ר' בערל ווייס ע"ה (ליובאוויטש) לאס אנדזשעלעס [פה סח II]

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

ר' בערל ווייס ע"ה (ליובאוויטש) לאס אנדזשעלעס [פה סח II]

שליחה דורך א איד »

דאס לעבן און שאפן פון דעם חשובן און באליבטן וועזן, פון איש שר ואוהב, שר הצדקות ואוהב ישראל, מוה“ר ישכר דוב (בערל) ווייס ז“ל [נישט פארמישן זיך מיט זיין נעפיו להבהל"ח ר' בערי ווייס הי"ו – וואס ער איז ווערט א עקסטרע הערכה, ועוד חזון] משרי הצדקה בעיר לאָס אַנדזשעלעס, וועלכער איז נפטר געוואָרן, כ“ו אייר אין טיפן עלטער פון 90 יאָר, לדאבון לב כל מכיריו.

[center]הקדמה[/center]
כידוע אַז ווען הגאון רבי מאיר שפּירא זצ“ל האָט אויפגעשטעלט די וועלט באַרימטע “ישיבה חכמי לובלין“ האָט א געוויסער נגיד זיך אונטערגענומען אויסצוצאָלן די הוצאות פון דעם גאַנצן בנין. ביים חנוכת הבית האָט דער טשארטקוב‘ער רבי זצ“ל געזאָגט פאַר דעם נגיד, אַז ער איז נישט אזוי ווייט מקנא די אויסטערלישע מצוה וואָס ער האָט זיך איינגעקויפט מיט‘ן מנדב זיין דעם בנין הישיבה, ווי די מצוה וואָס ער האָט געטון פאַר דעם, וואָס אין זכות פון די דאָזיגע מצוה האָט ער זוכה געווען אַז “מצוה גוררת מצוה“ און ער האָט דורכדעם זוכה געווען צו אַזאַ מצוה רבה ווי מנדב זיין א בנין פאַר בחורים צו קענען זיצן און לערנען מתוך הרחבת הדעת, און קענען אנהאלטן די וועלט, בזכות הבל פיהם של תינוקות של בית רבן.
ענליכע בחינות טרעפט מען אַלץ אין ספרי קודש, אַז אפילו ווען א איד האָט שוין די זכי‘ צו געבן צדקה, דאַרף מען האָבן די זכי‘ עס צו געבן אויפ‘ן ריכטיגן פּלאַץ, און ווי העכער און געהויבענער דער מקום איז, אַלס א גרעסערע זכי‘ דאַרף מען האָבן דאָס צו קענען שטיצן און מחזק זיין.
פון די אנשי סגולה שבדור האָט זיך זיכער געציילט הרבני הנגיד המפואר ר‘ בערל ווייס ז“ל וועלכער האָט געהאַט די זכי‘ צו זיין פון די עמודי הצדקה שבדורינו, מיטן פארטיילן זיינע פאַנטאַסטישע סכומים פאַר אַלע ערליי צדקה וחסד, מיט די בחינה פון “את בנציבין ומצודתך פרוסה“ האָט ר‘ בערל ז“ל פון ווייטן לאָס-אַנדזשעלעס געהאַט אן אפענע האַנט און טאַש פאר פילצאליגע קהילות און מוסדות, פון דער נאהט און דער ווייט, פרן כלל און פארן פרט.
ר‘ בערל ווייס ז“ל איז געווען א שם דבר אַלס וואַרימער חסידישער איד, א איד וועלכער האָט געברענט פאר יעדע דבר שבקדושה, און האָט זיך באַקאַנט געמאַכט איבער די וועלט אַלס איינער פון די גרעסטע בעלי צדקה בדורינו בכלל, ובפרט אין די ליובאַוויטשער קרייזן וואו ער האָט גע‘שמ‘ט מיט זיינע פילאַנטראָפּישע נתינות פאר פאַרשידענע וואוילטעטיגע עניני צדקה.
בכלל איז ר‘ בערל ז“ל געווען א פילפאַרביגער פּערזענליכקייט, פאַרמאָגענדיג א צאָל מיט גאָר געהויבענע שטריכן און מדות וועלכע האָבן אים אַהערגעשטעלט אַלס אן איש מסיום מיוחד במינו, וואָס איז כמעט זעלטן צו טרעפן זיינס גלייכן. פון איין זייט איז ער געווען א טעטיגער ביזנעסמאַן, זייענדיג דערצו א בעל צדקה בה‘ הידוע, פון וועמענס הענט עס זענען במשך ימי חייו אַרויס שווערע מיליאָנען דאָלאַרן פאר פאַרשידענע צרכי צדקה ודברים שבקדושה בכלליות ובפרטיות, און פון די אַנדערע זייט איז ער געווען א פלאַמפייערדיגער חסידישער איד, א איד וואָס האָט מקדיש געווען לאַנגע שעות פאר לימוד התורה, א איד וואָס איז טעגליך געזיצן שעות ארוכות מעוטף בטלית ותפילין זייענדיג עוסק בתפלה ועבודת השי“ת מיט גרויס דביקות, און א איד וואָס האָט געהאַט א טיפע הבנה אין ספרי חסידות אין וואָס ער איז געווען גאָר שטאַרק דבוק.
אין די ווייטערדיגע שורות ברענגן מיר פאַרשידענע שטריכן פון קורות ימי חייו בכלל, ובפרט פון זיין דביקות והתקשרות לבית חב"ד ועוד כמה צדיקים וקדושים.

