מפני שיבה תקום

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יחיאל איז גערעכט. הערט אויף צו רעדען פונ'ם אויסנאם דער יונגע אלטיטשקע. אפילו ער איז אן אויסנאם, דער סביבה וואס לאזט צו אז דער וואס שרייט די העכסטע און ווייזט זיין פויסטען זיגט למעשה, אפילו ווען ס'איז ביי נישטיגער שטותים ווי א זיץ אויף א באס, איז א פראבלעם כשלעצמו.
אבער אוועק פיהרען פון אידישע וועג איז איבערגעטריבען, און דער אונגארישע רייץ אנצורופען יענעם א נואף פאר א לויזען אויסדרוק איז אויך א חלק פון דער ערציאונג פון דער אלטען שרייער

גוט געזאגט און פארשטאנען מיין עיקר פונקט.
בנוגע נעמען רופעריי ביי די אונגארישע:
א) איי עם נאט האנגעריען
ב) איי עם סארי, אבער נאר א נואף פיהרט זיך אזוי אויף. ועם מנאפים חלקו, ווייל אלע האבן עם געגעבן רעכט. אזא פארשוינדל כאפט מען אהן ביים קארג און מ׳טוט וואס מ׳דארף כדי דער שפיעל זאל זיך מער נישט איבעחזר׳ן. אויב איז ער טאקע קראנק זאל ער האבן א פולקאמע רפואה. דערווייל זאל ער בלייבן אינדערהיים (במחשבה שני׳ אפשר נישט ווייל אינדערהיים ׳עט ער דערקוטשן די יאהרן פון די בני בית).

כ׳בין מסכים אז ס׳האט ווייניג מיט אפפיהרן פון אידישע וועג.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

פייער אפפער האט געשריבן:עבאוט די זיידע, הער איך אז ער איז נישט מיט אלעמען דעמאלס איז איבער אים נישט דא אפילו וואס צו רעדן.
עבאוט דעם יונגערמאן, האלט איך אז ווען ער זעט מיט וועם ער האט דא צוטון וואלט ער זיך געברויכט אויפשטעלן, אבער איך קען פארשטיין יעדן וואס טעהנעט פארקערט.
עבאוט די מענטשן, אויפן באס וואס האבן זיך אנגענומען פארן זיידן, האב איך גערעדט צו איינע פון די פאסאנדזשירן אויפן באס ער זאגט אז דער זיידע האט זיך געשטעלט אין די ברייט און נישט ארויפגעלאזט קיין מענטשן אזוי אז די באס זאל נישט קענען ווייטער פארן און דער עולם האט זיך גערעגט אז זיי יאגן זיך אנצוקומען צום דעסטינאציע און ביז דער יונגערמאן הייבט זיך נישט אויף גייט דאס נישט געשען.
עבאוט די פאטאגראפירער, נישט איך און כמעט קיין איינער אין די היינטיגע וועלט וואלט זיך נישט אפגעהאלטן פון אפכאפן אזא סצענע.
און עבאוט מיר, איך האב זייער הנאה געהאט פון קוקן די קליפ איך קען נישט סטאפן לאכן יעדע מאל וואס איך זעה עס...

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

הה"ד זיי קלוג און נישט גערעכט.

יעדער וואס זעהט מיט וועם מ'האט דא צוטוהן, כאפט גלייך אז די נארמאלע כללים גילט נישט דא, אן אנדערער זיין עידזש וואלט אפשר איינמאל געבעטן שיין אז פליז שטעל דיך אויף, איך פאר שוין אויף דעם זיץ כך וכך יארן, חזקה, וכו' און דער אינגערמאן וואלט זיך דרך ארצדיג אויפגעשטעלט און זיך נאך אנטשולדיגט אז ער האט נישט געוואוסט, און אויב וואלט זיך דער אינגערמאן דוקא גע'עקשנט וואלט ער געגאנגען זוכן א צווייטע זיץ, דא רעדט מען פון אבוויוסלי א גייסטיש ליידענדע מענטש, און יעדער פארשטייט אז אין אזא פאל ערווארט מען נישט אז יענער זאל האנדלן 'נארמאל', און אנשטאט זיך צו שטעלן אז מ'באקומט נישט דעם ערליך פארדינטן 'פליז', שאקעלט זיך אפ פון אים ווי אמשנעלסטן.

