שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]אריינפיר: מען האט מיר געבעטן איך זאל ארויסקומען מיט נאך פון דעם סעריע "שלומיאל און צורישדי", איך האב צוריקגעהערט גאר אסאך אז מענטשן האבן הנאה געהאט, און עס האט זיך אפילו [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] גענומען די מיה צו איבערטייטשן דער ארטיקל אויף ענגליש. טראץ וואס דער ערשטער ארטיקל איז געווען אן ארגינעלער געדאנק און דאס איז שוין חלק ב', מיט די טעם פון באקומען גוטע פידבעק, דאך האף איך אז איך וועל ברענגען הנאה אויך מיט דעם ארטיקל

"שלומיאל און צורישדי" חלק ב' ימי השבע ברכות.

כ'וויל דיסקלעמירן. געווענליך געב איך מיינע ארטיקלען בעפארן ארויפשטעלן צו הערן פון אנדערע וואס עס איז יא, אדער נישט גוט. לעצטענס זענען מיינע מגיהים אלט געווארן, אדער אפשר אנגעשטעקט מיט די זיקא וויירוס ל"ע, אדער איז עס עפעס אנדערש, כ'באקום נישט קיין איבריגע צייט פון זיי, איז איך וועל דאסמאל ברויכן אפעלירן פאר פרישע הילף, ווער עס קען איבערקוקן ארטיקלען און וועט האבן צייט צו זיך אפגעבן, קען מיר אישי'ען און מען וועט דאס נעמען פון דארט. געוויס ווער עס האט צו זאגן איז געבעטן צו זאגן, מיין אישי איז אלעמאל אפן צו הערן קריטיק ווי קאמפלימענטן, הערות און געדאנקען, און אזוי ווייטער. אויף יעצט ביטע האט הנאה פון מיינע פריש-ארגינעלע שרייבווערק, מ'האמיר געהאלטן אין שלומיאל און צורישדי חלק א' נאך די מצוה טאנץ, כ'וואלט געראטן אויב ווילט איר ליינען און איר זענט נישט באקאנט מיטן ערשטן חלק, לערנט דאס דורך בעפאר, איר וועט אנדערש ארויסהאבן דאס בילד. און יעצט ליינט מיט פארגעניגן.


****

שלומיאל און צורישדי האבן זיך צוגעשטעלט צו די קאפריזן פון יעדע פעטער און עלטער פעטער, זיך אויפגעשטעלט און אראפגעזעצט, שלומיאל האט געוויזן קענטעניס און פראקטיצירונג האנדלענדיג מיט די קאמפליצירטע "איבערגעבן-און איבערנעמען" די גארטל, זיי האבן אפגעטאנצן אשת חיל, און זיך דאן אריינגעזעצט אין די קאר וואס האט זיי געפירט צו א לעכל עטליכע שטאק אונטער דער ערד, ווי עס האט שוין אויף זיי געווארט זייער איין צימער'דיגע הויז, א בעסקיסע, און זייער נייע פוירניטשור סעט, א שטייגער ווי דער ריזיגער ספרים שראנק אזוי גרויס ווי דער גאנצער דיינונג-רום, שלומיאל האט זיך פון גרויס סורפרייז אנגערופן ביים עפענען דעם שראנק ..."פשיהא", אונז האבן דא נאך א צימער, איך האב געמיינט אונזער דירה באשטייט פון איין שטוב, דאן זיך כאפנדיג אז זיין כלה/ווייב/שבע-ברכות סעלעברעטי שטייט און שמייכלט זיך אונטער, עס איז א שאנק פאר די ספרים רופט זי זיך אן זייער דערשראקן רעדנדיג צו א פרעמדע מאן.

יע, זאגט שלומיאל פארטרויטלט, עס איז א ריזיגע שאפע, עס איז אזוי גרויס ווי דער טיטאניק און די אינטרעפיד צוזאמען... "פארוואס קען מען נישט מאכן קלענערע שאפעס אויב וואוינט מען אין אזעלכע לעכער?", טראכט שלומיאל צו זיך.
צורישדי, אה צורישדי טראכט יעצט פון גאר עפעס אנדערש, זי דערמאנט זיך פון יענע שמועס מיט חוה רחל, די אויפגעקלערטע מיידל פון שולע, זי געדענקט קלאר וואס חוה רחל האט איר געזאגט, זיי האבן דאן גערעדט ארויס פון אלע באקסעס און קאנטעינערס, יא, זי שעמט זיך צוריקצוטראכטן, אבער זיי האבן דעבאטירט פארשידענע מאוויס, חוה רחל האט איר געזאגט וועגן טיטאניק, א שמוציגע נישטפאר-א-איד-צו-קוקן מאווי וועלכע עפעס איז נישט איידל דערמיט, הוי-וויי, הוי, פארוואס רעדט מיין מאן דא פון שמוץ די ערשטע נאכט?
די ערשטע זאך וואס איך גיי זאגן מיין טאטע איז אז מיין חתן האט געזאגט טיטאניק.
שלומיאל איז שוין לאנג פארטיג צו אנאליזירן די שאפע און גלאנציגע מגילה האלטער וואס זיצט און נעסטיגט אן קיין קאמפאני אויפן צווייטן שעלוו, "לייג מיר כאטש אויפן דריטן שעלוו נעבן די לייכטער פאמיליע" האט אויסגעקוקט ווי די מגילה וויל זאגן, שלומיאל זעט זיין צווייטער-טייל איז גאר פארגלאצט, ער שעמט זיך צו זאגן איר נאמען, ער געדענקט נישט אויב ער מעג, "הערסט"? געט ער א שיס ארויס א דאס ווארט פון 5 בוכשטאבן אין פרואוו צו באקומען איר אינטערעסע, צורישדי הערט שוין איינמאל, ווען מיטן האנט פרובירט זי צו פארעכטן א פארהאנקערטן אויעררינגל וואס ברענגט איר שוין ווייטאג זינטן באדעקן ביים חתונה, מורמלט זי יא, שלומיאל פארגעסט אבער וואס ער וויל איר זאגן, עס איז גארנישט טראכט ער צו זיך, "יעדער גייט עס דורך", די פרויען זענען סתם משוגעים, אלע דזשאוקס גייען אויף זיי, זיי זענען סתם דא אז די וועלט זאל קענען אנגיין און זיך צו פארפליכטן די מענער זאלן קענען לעבן און אנגיין, וואס האב איך זיך צו שעמען פון איר.
עניוועיס לאמיר טון תכלית, מיר האבן א פולע טאג מארגן, קום גיין שלאפן. -...

דעם קומענדיגן מארגן, שלומיאל און צורישדי וועקן זיך אויף צו א נייע רעאליטעט, זיי האבן געמיינט די אז די וועלט גייט טוישן קאליר, די זון וועט נישט אויפשיינען מער, אלעס גייט זיך אפשטעלן, אבער זיי ווערן ערשטוינט דורך זיך אויפוועקן פון שווערע טראפיק און קאר פייפערייען, ווי כאילו די יוניווערס זאל האבן פארפאקט זייער מערידזש, שלומיאל וואלט יעצט פון אויסברוך גענומען זיין נייע טלית, ארומגעוויקלט די וועלט דערמיט, און עס פארפאקט ביי זיך אין בייטל, ער וואלט א ביס געטון דעם לבנה פארן געבן דעם זון פלאץ אויפצושיינען, און געלייגט די וועלט אויף פארק, האלוי! איך האב חתונה געהאט.
צורישדי איז אין געלעגער, זי רייבט די אויגן, ווייסט נישט נעקסט-סטעפ, שלומיאל מאכט א טור ארום זיין קוך, ער פארברייטערט זיין אפעטיט מיטן זיך אנגרייטן א גלעזל פון די פעקל פענסי קאווע-גלעזלעך, ער מאכט זיך א קאווע, ער גלייכט די שיין אנגעפולטן הייס-וואסער טשייניק, נעמט צוקער און דאן באווייזט זיך צורישדי אין קאך, גוט מארגן, איך קען דיר מאכן א קאווע? פרעגט דער געטרייע שלומיאל פון צורישדי, צו וועלכע זי ענטפערט נישט, נאר שמייכלט מיט קענטיגע שעמעוודיגקייט.
ווייסטו וואס שטעלט שלומיאל אן די געזיכט ווי דער "גרויסער ברודער", נעם מיין קאווע איך וועל שוין מאכן א נייע, א מחשבה'לע גנב'עט זיך אריין צו שלומיאל, ער איז צופרידן ווי גרינג עס גייט אים די שלום בית, לויט וויפיל די רבי'ס און פריינט האבן אים אנגעזאגט איז שלום בית א שרעקעדיגע מיסטריעזע טיקינג טיים באמבע וואס ווי מען רירט דאס צו שיסט עס אויף, ער האט זיך באמת גערישט אז עס גייען שיסן נידלעך און שפיזן פון זיין ווייב, דא האט ער א גאלדענע טאץ, ער וואונטשט זיך זאלן זיינע חברים האבן א לייוו ווידעאו פון זיין מעגא באציאונג עקספיריענס, זיי וואלטן אלע געשטוינט ווי די אלעמאל באקאנטע שלומיאל וואס שלאגט זיך מיט יעדעם האט דא אזא רויטע קארפעט צום גן עדן מיט א ריכטיגע גאנג צו זיין צוגעלאזן און וואויל, אקעי אקעי הייבן זיינע קאמפלעקס רעדלעך אנהויבן פארפירן, האסט בסך הכל געגעבן א גענוצטע קאווע פאר דיין ווייב, וואס האלטסטו זיך שוין אזוי בא'גדול'ט.

