היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שוין א לאנגע צייט וואס די מין מושג וואס חסידים האבן אז זיי לויפן ארום צו קברים ווען זיי קענען נאר ווינדערט מיר דהיינו אמאל האט מען געוויסט פון איין מאל א יאר אז ס׳דא א געפאראכץ אויף מירון אקעי דאס וואלט מען נאך אפשר געקענט פארשטיין אבער לעצטענס איז עס געווארן אזא געהעריגע שני וחמישי זאך איך רעד שוין נישט פון די לאקאל קברים גייעריי ווי למשל צום רב הכולל אדער יעדע ערב ראש חודש צו רובניץ אין מאנסי איך רעד דא געהעריג פון פארן אינטערנאצינאל ווי למשל ליזענסק ראדאשיץ אדער צום בעל יסורים אויף פרייטאג און לעצטענס איז שוין קערעסטיר אויך געווארן א גאנצע טומל זענען מיר טאקע שוין אזוי משוגע אז מען האלט שוין נאך אלעם מען האט שוין פרובירט תהילים כולל שוין פרובירט אפצושפרעכן די שלעכט אויג שוין פרובירט רויטע בענדלעך אז מען דארף יעצט פרובירן שטיינער אפשר וואלט כדי געוועהן צו פרובירן פאר א טויש קליינע פילעכלעך אדער די גאר אלטע מהלך פון א סידור אדער תהילים
אדער קען גאר זיין אז ניין מיר זענען בכלל נישט משוגע נאר מיר פארן כסדר ווייל מיר ברויכן זיך אויסלופטערן דהיינו מיר חסידים האבן דאך גארנישט קיין הבלי עולם הזה ווי מרופט עס דאס מאקסימום וואס עוורעטש חסידים האבן איז פארן איין מאל א יאר אויף פלארידע מיטן ווייב אבער חוץ פון דאס האבן מיר גארנישט קעגן די ליטפאק אדער מעדערנער יוד וואס זיי האבן א גאנץ יאר עקסייטמענטס זיי פארן אוועק כסדר ימים טובים זיי גייען צו באלל געימס וכדומה וכדומה מילא האבן מיר זיך געמאכט א נייע סארט אוספלוג אז יעדע שטיק צייט פארן מיר צו א צוויטע יארצייט קבר און דארט געבן מיר זיך אויס

- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
היא מותיב והיא מפרק !!!!
וועם גייט אן די עולם הוצקעט ארום מאינדזויט זיך ממאכט עס נאך הייליג.
וואס ווילסטו פין כלל ישראל דאס אויך אוועק נעמען הזאת נעמי ????
צו וואס האסט נישט קיין געלד פאר נישט.

דאס מענטשעלע שפילט........
די תירוץ איז מ׳איז אייביג געפארן צו קברי צדיקים. יא פון די ליזענסק פון וואס די מאכסט חוזק איז האלב אונגארן געפארן פארן קריג. כלל ישראל האט אסאך צו בעטן און אפגעזעהן וואס ס׳שטייט אין ספרים וועגן יא אדער נישט מתפלל זיין ביי קברים איז מען אייביג געפארן, טאקע נישט ווי היינט אבער מ׳דארף נעמען אין באטראכט אז די היינטיגע אומשטענדן ערמעגליכן מער צו פארן.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:די תירוץ איז מ׳איז אייביג געפארן צו קברי צדיקים. יא פון די ליזענסק פון וואס די מאכסט חוזק איז האלב אונגארן געפארן פארן קריג. כלל ישראל האט אסאך צו בעטן און אפגעזעהן וואס ס׳שטייט אין ספרים וועגן יא אדער נישט מתפלל זיין ביי קברים איז מען אייביג געפארן, טאקע נישט ווי היינט אבער מ׳דארף נעמען אין באטראכט אז די היינטיגע אומשטענדן ערמעגליכן מער צו פארן.
און די האלטס געהעריג אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט עבודה זרה
ווי איז שייך א גרעסערע עבודה זרה ווי צו בעטן ביי א אבן
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:די תירוץ איז מ׳איז אייביג געפארן צו קברי צדיקים. יא פון די ליזענסק פון וואס די מאכסט חוזק איז האלב אונגארן געפארן פארן קריג. כלל ישראל האט אסאך צו בעטן און אפגעזעהן וואס ס׳שטייט אין ספרים וועגן יא אדער נישט מתפלל זיין ביי קברים איז מען אייביג געפארן, טאקע נישט ווי היינט אבער מ׳דארף נעמען אין באטראכט אז די היינטיגע אומשטענדן ערמעגליכן מער צו פארן.