[center]מבית אבותיו[/center]
ר‘ בערל ז“ל איז געבוירן געוואָרן בשנת תרפ“א אינעם ישוב בארטארטש, רומעניע, א שטעטל נעבן סאַטמאַר, צו זיין פאָטער הרה“ח המפו‘ ר‘ יונה ווייס ז“ל, וועלכער איז געווען פון די גאָר חשוב‘ע אנגעזעענע אידן אין בארטארטש, א געהויבענער חסידישער איד, מלא וגדוש מיט חסידות ויראת שמים טהורה. ר‘ יונה ז“ל פלעגט פאָרן זיך מסתופף זיין בצילו פון הרה“ק רבי ישראל צבי ראָטענבערג זצוק“ל הי“ד, בעל אור מלא מקאָסאָן.
ר‘ בערל ז“ל פלעגט דערציילן, אַז דער ישוב בארטארטש, איז געווען א כפר מלאה חכמים וסופרים. אַלע איינוואוינער אינעם ישוב זענען געווען אידן תלמידי חכמים און יראי ה‘. טראָץ דעם וואָס מען איז געווען פאַרנומען על המחי‘ ועל הכלכלה, זענען אַלע געזעסן און געלערנט בהתמדה רבה, און אפילו אידן פון אַנדערע מקומות וואָס זענען געקומען אַרבעטען אין די געגענט אַרום, זענען נאכגעצויגן געוואָרן צום אוירה של תורה וחסידות וואָס האָט אַרויסגעשיינט פון בארטארטש, און פלעגן אַריינקומען לערנען אינעם ביהמ“ד פונעם ישוב. די איינוואוינער זענען אויך געווען גרויסע בעלי צדקה, און פילע נצרכים זענען פון דאָרט אַרויס מיט שיינע סכומים.
פון זיינע עלטערן, זיין פאָטער ר‘ יונה ז“ל און זיין מוטער ע“ה פלעגט ר‘ בערל ז“ל רעדן מיט גרויס הערצה. ער פלעגט אַלץ דערציילן ווי פון קינדווייז אן האָבן זיינע עלטערן ע“ה אַריינגעברענגט אין אים א גאָר שטאַרקע אמונת צדיקים מיט וואָס זיי זענען זעלבסט געווען שטאַרק דורכגעדרונגן, און דאָס האָט אים טאַקע באַגלייט אַלע זיינע יארן, זייענדיג מופלג באמונת צדיקים עד להפליא.