צורישדי פון איר זייט איז אויך נישט אינגאנצן צופרידן, פוי טראכט זי, איך דארף נישט פון זיין מויל קיין קאווע, וואס מיינט ער איך בין? א מיסט קאסטן? און פארוואס האט מען אים נישט אויסגערעדט אז איך לייד אויף דייעביטיס און טאר נישט נעמען קיין צוקער אין מויל. אקעי צווייטע קאמפלעין שוין אין ערשטן טאג.

שלומיאל מאכט אפ נאך א קאווע און בנוסח הישיבה לאזט ער אלעס איבער אויפן טיש, גייט אריין אין דיינונג רום נעמען זיין יומאנגעס טאטע-תפלין, ער פארגעסט אז ער דארף גיין מיט א שותף, פראלט אויף דער טיר און שפרונגט ארויף די 80 שטיגן אויפאיינמאל, ערווארטנדיג צו טרעפן רויטע גראז אינדרויסן. ער איז פשוט זיכער אז עפעס האט זיך געזאלט טוישן לכבוד די חתונה פון אים און פון עקרת ביתו.

שלומיאל עסט מיט געשמאק די בליקן און פולע אויגן צו זיין ריכטונג, שפאצירט אין שול ווי אלע זענען זיינע קנעכט, ער דאוונט, שמועסט, לאכט, ראולט פאפירן, פירט זיך אויף ווי א חתן נאך די חתונה, פליעט מיט פליגלען, טרעפט חברים און ציעט פון זיי ארויס אז זיין חתונה איז געווען די ערשטע זינט וועלט-באשאף וואס די "אינטרא" פון די דריטע מאל, צווייטע טאנץ, ביי די צווייטע פאל פון די ערשטע ניגון האט מען געמאכט די נידריגע הארמאני פלעט מיינער צוזאמען מיט א הויכע שאאאארפע בייג, שלומיאל לאכט א גוטס פון זיין קענטעניס אין מוזיק אויסגעמישט מיט זיין טאג נאך די חתונה סוקסעס, אפגערעדט פון דעם אז יעדער הערט אים אויס און איז מסכים מיט זיינע הנחות, פארפאלן, "אז מען טוט פארן אויבערשטן, טוט ער צוריק, דערפאר האב איך זיך אוועקגעגעבן פאר די חק"ס פון די ישיבה וואו איך האב געלערנט"... שלומיאל האט זיך צוגעזעצט צו א לחיים נאכן דאווענען, ..."גיי אויבן-אן", האט אים א עלטערע איד מכבד געווען, "ביסט דאך א קעניג", שלומיאל איז זיך מכבד מיט א אומאפציעלע רעדע זייענדיג גאר מונטער, ער רוקט אריין הערינג ווי נאך אן אויספאסטן, א שנירל שמאלץ רינט אים פון די מויל, ער דערקלערט האסטיג זיין שטייפע שטעלונג פארוואס עס איז קלאר אז מארקוס רוביא איז גוט פאר פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס, ער האלט אז רוביא זאל אפילו נעמען טראמפ פאר א וויצע אזוי וועט רוביא ווערן פאפולער, הא? צושמייכלט זיך א אנוועזנדער וועלכע נעמט ארויס זיין כלי, שרייבנדיג די פרישע וויץ אויף זיין גרופע, "כ'האב דא א חתן וועלכע רעדט פון מארקא רוביא, נישט וואוסנדיג אז ער איז שוין ארויס פונעם פארמעסט... א פלייץ פון רינדעכיגע געלע עמאודזשיס מיט בלויע שפיזיגע טרערן האבן נאכגעפאלגט פון מערסטנסטייל פערטיסיפענטס אין די גרופע וואס האבן אלע קלאר אראפגעשטעלט אז זיי כאפן די וויץ.

שלומיאל שטעלט זיך אויף א אנגעפאשעטער, נישט בעפאר אראפשלונגען א פולע גלעזל סעלצער פארשטייט זיך אין א פאומענע קאווע גלעזל, דאן מיט אויליגע האנט לייגט ער צוזאם זיין טלית זיך אפגעבנדיג מיט איין האנט אויף צו ארויסנעמען די הערינג פליישעלעך וואס זיצן אים ווי צווישן די ציין.

אקעי חברה, איך מוז גיין כ'האב שוין א ווייב היינטצוטאגס, איך קען נישט מער טון וואסעכוויל, רופט זיך אן שלומיאלקעלע אין א גאר ערנסטע טאן צו זיינע געערטע פריינט וואס ווילן אויספרעגן שלומיאל, האלאו! זאגט חזקי א באבערדלטער שלאנקער בחור'ל, עס איז גארנישט, לאז אפ, געב נישט יעצט קיין עטיטוד ווייל מיר זענען אלטע בחורים, פילסט דיך גרויס? מעגסט אונז נאך אנקוקן.
עס האט געארבעט, און שלומיאל שמועסט געמיטלעך ביז ווען זיין געשוירנס רופט אים אן עטליכע מאל זאגן אז ער זאל אהיימקומען, "פרישטאג איז רעדי", איין מינוט נאך יאגט זיך נתן צו כאפן שלומיאל אים צו באגלייטן אויפן וועג אהיים, לאז מיר וויסן אויף אן אמת פאראינטערסירט זיך נתן מיט א שארף-ערנסטע מינע, איז חתונה האבן טאקע אזוי שלעכט ווי אלע אינגעלייט מאכן עס? חעעע קומט די ספאנטאנע צוריקשיס פון שלומיאל, ער הייבט אן רעדן עטליכע מפ"ש ווי היימיש, גוט, געלונגען, יאממי, אנגענעם, עמעיזינג-סעיווינג, צודרייט-גוט עס איז, וועסט נישט גלייבן וואספארא טויש עס איז, באקומסט דיין אייגענע שטריימל, אוועק מיט די נארישע ביבער היט וואס מ'דארף איבערמאכן יעדע שני וחמישי, איך האב זיך שוין מיינע אייגענע זאכן, מיין אייגענע הויז, שליסלעך, קרעדיט קארד, אימעיל אדרעס, קאם-אן! זאג נישט אפ קיין שידוך! רעדט שלומיאל מיט זאפט אזש שפייאכץ צעפליעט זיך אין אלע ריכטונגען, ... עז סאאן מען זאגט דיר וועגן עניטינג אן די טעיבל, נעם עס אן! וועסט נישט חרטה האבן, און געדענק אז די עדווייס קומט פון מיר. נתן איז פארגאפט און פארשוויצט, קען שוין קוים ווארטן צו אהיימגיין אנזאגן די מאמע אז ער טוישט מיינד וועגן סטראבאוויטש, ער וויל שוין יעצט גיין צום ברעכן גלעזער אדער וויאזוי עס הייסט, טערסירט אים מער נישט די פימפלס און שלעכטע נאמען וועגן די 4 גע'גט'ע און נאך איין צוטיילטע. נו, שוין, קומט נתן צוריק פאר א רגע אויף דעם עולם, זיי געזונט שלומי' מעמער זיך זען ביי די שבע ברכות.