פאר סאם ריזאן, גלייכט דא דער עולם צו ציען מסקנות און עס אויסטייטשען ווי א 'סיסטעמאטישע' פראבלעם וכו', אנטשולדיגט אבער אין די 'נארמאלע' וועלט איז קיינער נישט אינטערסירט צו לערנען בלק א 60 יעריגער גייסטיש צורידערטער פארשוין ווען מ'יאגט זיך צו פאנטשען די קארד.

איך בין אמאל געווען געפארקט אין בעד סטיי עטליכע טעג אין א ציה אויף א געוויסע ספאט אין א געוויסע צייט פון טאג, האט מיך איין טאג עפראוטשד אן עלטערער שחור וואס דארט, אז ער האט די ספאט יעדע נאכט און איך זאל מיך מוחל זיין און זוכן ערגעץ אנדערש ווי צו פארקן, ער איז לכאורה נישט גערעכט, אבער זאל איך ענדערש מאכן א ספעקטעקאל און א חילול ה' ? ניין איך מיך אפגעיאגט און גוד ביי.

אויף קאווע שטיבל דרייען זיך זייער אסאך סטראנג מיינדעד מענטשען און אפי' אקטיוויסטן וואס וואלטן ענדערש פארפיהרט אויף זייערע רעכטן ווי איידער צו נעמן די גרינגע וועג ארויס, זייט וויסן אז רובא דרובא מענטשען טראכטן ענדערש פראקטיש.

@יחיאל, ניין! די סביבה 'פארשטייט' אז אזא מענטש לאזט מען ענדערש גיין זיין וועג, ווי איידער משוגע צו מאכן כל הקהל הקודש.

אונז האבן מיר א מצוה מפני שיבה תקום וואס גיבט אוועראלל א אויבערהאנט און דין קדימה פאר עלטערע מענטשען, אבער נישט דאס איז די נושא דא.
פייער אפפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פייער אפפער »

זיי קלוג און נישט גערעכט איז א אלטע און שטארקע כלל וואס לוינט זיך אריינצונעמען אין קאפ
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

[tag]יעקב מענטש[/tag] זאגט פיין, אבער כ'האב מיך געשטעלט דא:
יעקב מענטש האט געשריבן:@יחיאל, ניין! די סביבה 'פארשטייט' אז אזא מענטש לאזט מען ענדערש גיין זיין וועג, ווי איידער משוגע צו מאכן כל הקהל הקודש.

די סביבה האט נישט נאר 'פארשטאנען'; זיי האבן גאר זיך אהנגענומען פארן כסיל זקן. שטעל דיך פאר צו זיין אינעם מצב פון דעם יונגערמאן און דער עולם שרייט נאך אריין, גיבנדיג יעדעם די אימפרעשאן אז דער יונגערמאן האט בא'עוולה'ט דעם אלטן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
פייער אפפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך פייער אפפער »

איך האב פריער געשריבן דער צורידערטער האט אויפגעהאלטן די גאנצע באס, די עולם האט געשריגן צום יונגערמאן נישט זיך אנצונעמען פארן זיידן נאר צו זאגן הייב דיך שוין אויף און האלט אונז נישט אויף
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

פייער אפפער האט געשריבן:
שלום על ישראל האט געשריבן:[tag]יעקב מענטש[/tag] זאגט פיין, אבער כ'האב מיך געשטעלט דא:

דאס מאכט סענס, אבער נישט מיט יענעמ'ס בלוט
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