[center]בפתח הבית[/center]
דאָרט אין בארטארטש איז ר‘ בערל ז“ל אַריין לערנען אין די ישיבה קטנה וואָס איז אָנגעפירט געוואָרן דורך הרה“ג החסיד הותיק מוה“ר יוסף לוגער זצ“ל וועלכער האָט געדינט אַלס שו“ב ומו“ץ אין בארטאטרש. רבי יוסף זצ“ל איז געווען א גרויסער גאון און א פּוסק, און גלייכצייטיג באַקאַנט אַלס איש צדיק וחכם, מלא וגדוש מיט חסידות ויראת שמים.
ר‘ בערל ז“ל איז געווען פון די מצויני התלמידים פון “רבי יאסעלע“ - ווי מען האָט אים גערופן בלשון חיבה. ר‘ בערל ז“ל פלעגט דערציילט, אַז יעדע וואָך האָט מען אין די ישיבה געלערנט צוויי-דריי בּלאַט גמרא-תוספות מיט די מפרשים, אויף וואָס מ‘האָט פאַרהערט אויף אויסענווייניג! דערצו האָט מען געלערנט און פאַרהערט שולחן ערוך יורה דעה, חומש-רש“י און נאָך. אויך האָט מען יעדן זמן עטליכע וואָכן מקדיש געווען אויף לימוד ה“סוגיא“ וואָס מ‘האָט דורכגעלערנט מיט גרויס עיון און עמקות מיט אַלע ראשונים ואחרונים.
מיט גרויס נאַסטאָלגיע דערציילט ר‘ בערל ז“ל איבער זיין רבי‘ן רבי יאסעלע וועלכער האָט אַריינגעברענגט אין אים א זעלטענע משיכה צו חסידות וואָס האָט אים שטענדיג באַגלייט. רבי יאסעלע זצ“ל איז געווען א חסידישער איד, און ווען ער האָט פארגעלערנט די שיעורים פאר זיינע תלמידים, האָט ער אינמיטן אריינגעפלאכטן הערליכע סיפּורי חסידים באַגלייט מיט פייערדיגע חסידישע רעיונות וואס האָט אַריינגעברענגט אין די תלמידים א געפיל אהבת תורה, חסידות ויראת שמים טהורה.
יעדן מוצאי שבת פלעגט ר‘ בערל ז“ל גיין מיטהאַלטן די מלוה מלכה וואָס זיין רבי ר‘ יאסעלע זצ“ל האָט געפּראַוועט מיט גרויס געהויבענקייט, און טראָץ זיין יונגן עלטער האָט זיין פאָטער אים ערלויבט צו פאַרבלייבן ביי די מלוה מלכה ביז שפּעט אין די נאַכט, אויף ביז נאָכדעם וואָס רבי יוסף האָט דערציילט א מעשה פון הייליגן בעל שם טוב הק‘ זי“ע - ווי ער האָט זיך געפירט יעדע וואָך.
אין די שפּעטערע יאָרן נאָכן קריג איז ר‘ בערל ז“ל - ווי באַקאַנט - נתקרב געוואָרן קיין ליובאַוויטש, וואָס ווי ער האָט דערציילט האָט ער נאָך משחר טל ילדותו געהאַט איינגעבאקן אין זיך א שטאַרקע פינה בלב פאר חסידות חב“ד. דאָס איז געווען נאָכדעם וואָס זיין רבי ר‘ יאסעלע האָט אַמאָל ביי א שיעור עפּעס נאָכגעזאָגט פון “שולחן ערוך הרב“ פונעם בעל התניא זי“ע. זייענדיג דאַן נאָך א יונג בחור‘ל האָט ער נישט געכאַפּט פון וואָס מען רעדט, ווייל זיי זענען געווען צוגעוואוינט צו לערנען “שולחן ערוך“ פונעם מחבר מרן הבית יוסף זי“ע, אָבער וואָס “שולחן ערוך הרב“ איז, דאָס האָט ער נאָך דאַן נישט געוואוסט. אָבער צוליב יראת הכבוד פון זיין רבי‘ן, האָט ער זיך נישט געטרויט צו גיין פרעגן וואָס דאָס איז.
נאָך עטליכע וואָכן האָבן די תלמידי הישיבה אָפּגעהאַלטן א גרויסע חזרה אויף אַלע לימודים פונעם זמן, און ר‘ בערל ז“ל האָט דעמאָלט איבערגע‘חזר‘ט און זיך פאַרהערט גאַנץ מסכת ביצה מיט אַלע מפרשים!. דער רב פונעם גליל איז געקומען פאַרהערן די תלמידים, און איז איבערראַשט געוואָרן צו הערן די קלאָרע תשובות פון דעם יונגן בחור בערל, ווי ער איז שולט אין די גאַנצע מסכת ווי אשרי יושבי. זיין רבי ר‘ יאסעלע האָט שטאַרק הנאה געהאַט צו הערן זיינע תשובות, אַזוי אַז ר‘ בערל ז“ל האָט געשפּירט אַז איצט איז א שעת הכושר צו פרעגן ביי זיין רבי‘ן וואָס ער האָט געהאַט צו פרעגן.
האָט ר‘ בערל ז“ל אויסגענוצט די געלעגענהייט און ער געפרעגט פון זיין רבי‘ן ר‘ יאסעלע וואָס דאָס איז “שולחן ערוך הרב“. האָט ר‘ יאסעלע זיך אויפגעהויבן די הענט און ער זיך אָנגערופן מיט התרגשות: “דער רב שולחן ערוך איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן מגיד, וואָס דער מגיד האָט אויף אים געזאָגט ‘הלכתא כרב‘“. רבי יוסף זצ“ל האָט אים דאַן דערציילט אַביסל איבערן בעל התניא זי“ע און האָט צוגעלייגט אַז די אייניקלעך פונעם רב בעל התניא זי“ע וואוינען אין ליובאַוויטש און פירן דאָרט זייערע עדה‘ס חסידים. שפּעטער נאָכן קריג האָט ער גוט געדענקט די ווערטער, און איז אַזוי אַרום נתקרב געוואָרן צום ליובאַוויטשער רבי‘ן.

