בת מצוה פון אסתר לאווען
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
שפרה רעדט חינוך הבנים
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dJKdwGaT1wU[/youtube]
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
במליחת כבודה רעדט זי נישט צים זאך, אין המשל דומה לנמשל, איך זעי נישט דעם היימישן עולם אויף קיינע דראגס בדרך כלל
אגב זאל זי ווי שנעלער גיין אויף א טרעמפעלין
אגב זאל זי ווי שנעלער גיין אויף א טרעמפעלין
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
פרייוויליג, ממילא שלמה המלך קען מען דאך זען פון יעדן תגובה זיינע זיין עקסטרעמיסטישע מהלך און נגדישע אבסעסיע צו דער ריפראדאקטיוו אבר, א מין מעסאקיזם אדער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] פרוסטרעישאן וואס פאסט נאר פאר א סרוס כימי ל"ע. זעט מען שוין על כל השאר אז דאס איז א שיטה זיינער, לוינט זיך נישט צונעמען נאטיס. אבער דו ביסטאך יא א רעכטדענקנדער מענטש, היינט וואס האסטע איינגעזען זיך אראפצולאזן אזוי און מאכן די סוירקעמסטענטשיל און אביוסיוו עד האמינוםס? זי איז געצווינגען; זי איז צעבראכן; זי האט נישט שלום בית; זי קעקעצט; זי זעט נישט אויס גוט; זי זאגט עס ע"ד בעלה. ווי אזוי פיט דאס מיט דיין איצטיגע בליק אויף אידישקייט בפרט און לעבן בכלל?
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 330
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
- האט שוין געלייקט: 102 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל
עס איז אביסל נעריש וואס זי זאגט. עס קומט מיר פאר אז זי לייגט אן איר אייגענעם עקספיריענס אלס קינד צו יעדעם איינעם. איך וויל נאר זאגן איין זאך. אין די ביג פיקטשער וואקסן נאך אינזערע קינדער אויף אזוי גוט ווי די קינדער פונעם דזשענערל פאפיולעישן. ניין, אונז האב מיר בכלליות נישט קיין דזשענערל עדיוקעישן אבער אין אונזער לעבן קום מיר נאך אן אזוי ווייט, און נאך ווייטער, לויט אונזער סטענדערד קעגן די דזשענערל פאפיולעישן לויט זייער סטענדערד. די מערב וועלט בכלל גייט דורך א גרויסע ירידה. ווען האסטו די לעצטע מאל געזען אלטגעזעסענע אמעריקאנער בפרט און אלטגעזעסענע מערב וועלט בכלל ווערן ענדזשינירן און סייענטיסטן קעגן אמאל. די חילוק איז, אמאל האט מען ארפגעבינדן די קינדער זאלן לערנען, וואס די אזיאטישע מענטשן טיען נאך אלס. היינט ווען די מערב וועלט איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו לאזן קינדער מנוחה, פראדוצירט מען עמיראצים. ווען נישט די אימיגראנטן וואלט אמעריקע שוין לאנג אינטערגעגאנגן. דאס ווייזט ווי באנקראטירט די מערב וועלט איז.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
yatzmachp האט געשריבן:עס איז אביסל נעריש וואס זי זאגט. עס קומט מיר פאר אז זי לייגט אן איר אייגענעם עקספיריענס אלס קינד צו יעדעם איינעם. איך וויל נאר זאגן איין זאך. אין די ביג פיקטשער וואקסן נאך אינזערע קינדער אויף אזוי גוט ווי די קינדער פונעם דזשענערל פאפיולעישן. ניין, אונז האב מיר בכלליות נישט קיין דזשענערל עדיוקעישן אבער אין אונזער לעבן קום מיר נאך אן אזוי ווייט, און נאך ווייטער, לויט אונזער סטענדערד קעגן די דזשענערל פאפיולעישן לויט זייער סטענדערד. די מערב וועלט בכלל גייט דורך א גרויסע ירידה. ווען האסטו די לעצטע מאל געזען אלטגעזעסענע אמעריקאנער בפרט און אלטגעזעסענע מערב וועלט בכלל ווערן ענדזשינירן און סייענטיסטן קעגן אמאל. די חילוק איז, אמאל האט מען ארפגעבינדן די קינדער זאלן לערנען, וואס די אזיאטישע מענטשן טיען נאך אלס. היינט ווען די מערב וועלט איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק צו לאזן קינדער מנוחה, פראדוצירט מען עמיראצים. ווען נישט די אימיגראנטן וואלט אמעריקע שוין לאנג אינטערגעגאנגן. דאס ווייזט ווי באנקראטירט די מערב וועלט איז.