א גייסטיש צערודערטער כאפט מען אהן ביים קארג און... די שפראך פארשטייט יעדער. א שטויס וואו עס טוט וויי היילט אויס דער גרעסטע משוגע׳נער. ס׳איז בדוק ומנוסה.
דער מצוה פון מפני שיבה תקום האט כללים ולא כל הרוצה ליטול את השם וכו׳. אויך, דאס וואס מיר לעבן אין דעם שטות והבל אז דזשאסט ביקאוז איינער איז אביסל עלטער קומט עם דער וועלט, איז א חולי רע. מ׳דארף דאס אויסראטן מכל וכל. שטאטוס טאהר נישט צוגיין בלויז מיט עידזש. פינטעלע.
דער פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם זעכציק יעריגען קינד/מטורף. שולדיג זענען די וואס האבן עם נישט געסטאפט ס׳ערשטע מאהל ווען ר׳האט זיך דארט אנידערגעזעצט און געמאכט דערפון א קביעות.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

שלום על ישראל האט געשריבן:[tag]יעקב מענטש[/tag] זאגט פיין, אבער כ'האב מיך געשטעלט דא:
יעקב מענטש האט געשריבן:@יחיאל, ניין! די סביבה 'פארשטייט' אז אזא מענטש לאזט מען ענדערש גיין זיין וועג, ווי איידער משוגע צו מאכן כל הקהל הקודש.

די סביבה האט נישט נאר 'פארשטאנען'; זיי האבן גאר זיך אהנגענומען פארן כסיל זקן. שטעל דיך פאר צו זיין אינעם מצב פון דעם יונגערמאן און דער עולם שרייט נאך אריין, גיבנדיג יעדעם די אימפרעשאן אז דער יונגערמאן האט בא'עוולה'ט דעם אלטן.

די סביבה האט געמאכט א שנעלע קאלקולאציע, אז דעם 'נארמאלן' אינגערמאן וועט מען שנעלער קאנווינסען ווי דעם אלטן.

@יחיאל

אונז קומען צוריק צו פונקט איינס. דער עולם גייט נישט אן זיך צו קובע מקום זיין אויף אן אנדערע זיץ ווען מ'זעהט ווי דעם איד גייט אין לעבן א פראנט זיץ, הגם ער איז נישט גערעכט, זענען אונז אידן 'העכער' פון דעם, און אז ס'מאכט אים אזוי העפי גיבט מען עס אים בתשועות חן.

נאך אזוי פיל יארן ווי די זעלבע מענטשען פאהרן מיט די זעלבע באס, מאכט זיך קביעות'ער און אזוי לעבט מען צוזאמען, און ווען איינער קומט און צושטערט דעם סדר, איז נאטורליך אז מ'פארלאנגט פון יענעם צו רעספעקטירן דעם מנהג המקום, הגם קיינער האט נישט לעגאל אפגעקויפט דעם זיץ

איך בין יארן צוריק געווען איין זונטאג צופרי ביי די באקאנטע שיעור פון הרב שלעזינגער אין מאנסי, קומט צו מיר צו א איד נאכ'ן שיעור און זאגט מיר אז די פלאץ אויף וואס די ביזט געזעצן היינט האט איינער חזקה יעדן זונטאג, און נעקסטע וואך זוך א צווייטע פלאץ, און איך האב אים פארשטאנען הונדערט פראצענט, הגם ביי א דין תורה וואלט איך מן הסתם געזיגט
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

זיי קלוג נישט גערעכט? דאס איז א נארישע סלאגאן. אמאהל האלט עס אויך אויס ראציאנאליש אבער ס׳איז נישט קיין כלל.
סטאפ דעם צערודערטער פון טעראריזירן ראובן היינט, וועט ער מארגן נישט טעראריזירן שמעון׳ען. דאס איז קלוג (החכם עיניו בראשו) און אויך גערעכט.
די באס פאהרט נישט ווייטער? דעט׳ס אפ טו די דרייווער און די אנדערע פאסאזשירן. אויסער דעם, לו יהא, אבער מוטב שיחלל שבת אחד וכו׳ און אויב איז דא איינער וואס קען טאקע אפהאלטן דעם באס מיט טעראר זאל ער ארויפגעלייקט ווערן אויף א נאו-טרעוול ליסטע. והוא נכון ופשוט מאד מאד. התעמק והבן.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ווען ס'זאל ווען זיין א קאמאן פראבלעם, א עפידעמיע פון 60 יעריגע טעראריסטן וואלט איך מיטגעשטימט מיט דיין אקטיוויזם.

