פאליטיקל קארעקט, איז עס א טובה (פה-סח II)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

פאליטיקל קארעקט, איז עס א טובה (פה-סח II)

שליחה דורך געוואלדיג »

ידידנו וידיד כל בית ישראל הרב יואל אשר לאבין האט דעם לעצטן חודש אדר ב' אונטערן פענע נאמען אשר לעווין געווידמעט זיין עדיטאריעל ווינקל אינעם שטערן צו באבאכטן די תוצאות וואס קומט ארויס און קען ארויסקומען פונעם פרעזידענטליכן געלויף צום ווייסן הויז פון דאנאלד טראמפ.

ער ברענגט ארויס דארטן געוויסע נקודות און באטראכטונגען וואס זענען קלאר און ריכטיג, מיר ווילן זיך באציהען צו איין נקודה וואס ער ברענגט ארויס צווישן די נקודות און דאס צוברייטערן און אויסשמועסן, קודם וועלן מיר ברענגען זיינע ווערטער אויף וועלכע מיר וועלן זיך באציען:

אין די וועלט איז ביז לעצטנס געווען אנגענומען אז מען נוצט איינגעהאלטענע שפראך אין די עפנטליכקייט, "פאליטיקעל קארעקטנעס" איז געווען זייער אנגענומען, אז מען קען נישט זאגן וואס מען וויל, דאס האט באשיצט אידן, ווייל אפילו אויב שונאי ישראל האבן אין הארץ געטראכט שלעכטס אויף אידן האבן זיי אבער נישט געוואגט צו ארויסגיין מיט זייער שנאה אפן צוליב מורא פון די מידיע און נישט צו וועלן ברעכן די טאבו פון נוצן אויסגעלאסענע ווערטער אין די עפנטליכקייט.
מיר אלע זעען איין וואספארא גרויסע סכנה דאס איז ווען אין ראקלענד קאונטי און אין ארענדזש קאונטי זעט מען ווי גראבע פאליטיקאנטן וואס רעכענען זיך ווייניג מיט פאליטישע אויסגעהאלטנקייט נוצן דאס צו קענען גיין גאר אפן און פרעך אראפרייסן אידן, בלויז די פארלאפענע וואך איז דער קאונטי עקזעקוטיוו פון ראקלענד ערשינען אין די מידיע און מיט פרעכהייט אראפגעריסן די חרדי'שע ישיבות און קהילות אן קיין שום מורא פון ליידן פאליטישע קאנסעקווענצן.
... דער פאקט איז אז אויב ברענגט מען אונטער 'פאליטיקעל קארעקטנעס' וועלן פאליטיקאנטן קענען לויפן אויף א פלאטפארמע פון שנאה און אנטיסעמיטיזם – עפעס וואס קומט שוין פאר אן פאר עטליכע יאר אן קיין שום שטער אין ראקלענד און אין ארענדזש קאונטיס, און וואס האט אקארשט געפירט צו א ווילדער און אגרעסיווער אבלאווע פון הונדעטער פעדעראלע אגענטן וועלכע האבן זיך אויסגעשפרייט אויף ישיבות און הייזער אין ראקלענד און אראנדזש קאונטי, און באהאנדלט די חרדי'שע געמיינדע ווי זיי וואלטן געווען פאלנע אונטערוועלטניקעס אדער טעראריסטן! דאס איז געווען א דירעקטע תוצאה פון די ווילדע העצערייען וואס קומען פאר שוין עטליכע יאר קעגן די חרדי'שע געמיינדעס אין די צוויי קאונטיס, ווייזנדיג פאר אלע שונאים און אנטיסעמיטן אז מען קען רודפ'ן די פרומע אידן אן ליידן קאנסעקווענצן, און לויט ווי די צייטונגען באריכטן איז דאס בלויז א הקדמה (רח"ל).


די טענה איז געבויעט אויף די הנחה אז וויבאלד לפי הלכות פאליטיקל קארעקטנעס טאר מען נישט זיין קיין אנטיסעמיט און מען טאר נישט פרעדיגן אנטיסעמיטיזם וועלן די אנטיסעמיטן נישט קענען אראפרייסן די אידן און אזוי וועלן די אידן זיין שווה בין שוים, אבער אויב חלילה וועט מען ארונטער רייסן די מאסקע און די שונאי ישראל וועלן זאגן וואס זיי טראכטן, וועלן אלע שווארצע קעץ ארויס קומען פון זאק און עס וועט זיין עק וועלט.