שלומיאל גרייכט זיין הייזל אנדערגראונד, און איז צופרידן אויסצוטון די עטליכע פופצן מאנטלען, בעקיטשעס, רעזשוואולקעס, און טיש-פידזשאמעס וואס מען האט אויף אים ארויפגעהאנגען אן פארשטיין וואס מען וויל פון אים, אלעס גייט אויפן גרויסן בענקל מיט די צוויי אנלענער ווי שלומיאל און צורישדי קענען זיצן אינאיינעם בהרחוה, ווי שלומיאל האט זיך דערויף אויסגעדרוקט "א מיני-קאוטש".

נו, שלומיאל הייבט אן דעם פראגראם, עוד הפעם, זאט און איבערגעפולט, וואשט ער זיך אן צופיל קימערן וואס זי טוט.
צורישדי וועלכע מאנעוורירט די לויזע בצים אין טאפ האט זיך שיער נישט אפגעבריט געבנדיג פולע אויפמערקזאמקייט צו יעדע ריר וואס איר שטאלץ טוט, באטראכטנדיג וויאזוי ער וואשט זיך און הייבט אן פארציקן אלעס ביזן טישטעך.
זי זעצט זיך צו א שעמעוודיגער צום טיש, שלומיאל פרובירט ציען א שמועס. ער לאזט זיך אריין אין א אנאליז איבער פארשידענע טיווי-שויס, צורישדי שפירט ווי זי שלאפט איין פון דעם שיעור, זי ווערט צוריק וואך ווען שלומיאל דערציילט איר אז ער חלום'ט נאך פון גיין אמאל אויף שארק-טענק מיט פארשידענע איידיעס, ער וויל אפילו זי זאל מיטקומען ווייל ער קען נישט אזוי גוט די ענגלישע שפראך, איינס פון זיינע איידיעס זענען די געדאנק פון לאזן פראדוצירן ממש מיני סייז ציצית, פאר ניי געבוירענע פיצלעך, ער פארשטייט אז לכאורה האבן די קליינע קינדער נישט קיין ציצית ווייל עס איז נישט פאראן זייער מאס.
אז מען רעדט שוין פון וואס דו פלאנסט, ברעכט זיך צורישדי פון איר שטילקייט, "וואס איז דיין פלאן אויף די קומענדיגע יארן?".
שלומיאל געבט א טיעפע אטעם, "עכט" זאגט ער "האט מען זיך אויסגענומען אז איך זיץ אין כולל פאר 5 יאר, באט ווייסט דאך, 5 מיינט 2, אבער אויסער כולל פלאן איך ערנסט פון לויפן.

לויפן וואו? פרעגט צורישדי צוריק, "אה" זאגט שלומיאל, לאמיך אויסרעדן. לויפן אויף הצלה קאלס, איך האב ליב חסד, איך קען נישט שלאפן ביינאכט ווען אידן גייען דורך שווערע צייטן, איך מוז זיין עקוויפטעד, איך בין אויף עטליכע באפף גרופס, דער עולם האלט איך בין פאסיג, איך האב די סקילס צו שלעפן א סטרעטשער, איך פארשטיי צו מצב, פארשטייסט וואס איך זאג... א בלינצל מיטן רעכטן אויג ברענגט זיין שטילקייט, ער נעמט אפיר א גלעזל פאקאטשינאו וואס זי האט א-ל-י-י-נ-ס געמאכט, ער זיפט אריין אביסל שוים און דערקלערט מיט א חצי רחמנות חצי פארענטפערונג "איך קען זיך נישט רירן מער", אפווישנדיג די שוים וואס ער האט באוויזן צו אריינברענגען תחת כנפי ה'שנויצן, דורך א נעפקין וואס איז געווען אזוי שיין אויסגעפארעמט ווי א פויגל אויב-מען-קוקט-גוט, צוזאמגעשטעלט דורך צורישדי.
פארטיג מיט פרישטאג, שוין דא דישעס אין די סינק, די קאפל לייגט אראפ א ערליכע בענטשן, און א שטילקייט קומט אראפ אין שטוב.
שלומיאל און צורישדי זענען אזוי העפי, זיי ווייסן נישט אפילו וואס זיי האבן יעצט צוטון, עס איז א בחינה פון איינס, צוויי, דריי, -חתונה געהאט- און וואס יעצט.
שלומיאל, די קעניג פון זיבן טעג פארארדנט א שפאציר, זיין מאגן קען נוצן לופט, א באהאלטענע צופרידנקייט אז זיינע חברים וועלן אים זען מיט א ווייב שטופן זיין שפאציר-אגענדע, צורישדי וועלכע פארמאגט נאכנישט קיין טראפ קענטעניס מיטן אנטון א שייטל און מוז באקומען הילף פון די מוטער, וואלט אים דערווארגן פארן איר ארויסשלעפן פון לעכל אבער זי געדענקט גוט וואס רעבעצין הורוויץ האט איר געזאגט "די מאן איז אלעס" "עושה רצון בעלה" געדענקט זי אפילו א שטיקל פסוק מסתם פון תהלים, זי שיסט ארויף איר מאנטל והנה און נון, זי איז שוין אויבן אויפן גאס ווארטנדיג ביז שלומיאל קומט צו טשוכעפאכירן ארויף די שטיגן, שלומיאל שלעפט שווערליך ארויף דאס געוויכטפולע קערפער אנגעקליידעט מיט צענדליגע פונט מאנטלען, אטעמענדיג ווי א ראקעט אויפן וועג צום ספעיס.
זיי לאזן זיך ארויס אויפן שפאציר, שמעקעדיגע און געביגלטע אנצוגן, קנאקעדיגע שיך, ציכטיגע שמייכעלעך, און פרישע גלעזער, שלומיאל שפירט די היץ, ער באמערקט פולע בליקן אין זיין ריכטונג, בליצט אים אויף אז מען דארף די וויליאמסבורג-ב"פ באס אנקלעבן מיט קאמפיין ליפלעטן אויף שמירת עינים, וואס אזוי אינטערסאנט צו זען א פרישע-קאפל מיט שבת'דיגע וועש?
יעדער באטראכט זיי, טייל מיט רחמנות'דיגע בליקן, ער פארשטייט נישט פארוואס.
זיי שפאצירן ארום די שטאט, ביז ווען שלומיאל באשלוסט אז דאס איז עס. נאכאביסל ברויך מען גיין צו די שעיווע ברכות. לאמיר זיך צוריקדרייען.
מען ערשיינט אין שטוב, דארט ווארט שוין צורישדי'ס באזארגטע מוטער. זי קלאפט שוין א לאנגע צייט. זי האלט נישט אויס די לייכטזיניגקייט אז די פארפאלק האט נישט אריינגענומען אין שטוב די מתנות וואס ליגן אנגעזאמלט ביים טיר, צעווארפן ווי שמות אין טראק.

זי אטעמט אפ ווען די קאפל באווייזט זיך, יויש קוקסט אויס אזוי גוט! קאמפלימענטירט זי איר מיניטשער, דארפסט פיקסן דיין שייטל, און אויך נעמטס אריין די בעיוטעפעל פרעזנטעס, מען קען נישט איבערלאזן אזעלכע טייערע מתנות אינדרויסן אין די האול-וועי.

די פאמיליע שפאצירט אריין אין דירה, יעדער האלט איין מתנה אין די האנט, די שוויגער ווערט בלאס באמערקנדיג אז צורישדי האט נישט געמאכט די בעטן. זי וויל איר געבן אין קאפ, "איך האב דאך איר געבעטן. נו, שוין. מסתם איז עפעס אונטערגעקומען.