[center]תלמיד הרה“ק מקאָסאָן זי“ע[/center]
ווען ר‘ בערל ז“ל איז עלטער געוואָרן איז ער געפארן לערנען קיין קאָסאָן צו הרה“ק רבי ישראל מקאָסאָן זי“ע הי“ד בעל אור מלא, וועלכער האָט מייסד געווען אין קאָסאָן די ישיבה “עטרת צבי“ ע“ש זקינו הרה“ק בעל עטרת צבי מזידיטשוב זי“ע. דער קאָסאָני רבי זצ“ל איז געווען באַקאַנט אַלס איש צדיק וקדוש, און האָט זיך געפירט בחסידות ופרישות יתירה כדרך אבותיו הק‘ לבית קאָסאָני זידיטשוב זי“ע. אַזוי אַרום איז ר‘ בערל ז“ל נאָך מער אָנגעוואַרעמט געוואָרן צו גיין אויפן דרך החסידות, און זיך צו פירן מיט חסידות ויראת שמים טהורה אויף א געהויבענעם שטייגער.
ווי דערמאַנט איז נאָך זיין טאַטע ר‘ יונה ז“ל געפארן קיין קאָסאָן, און דער קאָסאָנער רבי זצ“ל האָט געהאַט אויף אים א געוואַלדיגע השפּעה. אַזוי אַרום איז ר‘ בערל ז“ל אָנגעקומען קיין קאָסאָן, און האָט זיך מסתופף געווען בצילו פון הרה“ק בעל אור מלא זי“ע ביי וועמען ער האָט צוגעזען תורה וקדושה, און ער איז פון אים נשפע געוואָרן זיך צו פירן בדרכי החסידות וואָס האָט אים באַגלייט אויף שטענדיג.
ר‘ בערל ז“ל פלעגט דערציילן, אַז דער ראש ישיבה אין די קאָסאָנער ישיבה איז געווען א געוואַלדיגער תלמיד חכם, וועלכער איז געווען אן אָפּשטאַמיגער פון הגה“ק בעל ההפלאה זצ“ל, און טראָץ וואָס אין אַלגעמיין האָט ער זיך געפירט בדרכיו של רבו הגה“ק בעל חתם סופר זי“ע, האָט ער זיך אויך געפירט בדרכי החסידות, און האָט פיל אַריינגעברענגט אין די בחורים סיי דעם ריכטיגן דרך הלימוד, און סיי דעם דרך ווי אַזוי זיך צו פירן בחסידות ויראת שמים. דער ראש הישיבה האָט געפירט די ישיבה ענליך ווי אַסאַך ראשי ישיבות אין יענע צייטן, מיט א בחינה פון זרוק מרה בתלמידים, און ר‘ בערל פלעגט דערציילן וואָס ער האָט געדענקט, אַז דער ראש ישיבה האָט געווענליך נישט קאָמפּלימענטירט. ווען א בחור האָט גוט געקענט האָט ער אים געזאָגט “ווען דו וועסט לערנען וועסטו קענען“... דאָס האָט שוין געדאַרפט זיין די גרעסטע קאמליפענט.
דאָרט אין קאָסאָן איז ר‘ בערל ז“ל נאָך מער נתקרב געוואָרן צום דרך החסידות. ער פלעגט אַלץ מיטהאַלטן די טישן פונעם קאָסאָנער רבי‘ן זי“ע פון וואָס ער האָט געשעפט חיות און סיפּוק אויף א גאַנצע וואָך. ער האָט דערציילט אַז אין אָנהייב האָט ער נישט פאַרשטאַנען די טיפע רעיונות פון די הייליגע דברי תורה, אָבער ביסלעכווייז האָט ער זיך צגעוואוינט דערצו, אַזש אַז שפּעטער האָט ער פּשוט נישט געקענט פּועל‘ן ביי זיך אַהיימצופאָרן אויף בין הזמנים וכדומה, נישט וועלענדיג פאַרפּאַסן די געהויבענע טישן, הייליגע דברות קודש און וואַרימע תפלות פון זיין גרויסן רבי‘ן. ער האָט געזאָגט אַז בעיקר האָט ער אָנגעהויבן צו פאַרשטיין די דברי תורה דורכ‘ן משב“ק פונעם קאָסאָניער רבי‘ן הגאון החסיד ר‘ נטע ז“ל וועלכער איז געווען א געוואַלדיגער עמקן און דייקן, און ער פלעגט יעדן שבת איבערזאָגן די תורות פונעם רבי‘ן זצ“ל, וואָס אַזוי אַרום האָט ער באַקומען דעם ריכטיגן צוגאַנג ווי אַזוי צו פאַרשטיין עומק דבריו הקדושים פונעם קאָסאָניער רבי‘ן זי“ע.

