סעמסאנג חפו.


-

@שמעקעדיג איך האב געפלאנט צי מאכן א עקסטערע אשכול איבער דעם, אבער אז די האסט שוין אנגעפאנגען וועל איך נאר צילייגן מיינע געדאנקען דא,
די נאוט 7 איז געווען א מעסטער מיינד פון א פאון עס האט אזאנע גוטע ,reviews וואס איך האב נאכנישט געזען, און די גרעסטע זאך איז געווען אז דער אייפאון 7 איז אויך דעמאלטס ארויסגעקומען האט מען ערווארטעט אז דער אייפאון וועט האבן א מיאוסע קאמפטישען, אז ווען איינער גייט אריין און א געשעפט ןועט ער האבן א אויסווייל זיך צי מגייר זיין צי ענדרויד, מה עשה הקב'ה ער האט אנגעברענט דעם נאוט אז עס וועט דוערען צייט איבערציקומען די פראבלעמען, מען זאגט אז וועט אפשר קאסטן ביז א ביליאן דאללאר פאר סעמסאנג, אין אביסל סחורה זענען נעבעך סטאק אויף די שיפן פון hanjin וואס איז געגאנגען באנקראט,
עניוועי איך האלט און איך האב עס נאכנישט געהערט און געזען קיינעם עס זאגן אז ווען דער סעמסאנג מאכט אז מען זאל קענען ארויסנעמען די בעטערי און נישט אריינגעבויט וואלטן זיי זיך פארשפארט די גאנצע זאך, מען וואלט דעליעווערט נייע בעטערי'ס און פטוראן עסק...
אשאד....

און דער נאוט 7 עפענט זיך אויף אנשטאט מיט די פינגער, עפענט עס זיך מיט די אויגן, עס הייסט iris scanner.
לעב אין לאז לעבן.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

rps20160920_010141.jpg
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליפא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך סאשי פיש »

א לייק פארן פארמעקן די וואטערמארק!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

:lol: :lol: :lol: :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 186 מאל

שליחה דורך סימפל »

עפל האט געמאלדן אז מיט די נייע אייפאון 7 שיקן זיי נישט מיט קיין עיר פאונס. סעמסאנג האט געמאלדן אז מיט נייע נאוט 7 שיקן זיי מיט פייער עקסדינגנעשערס.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 797
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל

Re: טעכנאלאגישע נייעס

שליחה דורך טרויבן88 »

זייער אן אינטערעסאנטע ארטיקל אין בלאמבערג איבער די נאוט 7 בעטערי פראבלעמען http://www.bloomberg.com/news/articles/ ... GP.Markets
לעב אין לאז לעבן.
פארשפארט