בעת ווען צורישדי איז פארנומען זיך צופיקסן מיט די הילף פון איר מאמע. די ענטואזיסטישע און עמאציאנאלע נייע שוויגער, זעצט זיך שלומיאל צום טיש, ארויסנעמענדיג א בייגל פון פריזער, אנהויבנדיג טונקען אביסל לאנטש, ער עסט חריף, טונא, און שיריים פון פרישטאג. זיין חתן רבי האט אים גארנישט געזאגט אז מען דארף עסן אינאיינעם. ער האט אים נאר אויסגעלערנט די הלכות פון צינדן ליכט ערב שבת.

די צייט פליעט, אט זעצט זיך דער קאפל אריין אין נטע'ס אויטא, די ערשטע מעלדונג וואס נטע האט צו מיטטיילן איז אז ער האט שוין די שטריימל דא אין טראנק! שלומיאל איז ווייס פון עקסייטמענט. נטע דרוקט די געז, מען פארט צו נומער 2 פון 7 שבע ברכות, פאררופן דורך די מאמע פון די באבע ביי די צד החתן, אויסער א ווידערקול קלאנג און שמעק פון די קענטעלאופן (יואב אלערט) זענען נישט פאראן קיין שום ווארימע אביעקטן אין דעם זאל, אויסער די יונגע פארפאלק וועלכע זענען שוין אויסגעהונגערט צו עסן די היינט נאכטיגע מעניו.
בילקעס, זאלץ, געפילטע פיש, רייז, באדעמס, און קאול סלאו, מען עסט צו דער זעט, די פראגראם וועפט, פארשידענע זיידעס זענען דא אויף מיסיעס פון שאו-אףף, יעדער וויל צייגן ווי גוט מען קען פארדרייען די תורה מיט אייגענע רעיונות און גימטריאות, אט האט איינער פון די רעדנערס די גימטריא פון די חתן'ס נאמען מיט א כולל און א עפל, וועלכע שטימט מיט די כלה'ס לעצטע נאמען עלימינירנדיג דעם כולל אויף א ראדיקאלע צעשטערונג.
שלומיאל ווערט צעפלאצט און וואונקט זיך מיט נטע זאל אים קומען קיפן קאמפאני, נטע צעגערט נישט און ראולט ארויף אויבן אן, געב אהער דיין סמארטפאון, כ'מוז זען מיינע אימעילס, בעט זיך שלומיאל, האסט נישט קיין בעסערע צייט ווי יעצט? פרעגט נטע צוריק, אזוי אינאיינעם מיטן אויפמישן די אימעיל אפליקאציע, אט האסטו, וואס דיין אימעיל אדרעס? הע! איך האב עטליכע זאגט שלומיאל מיט די געפיל פון א מאן העכער ווי יעדן, לייג אריין מיין פערזענליכע. "לינזן-פוכעס-שלומיאל-77-שטרודל ו'דאט קאם. די אויבנאן ווירבלט שוין יעצט אויסער מיט רעדעס און גימטראות, אויך מיט ספעלינג, פעסווארדס, און בוכשטאבן.
צוויי נייע אימעילס ערווארטן שלומיאל אין נטע'ס מאשין, איינס פון בי-ענד-עידזש, אז "סארי מיר נעמען יעצט נישט אויף קיין פרישע ארבעטער אין די סעילס דעפארטמענט", און די צווייטע אימעיל איז א קלארשטעלונג אז א גרויסע דיעל ווארט אים אין סערביע, מיטן סווייפן 150 דאלער האט ער א געלעגנהייט צו פארן אויף וואקאציע מיט 2 מענטשן, אלעס אויסגעצאלט, אה-וואו! סווייפ עס יעצט, שיק מיין קארד נומער. צורישדי פרעגט מיר וואו מען גייט האנימון, כ'פארשטיי אויך אביסל צו פרייזן. צדיק'ל הייבט נטע אן א שמועס מיט א זארגפעליגע טאן, איך בין שוין דורך אזא זאך, דאס איז א שווינדל. דו וואלטסט עס געמעגט וויסן אלץ א געלערנטע מאן! ביסט טאקע גרייט צו אנזעצן דיין נאמען א טאג נאכן חתונה האבן? ---...איז דערפאר ווען אונזער חתן, וואס איז מלא וגדוש מיט תורה, עבודה, יראת שמים, און חסד, נו, און זיין נאמען איז נאך די צאל פון 417 שטימט אלעס אריינגעפלאכטן איינס און דאס אנדערע, -פששש הערן זיך די דיקע מורמלערייען אין חלל פון זאל- איז דאס איז מיין געדאנק פון היינט אויפן וועג צום זאל, ענבי הגפן בענבי הגפן אן די כולל, באטרעפט במספר קטן, שששש ביטע איין מינוט בעט זיך דער רעדנער ווי א גזלן, נטע דערלאנגט עטליכע זעצן אויף די מחיצה, שא מ'בעט די נשים, ביטע רעדן שטילער.
שלומיאל קייעט מארבל קעיק וואס קען נאך רואיג ליגן אין אויוון, ער האט שוין נישט קיין טראפ כח.
רבותי מיר וועלן בענטשן, מאכט מען קלאר אז דער פראגראם האט זיך פארענדיגט, שמח תשמח גארגלען זיך די זיידעס אין פארשידענע אנדערע ריכטונגען, שלומיאל טאנצט מיט אלע זיידעס, האט א מינוט צו שפירן פארשידענע הענט, קאלטע און ווארימע, הארטע און ווייעכע, אוי לשנה הבא בירושלים הבנויה. גוט שבת לייגט צו נטע מיטן טאן פונעם ניגון.
קאפל, מ'קען נעמען א פיקטשער? עטליכע צוואנציג קאמארעס שטייען קעגן די געזיכטער פון חתן כלה, מ'בליצט, און האקט בילדער.
פיינעלי איז מען אויפן וועג צום שטוב, מען דערגרייכט, שלומיאל שטויסט זיך אן אין א הויפן פאפירן און ליפלעטן אויסגעשטעלט צו מו"ה שלומיאל. וואפף, פיינעלי האב איך טיטלען.
ער קומט אריין אין שטוב ווערט פארטיפט אין די פארשידענע פאפירן, די ערשטע איז א מזל טוב וואונטש פון כולל חבת סיביר, א צערייס, מיסט. קומענדיגע קעפל שרייעט אין גרויס כולל מסירת נפש, איז א טייל פון אלע אייערע שמחות, מיטן אונז פאטראניזירן אין צייט פון דערהויבנקייט, עפענען מיר אונזער ישועה קראן אייך צו באגיסן מיט געשיכטעס, און אינאיינוועיגס שטיצט איר הונדערטער ארבעטסלאזע אינגעלייט וואס זענען זיך מוסר נפש צו מאכן גלגול שלג און באקומען 40 מכות אויף אייערע זכותים, און צו פארמעקן אייערע זונד, שלומיאל איז ברוגז אויף דעם עד, זינט ווען נעמען זיי אנטייל אין אלע שמחות? באלד וועלן זיי נאך אנטיילנעמען אין די געבורט פון מיין זון, לאזט מיר אפ, צוריסן דעם ליפלעט, כולל חצות איז אייער שמחה! שטייט אין ריזיג אויפן דריטער פאשקעוויל, ווען איר שטייט דא אין א זמן פון אריינברענגען אייער קינד לעול התורה והמצות, שרייבט אונז אויס א טשעקל, מיר קענען עס נוצן, חאחאחא שיסט שלומיאל אויס אין א היסטערישע אויסברוך... זיי האבן מיר געשיקט א אנדערע שמחה צעטל, יויש איז דאס גוט, ער רייבט זיך די אויגן מיט א גערויש און געפילדער.
לאזט מיר אפ, ווערט ער אויפגערעגט, ביים זען נאך פארשידענע שמחה מיטטיילונג בריוועלעך אין אלע מאסן, פארמען, און קאלירן, פון ווייטן ארגענטינע, ביז צו די לאקאלע שעטנז ארגענעזאציע, כ'בין נישט קיין פילאנטראפ, שלומיאל לייגט אריין דעם גאנצן הויפן אין מיסט, באגראבנדיג זיין אזוי אויסגעווארטן דרייווער-פערמיט, און נאך צאללאזע וויכטיגע פאפירן וואס האבן אויסגעזען אין זיינע אויגן צו זיין ווערדלאז.