אבער בעפאר מיר נעמען אן די היינטיגע מציאות אלס די ריכטיגע און אז אזוי דארף זיין, בעסער צו לעבן אין א שקר פון כמו אהבת ישראל ווי אז מען זאל וויסן באמת ווי אונז שטייען אויף די וועלט, לאמיר פראבירן זיך פארשטעלן די וועלט אן פאליטיקל קארעקטנעס. לאמיר טאקע נעמען די משל פון ראקלענד און אראנדזש קאונטיס און עס באטראכטן.

לו יצוייר אז דער קאונטי עקזעקוטיוו פון ראקלאנד קאונטי וואלט זיך געוואגט צו זאגן אלעס וואס ער טראכט און נישט נאר מלובש אין געשעהנישן, וואלט ער פאריאר פסח ביי די 9/11 מעמאריעל סקאנדאל ווי א אידיש קינד האט זיך ארויפגעזעצט אויף א מעמאריעל, געהאלטן א רעדע וואס די אינהאלט וואלט געווען בערך ווי פאלגענד:

"די אידן זענען אלס באוואוסט אלס פאראזיטן און בלוט צאפערס און יעצט האבן מיר געהאט נאך א דוגמא ווי זיי רעספעקטירן נישט אונזער לאנד וכו' וכו'", און דאן וואלטן אלע מה יפית טאנצערס פארשטאנען אז נישט די געשעהניש שטערט איהם נאר דער עצם איד שטערט איהם, און מיט טוישן פעולות וועט מען נישט טוישן זיינע דיבורים.

אונז לעבן היינט אין א געוויסע חלום אז אנטיסעמיטיזם איז א פארגענגענהייט, על כל פנים אין אמעריקא איז עס שוין כמעט נישט פארהאן, און די סיבה צו דעם דמיון איז טאקע פאליטיקל קארעקט, דער שונא ישראל גיבט זיך אכטונג, ער וועט נישט זאגן דעם אמת אז ער האסט אונז, נאר ער וועט זאגן איך האס דאס וואס די אידן טוהען, און די נאראנים וועלן פראבירן מיט אלע כוחות צו טוישן די מעשים זיך איינרעדנדיג אז דאס וועט עפעס העלפן. אבער עס איז א טעות, נישט די זאך האט איהם געשטערט ווייל די זאכן זענען מעשים בכל יום ואין פוצה פה ומצפצף, עס איז פשוט די אידן וואס שטערן איהם וכאן מצא בע"ח מקום לגבות חובו.

און די תוצאה פון פאליטיקל קארעקטנעס איז אז צוליב דעם ווייסן אונז נישט ווער עס איז אונזער גוטער פריינד און ווער איז אונזער שונא, ווייל דער שונא גיבט אויך אכט וואס ער רעדט, און ווען עס קומט צו וואלן איז אונז אויך שווער צו אידענטיפיצירן אונזערע שונאים צו וויסן וועמען נישט צו שטיצן, און אפילו ווען אונז ווערן שוין געוואויר ווער איז נישט אונזער גוטער פריינד, איז שווער צו מגלה זיין דאס פאר די מאסן ווייל ער גיבט אכטונג וואס ער רעדט.

און אזוי אויך ווען מען דארף עפעס שתדלנות פאר איינע מאחינו בני ישראל היינטיגע צייטן ווייסט מען נישט ווער איז עכט א גוטער פריינד און ווער איז נאר א פאליטיקל קארעקט פריינד, און כתוצאה פון דעם קען מען דערלייגן וויכטיגע צייט ווארטנדיג אז איינער וואס מען מיינט אז ער איז א גוטער פריינד זאל עפעס טוהן ביז מען ווערט געוואר אז ער האלט נישט ביים טוהן.