איך זע נישט זי זוכט צו אפלייען איר עקספיריענס אויף יעדעם איינעם. און פארוואס איז נאריש וואס זי זאגט? זי רעדט פון די עקספיריענס וואס זי און נאך אפאר הונדערט משפחות אין טאהש האבן סימינגלי געהאט. אפשר ברענגסטו עווידענס צו דיין קלעים? זי דארף נישט קיין עווידענס ווייל פוק חזי וועסטו זען פולע כוללים אינגעלייט וואס קוועטשן די באנק אנטקעגן גרויסע פארבריקן מיט ארבעטער מיום ועד לילה. חדרים אנגעשטופט מיט קינדער וואס רירן זיך נישט ווי גרויס די יאר איז, קומען ארויס מיט נישט מער ווי קאמפיוטעריזירטע הצטיינותער און א סעט ספרים, אנטקעגן שיינע פראכטיגע שולעס מיט ספארט סטאדיומס און נאציאנאלע מעטס קאנטעסטן. קינדער קומען ארויס גרייט אנצוהויבן אלגעברא. ווער רעדט פון סייענטיסטן און אינדזשענירן? וואו לויפסטו? מ'האלט נאכנישט ביי אוניווערזיטעט. פוק חזי וועסטו זען, פאריאגטע טאטעס און מאמעס וואס האבן קוים א מינוט ארויסצולויפן צו א מנחה מעריב און רעבעצין אייערשלעגער'ס שיעור רעספעקטיוולי, און פון אנדערען לאגער, קינדער וואס נעמען טייל אין כל מיני חבורות, לערנען זיך א ארט, טוען היימארבעט, לייענען א ביכל, שפיהלן א קאמפיוטער געים, וואטשן א מאווי, גייען איבערשלאפן ביי פרענדס, גייען צו בוירטדעי פארטיס; טאטעס און מאמעס וואס גייען ארויס צו א רעסטארנט, צו די סינימע, געלאדנט צו פרענדס אויף דינער,צו א קאמעדיע, צו א פאעטרי נאכט, צו א טעטאער שאו וכו'. פון וואו נעמט זיך דער ניוראטיסיזם וואס זאגט אז מ'מוז דעם קינד פייניגן און אראפבינדן צו לערנען? וואסארא ווארט איז דאס מען פראדוצירט אמעראצים? פארוואס איז איינער וואס ווייסט ווי צאמצושטעלן א לייטישער תשעה באב בענקל אן עם הארץ? פארוואס מיינט מען אז נאר ווען מ'פארסד דעם אינגל אראפ אין גארגל א בלאט גמ' רשי' תוסי' נאר דעמאלטס וועט ער ווערד זיין עפעס לקדש אשה. לאזן קינדער במנוחה באשאפט א דור וואס האט ליב לייף און פייניגן קינדער ערצייגט א דור וואס וויאוד לייף ווי א נזיר א נזיד עדשים; ווי שלמה המלך - ****. מ'יאגט זיך דורך דאס לעבן ווי געטריבן פונעם טייוול און אז מ'גיבט זיך שוין יא אמאל אויף אן הנאה ווייסט מען נישט ווי אזוי איר צו עסן. ווי א פויער וואס זאל אראפוואשן א טייער גלעזעלע דזשאני וואלקער מיט איין זויף.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 198
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
- האט שוין געלייקט: 460 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל
Re:
שלמה המלך האט געשריבן: ↑ ומכאן הקריאה יוצאת!
שפרה קריינדעל כ"ץ / לאווען איז געוועהן א געלונגענע מיידל/ווייבל, ס'האט איהר גארנישט געפעלט, קאמפויזט ניגונים מיט גראמען עפעס איינס אין די וועלט! באמת געוועהן א געלונגענע זאך, צוזאמען מיט איהרע טייערע קינדערלעך!!! איהר צופראסקעטע מאן יוחנן - אלץ בן יחיד און אויבער'חכם האט אלץ פארשטאנען אנדערש פון יעדעם! און שטודירט און געזוכט וואס קיינער ווייסט נישט, אזש דעם מעשוגענעם/האלב בלינדן איז איינגעפאלען צו טוישן רעליגיע למחצה לשליש ולרביע, צו'מזיק'ט זיין הערליכן עבר מיט א פאר'סרח'טן עתיד!!! די געלונגענע קינדער - וואס ראטן דוקא נישט אין אים, נאר אין מאמען - זענען געוועהן געשעצט און באליבט ביי יעדן, אבער אלעס אריין אין תהום מיט זיין גרויס אויבער'חכם'ישקייט....