איך האלט קלאר אז נישט. ואגב סאיז נישט איך אדער דו האלטן, סאיז וויאזוי ס׳שטייט און וויאזוי מ׳האט זיך געפירט.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
שלום שטיסל האט געשריבן:שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:די תירוץ איז מ׳איז אייביג געפארן צו קברי צדיקים. יא פון די ליזענסק פון וואס די מאכסט חוזק איז האלב אונגארן געפארן פארן קריג. כלל ישראל האט אסאך צו בעטן און אפגעזעהן וואס ס׳שטייט אין ספרים וועגן יא אדער נישט מתפלל זיין ביי קברים איז מען אייביג געפארן, טאקע נישט ווי היינט אבער מ׳דארף נעמען אין באטראכט אז די היינטיגע אומשטענדן ערמעגליכן מער צו פארן.
און די האלטס געהעריג אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט עבודה זרה
ווי איז שייך א גרעסערע עבודה זרה ווי צו בעטן ביי א אבן
איך האלט קלאר אז נישט. ואגב סאיז נישט איך אדער דו האלטן, סאיז וויאזוי ס׳שטייט און וויאזוי מ׳האט זיך געפירט.
וואס הייסט עס שטייט קלאר ווי למשל שטייט עס ? אין די גליונות פון די וואס האבן ישיבות על קברו מיט שנאר אפעראציעס פון דארט רעדסטו
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
אין די מאדערנע עפאכע (פאוסט WW2)
ליזענסק
צאנז
קאלוב (האט זיך נישט אויסגעארבעט...)
ווילעדניק (ווער געדענקט נאך),
שטיפענישט (במיוחד להדרים בא"י)
בני א"י פארן קיין מעזיבוז (ובפרט לאחר נסיעתם לשם אדמורי"ם מללעב ומאקעווע)
אומאן
רבי מיכל פון מיכלשטאט...
קערעסטיר - ביז דער עולם ווערט מיד ווערען אין זוכען עפעס א פרישע מצבה.
ב"ה אין באלאנג נישט צו דעם 'דורש אל המתים קלוב' (ועי' באריכות בספר על הגאולה ועל התמורה...)
אסאך ווילן פשוט א וועקעישאן, אוועק פון דער היים, אנעם ווייב, באופן ובתירוץ כשר וישר...

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
דאס ענין פון תפלה אויף קברי צדיקים איז א טומעל אין די פוסקים. דאכצעך אז און משנ"ב האב איך אויך געזעהן רעדען דערוועגען.
נאך א פיצי גוגעל האסטע א לינק וואס רעדט ארום דערוועגען http://midreshet.org.il/pageview.aspx?id=253