די טעג גייען פארביי, אבער קוקן אויס גענוי די זעלבע, קאפי-פעיסט. די טעגליכע געשפרעכן באשטייען פון אן ערך די זעלבע ווערטער, ...וואו קומט פאר די היינטיגע שבע ברכות? ווער מאכט עס? וויפיל אזייגער איז "עס" גערופן? און אזוי ווייטער, מען ראולט ארום אין לאקאלע זאלן, מען קאלעקט ברכות לרוב, מען זאפט איין תורה פארן גאנצן לעבן, די פראגראמען זענען פילפארביג, אלעס איז צוגעשטעלט, א הייסע זאל, אומבאקוועמע זיצערלעך, ווארימע טרינקען, און געוויס נישט דא קיין טראפ סערוויס, פונקט אין דעם פאל האבן די מייקראפאונען באוויזן צו זיין די סוקסעס-געשיכטעס, ארבעטנדיג הויעך און שארף, נישט מאכנדיג קיין פראבלעמען און אזוי ארום כאטש ברענגענדיג די ריכטיגע דיבורים אריין אין די הערצער.

עס איז שוין פרייטאג, שלומיאל שוויצט אריין אין קאך, ער האלט שוין נאכן דאווענען, ער איז פארטון מיט א ערנסטע אפעראציע ביי די האנט נעגל, ביי זיי אין די פאמיליע איז דא די פרייטאג טראדיציע פון מאכן א סענזאציע איבער די נעגל, אזוי גייט עס שוין ארויף דורי דורות, און מיינט נישט אז שלומיאל איז זעלבסטיש (נייע ווארט אלערט, לייען: סעלפיש) ער האט צוגעגרייט די גאנצע פעקל אויך פארן רעבעצין, אויפן טיש זיצן איינגעלייגט עטליכע טישו-פאפיר, א נעגל שניידער, א גלעזל צו אריינלייגן די ברוכווארג, און אפילו א צינדער צו מקיים זיין די מצוה בשלימות, שלומיאל פארענדיגט זיין ארבעט, ווישט אפ זיין גלאנציגע שטערן און נעמט די גראסערי בעג וואס ער האט יעצט אהיימגעברענגט נאכן דאווענען, לייגט זיך ארויס אויפן קאוטש מיט א קאלט גלעזל מאראנצןזאפט, ארויסנעמענדיג עטליכע אויסגאבעס מיט העדליינס פון נייעס וואס האבן פאסירט נאך פאר די גרויסע חתונה.
צורישדי וועלכע האט פיינעלי קאנפירמירט מיט איר נשמה אז זי איז דא צוריק, רייבט אראפ די געהענגלעך שעוה וואס קלעבן איר ארום די אויגן, וואשט נעגל וואסער, טוט זיך איבער און קריכט ארויס פון געלעגער אריין אין קאך, ערשטוינט צו טרעפן א טיש אנגעפולט מיט נעגל, ספרים, בעגס, נעגל-שניידערס, פייער, און וואסער, זי פלאצט, און הייבט אן קארדינירן אלעס צוריקצושטעלן אויפן פלאץ נישט איידער זי כאפט א בליק ווי איר מאן ליגט אויסגעבעט ווי אין א פייגל נעסט מיט באקוועמע פעדערן, עס קוקט איר אויס מיטן ערשטן בליק אז ער שלאפט, אבער זי קען דאס נישט באשטעטיגן.
זי רוימט אויף די קאך, דאס נעמט אריין א בעזים און שאוול צוזאמענצוקלייבן די עטליכע נעגלעך וואס ליגן אויף דער ערד. ניין, ער שלאפט נישט, זי איז שוין יעצט זיכער, שלומיאל'ס שטימע הערט זיך קלאר, שלומיאל איז פארכאפט אין א היסטערישע געלעכטער קוים כאפנדיג די אטעם, עס איז נישט נארמאל, יויש ער רייסט זיך די גארגלען, וואס האט דא פאסירט?! צורישדי הייבט אן שפאנען צום דיינונג רום אין שנעלע טריט, און טרעפט שלומיאל קייכן פאר געלעכטער, ער איז ממש בלוי, שפייאכץ רינט אים פון מויל, זיך אויסמישנדיג מיט די טרערן וואס שפריצן ווי א קוואל, רעכטס און לינקס, פון ביידע אויגן. יויש, זאגט שלומיאל אינמיטן לאכן יויש, דאס איז גוט, אבנארמאל, ווען א פרישע לאכן אטאקע באפאלט זיין קערפער. א סעריע נאז-געווישעכטס ברענגען אים צוריק אראפ אויף די וועלט, ער הייבט אן מסביר זיין פאר צורישדי פונקטלעך וואס עס האט אים געכאפט איצט.
יויש האסט נישט קיינאנונג, דער בלאט איז פיינע פריקן נייעס; יעדע וואך האבן זיי אזעלכע פאני בריוון וואס הייסט פון בלאט צום פענע, משיגעדיג פאני, זיי מאכן חוזק פון יעדן איינעם, הע.. מיזט עס זען, קוק דא דער בריוול, א אינגערמאן רעדט זיך אפ אז זיין שווער דרייווט נישט קיין האנדא-אדעסי, חחח און האהא, קוק וואס ער שרייבט דא ווייטער, אזא פאני ווארט וואטסעפפעטייטעס, די חברה זענען ליייצצצצים, מיין גאט זאל באהיטן, זיי טרייבן אקטאוועס און קאליווערס, פרעג מיך נישט וואס די ווערטער מיינען, איך מיין אז עס מיינט אז זיי רייסן אראפ. עניוועיס, איך דארף וואסער, חחח, כ'מוז ליינען ווייטער די מעסיוו שטיקער ליצי, ס'דאך ארויס פון דעם פלאנעט, ווער שרייבט די בלאט? איך מיין טעלער איינער, כ'האב עפעס געהערט, איך טו אביסל אין שרייבן, לאמיר אוועקלייגן דעם שמועס אויף שפעטער, די בלאט איז עי מאס"ט נאו... שפרודלט שלומיאל מיט א שפרודלדיגער אויסוואל ווערטער פון ענגלישן וואקאבולאר.
צורישדי ווערט איבערגעפולט מיט עמאציעס, ס'הייסט, א מאן א שרייבער, מסתם ווייסט ער וואס קאנגרעס און דיסטריקט מיינען, ער טוט לכאורה אין פאליטיק, כ'מוז אים פרעגן צו ס'איז אמת אז אבאמא איז געבוירן אין קעניע, אקעי, כ'העל אים נישט יעצט שטערן פון ליינען, איך וועל זיך צולייגן, שינה בערב שבת טאניג, ווייסט זי פון א מאמר וואס טיטשער האניג האט אריינגעקארמעט אין זיבעטע קלאס.
שלומיאל וואס איז פארטיפט אין די העדליינס פון די אויסגאבעס, ערשיינט מיט א טוץ רעאגיראציעס (כ'וויל דא ערפונדן א פריש ווארט, קיש מיר) און געזיכט-מינעס ער טוישט קאלירן, מישט בלעטער, און ווילדעוועט מיט זיינע הגהות, ער שפינט פלענער צו רופן די ארויסגעבער פונעם דזשורנאל "דער צעטל", נעמליך זיי ספעלן נישט גוט די נאמען פון זיין שול, ער האלט אז די פענע נאמען א. חלוף, שרייבט ווי א קעצעלע, ווי א נאר, הייבט זיך נישט אן צו קענען אויסדרוקן גוט, אנשטאט שיסט ער פון בויך א ליסטע ליידיגע זאצן און פראזן. סארא טפשות פארן אים האלטן, שלומיאל ליינט און גרימאסירט, יעדע וויילע טאנצט ער צוריק אראפ אין דעם יוניווערס צו זיך אומקוקן, אינאיינוועגס פילט ער איבער די צייטונג פאפיר מיט זיינע נישט געצייטיגטע הויט פון קאפ, ער פירט אומאפציעל דורך א מאסיווע רייניגונג אפעראציע, זאל דער נעקסטער וואס נעמט אריין די צייטונג אין האנט אבאכט געבן נישט צו ווייס מאכן די הויזן. נעמט נישט לאנג, און פון אזויפיל פרישע ידיעות כאפט אן שלומיאל א טיפע נעפץ, ער דרימלט איין מיט א אפן מויל, איין האנט אויפ'ן צייטונג, און דער אנדערער נאך שטעקן געבליבן אין אויער, האלטנדיג אינמיטן ארויסברענגען פון דארט די שיריים וואס ער דארף נישט מער. אופס! נאך א מזל קיינער איז נישט מיט אים אין צימער, מען וואלט זייער געלאכט פון אזא סצענע, זיין האנט איז ארויסגעפאלן ווי פון זיך אליינס, הארט נעבן די פולע גלעזל טרונקען מיט אייז, דער גלעזל אן א ווידערשטאנד האט געפאלגט זיין אויבערהאר, און אויסגעשפרייט איר אינהאלט איבער שלומיאל'ס פוס, און איבער די גאנצע קאוטש, זזז... הערט זיך די מוזיק, משפחת "שלומיאל וצורישדי שלאפן טיף, אלע מלאכים קוקן זיך צו און שמייכלען און די גאנצע יקום איז יעצט אויף אפשטעל.