די פרוי איז געוועהן אזוי צו'מזיק'ט (ווי מ'הערט האלבוועגס פון איהרע אייגענע ווערטער) געהאלטען אדער ביי א טאטאלע נערווען צעזאמענברוך אדער ביי SUICIDE האט זי אנגעפאנגען מיט גיין מיט אט דעם שעיר לעזאזל און צוביסלעך געמוזט צוגעוואוינען צים נייעם פאקט ווי זי שטייט, פרובירט צי איבערצייגן די וועלט ווי פרייליך זי איז!
הער אויס שפרה קריינדל! האסט נאך נישט פארשפעטיגט, דו קענסט אדער אפלאזען דעם בהמה (דו ביסט שוין אן אויפגעקלערטע ממילא ווייסטו שוין אז ס'איז נישט עק וועלט) און מוף צוריק קיין טאהש לעבן דיין צובראכענע טאטע מאמע (דיין שווער און שוויגער וואלטען דיך אויך אויפגענומען מיט ביידע ארעמעס) אדער מוף ערגעץ אנדערש און לעב באמת וויאזוי דו ווילסט און באמת וואס דיינע קינדער ווילן! אבער דעם בלינדען שעך, גיב איהם א שטויס אין מחילה און זאג איהם שיין: אדער גיימער צוזאמען בייביי אדער זוך דיר א צווייטע קרבן (ער איז דאך גאר אויפגעקלערט, ער ווייסט דאך אוודאי צו נעמען א צווייטע ווייב און עס איז JUST NATURAL) און שלום על ישראל!
הערטס ביידע אויף צו פאמפען איבעראל ווי פרייליך און גליקליך עטס זענט, ווייל עטס זענטס נישט! און יעדער נארמאלער מענטש זעהט עס אויף ענקערע באשרייבעכטס און אינטערוויוס!
וואלטס עטץ געוועהן אזוי גליקליך און צופרידן וואלט עטץ נישט געוועהן ביזי אויפטוהן אזויפיל און העלפן די וועלט, נאר געמאכט א לעבן פאר זיך.....
די רחמנות אויף די פרוי און קינדער שרייט עד לב השמים!!
אלע דיינע אלטע פריינדינעס זענען דיך גרייט צוריק מקבל פנים זיין און יעדער פארשטייט אז דו האסט געטרייט דיין בעסט TO MAKE THE BEST OUT OF THIS
און צו אייך אלע ליינער, פאר עטס ווילטס טוהן אזא שריט, קוקט אדורך דאס לעבן ביאגראפיע פון יוחנן לאווען מיט זיין ווייב שפרה קריינדל און דאס ליידן פון די אומשולדיגע עופה'לעך.... יא יא, צוזאמען מיט די אלע גליקליכקייט פון שרה'לעס בת-מצוה וכדו'! און דאס זאל אייך דינען פאר א גוטע לעקציע וויזוי מ'קוקט אויס ווען מ'איז שוין אנגעקומען אויף די אנדערע זייט!
דעם ערב שבת איז ארויפגעשטעלט געווארן אן אינטערוויו אויף אידיש צווישן איר און אלי בענעדיקט (וועלכער איז א בני ברק'ער געבוירענער און איז היינט נישט מער אין די חרדישע וועלט)
זי דערציילט דארט בקיצור וואס האט פאסירט וואס האט צוגעברענגט זי זאל פארלאזן די חסידישע וועלט
(ס'איז א ווידיאו וואס רעדט אביסל פון טאהש'ער רבי אויך)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 103
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 25, 2021 5:27 pm
- האט שוין געלייקט: 150 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 142 מאל
Re: בת מצוה פון אסתר לאווען
אויף אינסטעגראם און פּעטריאן האט זי היינט געלאזט וויסן אין א ווידיאו אז זי ארבעט מיט איר מאן ארויסצוגעבן א פאדקעסט ווי זיי וועלן ארומרעדן גרויסע פערזענליקייטן אין די אידישע היסטאריע וועלכע זענען באשמיצט געווארן, אנגעהויבן מיט׳ן רמב״ם וואס מ׳האט באשולדיגט אין אפיקורסוס און עקירת כל התורה כולה