ענדליך דא אידן וואס רעדן צום זאך און זענען נישט סטאק ביי ישיבה על קברו גליונות, זייער וועלט באשטייט פון עפעס מער.
[tag]דולה ומשקה[/tag] די ערשטע דריי וואס די רעכענסט אויס ליזענסק קאלוב און צאנז איז מען שוין געפארן פאר WW2, קיין ליזענסק און קאלוב איז אייביג געווען א גרויסע געפארעכץ.
דורש אל המתים איז א ערענסטע רעדע, אבער ווען מ׳בעהט ׳בזכות׳ א צדיק הייסט עס נישט לויט קיינעם א דורש אל המתים. ווי אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז (רוב אדער גאר כמעט די גאנצע) חסידישע וועלט פלעגט יא פארן צו קברי צדיקים
[tag]דולה ומשקה[/tag] די ערשטע דריי וואס די רעכענסט אויס ליזענסק קאלוב און צאנז איז מען שוין געפארן פאר WW2, קיין ליזענסק און קאלוב איז אייביג געווען א גרויסע געפארעכץ.
דורש אל המתים איז א ערענסטע רעדע, אבער ווען מ׳בעהט ׳בזכות׳ א צדיק הייסט עס נישט לויט קיינעם א דורש אל המתים. ווי אויך דארף מען נעמען אין באטראכט אז (רוב אדער גאר כמעט די גאנצע) חסידישע וועלט פלעגט יא פארן צו קברי צדיקים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
דא האט איר די משנ"ב וואס כ'האב געמיינט וע"ע במראי מקומות
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:שלום שטיסל האט געשריבן:די תירוץ איז מ׳איז אייביג געפארן צו קברי צדיקים. יא פון די ליזענסק פון וואס די מאכסט חוזק איז האלב אונגארן געפארן פארן קריג. כלל ישראל האט אסאך צו בעטן און אפגעזעהן וואס ס׳שטייט אין ספרים וועגן יא אדער נישט מתפלל זיין ביי קברים איז מען אייביג געפארן, טאקע נישט ווי היינט אבער מ׳דארף נעמען אין באטראכט אז די היינטיגע אומשטענדן ערמעגליכן מער צו פארן.
און די האלטס געהעריג אז דאס האט קיין שייכות נישט מיט עבודה זרה
ווי איז שייך א גרעסערע עבודה זרה ווי צו בעטן ביי א אבן
נעם עס נישט פערזענליך.. אבער ר' שאול עס קוקט אויס ווי איהר פאקט אוועק די ספרים אהן אריינקוקען אין זיי...[emoji1]
ביפאר איהר זאגט אז רוב כלל ישראל דינט ע"ז טוהט ביטע דורך די נושא. ובפרט אז מ'רעדט ברבים.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
איך פארשטיי נישט וואס פעלט אויס דער וואקעישען. חסידים האבען א וואכעדיגע באלל געים ווען מ'באקוקט דער געווינער אין קאורט/ב"ד זיצענדיג אויף זיין שטול, טינקענדיג זיי פאות אין פיש זאפט
Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- הערסטע
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 13, 2016 7:10 pm
- האט שוין געלייקט: 190 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
אין אז אידן ווערן טאקע געהאלפן אין מ'זעט ישועות זאל מען נישט פארן?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 335
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
- האט שוין געלייקט: 73 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 917
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 45 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
דער מונקאטשער רב האט א לאנגע תשובה צו בארעכטיגן דער הנהגה
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
Sent from my Fire Phone using Tapatalk
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
- האט שוין געלייקט: 58 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: היינט איז עס קערעסטיר מארגן גייט עס זיין גרויסווארדיין
יעצט דרייט זיך ארום א מעשה פון א וואונדער מיט א דזאדזש. אנגעבליך האט דער איד געדראפט דער בונדל קאורט פאפירן אויף ר' ישעי'לעס קבר ארויף, זאגענדיג 'איך קען נישט מער, יעצט נעם דו עס!' א צייט שפעטער, ויהי היום ער קומט אריין אין קאורט רום און דער דזשודזש פרעגט אים:
ביסטו מאזעס?
יא, זאגט דער איד.
"דיין קעיס איז דיסמיסד. כהאב געהאט א נייטמער נעכטן נאכט. א אלטע איד מיט א גרויסע היט האט מיר אנגעווארנט מיטן לעבן איך זאל דעם איד מאזעס'נס קעיס ארויסווארפן."
און וואס מיינט עטס, דער זקן איז געווען ר' שייעלע. נו ווער דען. אזעלכע שטותים און מענטשן גלייבן נאך. אביסל קריעיטיוועטי? דער געשיכטע איז שוין אביוזד, מאלעסטעד און איבערגענוצט געווארן א מיליאן מאל. גלייבטסמיר, כהאב די רגע געהערט די מעשה פון א מיטל יעריגע איד מיט א הויכע ביבער איד, באגלייט פון א קליינע בלאנדע אינגל מיט גרויסע לייענען גלעזער. כ'האב אים אפגעשטעלט און געוויזען די בילדער פון די עקסידענט. כ'האב אים געפרעגט צו ער קען די בחורים. "כ'האב דעי רגע געקויפט א טייערער קעמייע פאר א מנין צו מתפלל זיין אויף ר' שייעלעס קבר" זאגט ער מיט עקסטאז. "נו עפעס א נס געשען?" פרעגט ער מיר מיט גרויס התפעלות, האפענונג פאר א מופת צו געבוירן ווערן יענע מינוט, מיט זיין קעמייע האפענטליך. נעבעך, זיין פנים איז איינגעפאלען הערענדיג אז זיי זענען קריטיש. מיינד יו, כהאב נאכדעם געדארפט שטיין און צוהערן א לאנגע ליסט פון אפענע מופתים, באשריבן אין אלע "אידישע" צייטונגען. טוירנס אאוט ער איז א מעמבער ביי א היפשע צאל כוללים. ער האט זיכער נישט אויסגעלאזט חצות כולל אין א"י. כ'האב אים אויסגעהערט מיט א פארשטאנדיגע צוגענגליכע שמייכל. כלל ישראל דארף אזעלכע גיטיטשקעס.
Sent from my SM-G903F using Tapatalk

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.