שלומיאל ערוועקט זיך אן אגעגאסענער א האלבע שעה שפעטער, און הייבט אן פארפירן מיט ווילדע געשרייען. פוי, כ'בין אינגאנצן אנגעגאסן! צורישדי וואס האט זיך קוים באוויזן צו באפריינדן מיטן שר שינה, כאפט זיך אויף אין אנגסט, קומענדיג צו לויפן מיט ווילדע טריט, ווי לויפנדיג אינמיטן חלום, 'וואס איז געשען'?! פרעגט זי א דערשראקענער, באקומענדיג איר ענטפער תיקף ביים דורכשפאצירן דעם דיינונג-רום שוועל, זי כאפט שוין אלעס, עס איז גוטע בזיונות, זי ברענגט א האנטוך. שלומיאל טוישט קליידער, און צורישדי טוט נעבעך אפווישן די קלעפיגע מאטריאל ווי זי זאל דא זיין א שקלאפטע.
די קלאפעריי אויפן טיר מאכט קלאר אז די טועמיה איז ערשינען, נו וואס דען, שלומיאל וועט נישט אויסלאזן א וואך מיט קוגל, דאס איז דאך ביי אים גשמיות. שלומיאל שפאנט מיט שנעלע טריט צום טיר, נישט באהאלטנדיג זיין עקסייטמענט צו איבערנעמען די בעקעלע, ער דרייט שוין די הענטל, ווען צו זיין אנטוישונג שטייט ביים טיר א אינגערמאן מיט אנדערע פליכטן ווי ברענגען טועמיה. "כ'בין געקומען אפנעמען די שמחה-ענוועלאופ, און אייער ברייטהארציגע נתינה לכבוד אייער חתונה". שטעלט דער אינגערמאן פאר זיין ציל. אה די אלע בריוון ליגן אין מיסט, איים ווערי סארי אבער כ'בין נישט קיין גביר, און פון מיין זייט זאלן די אלע אינגעלייט גיין ארבעטן. ענדיגט שלומיאל זיין סטעיטמענט מיט א "הצלחה", און "גוט שבת", צומאכנדיג דעם טיר אויפן נישט ווייניג שאקירטן גבאי.

ווער איז עס געווען? פרעגט צורישדי גראד. שלומיאל טראכט א רגע און נוצט אויס די געלעגנהייט זיך א קלאפ צוטון אין די אייגענע פלייצע, "גארנישט", עס האט איינער געוואלט רעדן צו מיר איבער מיר הייערן צו ווערן זייער סעילסמאן. כ'האב זיי פארשיקט, און געזאגט אז זיי קענען קומען נאך שבע ברכות.
טועמיה העז פיינעלי ערייווד. די קאפל עסט קוגל, שלומיאל ערצייגט זיין מאדנע טעיס"ט מיטן ברענגען צום טיש פארשידנארטיגע מאכלים וואס קלעבן נישט און שטימען נישט. צורישדי ווייזט איר ליבע צום סעלצער געטראנק, שאשקענדיג אן אויפהער צו יעדע בייס און סלייס.

שלומיאל איז פארטיג ערשט, ער נעמט א פלעסטיק בעג, לייגט אריין זיינע זויבערע וועש. און גייט אין מקוה. צו דער זעלבער צייט מאכט צורישדי גרייט איר לייכטער מיט גרויס טאראראם. זי איז גאר הויעך אנצוטון איר שבת-קלייד, און מאכט פראקטיצירונג ביים שפיגל וויאזוי צו פארקניפן די פארשידענע נייע אביעקטן וואס גייען איר אנהויבן באגלייטן יעדע שבת, ווי שירצלעך, טורבאנען, און אנדערע זאכן וועלכע הערן זיך ווי זיי זאלן זיין מלחמה צוגעהערן, עס פארדרוסט איר א גאנצע טוץ פון סיטואציעס אויף איר מאן, זי שטיפט אוועק די בייזע מחשבות, "קיין רחמנות וויל איך דאך נישט זיין".
ווי א ריכטיגע יענטע שטייט זי גרייט צום שבת. אלעס איז גרייט, זי פרובירט נאכטון וואס זי פלעגט זען ביי איר טאטן. אריינגערעכנט דאס אריינלייגן א גרעיפ-דזשוס אין פרידזש, כאטש וואס עס איז נישט אין פלאן דאס צו נוצן. דאן נעמט זי דער בעזים צום וויפלטן מאל, און רוימט אויף די גלאנציגע ערד וואס פאר קיין גרויסגעלט וועט מען נישט געפונען א שמיצל אדער קריצל, זי טוט עס לכבוד שבת, לכבוד שלום בית, לכבוד איר כלה טיטשער און געוויס לכבוד דעם וואס זי האט נישט בעסערס וואס צו טוהן.
שלומיאל ערשיינט ווי א קעניג מיט א נשמה יתירה און א קאפ העכער ווי געווענליך, די נאסע פיאות ווארפן ארום טראפן מקוה וואסער ווי אימער ער מאכט זיין וועג. עקלדיגע משמש דא אין זיבאוויטש, קען נישט רייניגן די מקוה נארמאל, מורמלט שלומיאל ביים עפענען א טעצל בראוני-קעיק, כ'בין אלל סעט פאר שבת, כ'דארף נאר אנטון מיין טאשן זייגער ברוך אתה... --- ...בורא מיני מזונות, און קאלן זיידי זאגן גוט שבת, פארענדיגט ער זיין זאץ פארבלענדנדיג דעם שטיקל בראוני אן א טראפ געפיל.
ווען די פייף פון די שבת-בעל האט זיך צעפיפן, איז שוין שלומיאל ווידעראמאל געווען איינגעקורטשעט אין זיין נייע געלעגער, לאזנדיג צורישדי אליינס באשליסן וואס זי וויל טון, און אייגנטליך איז זי געגאנגען אויפן קאוטש און דארט איינגעדרימלט.

א רייע האקערייען האבן זיך געהערט אויפן טיר, צורישדי האט זיך ערוועקט און דאן דערוועקט שלומיאל "איך מיין דיין טאטע וויל גיין אין שול שוין", שלומיאל האט זיך פלינק אנגעטון און געדזשוינט די חבורה שול-גייערס לכבודו ולכבוד השבת שבע ברכות.

אין זאל שטייען די וועטעראנען קעלנער, און לייגן די נעפקינס אין די גלעזלעך. מרס צורישדי שטייט א שטאלצער אין זאל ווערנדיג אפגעמאסטן דורך קליין און גרויס, עס שטראלן די געזיכטער פול מיט נחת, סארא שאלה אפילו, צורישדי איז שוין א ווייבל.