וויבאלד ס'האנדלט זיך פון א אויסנאם פאל, זאג איך נאכאמאל 'זיי קלוג און נישט גערעכט'
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

יעקב מענטש האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:זיי קלוג נישט גערעכט? דאס איז א נארישע סלאגאן. אמאהל האלט עס אויך אויס ראציאנאליש אבער ס׳איז נישט קיין כלל.
סטאפ דעם צערודערטער פון טעראריזירן ראובן היינט, וועט ער מארגן נישט טעראריזירן שמעון׳ען. דאס איז קלוג (החכם עיניו בראשו) און אויך גערעכט.
די באס פאהרט נישט ווייטער? דעט׳ס אפ טו די דרייווער און די אנדערע פאסאזשירן. אויסער דעם, לו יהא, אבער מוטב שיחלל שבת אחד וכו׳ און אויב איז דא איינער וואס קען טאקע אפהאלטן דעם באס מיט טעראר זאל ער ארויפגעלייקט ווערן אויף א נאו-טרעוול ליסטע. והוא נכון ופשוט מאד מאד. התעמק והבן.

ווען ס'זאל ווען זיין א קאמאן פראבלעם, א עפידעמיע פון 60 יעריגע טעראריסטן וואלט איך מיטגעשטימט מיט דיין אקטיוויזם.

וויבאלד ס'האנדלט זיך פון א אויסנאם פאל, זאג איך נאכאמאל 'זיי קלוג און נישט גערעכט'

ליפא האט געשריבן:די מאנרא באס איז מער ווי סתם א באס פאר דעי אידן איז עס א באס א ביהמ''ד זיי דאווענען און לערנען דארט. פארשטיי איך אז ס'דא וואס האבן זייער מקום קבוע.

פליקער האט געשריבן:איר מיזט פארשטיין אז דאס איז א מאנרוי באס, און קיין אנדערע שפרייך איז נישט פארהאן
כאפסט א ריק, איך ציפליק דיין ביבער היט, דם העטיך באוואשן, וחולם.

ליפא האט געשריבן:When in Rome do as the Romans
דער פאקט איז אז דער מאנרא באס איז א אנדערע פלאנעט, פרעג יעדן איינער וואס פארט טעגליך מיט יענע באסעס, דארט האבן מענטשן זיצן וואס איז ווי זייער צווייטע היים, יעדן טאג ביידע וועגן צענדליגע יארן דארט שלאפן זיי דאווענען זיי לערנען זיי און ''אויך'' פארן זיי. גערעכט צו נישט געזעצליך צו נישט וואלט דער זיצער זיך געדארפט אויפשטעלן סיי ווי. פרעג זיך אביסל נאך וועסטו פארשטיין
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

די כללים פאר טעראריסטן איז ביי יחידים אויך גילטיג. קיינער דארף נישט ווערן אוועקגעשטופט פון א פלאץ וואס ר'האט די פולסטע רעכט צו זיצן דארט אויב האלט ער נישט ביים אוועקגיין. אין אזא פאל כאפט מען אהן דעם טעראריסט און מ'לערנט אים א לעקציע אז דא איז נישט אקעי טעראריזאציע.
פייער אפפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 09, 2016 9:34 pm
האט שוין געלייקט: 114 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

Re: מפני שיבה תקום

שליחה דורך פייער אפפער »

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:א גייסטיש צערודערטער כאפט מען אהן ביים קארג און... די שפראך פארשטייט יעדער. א שטויס וואו עס טוט וויי היילט אויס דער גרעסטע משוגע׳נער. ס׳איז בדוק ומנוסה.
דער מצוה פון מפני שיבה תקום האט כללים ולא כל הרוצה ליטול את השם וכו׳. אויך, דאס וואס מיר לעבן אין דעם שטות והבל אז דזשאסט ביקאוז איינער איז אביסל עלטער קומט עם דער וועלט, איז א חולי רע. מ׳דארף דאס אויסראטן מכל וכל. שטאטוס טאהר נישט צוגיין בלויז מיט עידזש. פינטעלע.
דער פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם זעכציק יעריגען קינד/מטורף. שולדיג זענען די וואס האבן עם נישט געסטאפט ס׳ערשטע מאהל ווען ר׳האט זיך דארט אנידערגעזעצט און געמאכט דערפון א קביעות.

