"לאמיך אפ"... (פה-סח II)

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:04 pm
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

"לאמיך אפ"... (פה-סח II)

שליחה דורך בעל מדות »

(פה-סח 2)

[justify]נעבעך, ער איז בלינד
אזא אומשולדיג קינד
זיכער וועגן זיין זיידנ'ס זינד

חשבונות...

געוואלד זיין קינד איז טויב
עס איז נישט קיין אויב
צוליב זיין שוואגער'ס רויב

רעיונות...

יענער, איי, ער איז שטום
עס ווייסט די גאנצע ארום
זיינע מעשים, נישט צו פרום

מחשבות...

רבותי ס'דא פרישע היץ
יענקל גיבט א גט, ס'יענע וויץ
נישט געטארט קוקן שמוץ

חשדות...

יענער דארט, קראנק אין פיין
אלעס א שטראף איך מיי ן
זיין זיידע א גנב פלעגט זיין

אכזריות...

פשש.. זיין ביזנעס אויף צרות
מען זאגט וועגן די שטרות
זיינע מידות אויף כפרות

לגיונות...

אויך יענער מאכט נעבעך מיט
אכטונג געבן וואס ער טוט
צופיל פארגאסן אידיש בלוט

קרבנות...

“לאמיך אפ", נישט צו מיר
נייע רעליגיע, האלט ביי דיר
געבעקס און בלאף יעדע ריר
קרומע וועגן, פארמאך די טיר.
פון הימל זאגט מען קלאר צו זיי
גאט ברויך נישט פאליציי
פון דן זיין אנדערע, ווייט שטיי
אין זייער שיך זיין, נישט כדאי.


מעכל א קארגער, ימח שמו
נאך אביסל וועט ער עסן שטרוי
זיך גוט לערנען, נישט סתם אזוי

גוזמאות...

ברוך א געמיינער פערד
טשעפען, זיין אייציגסטע ווערד
זיין סוף וועט זיין ערד

בליסטראות...

זרח א באקאנטע היפאקריט
אין בלאף זיין אייגענע שניט
נאך צוריקבאקומען וואס ער טוט

השקפות...

מענדל א בעל גאוה
דערצו באקאנט מיט תאוה
נאך אויסגיין ווי א שעוה

שטיות...

אה, ער? יעדער פון אים ליידט
צרות צרורות, הערצער שניידט
מען גיבט אים נישט צופיל צייט

מסקנות...

דער חיים קומט נישט אין שול
מסתם איז ער געווארן קיל
אין הימל וועט ער ווערן א ציל

דמיונות...

דער טוט עבירות אגאנצן טאג
הער גוט צו וואס איך זאג
גייט נאך אויסשטיין אסאך פלאג

חרמות...

“לאמיך אפ", נישט צו מיר
נייע רעליגיע, האלט ביי דיר
געבעקס און בלאף יעדע ריר
קרומע וועגן, פארמאך די טיר.
פון הימל זאגט מען קלאר צו זיי
גאט ברויך נישט פאליציי
פון דן זיין אנדערע, ווייט שטיי
אין זייער שיך זיין, נישט כדאי.
[/justify]
מ'מאכט זאכן מעגליך.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

זייער שיין.
פארשפארט