יוווייים השיישי, שששש.... א דערהויבענע געפיל לאזט זיך אראפ ווען שלומיאל הייבט אויף דעם גרעיפ-דזשוס גלעזל צו דורכפירן זיין אזוי פראקטיצירטע קידוש. ער איז דערפאלגרייך און מאכט עס מיט סוקסעס. די געטרייע עסקנים מאכן שוין זיכער אפצושיקן פאר צורישדי איר שעיר מיץ-ענבים, זיצנדיג אין פארכט אזוי האלב אומלעגאל, האלב בתערובות צווישן די מענער, אבער קיינער זאגט גארנישט, עס איז פארט איר שמחה.
אויב האט שלומיאל געמיינט אז פיש קען זיין שלעכט, איז ער יעצט געוואויר געווארן אז עס קען טאקע זיין גאר שלעכט, און אויב האט ער געמיינט אז ביי די שבע ברכות איז זיין נאמען אויסגעקומען בגימטריא מיט ענבי הגפן בענבי בגפן, ווערט ער דא געוואויר יעצט אז אינאיינעם מיט נשמה יתירה, קען מען שוין ציען א זעלטן שארפע פאראלעל מיט שמחה שלימה, אדער משיח בן דוד, עס גרייכט אפילו גאר נאנט צו יום שבת שבע ברכות באולם עטרת חינטשא, אבער דא גראדע פעלט זיך אויס 3 כוללים פירט די רעדנער אויס בדרך צחות.
שריידזשע אידעלעך גוט שבת...זאגדזשע, געב אכטונג די זופ איז הייס! אויש... געב אכטונג האסט אויסגעגאסן דא, ברענג נעפקינס שנעל, וואטש סחיטה, קוועטשן! הייליגע שבת לעכטיגע שבת שריידזשעט אלע גוט שבת, יוסי הער אויף ארומלויפן אין זאל ווייל נעקסטע שמחה וועסטו נישט מיטקומען! שוין ווייטער "יעדער", הער אויף בורדענען. העי סויר! קען יו ברינג מי ענאטער פלעיט פליז? טענקס יור די בעסט, וואטס יור נעים ביידעוועי? אה פיטער, ווערי נייס נעים... ניין חזקי בשום אין אופן! הייב נישט אן ווייל איך ברעך שוין פונעם בהסתרה ניגון, גענוג דערמיט, שששששאאאא די זיידע פון די כלה'ס שוויגער וועט זאגן דברי תורה.
שטייט אין די וואכעדיגע סדרה---...במהרה בימנו אמן. שכח שכח!
גוט גערעדט די זיידע, ווי אלט איז ער שוין? קיין איין הרע. וועלכע ניגון הייב מיר אן, קוק! די אנדערע זייט האלט אין איין זינגען יעצט איז אונזער רייע צו ווייזן, אקעי גראד נאך די פלייש, אה זיי האבן אנגעהויבן שוין עפעס. ויהי רחמיך, אכך כ'האב דאס געהאט במחשבה צו זינגען, נטע מ'קען נישט זיי לאזן דא פירן די שמחה.
פתח לההההעעעאעעעאםם, אוי פתח להם נועם ורצון, נועם ורצון, ס'איינעמ'ס פלאץ יא, אנטשולדיגט, אוי טאראראם אויאויאוי, טיריראראראם אויאויאוי, שוין ווייטער זינגען זיי אפף-טאן, כ'זאג דיר ווי שלעכט קען מען זינגען. א באנדע שוסטערס, כ'האף אז שלומיאל זאל זיך אויסקומען מיט זיי.

גוט שבת, הערליכע שמחה שלומיאל! עפעס וואס איז נישט געווען און וועט נישט זיין, זאל זיך עס נאר ציען ווייטער צו א גוטע שלום בית. יא אה די כלה איז דא, מזל טוב צורישדי, וואט עי ביוטעפעל שמחה! אנבעליוועבל! ענד יור חתן קיין איין הרע. מזל טוב באבי, מזל טוב, די יאנג קאפל איז לייק עי קאפל-אוו-בירדס, עס האט זיך געלוינט איבערצולעבן בערגן-בעלזן, שור יא, אוודאי, דא א קיש גוט שבת.
שבע ברכות איז אין פולן קראפט, די מיטגעמאכט און אביוזטן בעכערל פליעט פון איין עק צום אנדערן, פארשידענע קלאנגען און ברכות ווערן דערויף סעלעברירט. יעדע זיידע מיט זיינע קנייטשן, א שיינע טענצל ווערט פארמירט. די דראנג דערצו איז נערווירנד, די יונגע דור יאגט פון זאל, בעת ווען די עלטערע שלאפן-האסער דור וויל נישט לאזן דעם חתן לעבן, אוי עד הנא. אוי עד הנה. אוי עזרוני רחמיך... אוי, די לעקטער פון זאל האט זיך פארלאשן...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

איך האלט סאיז ריכטיג מודיע צו זיין פאר אלע חשובע געסט וואס קומען אהער ליינען די ארטיקעל,
בעל מדות האט דא אויסגעלאסט א גאנצע קאפיטעל פון ליל חתונה, אבער מיינט נישט אז ער האט טאקע אויסגעלאסט אזא ברייטע קאפיטעל.
אין מאחורי האט ער עס באשריבען קאלערפיל בטוב טעם,
ווערט א מעמבער אין שרייבט אפ 100 תגובות אין באקומען עקסעס צו מאחורי, די עולם דארט פשוט חלשט פאר געלעכטער
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 883
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 798 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

שליחה דורך גרויסע מענטשעלע »

,
דאס מענטשעלע שפילט........
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האלט סאיז ריכטיג מודיע צו זיין פאר אלע חשובע געסט וואס קומען אהער ליינען די ארטיקעל,
בעל מדות האט דא אויסגעלאסט א גאנצע קאפיטעל פון ליל חתונה, אבער מיינט נישט אז ער האט טאקע אויסגעלאסט אזא ברייטע קאפיטעל.
אין מאחורי האט ער עס באשריבען קאלערפיל בטוב טעם,
ווערט א מעמבער אין שרייבט אפ 100 תגובות אין באקומען עקסעס צו מאחורי, די עולם דארט פשוט חלשט פאר געלעכטער

וואס עפעס? גארנישט אויסגעלאזט.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

שליחה דורך בעל מדות »

[justify]כ'האב ערווארטעט אז מען זאל רעאגירן און קאמפלימענטירן דעם אשכול. כ'בין פון מענטשליכן מין. כ'באקום נישט קיין דרייוו פון ווערן גע'לייקט.[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בעל מדות, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

שליחה דורך יהושע חיים »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:איך האלט סאיז ריכטיג מודיע צו זיין פאר אלע חשובע געסט וואס קומען אהער ליינען די ארטיקעל,
בעל מדות האט דא אויסגעלאסט א גאנצע קאפיטעל פון ליל חתונה, אבער מיינט נישט אז ער האט טאקע אויסגעלאסט אזא ברייטע קאפיטעל.
אין מאחורי האט ער עס באשריבען קאלערפיל בטוב טעם,
ווערט א מעמבער אין שרייבט אפ 100 תגובות אין באקומען עקסעס צו מאחורי, די עולם דארט פשוט חלשט פאר געלעכטער


לינק ביטע ?