אבער ווען די אלע שונאי ישראל וואלטן ווען טאקע נישט געווען משועבד צום 'פאליטיקל קארעקט' קאנצעפט, וואלטן זיי טאקע גערעדט היבש ווילדער און מיאוס'ער קעגן אונז, אבער צוזאמען מיט דעם וואלטן אונז געוואוסט גלייך צו וועם מען קען זיך ווענדן מיט שתדלנות צו א טובה, אונז וואלטן מיט פארמאכטע אויגן געוואוסט הלנו אתה אם לצרינו, אונז וואלטן געוואוסט פאר וועמען צו וועלן און וועמען צו פרובירן ארויסווארפן פון אפיס, אבער עס איז אזא עולם השקר אז עס ווילט זיך בלייבן אינעם שקר, אונז ווילן נישט ארויסגיין און איינזעהן דעם ביטערן אמת וואס וועט זיין א טובה פאר אונז ווייל ידיעת המחלה חצי רפואה.

למאי נפ"מ? איך בין נישט דא צו פרעדיגן דעם קוריאזן דאנאלד טראפ קאנדידאטור, נאר צו אויפמערקן צו וועלכן שקר אונז האבן זיך צוגעוואוינט אזש אונז ווילן דאס נישט אויפגעבן.

און אזוי אויך אז אונז זאלן לכה"פ זיין אמת'דיג און נישט פאליטיקל קארעקט, דהיינו ווען מען בעהט דיר א טובה וואס דו האלסט נישט דערביי, ענטפער גלייך דעם אמת און שלעפ נישט ארום יענעם בתקוות שוא אז אט גייסטו שוין איהם העלפן ווי נאר דו וועסט ענדיגן א, ב, ג, ווען איינער פרעגט דיר אויף עפעס וואס ער טוהט צו עס באדערט דיר, פאדריי נישט קיין קאפ מיטן עניוות'דיגן נע, מיר?! חלילה, נאר זאג דעם אמת יא אדער ניין, נישט אזא פאליטישער ענטפער וואס איז האלב געקאכט, און דו בלייבסט נאכן ענטפער נאך מער צומישט ווי פאר די שאלה.

אדער ווען דו האסט הנאה פון א צווייטן האלט נישט די קאמפלימענט ביי דיר ווייל עס פאסט נישט אז דו זאלסטו יענעם משבח זיין, נאר גיי צו און בפה מלא לויב איהם, זיי אמת'דיג, און זאג דעם אמת, די זעלבע תורה וואס הייסט פארציילן די ניסי הגאולה הייסט אויך פארציילן דעם קישוי השעבוד, די זעלבע תורה וואס זאגט חושך שבטו שונא בנו זאגט אויך ימין מקרבת.

אבער אולי בין איך נישט גערעכט, און אויף צו אנקומען צו די גאולה מוז מען דרייען מיטן צונג און זאגן נלכה נא דרך שלשת ימים כאטש מען גייט לצמיתות.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לדעתי האבן ביידע א ריכטיגע פוינט.
מצד אחד איז זיכער בעסער צו זיין אמת'דיג און אפן, נישט זיין א אחד בפה ואחד בלב; ווידעראום האבן שוין קלוגע אידן געזאגט אז נישט אלעס וואס מען טראכט דארף מען זאגן און נישט אלעס וואס מ'זאגט דארף מען שרייבן, דרוקן, וכו', אך און וויי אז יעדער זאל זאגן הויך אלעס וואס מען טראכט.

דער חכם גייט אויפן מיטל וועג, פרובירט צו גיין צווישן די טראפן.
דער פראבלעם אז רוב פרעזידענטן און פאליטיקאנטן זענען צו שטארק א' בפה וא' בלב, משא"כ טראמפ איז עקסטרעם די אנדערע זייט. קיין איין עקסטרעם איז נישט גוט. מען דארף נוצן דעם שביל הזהב, דרך האמצעי.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ריכטיג, און דאס טאקע האב איך געוואלט ארויסברענגען, די אבסורד פון לעבן אין שקר, וויסן אז עס איז שקר, און דאס נאך וועלן,

די ריכטיגע וועג איז באמת " ליגנט טאר מען נישט זאגן, דעם אמת דארף מען נישט זאגן"

ווען עס וועט זיין דער עולם התיקון.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
פארשפארט