[center]קיין אמעריקע[/center]
אינמיטן זיינע בעסטע יאָרן, גלייך נאָך זיינע ימי הבחרות האָט אויסגעבראָכן די צווייטע וועלט קריג, פון וועלכע ר‘ בערל ז“ל האָט שפּעטער ווייניג גערעדט, נישט וועלענדיג אויפברענגען יענע שווערע זכרונות.
גלייך נאָכן קריג האָט דער חסידישער פלאקער אים געצויגן ווייטער זיך מסתופף צו זיין בצל צדיקים, האָט ער די ערשטע זאַך אָנגעהויבן צו זוכן א מעגליכקייט ווי אזוי צו קענען פאָרזעצן זיינע לימודים אין א חסידישע אטמאספערע. ער האָט פאַרשאַפט פאַרשידענע אידישע צייטונגען וואָס האָבן געברענגט נייעסן און באַריכטן, און דאָרט ערגעץ האָט ער באַמערקט ווי בדרך אגב, אַז דער ליובאַוויטשער רבי געפונט זיך אין ניו יאָרק. ליינענדיג דאָס האָט ער זיך דערמאַנט די ווערטער וואָס זיין ערשטער רבי ר‘ יאסעלע זצ“ל האָט נאָך מיט עטליכע יאָר פריער אים געזאָגט איבערן שולחן ערוך הרב, און און ער האָט באַשלאָסן צו קומען קיין ניו יאָרק, זיך מסתופף צו זיין בצילו פונעם ליובאַוויטשער רבי‘ן זצ“ל.
נאָך איידער ער האָט געקענט קומען, איז ער בשטומ“צ א חתן געוואָרן מיט זיין חשוב‘ע פרוי ע“ה, די טאָכטער פון פון הרה“ח ר‘ אלתר מרדכי ווירצבערגער ז“ל, און זייער חתונה איז שוין געווען אין ניו יאָרק.
אָנקומענדיג קיין ניו יאָרק האָט ער באַזוכט ביי זיינס א צוקונפטיגן פעטער. ר‘ בערל ז“ל האָט געזאָגט דעם פעטער אַז ער וואָלט געוואלט באַזוכן ביים ליובאַוויטשער רבי‘ן זצ“ל, און ער האָט געבעטן דעם פעטער אַז ער זאל אים צוהעלפן ערלעדיגן די נסיעה. דער פעטער האָט אים אָנגעקוקט אַזוי פאַרוואונדערט און ער זאָגט אים “מ‘גייט אַרויף אויפן באָס, מען פאָרט קיין קרוינהייטס, און ביז א קורצע צייט איז מען ביים רבי‘ן“... ר‘ בערל ז“ל פלעגט זאָגן אַז ער האָט אין וויסטן חלום זיך נישט פאָרגעשטעלט אַז עס איז אַזוי לייכט. ער איז געווען צוגעוואוינט פון רומעניע, אַז צו פאָרן אין די ישיבה האָט געדויערט א וואָך צייט...
ר‘ בערל ז“ל האָט נאָך די חתונה זיך באַזעצט אין לאָס אַנדזשעלעס צוזאַמען מיט זיין ברודער הנגיד ר‘ משה ווייס ז“ל. דאָרט אין לאָס אַנדזשעלעס האָט ר‘ בערל ז“ל שטאַרק מצליח געווען, און איז אויסגעשטיגן א וועלט-באַרימטער פילאַנטראָפּ, זייענדיג פון די גרעסטע בעלי צדקה בדורינו. ער האָט געשטיצט מוסדות התורה און יחידים מיט פאַנטאַסטישע סומעס, ובפרט האָט ער זיך געלאָזט קאָסטן מיט א ברייט האַנט פאר די ליובאַוויטשער מוסדות און אינסטוציעס איבער די וועלט.