מפני שיבה תקום קומט דא בכלל נישט אריין דא קומט אריין 'מפני משוגענעם תקום' און סאיז זיכער אז מאיז נישט מחויב, אבער איך וואלט מיר אויפגעשטעלט און אפגעפיצט די ווייטסטע וואס מעגליך

Sent from my SM-G900T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

איך וואלט זיך אויך אויפגעשטעלט, אבער נישט געהייסן יענעם זיך אויפשטעלן.

כ'פארשטיי נישט וואס מ'טענה'ט זיך דא בכלל. די כלל פון "זיי קלוג און נישט גערעכט" איז אמת פאר יעדעם פאר זיך, נישט יענעם צו איינטיילן.
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

פייער אפפער האט געשריבן:
יחיאל יעקבזון האט געשריבן:א גייסטיש צערודערטער כאפט מען אהן ביים קארג און... די שפראך פארשטייט יעדער. א שטויס וואו עס טוט וויי היילט אויס דער גרעסטע משוגע׳נער. ס׳איז בדוק ומנוסה.
דער מצוה פון מפני שיבה תקום האט כללים ולא כל הרוצה ליטול את השם וכו׳. אויך, דאס וואס מיר לעבן אין דעם שטות והבל אז דזשאסט ביקאוז איינער איז אביסל עלטער קומט עם דער וועלט, איז א חולי רע. מ׳דארף דאס אויסראטן מכל וכל. שטאטוס טאהר נישט צוגיין בלויז מיט עידזש. פינטעלע.
דער פראבלעם האט זיך נישט אנגעהויבן מיט דעם זעכציק יעריגען קינד/מטורף. שולדיג זענען די וואס האבן עם נישט געסטאפט ס׳ערשטע מאהל ווען ר׳האט זיך דארט אנידערגעזעצט און געמאכט דערפון א קביעות.

מפני שיבה תקום קומט דא בכלל נישט אריין דא קומט אריין 'מפני משוגענעם תקום' און סאיז זיכער אז מאיז נישט מחויב, אבער איך וואלט מיר אויפגעשטעלט און אפגעפיצט די ווייטסטע וואס מעגליך

Sent from my SM-G900T using Tapatalk

איך נישט. בפירוש נישט. איי דאונ׳ט סופארט טעראריזם.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

יעקב מענטש האט געשריבן:
איך בין יארן צוריק געווען איין זונטאג צופרי ביי די באקאנטע שיעור פון הרב שלעזינגער אין מאנסי, קומט צו מיר צו א איד נאכ'ן שיעור און זאגט מיר אז די פלאץ אויף וואס די ביזט געזעצן היינט האט איינער חזקה יעדן זונטאג, און נעקסטע וואך זוך א צווייטע פלאץ, און איך האב אים פארשטאנען הונדערט פראצענט, הגם ביי א דין תורה וואלט איך מן הסתם געזיגט

נישט אזוי זיכער. א מקום קבוע צום לערנען האט א מקור ס'נישט סתם א משוגעת
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

און אפילו ביי א מקום קבוע אין בית המדרש קומט ואהבת לרעך כמוך פריער.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

נו ער האט טאקע נאר געבעטן פאר די קומענדיגע וואך
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

