פייער אפפער האט געשריבן:עבאוט די זיידע, הער איך אז ער איז נישט מיט אלעמען דעמאלס איז איבער אים נישט דא אפילו וואס צו רעדן.
עבאוט דעם יונגערמאן, האלט איך אז ווען ער זעט מיט וועם ער האט דא צוטון וואלט ער זיך געברויכט אויפשטעלן, אבער איך קען פארשטיין יעדן וואס טעהנעט פארקערט.
עבאוט די מענטשן, אויפן באס וואס האבן זיך אנגענומען פארן זיידן, האב איך גערעדט צו איינע פון די פאסאנדזשירן אויפן באס ער זאגט אז דער זיידע האט זיך געשטעלט אין די ברייט און נישט ארויפגעלאזט קיין מענטשן אזוי אז די באס זאל נישט קענען ווייטער פארן און דער עולם האט זיך גערעגט אז זיי יאגן זיך אנצוקומען צום דעסטינאציע און ביז דער יונגערמאן הייבט זיך נישט אויף גייט דאס נישט געשען.
עבאוט די פאטאגראפירער, נישט איך און כמעט קיין איינער אין די היינטיגע וועלט וואלט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפכאפן אזא סצענע.
און עבאוט מיר, איך האב זייער הנאה געהאט פון קוקן די קליפ איך קען נישט סטאפן לאכן יעדע מאל וואס איך זעה עס...
Sent from my SM-G900T using Tapatalk
הה"ד זיי קלוג און נישט גערעכט.
יעדער וואס זעהט מיט וועם מ'האט דא צוטוהן, כאפט גלייך אז די נארמאלע כללים גילט נישט דא, אן אנדערער זיין עידזש וואלט אפשר איינמאל געבעטן שיין אז פליז שטעל דיך אויף, איך פאר שוין אויף דעם זיץ כך וכך יארן, חזקה, וכו' און דער אינגערמאן וואלט זיך דרך ארצדיג אויפגעשטעלט און זיך נאך אנטשולדיגט אז ער האט נישט געוואוסט, און אויב וואלט זיך דער אינגערמאן דוקא גע'עקשנט וואלט ער געגאנגען זוכן א צווייטע זיץ, דא רעדט מען פון אבוויוסלי א גייסטיש ליידענדע מענטש, און יעדער פארשטייט אז אין אזא פאל ערווארט מען נישט אז יענער זאל האנדלן 'נארמאל', און אנשטאט זיך צו שטעלן אז מ'באקומט נישט דעם ערליך פארדינטן 'פליז', שאקעלט זיך אפ פון אים ווי אמשנעלסטן.
פאר סאם ריזאן, גלייכט דא דער עולם צו ציען מסקנות און עס אויסטייטשען ווי א 'סיסטעמאטישע' פראבלעם וכו', אנטשולדיגט אבער אין די 'נארמאלע' וועלט איז קיינער נישט אינטערסירט צו לערנען בלק א 60 יעריגער גייסטיש צורידערטער פארשוין ווען מ'יאגט זיך צו פאנטשען די קארד.
איך בין אמאל געווען געפארקט אין בעד סטיי עטליכע טעג אין א ציה אויף א געוויסע ספאט אין א געוויסע צייט פון טאג, האט מיך איין טאג עפראוטשד אן עלטערער שחור וואס דארט, אז ער האט די ספאט יעדע נאכט און איך זאל מיך מוחל זיין און זוכן ערגעץ אנדערש ווי צו פארקן, ער איז לכאורה נישט גערעכט, אבער זאל איך ענדערש מאכן א ספעקטעקאל און א חילול ה' ? ניין איך מיך אפגעיאגט און גוד ביי.
אויף קאווע שטיבל דרייען זיך זייער אסאך סטראנג מיינדעד מענטשען און אפי' אקטיוויסטן וואס וואלטן ענדערש פארפיהרט אויף זייערע רעכטן ווי איידער צו נעמן די גרינגע וועג ארויס, זייט וויסן אז רובא דרובא מענטשען טראכטן ענדערש פראקטיש.
@יחיאל, ניין! די סביבה 'פארשטייט' אז אזא מענטש לאזט מען ענדערש גיין זיין וועג, ווי איידער משוגע צו מאכן כל הקהל הקודש.
אונז האבן מיר א מצוה מפני שיבה תקום וואס גיבט אוועראלל א אויבערהאנט און דין קדימה פאר עלטערע מענטשען, אבער נישט דאס איז די נושא דא.