[center]א משולח פרציילט[/center]
ער האָט אין יענע צייטן געדינט אַלס שד“ר פאר א מוסד אין ארץ ישראל, און ער פלעגט אַרומפאָרן אויף פאַרשידענע מקומות צו שאַפן געלט פאר די מוסד.
בחודש אדר שנת תשמ“ו איז ער געפארן צום ערשט שאפן געלט פאר די מוסד, ער האט געהאַט זיין אכסניא אין שטוב פון הנגיד ר‘ יונה מרדכי ווייס הי“ו, בנו יקירו פון להבחל“ח ר‘ בערל ז“ל. יענעם יאָר האט ער למעשה נישט געטראָפן ר‘ בערל‘ן וועלכער איז פּונקט געהאַט אַוועקגעפאָרן פון שטוב.
נאָך די הצלחה פונעם ערשטן יאָר, ווען דאָס יהדות לאָס-אַנדזשעלעס האָט זיך שיין משתתף געווען לכבוד המוסד, האט ער ווידעראַמאָל אונטערגענומען א נסיעה קיין לאָס אַנדזשעלעס א יאָר דערויף, בחודש אדר שנת תשמ“ז. האָט ער דאַן אונטערגענומען א צען טאגיקע רייזע קיין לאָס אַנדזשעלעס האָפענדיג צו שאַפן שיינע סכומים פארן מוסד.
ווי דער שטייגער איז ער אַרומגעפאָרן מיט א דרייווער פאר משולחים, וועלכער האָט אים אָנגעצייגט וואו צו גיין נאָך געלט. אָנקומענדיג צום שטוב פון הר“ר בערל ז“ל האָט דער דרייווער אים גע‘עצה‘ט “גייטס דאָ אַריין, קוקט נישט אויפן זייגער, ווילאַנג עס וועט געדויערן וועט עס געדויערן, עס וועט זיך אָבער לוינען“...
ער האָט געפאָלגט, און ער האָט נישט קיין חרטה געהאַט... אַריינקומענדיג אין ביוראָ איז ר‘ בערל נאָך געזעצן מיט טלית ותפילין, ווי עס איז געווען זיין טעגליכער סדר, לאַנג צו פאַרברענגן מיט טלית ותפלין. ר‘ בערל האָט דעריבער נאָכנישט אויסגערעדט, ער האָט נאָר אַזוי מרמז געווען און גפערעגט פאר וועלכע צוועק ער איז געקומען. האָט ער עם געענטפערט אז ער איז געקומען פאר דעם מוסד.
ר‘ בערל האָט אויפן אָרט געגעבן א שיינע נתינה פאר די מוסדות, און ער האָט פאַרשפּראָכן, אז א יעדע חודש וועט אריינקומען א טשעק פאר דעם סכום צום מוסד אויף די פאסט, און פון דעמאלטס איז יעדע חודש תמידין כסדרן אנגעקומען אזא טשעק צו זיי אין מוסד.