כ׳זעה מער ווייניגער סארא ציבור דרייט זיך דא און זייערע פערספעקטיוו אויף רעכט און אומרעכט און וויאזוי מ׳באנעמט זיך דערמיט.
אט האט עטס די פאלגענדע סצענאריא:
דער יונגערמאן האלט זיך ביי זיינס (כו״ע מודים אז ר׳האט מער אדער ווייניגער רעכט אזוי צו טוהן) און דער יונגע-אלטע מנובל ווערט צעווילדעוועט און גייט פיזיש. דער ״רויטע פערד״ (נישט ״קוה״ ווי ס׳איז נשתרבב געווארן דא מחמת איזה סיבה) דערלאנגט דעם טינופת א פראסק אין פנים אדער א שטויס במקום המצוה התמידית, וואס וואלט איר דאן געהאלטן? גראדע האב איך געהאפט אז אזוינס וועט זיך ענטוויקלן.
וואס וואלט איהר דאן געהאלטן?
אגב, אלס אויפזעהער איבער ארבעטער האב איך אמאהל געזאגט פאר א שוטה׳לע וואס האט געוואוסט וויאזוי ארויסצונעמען מענטשן פון די כלים און ס׳איז עטליכע מאהל געקומען קרוב צו גיין מכות, אז אויב עמיצער גייט עם שלאגן גייט ״ער״ -- נישט די שלעגער פארלירן זיין דזשאב. וואס האלט עטס?

״די קדייכעס האסטו באקומען?״ פ׳אנט נעמט מען אזא צעקאליעטשטע עברי? (כהאב געמיינט אז ר׳זאגט קורדייקוס, אבער נאכן הערן עטליכע מאהל, האב איך דאס אויסגעשלאסן -- איבערהויפט אז דער זעהט נישט אויס צו זיין גאהר א גרויסע ת״ק)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואס איז דער הינטערגרונט פון דער מעשה? איז דאס א באס וואס פארט יעדן טאג אין א באשטימטע צייט צעווישן די זעלבע דעסטינאציעס? איז עס טאקע זיין מקום קבוע וועלכער די נהג און די נוסעים קבועים האבן אקנאלעדזשד? איז דער אינגער מאן א נייער רייזנדער? אפשר האט דער אינגערמאן זיך געברויכט אויפהויבן און נישט עקשן? דער ווידיאו הויבט זיך נישט אן אנהויב פון די קווארעל.

אגב, יאקאבזאן, דו ביסט אויך נישט אזוי ריין פון דער א.ג. סיסטעם מענטאליטי. וואו איז דאס געהערט געווארן שלאגען אן ארבעטער? גייסטו אים נאך זאגן אז אויב שלאגט מען אים איז ער גאר דער שולדיגער? איז דאס פראפארשענעיט? נו, אז ער נעמט ארויס פון די כלים, פארשיק אים. וכי תשלחנו לא תשלחנו ריקם. כ'האף דאס איז נאר א וויץ געווען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

בנוגע דעם געשפרעך מיט מיין ארבעטער: מיט א שוטה רעדט מען אזוי, ווייל נאר אזוי פארשטייט ער.
כפי ידיעתי איז נישטא אזא זאך ווי א מקום קבוע, אויסער אין בית המדרש וואו ס׳שטייט עפעס הלכה'דיג. אז א גאנצע באס האט עקנאלעדזשד איז נישט מעלה און נישט מוריד. מעשה סדום טאהר נישט אקצעפטירט אדער טאלערירט ווערן regardless.
דער אינגערמאן האט "נישט געטארט" זיך אויפהייבן און אזוי וואלט ער גענומען ס'ערשטע שריט פון ובערת הרע מקרביך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יחיאל יעקבזון האט געשריבן:אגב, אלס אויפזעהער איבער ארבעטער האב איך אמאהל געזאגט פאר א שוטה׳לע וואס האט געוואוסט וויאזוי ארויסצונעמען מענטשן פון די כלים און ס׳איז עטליכע מאהל געקומען קרוב צו גיין מכות,

נו טויגסט דעך יא...
על המחיה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 341
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2012 8:40 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 215 מאל

שליחה דורך על המחיה »

תנו רבנן, מפני שיבה תקום, יכול אפילו זקן אשמאי תלמוד לומר זקן ואין זקן אלא חכם (קידושין ל"ב)
שאלו החכם: במה יתנקם אדם משונאו? אמר: שיוסיף מעלה יתירה בעצמו (רבי שלמה אבן גבירול)
פארשפארט