קונטרס "יאיר נרי"

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

קונטרס "יאיר נרי"

שליחה דורך יאיר »

איך נעם דעם כבוד ארויסצוקומען פאר אייך מיט א קונטרס פון א געקליבענע צאל שירים און חזיונות וואס איך האב געשריבן אויף קאווע שטיבל אין די פארגאנגענע יארן. אויסער די שוין פאבליצירטע שירים האב איך ארויפגעשטעלט א נייער שיר 'ונפשי יודעת' וועלכע ערשיינט דא צום ערשטן מאל, און וועט האפנטליך רירן די סטרונעס פון הארץ פון די וואס ליינען עס אפ.

שירה חדשה שיבחו גאולים.

פארהאן א שירה וואס ווערט געזאגט מכח חירות, מכח גאולה. א שירה וואס ווערט געזאגט פון דעם מענטשליכן זעהל וואס שווימט ארום פריי איבער דער אוניווערס און לאזט זיך איינזאפן די הערליכע קלאנגען און פילפארביגע קאלירן פון מוטער נאטור.
מזמור לדוד, קינה מיבעי ליה.

פארהאן א געזאנג וואס ווערט געזאגט מכח ענגשאפט, מכח גלות. אזא שירה איז אליין א גאולה. דאס ארויסגעבן די דערשטיקטע געפילן גיבט זיי פליגלען ארומצופליען פרייערהייט און דערגרייכן אפענע הערצער אומעטום. ווען די אויסגעטרוקנטע סענטימענטן הילן זיך איין אין טינט און פאפיר באקומען זיי הויט און ביין און ווערן צוריק לעבעדיג, גיבנדיג זיי די מעגליכקייט צו באפרייען זייער אייגנטומער פון דעם שווערן לאסט.


אין דעם זאמלונג געפינען זיך שירים פון ביידע סארטן; ווערטער וואס זענען געשריבן געווארן אין טיפער צער און אין פריידיגער געזאנג. דא זענען פארהאן אזעלכע שירים וואס פלאקערן ווי א פייער און אזעלכע וואס בליען ווי הערליכע בלומען אין דעם חודש האביב.

זאלן מיינע ארעמע ווערטער, געשריבן געווארן מיט דם ואש ותמרות עשן, געפינען חן אין אייערע אויגן, און זאל דער וואס האט אונז אריינגעפירט אין גלות אונז ארויסנעמען משעבוד לגאולה און ברענגען דעם תיקון השלם.
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

Re: קונטרס "יאיר נרי"

שליחה דורך נולד מאוחר »

איז נאך איינער מסופק אויב די רבנים זענען גערעכט? גוט = די מערסטע גוטס פאר די מערסטע מענטשען. ווען נישט די אינטערנעט וואלטן מיר קיינמאל נישט זוכה געווען צי יאירס אוצרות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום נולד מאוחר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

יאיר נרי
שיר דברי
ווערטער העכער פונעם ווארט
א שטומער געזאנג, א סארט
א גייסט בכלל נישט דאהי
פון ווייטן עולם התוהו
א נביאישן רוף
מער נשמה ווי גוף
א טאנץ פון מסתרים תבכה
א מעלאנכאליע פון תקוה
דאס געלעכטער פונעם טויטן
דער קלאג פונעם מחותן
דער חתן און אבל ווי אין א צאפ צונויפגעפלאכטן
דאס שיין פון דער שקיעה פונאנדערגעלאכטן
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

שליחה דורך קל וחומר »

נביאות
ידיעות
מניעות
תשועות
רפואות
פליאות
יגיעות
גבורות
מנועות
נפשות.

יאירו שבעת הנרות
אל מול פנים מאירות
יצלצלו באוזן מקשיבות
רב לכם קיבוצי חידות.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 539
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל

שליחה דורך פלאוויוס »

איך האב דורכגעליינט יאיר'ס ווערק און ס'האט מיך זייער באנומען. געוויסע לידער שפיגלען אפ די התפעלות פון דער בריאה, אנדערע דרוקן אויס דעם ייאוש אין לעבן. ס'איז געשריבן פול מיט ליבשאפט צו דער מענטשהייט, צו דער יצירה, און מיט א זוכעדיגן אויג צום תכלית אין לעבן. איך שרייב מיינע ווערטער מיט דער פולסטער אויפריכטיגקייט: יאיר טייערער, דיינע לידער האבן מיך דורכגענומען און געלאזט א גלאנץ אין מיינע אויגן. ס'האט מיר אויסגעדאכט ווי דו וואלסט מיינע אייגענע אפדרוקן פון לעבן אפגעשריבן - סיי די מאמענטן פון ליבשאפט און סיי די צייטן פון ייאוש. גיי ווייס וויפיל נשמה ס'קען ליגן הינטער א ניק...

חברים אין קאווע שטיבל: נעמט עס נישט פאר לייכט. ס'איז נישט בלויז נאך א קונטרס. ס'איז א מייסטער ווערק!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: קונטרס "יאיר נרי"

שליחה דורך טאמבל סאס »

ביים לייענען 'ונפשי' יודעת האב איך געמיינט אז דאס האב איך אויך נישט אבער ביים דריטען וויזיע האט זי מיר געגעבן באטערפלייס. זי צאנקעט נאך.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: קונטרס "יאיר נרי"

שליחה דורך מפוזרי »

ר' יאיר, אפשר איז כדאי ארויפצולייגן דעם 'ונפשי יודעת' דא אויפן פארום, אזוי אז דער עולם זאל קענען מגיב זיין?

מי אני להלל את יאיר, ואיני חשוב להתאבל על ירושלים, אבער איך זאג אויף דעם שיר - און אויף דעם גאנצן קונטרס - אז ס'איז בבחינת פון בקשו חכמים לגנוז את ספר קהלת, ביז מ'איז געקומען צום 'סוף דבר הכל נשמע את האלוקים ירא'.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: קונטרס "יאיר נרי"

שליחה דורך טאמבל סאס »

יעצט דארף מען נאר דעם ביקש לתרגום וכו' כגלייב מקען אין זיינע ווערטער אריינטייטשן רחבה מני ים און נאכאלץ נישט זיך דערקלייבן לכל הכוונים, צום פולען פאטענציעל, צו אלע מעגליכע פירושים.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יישר כח, טייערע חברים, פאר די ווארעמע קאמפלימענטן. איך האב אריינגעלייגט מיין גאנצע נשמה אין די ווערק און עס איז מיר דערקוויקנד צו זען אז דאס ווערט ריכטיג געשעצט.
איך וועל אי"ה ארויפשטעלן דעם פיוט 'ונפשי יודעת' אין א באזונדערע אשכול.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 379 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל

שליחה דורך shem-tov »

גאר שיינע ווערק
דיין גרויסע ארבעט איך באמערק

אן עקסטערן דאנק
פארן פארטיגן מיטן מאראנץ
עס לאזט א גוטע טעם
אלעס איז מיט א פלאן
אין יעדע זאך אפילו קליין
טרעף איך דעם באשעפער אליין
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך האב חשק צי האבן א חברותא דורך לערנען די פיוט.
איך כאפ נישט געוויסע נקידות.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: קונטרס "יאיר נרי"

שליחה דורך מפוזרי »

קענסט קומען צו מיר.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

נישט קיין ווערטער!!!!!!
איך ווער משוגה פאר די וואס איך האב יא פארשטאנען...
.I got voices in my head.
פארשפארט