[center]חסיד המתחסד עם קונו[/center]
ר‘ בערל ז“ל איז געווען א איש מורם מעם. זיין חיות איז געווען דברים שבקדושה, און ער האָט זיך משתעשע געווען מיט עניני חסידות ודרכיהם של צדיקים. אינעם ביוראָ פון וואו ער האָט געפירט פאַרצווייגטע געשעפטן, האָט ער פאַרמאָגט אַן ריזיגן אוצר הספרים, א ביבליאטעק, מיט טויזנטער ספרי קודש, ספרי חסידות ויראה, צווישן זיי פילע ספרים וואָס זענען שוין היינט נישט בנמצא, און ער האָט זיך דאָס איינגעהאַנדעלט פאר ריזיגע סומעס געלט. שעות ארוכות האָט מען געקענט פאַרברענגן אין דעם צימער, און זיך נישט גענוג אָנשעפּן פון דעם גרויסן אוצר וואָס האָט זיך דאָרט אַנטפּלעקט. עס איז געווען א ספעציעלע הנאה צו פאַרברענגן מיט ר‘ בערל‘ס אוצר הספרים, ומאוצרו הבלום פונעם בעל אכסניא, סיי פון זיינע פּערזענליכע אוצרות פון ידיעות בכל המכמנים, און סיי פון די רייכע אוצרות מיט וואָס זיין אָפיס איז געווען אָנגעפילט.
גלייכצייטיג האָט זיין געהויבענע הנהגה גאָר שטאַרק צוגעפּאַסט צו זיינע רייכע ידיעות. ר‘ בערל ז“ל האָט געפירט א הפלא‘דיגן סדר היום. ער איז געווען פון די משכימי קום, און איז יעדן איינציגן טאָג אויפגעשטאַנען פרי פאַרטאָגס. ער האָט יעדן טאָג געהאַט שיעורים קבועים במשך פילע שעות פון טאָג, און א גרויס חלק פון די שיעורים האָט ער געלערנט זייענדיג נאָך מעוטר בטלית ותפילין. ערשט נאָך זיינע שיעורים איז ער אַריין צו די אַרבעט וואָס איז אויך א גרויס חלק דערפון געווען מוקדש פאר פאַרשידענע פּעולות צדקה וחסד.
פאַר‘ן דאַווענען האָט ער יעדן טאָג געצינדן צענדליגער ליכט, זייענדיג מזכיר די נעמען פון פאַרשידענע צדיקים און פּערזענליכקייטן, ובפרט די צדיקים וואָס האָבן געהאַט סיי וועלכן שייכות צו יענעם טאָג.
מיט זיין חסידישן ברען האָט ער יעדע וואָך געפּראַוועט א ברייטע מלוה מלכה ביי זיך אין שטוב, די מלוה מלכה‘ס פון ר‘ בערל ז“ל האָבן זיך ברייט-באַקאַנט געמאַכט אַלס געהויבענע חסידישע פאַרברענגן וואָס האָט צונויפגעברענגט אידן משולחים און נצרכים מארבע פינות הארץ. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען אידן פון ווייטן אוסטראליע זיצן האַנט-ביי-האנטן מיט אידן פון שכינות‘דיגן ניו יאָרק ביז צום ווייטן האָלאַנד, א. א. וו. אידן חסידים פון אַלע קרייזן, האַנט-ביי-האַנט מיט אידן פון ליטווישן אָפּשטאַם און אפילו תימנ‘ע געבוירענע. אַלע אַלע האָבן ביי ר‘ בערל‘ן אין שטוב זיך געפירט היימיש ווי אייגענע בני בית, און מ‘האָט ביי די מלוה מלכה‘ס געהערט סיפּורים ועובדות פון אַלע צדיקים וקדושי עליון זי“ע.
בראש המסובין ביי די מלוה מלכה‘ס האָבן אַלץ באַשיינט די גדולי הרבנים והצדיקים, אדמורי“ם וראשי ישיבות שליט“א פון איבער דער גאָרער וועלט, וואָס זענען געקומען צו פאָרן פון נאָנט און ווייט צו שאַפן געלט פאר זייערע קהלות און מוסדות. ר‘ בערל ז“ל האָט יעדן אויפגענומען בסבר פּנים יפות, און די באי ביתם פון די רבנים הגאונים שליט“א האָבן שוין געוואוסט אַז אויף מוצאי שבת איז שוין דער סדר היום פאַרנומען פאר די מלוה מלכה ביי ר‘ בערל ז“ל אין שטוב.
צומאָרגענס זונטאָג פלעגט ר‘ בערל ז“ל פאַרטיילן פאַנטאַסטישע סכומים געלט, און די משתתפים ביי די מלוה מלכה האָבן אַלץ געהאַט א זכות קדימה, אַזוי ווייט חשוב איז ביי ר‘ בערל ז“ל געווען דאָס פּראַווען מלוה מלכה ברוב עם.