א דאנק
חברהמאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 39
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 02, 2016 11:07 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך חברהמאן »

איך האב נישט קיין ווערטער
ערשט קלאסיג קאיפ איט אפ :like
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

שליחה דורך סביב העולם »

איך מיין
אויב איך מעג זאגן מיין מיינונג אז דעס איז בעסער ווי חלק א
סווערט בעסער אין בעססער
ווארטך שוין אויף חלק ג
בעל מדות יאפ האסטס באוויזן צום צווייטן מאל[emoji106]
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ע"פ רוב קומט מיך נישט אויס צו לייענען קיין לאנגע אשכולות אין דעם זעלבן מעת לעת, נישט קיין חילוק יא שמייכל נישט שמייכל. אבער דא האב איך געטון אן אויסנאם. מידער הייט, אויסגעמוטשעט בינעך אריינגעפאלן אין בעט מיטן ארטיקל אין האנט (צומזל איז מיין צורישדי נישט געווען אינדערהיים), אין כ'האב מיך באלעקט יעדעס ווארט! נו, וואס מיינסטע? אז ס'ווייבל איז נישט דא קענמען לאכן ווי הויך מ'וויל? כ'האב געמוזט אפהאקן ווייל ס'קינד האט זיך ערוועקט ווי פון עפעס א שרעקעדיגס. צוגעענדיגט האב איך עס אינמיטן נאכט ווייל איך בין למעשה איינגעשלאפן אינמיטן ליינען.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בעל מדות, מאסיוו, מאסיוו! ערשטקלאסיג!!
איך האב אויך דעם פראבלעם אז ס'איז צו לאנג אויף אמאל, און נאכן לאנגן ליינען און לאכן האב איך נישט געהאט מער קיין כח נעכטן צו רעפלייען, קוים קוים צו לייקן...
דיינע אויסדרוקן זענען עפעס מורא'דיג, האסט באמת א מייסטער כח עד להפליא! יעדע שורה האט מיר געהאלטן געשפאנט אבער מיט א שמייכל במשך די גאנצע לאנגע ארטיקל, אזוי אראפצושפילן א מצב, מיט יעדע דעטאל, אזוי זיס און ציענד...!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

ריזיגע ארבייט, דיין פעדער איז להפליא, די ברענגט ארויס די מאמענט כאילו איך האב עס מיטגעהאלטן לייוו,
עס דערקענט זיך די הארעוואניע וואס ליגט אין די ארטיקעל
נאר אזעלעכע שרייבערס דארפן מיר דא אין שטיבעל,
כה לחי.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

בעל מדות: איך האב פאר דיר א שליחות פון שלומיאל, "הער אויף אריין צו קוקען אין מיין דירה".

איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי א בעל מדות קען אזוי טוהן, נעמען דעם שלומיאל און איהם אזוי צו צולייגן דא ברבים, איך פארשטיי אז ער הייסט טאקע שלומיאל, אבער פארגעס נישט אז דו הייסט בעל מדות, עס איז קעגען אלע עטיקס צו גיין אין ברבים אויסצושמוען וואס שלמיאל האט געטוהן און גאטראכט, בלעם האט אויך געוואוסט אז אין פתחיהן מכוונין איז א אידישע מעלה, מ'קוקט נישט אריין ביי יענעם.
-----------
זאג מיר נישט אז בעל מדות איז שלומיאל זעבלסט, ער איז גארנישט קיין שלומיאל.
יישר כח
אפשר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 111
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 9:48 am
געפינט זיך: סיטי אף ניו יארק
האט שוין געלייקט: 270 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 83 מאל

שליחה דורך אפשר »

בעל מדות, די איבעראשסט אונז א יעדעס מאל מיט דיין אויסערגעווענטליכע פענע, דיינע אויסדרוקן און שעפערישע געדאנקען זענען ממש א חידוש. די גאנצע שלומיאל מעשה ווען ער האט געליינט די בלאט איז געשעהן צו מיר ווען איך האב געליינט דעם ארטיקל.

די ווייטאג איז אויף די אלע פארלוירענע לייקס פון די אידן וואס וועלן דאס לייענען אויף סאציאלע מידיע אין די קומענדיגע טעג.

קיפ אן גאואינג! יו אר ע ראקסטאר!
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

געוואלדיג!! האסט א גוטע חוש ארויסצוברענגן זאכן אויף פאפיר, עס איז נישט גרינג. איך האב געווענטליך נישט די קאפ צו ליינען אזעלכע לאנגע ארטיקלעך, אבער דא האב איך נישט געוואלט אויסלאזן קיין ווארט, וויסנדיג אז א יעדע שורה איז מלא אוצרות.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

שליחה דורך פליקער »

נישט מענטשלעך צי לייגען אזא לאנגע ארטיקל אינאיינעם, און מען קען נאר טענקענייזן איין מאל, ווען מיר וואלטן וועין טענק'ירט יעדע פאראגראף, יהי רצון כאילו טענאקתי.

ממש איבערגעשפילט אלטע זכרונות פון אמאל, און פוו זכרונות וואס גייען אי"ה זיין ביע די קומענדיגע גענעראציע'ס

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

שליחה דורך קל וחומר »

ווען מ'ליינט אן ארטיקל פון בעל מידות פיהלט עס ווי מ'וואטשט א מאווי רח"ל, די רבנים וועלן עס לכאורה אסר'ן.

ס'הייבט אויגן ברעמען זעהענדיג וואס מ'קען אלס טוהן מיט א געלונגענעם פענע!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

אויסערגעווענליך שיין, יעצט ווארטן מיר אויף חלק ב' פון ר' עוזר'ס קליענטן..
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שלומיאל און צורישדי (חלק ב')

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שלומיאל איז ארויס פון תפיסה! ער איז שוין זיין אייגענע בעלעבאס מיט א טאטי - תפלין בעג, א קרעדיט קארד, א שטיק ווייב און שנארער בריווען אויף זיין נאמען. קיינער וועט איהם שוין נישט אנטיילען ווען אויפצושטיין, וואו צו גייען, וויאזוי צו דאווענען און מיט וואס צו שפילען!
גאנץ חלק ב' איז די הקדמה צו חלק ג' ווי ער גייט כאפען דער לעבענסלאנגע קלאפ, צום ערשט'ן מאל זיך אויסלערנען אז זעלבסטשטענדיגקייט עגזיסטירט נישט, און אפילו ווען יא, קען ער עס נישט דערהייבען. ער קען עס נוצען אויף צו ליינען דער בלאט אין די גאטשעס ותו לא

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[center]להנאת הציבור:

איך האב צאמגענומען דעם הערליכן מייסטער ארטיקל 'שלומיאל און צורישדי' ביידע חלקים,
אין איין לאנגן פי. די. עף. פון 21 בלעטער!!!

[/center]



הרי שלך לפניך:
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 212 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל

שליחה דורך ווייל אזוי »

שמעקעדיג האט געשריבן:בעל מדות, מאסיוו, מאסיוו! ערשטקלאסיג!!
איך האב אויך דעם פראבלעם אז ס'איז צו לאנג אויף אמאל, און נאכן לאנגן ליינען און לאכן האב איך נישט געהאט מער קיין כח נעכטן צו רעפלייען, קוים קוים צו לייקן...
דיינע אויסדרוקן זענען עפעס מורא'דיג, האסט באמת א מייסטער כח עד להפליא! יעדע שורה האט מיר געהאלטן געשפאנט אבער מיט א שמייכל במשך די גאנצע לאנגע ארטיקל, אזוי אראפצושפילן א מצב, מיט יעדע דעטאל, אזוי זיס און ציענד...!!
שמיטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך שמיטשיק »

ווייס איך נישט ווי לאנג דו האלטסט נאך די חתונה אבער ביי מיר האסטו אויפגעוועקט אלט פארשלאפענע מאדנע זכרונות אז כ'האב געקייכט פון געלעכטער :דאבללייק:
אליעזר מארקס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 20, 2018 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שלומיאל און צורישדי ב' חלקים

שליחה דורך אליעזר מארקס »

געוונטליך בין עיך גאנץ א שוואכער מגיב.
און בפרט אויף אידיש.
אבער דא מוז איך מאכען אן אויסנאם.
וייל די גאנצע ארטיקעל איז איין שטיק אויסנאם.
אזאנס זעהט מען נישט און הערט מען נישט געווענטליך און אויך נישט אויסערגעווענטליך.
טייערער בעל מדות! האב רחמנות און זיי ממשיך צו שרייבען די סארט באשרייבונגען,
וייל אזוי ווי דו שרייבסט, שרייבט נישט קיינער נישט.
איך בעט דיר, פליז, שרייב נאך און נאך, ווייל יעדער ווארט איז מחיה נפשות במכתבו.
איך האב נישט אזוי הנאה געהאט for ages.
נאכאמאל א ריזיגען יישר כח.
get on and keep on the wondefull work.
פארשפארט