[center]אחרית ימיו[/center]
בסוף ימיו האָט ר‘ בערל ז“ל ל“ע געליטן אויפן הארץ, וואָס האָט אים פאַרשווערט דאָס גיין און קומען כסדר קיין ניו יאָרק, צום ליובאוויטשן רבינ'ס ציון, אָבער דאס האָט עם נישט אפגעהאלטן פון אנגיין ווייטער מיט זיין עבודת הקודש, און זיינע מעשי צדקה וחסד.
בערך א האַלב יאָר פאר ער איז אוועק האָט ר‘ בערל ז“ל געליטן די גרויסע אבידה ווען זיין חשוב‘ע פרוי ע“ה איז ליידער נפטר געוואָרן לדאבון לב כל מכירי‘. און כמה רבנים ואדמורי"ם זענען ספּעציעל אַריבערגעפאָרן קיין לאָס אַנדזשעלעס מנחם אבל צו זיין ר‘ בערל ז“ל און די קינדער שיחיו. אינמיטן די שבעה איז ר‘ בערל ז“ל ליידער פּונקט אַריינגעפירט געוואָרן אין שפּיטאָל צוליב פאַרשידענע הארץ-פּראָבלעמען. און די אלע רבנים שליט"א האָבן מפּני כבודו אויסגעוואַרט, און האָבן פאַרלענגערט זייער נסיעה אויף ביז ווען ר‘ בערל ז“ל האָט שוין געקענט פאַרלאָזן דעם שפּיטאָל.
ליידער איז געווען שבר על שבר יחדיו ידבקו, ווען ר‘ בערל ז“ל איז ליידער נפטר געוואָרן מאָנטאָג פּרשת נשא, כ“ו אייר, איבערלאָזענדיג א שווערן חלל אינעם עולם הצדקות והחסידות. ער איז געקומען למנוחתו אויפן כרמל ביה“ח אין לאָס אַנדזשעלעס.
ר‘ בערל ז“ל האָט איבערגעלאָזט זיינע חשוב‘ע קינדער ההולכים בדרכיו, די זון: הר“ר יונה מרדכי הי“ו פון לאָס אַנדזשעלעס, און הר“ר משה אהרן צבי הי“ו פון שערמאן-אָקס, קאלאפארניע, און די טאָכטער מרת לויטין תחי‘ אשת הר“ר שלום דובער הי“ו פון סיאטל, וואַשינגטאָן.
די מספידים האבן אים באטיטלט אלס "גדול" בעניני חסד, און ווי איינער פון די מספידים האָט ערווענט ווי שטאַרק ר‘ בערל ז“ל האָט געזוכט צו טיילן צדקה, אזש ער האָט געהאַט פאַרשידענע אויפטרעפן און אויפטוען, לדוגמא ווען א איד האָט אים געבעטן א סכום געלט פון הונדערט דאָלאַר האָט ער געקענט זאָגן, וואָס זאָל איך טון איך קען נישט אויספילן דיין רצון, כ‘האָב שוין אויסגעשריבן א טשעק פון זיבן הונדערט דאָלאַר... אויך האָט מען דערציילט איבער זיינע געוואַלדיגע פּעולות של חסד וואָס ער האָט געטון במתן בסתר, און וויפיל משפּחות עס האָבן יעדע וואָך איינגעקויפט אויף זיין קאַנטע, און אַזוי נאָך. ער איז אַזוי שטאַרק נאָכגעלאָפן צו טון חסד, וואָס דאָס איז געווען זיין גאַנצער חיות.
דער אויבעשטער זאל העלפן אַז מ‘זאָל האָבן די זכי‘ צו קענען ערפילן דעם חלל פון אַזאַ געוואַלדיגער איש החסד ווי ר‘ בערל ז“ל.
דער אָנדענק פון הרה“ח ר‘ בערל ווייס ז“ל וועט אויף שטענדיג פאַרבליבן איינגעקריצט, וזכרו לא יסוף ממנו.

[center]יהא זכרו ברוך.[/center]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום א איד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1320
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 712 מאל

שליחה דורך א איד »

ווער עס האט צו צולייגן, אדער מעיר צו זיין, איז מכובד.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
פארשפארט